שיחת בעלי חיים: אין ליכט פונעם היט-ענד-ראן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

שיחת בעלי חיים: אין ליכט פונעם היט-ענד-ראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

די ביימעלעך טוען זיי באגריסן,
ווען זיי זעצן זיך שמועסן.
עפעס וויכטיג אצינד,
וויל דער טאטע אויסלערנען זיין קינד:

קום וועל איך דיר אויסזאגן,
וואס אונזער וועלט טוט פארמאגן.
וועסט זיך לערנען פיל,
איבער אונזער פליכט און ציל.

ס'איז דא א סארט חיה איום ונורא,
א מאנסטער וואס ווארפט א מורא.
ווען מ'טוט זיך מיט אים באגעגענען,
קען מען זיך פונעם וועלט געזעגענען.

עס האט נישט קיין פלייש און ביין,
אמאל איז עס ריזיג און אמאל גאנץ קליין.
זיינע קאלירן פארשידנארטיג,
זיין אויסקוק מאדנע און אייגנארטיג.

זיינע אויגן שיינען אין דער טונקל,
ווארפן ליכט אין יעדע ווינקל.
געווענליך איז ער שיינענדיג און ציכטיג,
אויך טיילווייז דורכזיכטיג.

ווען רעגן טוט זיין זע-קראפט צומישן,
טוט ער עס מיט זיינע הערנער פארווישן.
ווען ער וויל קען ער הויך שרייען,
זיינע פיס קענען זיך... דרייען!

באשאפן געווארן מיט א מאדנע נאטור,
ער שלאפט שטייענדיג אויף אלע פיר!
ווען ער שלאפט קענסטו אים אנשמייסן,
ער פילט נישט ווי מ'טוט בייסן און רייסן.

ער האט אפאר מיילער צו יעדע צייט,
פון פארנט פון הינטן און פון דער זייט.
ווען ער וויל עסן א סעודה'ניו,
האט ער א ספעשל מעניו...

מענטשן עסט ער אויף לעבעדיגערהייט!
כאטש זיי ווערן אין אים נישט פארדייעט.
ווען ער שלינגט איין א מענטש אדער צוויי,
זעט אויס אז ער באקומט מאגן-וויי...

ער לאזט זיך דאן ארויס אין געיעג,
ווי גלייך ער וואלט פארשלינגען א זעג.
ארויס ער לויפט פון זיין ביידל,
אזש ס'גייט א רויך פון זיין וויידל.

ווילד וואנדערט ער ארום,
דא-דארט געבט ער א ברום.
ער לויפט אין שנעלסטן גאלאפ,
אן ווערן מיד א טראפ.

יעדער טוט פון אים ליידן,
ס'איז שווער אים אויסצומיידן.
וואו מען גייט נאר אינדרויסן,
טוט מען זיך אין אים אנשטויסן.

ער טוט אנפולן ארץ ותבל,
ממש א שותף מיטן טייוול.
ער זייעט אן חרבנות,
שוין איבערגעלאזט אזויפיל קרבנות.

מיר זענען אבער איבערצייגט,
אז די מערסטע האט ער זיך פארלייגט,
אונזער פאלק צו פארניכטן,
ער טוט קיינעם פון אונז נישט פארציכטן.

דעריבער כדי אונטערצוברענגען דעם ברוטאלן נעסט,
דארף מען אויסדרוקן פראטעסט.
מען דארף פארפירן,
זיי זאלן אויפהערן צו צירקולירן.

ביי די עלטערן א טייערע מנהג געזען,
פון דורי דורות מקבל געווען,
וויאזוי זיך מיט אים אומצוגיין,
נישט מיט נעגל און נישט מיט ציין.

נישט בדורון נישט בתפילה אדער מלחמה,
נאר זיך פיזיש מקריב זיין אויפן במה.
ווען מ'איז גרייט זיך אריינצולייגן אין פראבלעמען,
דארף מען נויטיגע קוראזש נעמען...

ווען מ'זעט דעם חיה כמלוא עיניו ווייט,
'אללא-אכבאר' אין הארץ מען שרייט.
ווי נאר דער חיה דערנענטערט זיך אביסל,
לויפט מען אונטער זיין פיסל.

מען געבט זיך ארונטער א ווארף,
אונטער די ברוטאלע פיסן-שארף.
מען האט אינזין כוונות נשגבות,
ווי מיר ווייסן במסורת אבות.

א שטילע תפילה טוט מען בעטן,
מ'זאל זיך לאזן צעטרעטן.
נישט קיין סאך צעגערן,
נאר זיך לאזן גרינג אויסוועלגערן...

מ'רייסט זיך אויף אין יענע מינוט,
מ'ווערט פארוואנדלט אין א קאלוזשע בלוט.
מען שטארבט אלס מארטירער,
ווי א טעראריסטישער רינג-פירער.

אזוי טוט מען סאלידאריטעט ווייזן,
פאר אלע קרבנות פון אונזערע קרייזן.
וואס דער חיה דער סאדיסט,
האט שוין פארשניטן פון אונז אומזיסט.

(ציטירט פונעם שיעור הדרכה וואס בעיבי-מאקאשל באקומט, איבער די באדייט פון א קאר און וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט)


געשריבן לעילוי נו-שמייס דאס מאקאשל וואס איז נארוואס צוריבן געווארן אונטער מיינע ברוטאלע רעדער. געווען א היט-ענד-ראן.
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:grin:
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

;l;p-
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קריעטיוויטי פון די העכסטע קלאס.
יישר כח חוח בין השושנים.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

שיין שיין
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער נאע געהאט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

:lol:
טאלאנט!
און א מין מאסיווער כח הדמיון
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיר לאכן
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

זיס!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

טשילס
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שיין שיין

נאר נישט פארשטאנען וועלכע היט ענד ראן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינס האט געשריבן:שיין שיין

נאר נישט פארשטאנען וועלכע היט ענד ראן

כאפ איך יעצט נישט גוט פארשטאנען די ערשטע מאל

:lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שעפעריש ביז גאר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW WOW, קריעטיוו, טאלאנטפול, קאמיש-לאכעדיגע, הערליך ארויסגעברענגט, מעכטיג!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

חוח זיך דערוועקט
א שרייב ער געט

אין שאק מיך געכאפט
שלאף איך? איך טאפ

א מייסטער אין שפינען
כווייס שוין נישט ווי כטוה מיר געפינען

אה אויפן וועלטעל די באליבטע
ווי חוח איז פון די עליטע

נאר א פליטת פע״ן געווען
רחמנות אויפן מאנקאש באקומען
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

כככ!!
גוט איז גוט! נישט פארשטאנען ביזן לעצטן שורה.
הנאה געהאט.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'זאג אלץ פאר מיין פרוי, אלס אויסדרוק אז די פליישיגע נאכטמאל איז געלונגען: "אויב דאס הינדל וואלט געוואוסט וואסערע מטעמים דו וועסט מאכן פון איר, וואלט זי געלאפן צום שחיטה מיט א שמייכל"...
יעצט קען מען צולייגן, אז ווען דאס מאקאשל וואלט געוואוסט ווי דערוילעם וועט הנאה האבן פון זיין אומקום, וואלט ער געשמייכלט ביים אויסשרייען אללא-אכבאר...
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

בילד
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

נאך א מזל כ׳האב געליינט דעם לעצטן שירה פאר איך האב אנגעהויבן ליינען. כ׳האב נישט אויס געקוקט אזויווי @איינס נאר גלייך פארשטאנען..
ביוטיפול.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אויפן וועלטל איז באקאנט
פון נעכטן נישט פון היינט
ווען חוח איז אויפן קיבארד אנגעלאנט
גיסט זיך טאלאנט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אנאינטערעסאנטער דארן...... ס'שטעכט אריין און מ'לאכט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שיחת בעלי חיים: אין ליכט פונעם היט-ענד-ראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווי האט דער צדיק געזאגט ביים וואונטשן דעם שטערבליך קראנקען גוי? "בתנאי אז וועסט קיינמאל נישט שלעכטס טון פאר א איד".

ווי האב איך היינט געזאגט פארן מאקאש, ביים מאכן א שארט-סטאפ כדי צו ראטעווען זיין לעבן? "בתנאי אז דו טשעפעסט נישט קיין איד"...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”