בס"ד
דא רעד איך צו דיר ליבער מענטש
איך געפין זיך שטענדיג נאנט צו דיר
אין מיר איז געוואנדן דיין שעלט און דיין בענטש
און דו קענסט זיך נישט רירן אן מיר
כאטש דו כאפסט נישט
אז איך בין אין דיין געזיכט א טייל
דו ווערסט פון מיין שמועס צומישט
און דו קענסט מיר נישט זען ווייל
איך בין א שטארקער געווער
און איך בן מאכטפול ביז גאר
איך קען חרוב מאכן מער ווי א מיליטער
און איך קען אויך מאכן זאכן קלאר
איך בין א ברייטער און א לעכעריגער
און אביסעלע לאנג אומגעבויגן
איך קען זיין וואויל אבער אויך א שטעכעדיגער
איך בין אונטער דיין נאז אויסגעצויגן
אויב האסטו נאכנישט ביז יעצט געכאפט
ווער איך בין און וואס איך וויל
און האסט זיך אונטערן נאז באטאפט
און נאכאלס נישט געכאפט מיין ציל
וועל איך דיר אנטפלעקן
ווער איך בין און וואס איך זאג
איך בין דאס וואס קען דערשרעקן
מיין לויזקייט קען ברענגען פיל פלאג
איך בין דיין מויל מיט וואס דו שמועסט
איך בין דיין מויל מיט וואס דו עסט
איך בין דיין מויל מיט וואס ווערטער דו גיסט
איך בין דיין מויל מיט וואס קיינמאל פארמאכן דו וועסט
איך בעט דיר טוה מיר אויסהערן
און פאלג מיר אויך זיי נישט קיין טיפש
זאלסט מיט מיר קיין שמוץ נישט קערן
רעד מיט מיר נישט קיין שלעכטס און קיין עיפוש
ווייל פונקט נעכטן האט זיך א יונגער פארפאלק
זיך צושיידט מיט גרויסע בושות
ווייל א אומפאראנווארטליכער טאלק
האט פאראורזאכט אט די רשעות
אויך איז איינער לעצטנס אוועקגעפארן
פון זיין משפחה זיך אוועקגעקערט
ווייל איינער האט ווערטער נישט געטאן שפארן
און מען האט עס שוין ווידער נאכגעהערט
אויך איז פארהאנען א דריטער
וואס שעמט זיך צו גיין אין די גאס
ווייל איינער מיט א מויל לויז און ביטער
האט פון אים געמאכט שפאס
גראדע דערמאן איך זיך אויך
פון א געשיכטע מיט א אינגערמאן
וואס האט געפלאפלט אסאך ווי א שלויך
און יעצט פארט ער אויפן זעלבן באן
עס פעלט נישט קיין שילדער
און עס פעלט נישט קיין משלים
הערסט א שלעכט ווארט מיט א געפילדער
לאז עס לויפן זיי שטיל ווי אין חלום
ווייל אויב דו וועלט וועט ווערן א פלאץ
וואו מען וועט פלוישן נאר לשון הרע
וועל איך מער נישט האבן קיין שאץ
מען וועט מיר רופן א פה דזשארע
ווייסט דאך אליין געוויס
אז וואס מען טוט טוט מען פאר זיך
איז דעריבער שיס זיך נישט אין די פיס
און האב דיר זין אינאיינעם מיט מיך
און ווען די וועלט וועט זיין אזוי שיין
וועט פאר שלעכטע ענרגיע נישט זיין קיין ארט
און אלס וועט מיט גלאנץ און פראכט שטיין
אלס צוליב דיין גוטער ווארט
די מייסטערהאפטיגע קראפט פון א ווארט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מוזיק מבין
- שר חמישים
- תגובות: 76
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm