טויזנטער אידן פרייען זיך צום סיום הש"ס, א שרעק וואס גייט פאר אויף די גאס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

טויזנטער אידן פרייען זיך צום סיום הש"ס, א שרעק וואס גייט פאר אויף די גאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

אין די צייט וואס טויזענטער אידן, פרייען זיך צום סיום הש"ס

איז א שרעק וואס גייט פאר אויף די גאס

מיר זענען דערשראקן און צובראכן

אויף כלל ישראל, אדורך אפאר שווערע וואכן

די זעלבע צייט, קומען זיך צוזאם אידן אין די מאסן

דאס איז דאך א מעמד קודש, ווער וויל דאס פארפאסן

אין א קורצע צייט אפשניט, איז געווען אטאקעס צוויי

עס האט יעדן באנומען, דאס הארץ טוט וויי

לערנען איין בלאט נאכן צווייטן, יעדן טאג

נישט אלעמאל איז עס גרינג, צומאל עס איז א פלאג

ווען אידישע קינדער איבער די וועלט, האבן מורא

איז נישטא עפעס וואס באשיצט מער ווי די תורה

צו לערנען האבן מיר א מצווה, בייטאג און ביינאכט

דערפאר איז צום סיום, א שמחה פון כבוד התורה מיטן פולען פראכט

דאס איז נישט קיין חלום, עס איז עכט

מיר ציטערן פונעם גוי, זאל נישט טון עפעס שלעכט

נאך א שווערע טאג ארבעט, נעמט א איד די גמרא

מיט א פלייס, אמר אביי אמר רבא, לאמיר פארשטיין די סברא

דאס טוט אונז באשיצן און אלע ערטער

די קדושה פון לערנען, די הייליגע ווערטער

איך וויל נישט אויפן גאס אליין גיין

דער גוי וועט ווארפן א שטיין

אינדערהיים וועל איך בלייבן זיצן

איבער א שווער שטיקל גמרא, וועל איך שוויצן

מיט אמונה טוה איך גלייבן

דאס וועט דעם רוצח פארטרייבן

תורה צוזאמען מיט תפלה

וועל איך זאגן שטייט מלה במלה

דאס איז דאך אונזער איר אלטע כח

ווייל דאס איז זייער חשוב אין הימל גאר הויעך

ווי עס איז נאר פארהאנען אויף דער וועלט א אידיש קינד

פאנג מען אן "מאימתי קורין את שמע" אצינד

לערנען פלייסיג, יעדן טאג ערליך, א בלאט איבערמישן

דאס וועט אלע גזירות קשות אפווישן

ביי אונז איז דאס אמת און וואר

אפילו בלק האט דאס געוואוסט קלאר

א מתנה טוען מיר פארמאגן

עס איז שטארק, וואס מיט די מויל מיר זאגן

אין כחנו אלה בפה, שטייט געשריבן

דאס האט אלעס שלעכט פארטריבן

ווען מיר זענען פארלוירן און געטראפן

ברויך מיר וויסן פון די שטארקע וואפן

באשיצן און היטן, וועט אונז די הייליגע תורה

מיר וועלן נישט האבן מער קיין מורא

נאר פון באשעפער דער גרויסער בורא
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

איגערקע האט געשריבן:אין די צייט וואס טויזענטער אידן, פרייען זיך צום סיום הש"ס.....

....נאר פון באשעפער דער גרויסער בורא


זייער שיין און הארציג
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שיין, זייער שיין. נאדיר א גרינע.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער זייער שיין
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

א קליינע הוספה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

די גרעסטע אידישע אימפעריע, אין ירושלים "די מיר"

טויזענטער אידן לערנען דארט תורה אן א שיעור

דער ראש ישיבה ז"ל לאזט נישט סיקוריטי בשום אופן

ווייל פון די כח פון תורת ה', וועט דער אראבער אנטלויפן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איגערקע האט געשריבן:די גרעסטע אידישע אימפעריע, אין ירושלים "די מיר"

טויזענטער אידן לערנען דארט תורה אן א שיעור

דער ראש ישיבה ז"ל לאזט נישט סיקוריטי בשום אופן

ווייל פון די כח פון תורת ה', וועט דער אראבער אנטלויפן


מ'זיצט און לערנט טאקע 24 שעות

אבער דאכט'צעך אז דו האסט א קליין טעות...

זיצט דארטן עפעס א שומר ביי איינע פון די טיהרן

איינער אליינ'ס פאר 10 אלפים, זאל איינער נאר פראבירן....
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ער זיצט טאקע דארט, אבער אן א געווער
אז אן אראבער וויל , איז ער דארט אן קיין קלער
ס'קען דארט איינער אריינקימען אבי ווער
נאר דער שומר ישראל היט, ער איז דער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”