מחשבות איבערן פאפיר

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

מחשבות איבערן פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

א טינק אריין אין די טינט
דאס בערשטל איך נעם אפיר
פאכמאניש ארויף עס צורינט
אויפן גלאטן ווייסן פאפיר

יעצט וועל איך ברענגען דעם גרין
און אריינפארבן מיט א לייכטן שמיר
ליניעס איינס ברייט און איינס דין
אויף דעם ציכטיגן פאפיר

א ברוינער שטאם פאר דעם בוים
מיט עטוואס א טיפן אריינפיר
א רואיגקייט ברענגען אין טרוים
דעם קוים אנגעפארבטן פאפיר

אויפן צווייגל אנצייכענען א בראך
א משל צו די וועלט אין מיר
פון דעם טונקעלן קאליר א קליין שטאך
אויפן בוים אויף דעם פאפיר

וואס קען מען נאך צולייגן דארטן
ביים ווינקל פון הויז נעבן דעם טיר
א שיינע רואיגע גארטן
אויפן האלבן בילד אויפן פאפיר

אויך א טייכל וואו קאטשקעלעך שווימען
דער בערשטל ער גיבט א מארשיר
און ווי ער צייכנט די קאטשקעס זיי קומען
אויף די סצענע אויף דעם פאפיר

מיינע געפילן איך וויל נאך אויסדרוקן
מען זאל אנמערקן דאס וואס איך שפיר
יעצט ווען דאס פארב איז האלב טרוקן
א וואלקן קען מען צולייגן צום הימל אויפן פאפיר

און א קליין קינד מיט א קלארינעט
לייג איך צו נאך עטוואס קאליר
עס זעט אויס ממש ווי ארויסקומען ער וועט
צום רעאליטעט גלייך פון פאפיר

אבער אויף מיין קליינער בילד
איך פיל ווי נאר איך קאנטראליר
און איך שפיר נישט גארנישט קיין שולד
אויף וואס עס טוט זיך אפ אויפן פאפיר

א הייזל א טייכל מיט קאטשקעס וואס שווימען
דעם בערשטל ארויף און אראפ איך פיר
און א קינד מיט א קלארינעט טוט אונטערברימען
א שיינער טאג אויפן פאפיר

א ביימל מיט א צווייגעלע טיילווייז צובראכן
א צייכן פון מיין געהיר
א הערליכער בילד טוט זיך דא אויסקאכן
פון מיין ארבעט אויפן פאפיר

יעצט ווען דאס בילד איז שוין פארטיג
קוק איך און איך טריאומפיר
א שיינע סצענע גאר איידל און צארטיג
געמאלן אויף דעם פאפיר

און דאן א געדאנק לויפט אדורך אין קאפ
דאס בערשטל אין זייט איך פארקיר
אז פון דעם בילד קען מען נאר זען א טראפ
וואס עס טוט זיך אינדרויסן פון דעם פאפיר

די וועלט אזוי שיין און רייך אהערגעשטעלט
די צויבער קראפט פון די נאטור
אז אפילו ווען נאר א בילד מען זעט מען קוועלט
טראץ וואס עס איז נאר אויף פאפיר

דער בורא באשאפן ער האט אלעס מיט רעכט
מיט ליבשאפט אן א שיעור
און עס איז נישט געמאלן עס איז נאר ממש עכט
פיל שענער ווי דאס אויף פאפיר

ווער קען עס נאכמאכן קיינער אויסער אים
אזוי איך שפעקוליר
און איך שריי אויס מיט עקסטאז מה רבו מעשיך השם
און איך הענג אויפן וואנט דאס פאפיר...

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

;l;p-
הערליך!!! (נישט די בילד, די גראמען)
אין צייר כאלוקינו!!!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

אפשר קען איינער אראפ מאהלן דעם בילד?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

הערליך הערליך שיין. יישר כח!

האסט מיר אריינגעשלעפט אינעם פאפיר דיינעם

פארשטייעך שוין פארוואס דיין טישטוך איז אנגעפעינט..ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

צר לי עליכם היימישע אויסגאבעס וואס הייבן נישט אן צו פארשטיין דעם אוצר פון שיינע ערליכע הערליכע פאעזיע.

מעלות האט א פינטעלע שבפינטעלע, אבער בעיקר פאר די "קליינע," ווען זיי קענען ווידמען א זייט-צוויי פאר ערנסטע עמוק'דיגע מוח-ערוועקנדע אויגן-באנעצנדע נשמה-באלזאמענדע פאעזיע וואס ארעסטירט דעם מענטש פאר א שיינע פאר מינוט נאכ'ן ליינען און "מאנט" פאר גאר א לאנגע צייט. אונזער אייוועלטעלע האט מיט דעם ענין עפעס וואס אין כדוגמתו אין די אידישע וועלט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”