שלח תשלח את האם

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

שלח תשלח את האם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

זייענדיג אונטערן איינדרוק פון די מצוה פון שילוח הקן האב איך זיך אפגעשריבן אט די שורות.

(אנמערקונג, דאס וואס עס שטייט האומר על קן ציפור יגיעו רחמיך משתקין אותו מיינט צו זאגן ווען ער קומט מפרש זיין די טעם פון שילוח הקן, אבער אט דאס וואס עס שטייט דא האב איך געזען ערגעץ אין א ספר, חלילה נישט שלעכט פארטייטשן)

אויפן וועג שטייט א בוים, שטייט ער איינגעבויגן

אין די ווינטן האלט זיך קוים,די פייגלעך שוין צופלויגן

אבער הויעך אויף א צווייגל, אינמיטן סאמע נאכט

זיצט מיט שרעק די מאמע פייגל, אויף איר נעסט זי וואכט


זי זיצט און שיצט אויף איר וואוין, די נעסט וואס איז איר טייער

קינדערלעך איך געדענק אייך שוין, נאך פון ווען איר זענט אייער

אויפן וועג דער בוים ער זיצט, די צווייגן איינגעבויגן

אויפן בוים די מאמע שיצט, מאכט נישט צו די אויגן


אויפן וועג גייט א איד, גייט ער איינגעבויגן

זינגט זיך אונטער א שיינע ליד, כראוי וכהוגן

א טשיפטשעריי עס דערגרייכט, מיט אים זינגען מיט

ווי א כאר עס האט זיך געמאכט, די מאמע וואס היט


קומט דער איד נענטער צו, און טוט זיך אן דעם שטריימל

לשם יחוד קודשא בריך הוא, און קלאפט שטארק אויפן ביימל

די מאמע הערט און די פחד ציט, זי טוט זיך זייער שרעקן

מיט פארוויינטע אויגן אוועק זי פליט, פון די ציטער פון דעם שטעקן


און דער איד ער שטרעקט זיין האנט, צו די קליינע פייגעלעך

פאר זיי עס איז גאר אינטערסאנט, זיי קוקן מיט די אייגעלעך

ער נעמט זיי צו מיט זיך אהיים, און פרייט זיך אן א קצבה

ער האט יעצט ברוך השם, געטון א גרויסע מצוה


גייט אדורך א קורצע צייט, קוים א האלבע שטונדע

די מאמע צו די נעסט זי גייט, נאךדי קורצע רונדע

ס'ווערט איר פאר די אויגן שווארץ, די נעסט זי אויפדעקט

ס'טוט איר אזוי וויי דאס הארץ, ווען דאס חורבן זי אנטפלעקט


מיט א ביטער קלאג זי וויינט מיט צער, און הערט גארנישט אויף

אירע געשרייען קומט צום שער, פון כסא הכבוד אויבן ארויף

וואו זענען מיינע קינדער זי קלאגט, כ'האב זיי אזוי ליב געהאט

און די שכינה הקדושה זאגט, אין יענע צייט


אז א פייגעלע וויינט צו מיר דא, טוט עס מיר דערמאנען

אז טאקע יעצט אט אין די שעה, איז אויך פאר מיר פארהאנען

מיין משפחה כלל ישראל, כ'האב זיי אויך געטון פארטרייבן

לאמיר יעצט אזוי ווי אמאל, זיי צוריק צונויפקלייבן
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

פלעין נישט נארמאל. ווילאנג זאגן שוין די זאגערס אז אייוועלט איז א באהאלטענע וועלטס אוצר פון היימישע ערליכע הערליכע הארציגע נעימות'דיגע פאזיע פון שענסטע און בעסטע?

אגב, די גרעסטע קונץ דא איז, אז מ'רעדט פון נישט אזעלכע אפטע ווערטער, צייט-באדייט איז איין זאך, אבער גראמען אויף שטריימל, רונדע, וכו' איז שוין עפעס אנדערש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיין אין רירנד געשריבן, די געדאנקן צאמגעקליבן. יוסיף השם וכן יתן, און קענען ברענגען נאך זאכן צום גוטן!

א דאנק טישטוך.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

גאר שיין און און בעטעמט, שטארק הנאה געהאט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מורא'דיג שיין און פאכמאניש געשריבן!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מורא'דיג שיין און פאכמאניש געשריבן!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

פלעין נישט נארמאל. ווילאנג זאגן שוין די זאגערס אז אייוועלט איז א באהאלטענע וועלטס אוצר פון היימישע ערליכע הערליכע הארציגע נעימות'דיגע פאזיע פון שענסטע און בעסטע?

אגב, די גרעסטע קונץ דא איז, אז מ'רעדט פון נישט אזעלכע אפטע ווערטער, צייט-באדייט איז איין זאך, אבער גראמען אויף שטריימל, רונדע, וכו' איז שוין עפעס אנדערש.

גא"מ
ממש צום שטוינען.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קנאפער ידען האט געשריבן:שיין אין רירנד געשריבן, די געדאנקן צאמגעקליבן. יוסיף השם וכן יתן, און קענען ברענגען נאך זאכן צום גוטן!

א דאנק טישטוך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש »

הערליך הערליך שכח!
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

הערליך הערליך, אפשר לייג צו דער ליד מ'זאל עס קענען מיטזינגען
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עס איז געבויעט אויף א פארצייטישע לידל וואס הייסט 'אויפן וועג' פון איציק מאנגער, א זינגער אין ווארשע, דודו פישער זינגט עס אויף איינע פון זיינע אלבומס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”