טאטי האט געהייסן אהיימקומען!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

טאטי האט געהייסן אהיימקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

די קינדער זיי שפרינגען
אין די וואסער זיי פלאטשקענען
שפילן שיין און הויעך זינגען
בויען און צעפאטשקענען

די ווינטן בלאזן קיל און פיין
און זייערע פיאות'לעך פלאטערן מיט
זיי ארבעטן אינעם שפיל אריין
זיי פארברענגען צווישן זיך גוט

זיי האבן נישט קיין דאגות
זיי פארמאגן נישט קיין פראבלעמען
זיי פרעגן נישט קיין פראגעס
גארנישט טוט זיי נישט קלעמען

פליען ארום מיט די סקוטערס
איינער איז א הצלה איינער א פאליס
אוי ווי זיס זענען די טוטערס
און ווי שיין צוצוקוקן אויף זיי געוויס

ביז עס ווערט זיבן אזייגער
זיי ווערן ערנסט און קליין
ווייל אזוי איז טעגליך די שטייגער
טאטי אין הויז ער רופט אריין

***

א זומער מען פארבראכט
אין אפסטעיט און אין ברוקלין
בייטאג און ביינאכט
נישטא די געווענליכע רוטין

די ווינטן בלאזן קיל און פיין
ביים בארביקיו מען זיצט
פארנאכט ווען די זון גייט איין
מער נישט מען שוויצט

מען ווייסט נישט פון קיין דאגות
מען ווייסט נישט פון קיין פראבלעמען
מען לאזט אויף שפעטער די פראגעס
מען ווייסט נישט פון קיין קלעמען

מען פליט ארום אין די געגנט
איינער א שומרים איינער א פאליס
זעלטן וואס עס רעגנט
די זומער אך ווי זיס

ביז אלול טוט זיך אנרוקן
און יעדער ערנסט מען ווערט
דער טאטע טוט א מעסעדזש שיקן
און אהיים זיך מען קערט

די ימים נוראים ווערן נענטער
און מען דארף שוין טון צו די זאך
פיל עס ווערט די תפילה סענטער
מען רייסט איין ביזן דאך

רבש"ע שיק א יאר א גוטס
מיר זאלן שוין דערלעבן
ביאת המשיח וואס איז די שפיץ
און א חיים טובים טוה אונז געבן
אוועטאר
מוזיק מבין
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק מבין »

סקוטער טוטער איז א גוטס!
פראבלעמען מיט קלעמען גראמט נישט.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שיין, די געדאנק איז גוט, די צאמשטעל קלאפט. עטליכע חידושים אין גראמען געטראפן.
שכח
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פייוויש בראדער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייוויש בראדער »

זייער שיין
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

פיינע ווארע!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”