יעצט וואס??

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

יעצט וואס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד

קיין געפאסטע מונדירן
אן פעדערנע הוטן
קיין קעניגליך מארשירן
אן געמאסטענע טריטן

קיין באגילדעטע שווערדן
אן אויסגעשפיצטע כלי זיין
קיין פרינצליכע פערדן
קיין אידענטישע רייען

קיין רייכע מאלצייטן
אן פערזענליכע אוידענץ
קיין מלכות׳דיגע באגלייטן
אן מוזיק און טענץ

קיין פעלצן פון זיידן
אן גאלדענע קנעפ
קיין מאיאסטעטישע פאראדן
קיין מארמויערנע טרעפ

קיין פארפאנצערטע מויערן
אן א שטיינערנע דאך
קיין פארריגלטע טויערן
אן שוץ, אן וואך

קיין פאטריאטישע לידער
אן שאלנדע טרומפייטער
אין ציטערדיגע גלידער
קעגן שונא שטייט-ער

פארטריבן אין וויסטעניש
פון מלוכה-הויף פאריאגט
גארט פון גלוסטעניש
אויף גוטע צייטן קלאגט

אין זומפן פון שמוץ
צווישן דערנער שטעכעדיגע
פון גלאנץ און פוץ
צו יוניפורמען לעכער׳דיגע

נעם אויפן וועג
די טאקטיקן פארגעשריטענע
פון די גליקליכע טעג
צו די אומשטענדן געביטענע

ס׳אדורך די צייטן
פארפולקאמט דיין טרענירונג
ביסט אצינד א גרייטן
פארטיידיג דיין רעגירונג

כמורע און פראסטן
רעגן און שנייען
דאס איז דיין פאסטן
שלאג דיר און גיי-אן

אצינד איז שלאכט
געענדיגט מושטירן
ביסט אט פארדעם געמאכט
נאר, נישט פארלירן!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הערליך!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

wow!
פארפאלן, אז מען קען - קען מען.
זאפטיג און געשליפן.
כ'ווארט אויפן נמשל, מוסר השכל וכדו'.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

הערליך, טיף און אויסטערליש רייך!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

שפראכלאז! ווי נאר ענדע צדיק קען.

דעטס ריעל טעלענט, מיי פרענד. Wow!
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

Wow
קיין ווערטער ארויסצוברענגן גענוג
דיין פאזיע, און ווערטער אוצר אזוי פארשידענארטיג

@חוח דיין פראגע איבער א נמשל ווייזט אז די דארפסט עס איבער ליינען נאכאמאל בישוב הדעת
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'ווארט אויפן נמשל, מוסר השכל וכדו'.

קען זיין ס'נישט גענוג קלאר אויסגעפירט.

הינט: מאני דקרבא, סעדות יו"ט, סוכה, שופר, הושענות, בגדי שבת ויו"ט, וכו'
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

Wow
יעצט באמערקט די שטיקל,הערליך הערליך!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פשיהא, א טיפע און רייכע שפראך, תוכנ'דיג, ממש א מייסטערווערק.

קריטיק? מממ, אה, לעצטנס האלט איך נישט פון צוזאמשטעלן צוויי ווערטער ווי שטייט-ער און טרומפייטער.

שוין גענוג אויף יוצא צו זיין...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טישטוך האט געשריבן:קריטיק? מממ, אה, לעצטנס האלט איך נישט פון צוזאמשטעלן צוויי ווערטער ווי שטייט-ער און טרומפייטער.

'שטייט-ער' און 'טראמפייטער' איז גראדע נישט שלעכט.
געפערליך איז 'אשת חיל מי ימצא' - 'יעדער רימט זי' (פינקי וועבער).
כאפ די אויסטערלישע חילוק.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

WOW, און ישר כח פאר די דברי חיזוק.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW! שטארק, שיין, און מאנענד!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

הערלעך איז נישט דאס ווארט, ייש"כ
עץ חיים הוא למחזיקים בה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”