קאראנע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

קאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

יעדער איז צימישט אין מווייסט נישט
סטוט זיך א בהלה אויף די גאס
פון ליידיגיין איז מען שוין צוחישט
און פון צרות איז די אויגען נאס

אזויפיל יודן זענען שוין נישט דא
און וויפיל זענען פון פאניק צורידערט
סאיז דא נייעס יעדע שעה
ווער איז אוועק און ווער ספיבערט

א גזירה וואס איז נישט
שוין טויזענטער יארן געווען
מען פילט א ביטערניש
קיינער האט עס נישט פאר אויס געזעהן

די גרעסטע שטארקסטע מלכות
צזאמגעפאלן אין איין מינוט
פירן זיך ווי מדונות נימוכות
אין און שפעטעלער גיסט זיך בלוט

די וואס האבען געטוען מיינען
אז זיי דארפען נישט גאט
טוען היינט גוט וויינען
נאך וואס מסדר געווען זיי מהאט

די וואס האבען זיך געווען סומך
אויפן פעטער זשמואל
אין געהאט האפאנוג הויך
זעהן אז סאיז נאר א שפיל

מען האט געטוען פארגעסען ווער
סהאט באשאפן און פירט
וויל זיין ערליך איז געווען שווער
און גשמיות איז געווען געשמירט

פארגעסן ווי אויף די וועלט מען איז
און פארוואס מען איז אויף דא וועלט
געטוען וואס יעדער טוט אין נאר וואס מען מיז
און פארגעסן אז דא איז נאר א אריבערגאנג געצעלט

פארגעסן אז סאיז דא א פאטער
וואס אויף אונז שוין לאנג ווארט
און פון די וועג די גראדער
זיך היבש אוועקשארט

סהאט געפעלט די וויכטגעסטע זאך
דאס איז די געפיל די הארץ
און לצורך פרנסה פאר די פאך
אריין און תהום און אפגרונד שווארץ

האט הקדוש ברוך הוא באשטומט
און די פארגעשריטנע וועלט געגעבען א דריי
און אינזער שטארגע הרגל פארקרומט
אין ווער סגלייבט נישוט א רחמנות אויף זיי

פלוצלינג האט מען געכאפט
און גענומען עפענען די אויגן
אז קעגן א וויירעסל פארלוירן די שלאכט
און ווער געדענקט נאך אז אמאל איז מען געפלויגען

די בגלייבסטע שיפטעלער איז א ציטער
מען האט מורה פין צווילעזירטע פרעפעסארן
מענטשען גייען אויס פון הונגער
א דריטע וועלט לאנד געווארן

אפשר איז שוין געקימען די זמן
אז מיר זאלן זיין זיכער
אז נאר איינער מאכט די פלאן
און אז ער איז אלס פארשטיין גיכער

אפשר זאלן מיר שוין זעהן אז סאיז נישט קיין איין
מענטש אדער לאנד פארזיכערט
אין מיט א וויירוס קלענער פון א האר איין
א האלבע וועלט צישאקלט און דערציטערט

יודן לאמיר זיך אויפוועקן אין זיך בענקן
צו אונזער פאטער און זיין היים
אפשר וועט ער אינז שוין עס שענקען
און אינז נעמען קיין ירשלים
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: קאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך ווייס נישט פארוואס איך האב עס נישט באמערקט ביז יעצט.
אייגנטליך ווייס איך יא, די קעפל פון די גראמען איז שוין אביסל אן אויסגעדראשענע טעמע.......
אלנפאלס, איז עס זייער שיין, שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: קאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הערליך הערליך.
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע: ביי די הויכע פענסטערס

Re: קאראנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

אפגעפינען אלטע קאראנע ווערק, ליינט און האט הנאה,

דאס לאנד - געשפאנט
אטאקעס נאכאנאד - פארדאמט
קעפ מיט'ן גרעסטן פארשטאנד
טאפן א וואנט

דאס יאר געשען זאכן
וואס געשעט נישט אין יארן
און האט אונז געטון אויפוואכן
אז משיח קומט שוין צו פארן

געברענגט מאמרים פון ספרים
סימנים אז מיר ווערן פריי
פארשפארן בתי מדרשים חדרים
ווייזט דאך אויף תש"פ

ביי שפוך חמתך ביים סדר
נאכנישט געקומען די גוטע בשורה
אריבער ניסן ליידער
אריבער די ימי הספירה


מען האלט שוין טאקע
נאך שבועות
מכה נאך מכה
אין משיח ווי-איז
אבער אם כל זה אחכה
ער קומט דאך שוין כמעט
בטחו בשם עדי עד

משיח איז נישט געקומען
אין צייטן פון קרייץ-ציגן
און אונז נישט אהיימגענומען
ווען אידן געפאלן ווי פליגן

דאך געגלייבט אונזערע זיידעס
נאכן באוויינען די אבידות
ווייל אין אלע זמנים
אנו מאמין

משיח איז נישט געקומען
נאכן פארברענען טויזענטער נשמות
און אונז נישט אהיימגענומען
נאך די וועלט מלחמות
דאך געגלייבט אונזערע זיידעס
נאכן באוויינען די אבידות
ווייל אין אלע זמנים
אני מאמין

ווי אויך אונז...

אפי' משיח איז נישט געקומען
און די צייטן פון קאראנע
און אונז נאכנישט אהיימגענומען
נאך אזאלכע טראגעדיעס ווי אין אריזאנע
דאך ווייטער מיר גלייבן
אז די וועסט איז בקרוב דערהייבן
ווייל אין אלע זמנים
אני מאמין

אפי' משיח איז נישט געקומען
נאך די שיסעריי פון די אנטיסעמיטן
און אונז נאכנישט אהיימגענומען
נאכן באקומען טיפע שניטן
דאך ווייטער מיר גלייבן
אז אויף כנפי נשרים וועסטו אונז הייבן
ווייל אין אלע זמנים
אני מאמין

אני מאמין
האבן אידן געזינגען
ווען די פייער צאנגען
פאר זייער אויגן געשפרינגען

אני מאמין
אפי' ווען טאטע און מאמע'ן
געגאנגען צוזאמען
אין פלאמען
אבער דאך אני מאמין...


אין א טינקעלע מינוט אין גלות
ווייס איך וואס מיין טאא"ל-איז...


בשעתן אנליינען
אויף די באנען
אינמיטן די טויט-מארטש שפאנען
ווען ארום מיט מיליטעריש עראפלאנען
אויך געטון דערמאנען
פונעם טרייסט דיינעם
דעם אני מאמין
האב איך פארשטאנען
אז אלע ע' עמים
דייטשן - קאזאקן - כנענים
וואס ווילן אונז פאר'סמ'ים
אונזער בלוט גיסן אויף די ימים
אבער פונעם קל רחום וחנון
פרעגט מען נישט קיין טעמים
ווייל ער טוט אלעס אויספלאנען
און פאר אונז אריינשיינען
דעם אני מאמין
אויך נאכן ליידן די אלע סימטאמען
האלטן מיר זיך אין די ראמען
אין מיר זינגען ווייטער די גראמען
אויף אני מאמין
ווייל 'נאר' דאס לעבט אונז אויף מער ווי די טייערסטע וויינען
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”