ניין איך וועל נישט ווארטן, נישט אפשטופן די צייט.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

ניין איך וועל נישט ווארטן, נישט אפשטופן די צייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ניין איך וועל נישט ווארטן,
נישט אפשטופן די צייט,
נישט אפלייגן אויף שפעטער,
ווען מיט'ן קאפ אראפ מען גייט.


וואס איך בין, וואו איך שטיי,
וויאזוי איך טראכט, וויאזוי איך גיי,
דו האסט מיר מיט ליבשאפט געשענקט מיין לעבן,
מיר געלערנט וואס זאל זיין מיין שטרעבן.

מיין געברויך, מיר אפגעווארט,
שלאפלאזע נעכט, דיר נישט געארט,
מיר געוואשן, מיר געפיטערט,
מיר געצערטלט, פאר מיר געציטערט.

נישט איין מאל מיר געזאגט, אינמיטן די שווערע פלאג,
דו וועסט עלטער ווערן, עס וועט אי"ה קומען די טאג,
דו וועסט פארשטיין און ארויסהאבן וואס איך זאג,
איינזען מיין געדאנקענגאנג, פארשטיין די גאנצע יאג.

וויאזוי איך האב, אין יעדע צייט פאר דיר,
געמיינט נאר א טובה, גוטס אן א שיעור,
צו טאן וואס מען דארף, נאר דיר ריכטיג שטעלן,
לעשות רצון אבינו, דו זאלסט ג-ט ב"ה געפעלן.

עס וועט נעמען א שטיק צייט,
אזוי די וועלט עס גייט,
אבער אין די ענדע וועסטו פארשטיין,
און האפנטליך אין זעלבן וועג גיין.

ניין איך וועל נישט ווארטן,
נישט אפשטופן די צייט,
נישט אפלייגן אויף שפעטער,
ווען מיט'ן קאפ אראפ מען גייט.


מאמע מיין טייערע, מאמע מיין,
שנעלער ווי דו האסט געטראכט אליין,
פארשטיי איך שוין זייער גוט אצינד,
יעצט אז איך בין שוין נישט קיין קליין קינד.

מאמע, איך וואלט אוועקגעשאנקען מיין פארמעגן,
כ'וואלט געארבעט שווער, עס געמאכט מיין שטרעבן,
אז איך זאל יענע מינוטן פאררעכטן קענען,
דיינע ווערטער מיט פארשטאנד צו נעמען.

דו האסט מיין טובה אלס געמיינט,
פאר מיינעט וועגן מיט טרערן געוויינט,
מיך פארגעהאלטן, א פעטשל געשענקט,
מיט מיין יעצטיגע שכל, צו יענע צייט עס בענקט.

אצינד אז איך בין עלטער ערוואקסן מער,
עס איז נישט קיין אויב, מער נישט קיין קלער,
איך האב עס דאן געהערט, אבער נישט פארשטאנען,
אז איך פארשטיי שוין, איז נישט גענוג ווערטער פארהאנען.

דיר צו דאנקען, דיר צו זאגן ישר כח,
פאר דיין הארץ, פאר דיין בלוט דיין מח,
פאר אלעמען וואס איך האב פון דיר באקומען,
געגעבן און געגעבן, נישט אויף צוריק צו באקומען.

ניין איך וועל נישט ווארטן,
נישט אפשטופן די צייט,
נישט אפלייגן אויף שפעטער,
ווען מיט'ן קאפ אראפ מען גייט.


וויפיל איך זאל פרובירן, איך קען אין מיין בעסטן ווילן,
נישט דיר באצאלן, נישט מער ווי דיר בענטשן "אילן",
פון דיין עבודה פון דיין הארעוואניע, פון דיין פלאג,
פון די לייב און לעבן, זאלסטו מיט פרייד געבן א זאג,

איך האב געארבעט, אריינגעלייגט אסאך מי,
מיט א גרויסן לויב צום הימל, בשירה אפתחה פי,
אז איך זעה ב"ה ווייטער א דור א נייעם,
אין די תורה וועגן, זיי שטרעבן און גייען.

דעריבער מאמע איז מיין ביטע צו דיר,
ווייס גענוי אויף אייביג פון מיר,
אפילו איך זאג עס נישט ארויס גענוי,
איז עס אין מיין מחשבה יעדע רגע אזוי.

אין פרייד, אדער חלילה אין טרויער,
איך ווייס אז עס איז אלס אפען דיין טויער,
אפילו עס דערקענט זיך נישט צו יעדע צייט,
איך וואלט דיר נישט, פאר די וועלט געבייט.

און איך זאג עס דיר יעצט שוין,
דו ביסט נאך אויף די וועלט מיין קרוין,
דו קענסט מיט פליישיגע אויערן דאס הערן,
צו לאנגע געזונטע יארן, דער אויבערשטער זאל באשערן.

ניין איך וועל נישט ווארטן,
נישט אפשטופן די צייט,
נישט אפלייגן אויף שפעטער,
ווען מיט'ן קאפ אראפ מען גייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

הכנה לשר עשרים אלף?
זייער שיין
;l;p-
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מאסיוו!
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געוואלדיג!!!!

ישר כח



#נאך די יארן - קומט דער שכל.




וואס באדייט "ווען מיט'ן קאפ אראפ מען גייט"???
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליך! א אמת׳דיגע נקודה וואס מען דארף ווען שפירן יעדן טאג.

יישר כח @לכתחילה פארן צוריק מהנה זיין אונז.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך, יישר כח!
איינמאל פורים נאכמיטאג כטוב לבי ביין, נאך די פיינע האליפצעס פון די מאמע, האביך זיך ערלויבט צו זאגן בערך די ווערטער פאר די מאמע תחי'. און אלגעמיין פאסט עס נישט פאר אונז גרויס ביקעס עס צו זאגן פאר די עלטערן אין פנים אריין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

עירמאנט'ער האט געשריבן:וואס באדייט "ווען מיט'ן קאפ אראפ מען גייט"???

האסט אפשר נישט געכאפט די נקודה
לאמיר עס זאגן מיט אנדערע ווערטער:
ויהללו בשערים מעשיה,
נאך פאר תנו לה מפרי ידיה,
ותשחק, איר געבן איר באלוין,
טרם בא דער יום אחרון.

סהאט מיר דערמאנט די שמועס פון וועלוול שמעלצער מיט ר׳ אברהם מרדכי מלאך (שבתדיג איטערווייו) ווי צוויי ״יתומים״ רעדן צו די וואס האבן נאך א טאטע זאל דאס אויסצנוצן און אז כל זמן מהאט דאס נאך ווייסט מען נישטויפל דאס צו שעצן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”