וואס איז גוט???

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

וואס איז גוט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

וואס איז יושר וואס איז גוט

וואס איז שלעכט אין געמיין

וואס איז רשעות וואס איז ריכטיג

וואזס איז מאוס און וואס שיין



וואס איז די ווארהייט

און וואס איז נישט

וואס מיינט גראדקייט

און וואס די אמת פארטושט



וואס זענען די אידיאלן

וואס זענען די פראנציפן

וואס זענען די שטראלן

צו וואס דארף איך שוויצן



וואס איז די מיינונג פון יושר

און גוט ווער פארשטייט

די ארימאן אדער עושר

ווער אויף די ריכטיגע זייט שטייט



די ליבראלן זאגען פרעך

נישט דא אזא זאך ווי ריכטיג

אין נארמאלקייט סאיז א שטעך

קיין פרונציפ איז זיי נישט וויכטיג



טוב ורע זיי טוען לייקענען

א מענטש איז סתם א באשעפעניש

פון מאראלן אפגוויינען

די פירער איז די תאווה אין טיפעניש



נישט דא קיין סבה פאר געבורט

און קיין סבה צי לעבן

די וועלט א מיינוגלאזע ארט

די נשמה פאר אימזונסט זיי געגעבן



די סאשעליסטן און זייערע נארישקייטן

איך ארבעט יענער נעמט

יעדער גלאייך קיין פארשודענהייטן

די עושר און וואסער פארשוועמט



פון ווי האט ער די רעכט צו מאכן

געלט פון די מאסן

פון טעקסס דער עושר זאל קראכן

אים פארשעמען אין די גאסן



די אלע שיטות ווילן טוישן

די אמת פון די וועלט

ליידגע גערוישן

פארקערט פון וואס הקב''ה האט אוועקגעשטעלט



מיר האבן די תורה און ווייסן

וואס מיינט אויסגעהאלטן

וואס הקב''ה טוט הייסן

פאלגט מען איבעראל אן קיין שפאלטן



ווייל רצון השם די איינצוגסטע טייטש

פאר ריכטיג יושר און ווארהייט

פארקערט פון די אמירעקאנא רוס און דייטש

נאר אין די תורה די אמת אריינגעלייגט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: וואס איז גוט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

הערליך שיין.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס איז גוט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פיק ניק האט געשריבן:הערליך שיין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: וואס איז גוט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

מוראדיג שטארק, פעלט דאך שוין נישט אויס יענץ גאנצע אשכול.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס איז גוט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”