גרינע ציגל.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כלל ישראל אין אירע העלסטע פארבן האבן געווארפן געלט פאר די שיינענדע שלוחים, ר׳ שלמה און זיין גווארדיע. נאך אזא טאג:

בס״ד

--

ליידיגע טייסטער
אנצופולן הייזער
שטארקן גייסטער
און זיין א וועג ווייזער

געמיטער פארצער׳טע
פון ענדלאזע גארן
די ציהל אויסגעווארטע
פאר זיי אויפשפארן

צו פנימער פארקרומטע
געשריגן בקול רמה
פאר די שטובער פארשטומטע
א שמייכל, א נחמה

שווארצע עתידות
מיט גרין פארדעקט
אנטוישונג און ירידות
אונטער איר פארשטעקט

שטראלן פונדערווייטן
פונקען פון האף
זיך רופן ׳א טאטן׳
און נישט ׳א בעל חוב׳

נאך א דאלער
נאך א טראפל
ר׳ שלמה העלפן זאלער
מיט איר נאך א קאפל

אידן צוזאמען
קליין און גרויס, לך כנוס
פלאנצן נייע שטאמען
וואס פון זיי וואקסן ארויס

שיכטן און קרייזן
וואלוטעס אלע מיני
געקומען זיי אויסלייזן
מיט 6 מיליאן גרינע

געגרייכט דעם ציהל
פון אנהייבן א וועג
ברענגען פאר פיל
פרוכטבארע טעג

נשמה׳לעך געפארעמט
פאר אומגליקליכע פארן
וועלטן געשטורעמט
עולמות געבארן

השם מי כעמך
ישראל גוי
א שטאנהאפטיגע בר סמכי
זיי פארבלייבן גענוי

מלאכים גלאצן מיט קנאה
בניך ובוניך תיקרי
א מזמור פון קינה
כי שם השם נקרא

מיט דיר איין
עולה רגל זיין
ארויף דעם בארג גיין
מער נישט ׳אליין׳

באניי אונזער וויגל
דיין וועלטל זיי מקיים
מיט די 6 מיליאן ציגל
בנה ירושלים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טאלאנטפול!! ש'כוח!!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הערליך, רייך, גרין, און הארציג.

כלל ישראל איז דא פאר כלל ישראל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך שיין.
ויש להוסיף ע"ד הדרוש לויט ווי ס'שטייט אין די ספרי דרוש אויפ'ן פסוק 'הַקָּטֹן יִהְיֶה לָאֶלֶף, וְהַצָּעִיר לְגוֹי עָצוּם; אֲנִי ה' בְּעִתָּהּ אֲחִישֶׁנָּה, אז היות 'אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, איז כדי מחיש צו זיין די גאולה וועלן מוזן געבוירן ווערן אסאך קינדער אויפאמאהל, א"כ האט די קאמפיין טאקע א גרויסע חלק אין הבאת המשיח שיבא בב"א
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ענדע צדיק! האט געשריבן:באניי אונזער וויגל


געמיינט קודם אז סאיז א מליצה..
בוני-באניי
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

הערליך!
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

אוראייניקל האט געשריבן:הערליך שיין.
ויש להוסיף ע"ד הדרוש לויט ווי ס'שטייט אין די ספרי דרוש אויפ'ן פסוק 'הַקָּטֹן יִהְיֶה לָאֶלֶף, וְהַצָּעִיר לְגוֹי עָצוּם; אֲנִי ה' בְּעִתָּהּ אֲחִישֶׁנָּה, אז היות 'אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, איז כדי מחיש צו זיין די גאולה וועלן מוזן געבוירן ווערן אסאך קינדער אויפאמאהל, א"כ האט די קאמפיין טאקע א גרויסע חלק אין הבאת המשיח שיבא בב"א

ר' ישראל שטערן האט אמאל געזאגט ביי איינע פון די בוני עולם דינער'ס אין מאנסי אז ס'שטייט דאך 'אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, און ס'שטייט אויך 'אין בן דוד בא עד שיכלו הפרוטות שבכיס, האט ער געזאגט דער עולם זאל מאכן שיכלו הפרוטות שבכיס און בוני עולם וועט ארבעטן אויף שיכלו כל הנשמות שבגוף. ודפח"ח!!!
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

הערליך הערליך הערליך!!!
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ענדע ווי אייביג.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: גרינע ציגל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ענדע ווי אייביג.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”