געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד

סקומט די כלה
מאכטס די הארץ ריין
סשרייען אלע
זי איז אחד איין

די ווייסע פליגלען אויסגעשפרייט
די אטמאספער איז געהויבן
אריין צום שבת מגייט
ספרייען אפילו די טויבן

די טיש געדעקט
די הכנות די לעצטע מינוט
די חלות שמעקט
און די שבתדיג שיך אריין א טריט

מען טוישט זיך לכבוד גאסט
די שטוב איז משנה צורה
אסאך עסן ווי נאך א פאסט
הד' קומט צו אונז אין דירה

די געפילו שטורמען
ווארטען מיט ליבע
ווען וועט זי שוין קומען
אונז אויף לייכטן מיט חיבה

די טאג וואס איז איינציג
די טאג וואס די באשאף גענדיגט
איר פראכט איז גלאנציג
פארבלייבן וועט זי אויף שטענדיג

די טאג וואס עידות אויף באשאף
די טאג וואס די רעה נישט קיין שליטה
מער פון דעם ווער דארף
די טאג וואס מען דארף נישט די פרוטה

די טאג פון ריין און לויטער
די טאג פון הייליגקייט
לעכטיג ווערט ווען די שוועל שבת טרעט איבער
און איר השפעה א גאנצע וואך באגלייט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
פראמאוויטש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:32 am

Re: געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראמאוויטש »

ס'קומט שבת, מ'גייט זיך ווידער זען מיט'ן רבי'ן ביים טיש, און וואספארא פנים האביך מיך אנגעמאכט דורכן וואך, אז כ'זאל דעם רבי'ן נישט פארשעמען, אז אזעלכע חסידים האט ער, אזא עבודה וועט ער מוזן אנדרייען, און מיך פארגיטיגן פאר נאך א וואך השפעות, און נאך צייטן שמחות, און פארווישן מיינע פאלשע מעשים, אומ'שלימות'דיגע מצוות, און ווער רעדט נאך פון מיין לערנען און דאווענען.
א פחד, אבער א שמחה. ווייל אז א טאטע גלעט – כאטש ס'איז א רמז א שארפע, אז מיר דארפן זיך באפלייסן און פארבעסערן, אבער ס'איז א גלעט, און ס'איז פונעם ליבער פאטער.
איך ווייס דאך שוין גוט, זייער פיין, אז ווען ס'מאכט זיך אז איך בין פארזינדיגט און פארקראכן, און ווען וועלט איז געווען וועלט, האט מען דערפאר געברענגט א אשם חטאת און עולה. און שפעטער האט מען דערויף אפגעפאסט און מיט סיגופים זיך געלייטערט. קומט היינט דער רבי מיט זיין ליבע אהבת ישראל ביז מסירות נפש, און נעמט אלעס אויף זיינע עלטערע שוואכע פלייצעס, און ווייל משה זרח האט פארשמעקט א שטיק גשם, דארף דער רבי זיך פייניגן און לייטערן אויף זיין חשבון.
איז דאס יושר, איז דאס גלייך? אבער וואס טוט נישט א רבי פאר זיינע ליבע נשמות וואס קלאמערן זיך ארום עהם, און קוקן ארויס אויף פירות גוטע און שיינע, וועט ער דאס זיי געבן אן א פיפס און אן דערמאנען זיי ווי גרויס איז געווען די ארבעט זיי רייצואוואשן לכבוד שבת – לכבוד די קומענדיגע גרויסע טעג.
אבער וועט דאס זיין לרצון, וועל איך מיך קענען שטעלן מיט'ן פנים צום רבי'ן און עהם אנקוקען מיט אזא גלייכקייט? וויאזוי וועל איך מיך שפירן ווען כ'וועל אריבערלויפן געבן לחיים, און ס'וועט עהם מעגליך עקלן צו זען מיינע זעק שמוץ וועש, אזויפיל אפגעפטר'ט א וואך מיט גארנישט און נישט. און ווי איז מיין בושה, ובאיך אנפין ניקום קדם מלכא רבנן?
אבער ההכרח לא יגונה ולא ישונה, אז יעדער וועט אריבעלויפן געבן לחיים, וועל איך מיך נישט אפהאלטן – כאטש מיין פלאמיגע בושה צו שטעלן א טריט נענטער און באווייזן מיין פעך שווארצן נשמה געזיכט. און כ'פארמאך שוין מיינע אויגן מיט גיכע תשובה געפילן, זאל עס זיין א באווייז אז איך האב חרטה און כ'וויל זיין וואויל, און כ'וועל זיין וואויל.
מ'קומט נענטער און מ'שטופט זיך אלץ שנעלער, און אט – דער רבי מיט א שמייכל מורמעלט מיר – לחיים לחיים – אה... האסט מיך דערהויבן... האסט אין מיר טראסט הייסט עס. איך וועל אנהייבן א נייע בלעטל, שוין יעצט וועל איך טרונקן א גלעזל משקה לכבוד דעם.
לחיים לחיים, ס'קומט א נייע התחלה, ס'קומט א דערהויבענעם נשמת, און א ווארימע תהילים, א לעכטיגקייט אינעם נשמה וואס באלייכט אלע חברים וואס גריסן מיר מיט ליבשאפט, גוט שבת גוט שבת... מ'זאל האבן אויסגעבעטן און גע'פועל'ט אלעס גוט'ס און פיין ולשנה טובה נזכה מיט אלע גוטע השפעות אמן.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אמן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

שכח
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
פראמאוויטש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:32 am

Re: געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראמאוויטש »

ס'קומט שבת און תוך אנגרייטן די קנייטלעך און נאך הכנות, זינג איך מיר אונטער א תנועה'לע...
משמע אז איך קען מחבר זיין א ליד? אויך ווען כ'לערן מיר דעם בלעטל גמרא רש''י תוס', און מיט'ן מהרש''א שיינט אראפ אזא תנועה מיט פארגענוגן...
אבער פאר וואס ווען וואו, און כ'האב שוין פארגעסן דעם טאהן... ס'איז מיר ארויסגעפלויגן פון מחשבה – די ערשטע פאל ווען כ'האב פראבירט ממשיך זיין מיט א צווייטע פאל, גראדע א שיינע זיסע הארציגע תנועה געווען...
שיר השירים אשר לשלמה... זינג איך מיר ווידער א פרישע תנועה מיט'ן הייליגן גייסט פון ריינקייט נאך א טבילה לכבוד שבת קודש, און מעביר סדרה געווען, און אט די תנועה איז אזוי פאסיג מיט'ן העכערן פאל, וואס איך האב אקורשט ארויסגעזיפט פון טיפענישן נשמה אוצר מיינע, אבער ביים דריטן פאל געדענק איך שוין נישט דעם ערשטן.
קוקט אויס אז ווי די מלאכים וואס ווערן באשאפן פאר איין איינציגע מאל צו זאגן שירה, וסיומא לעלם – זיי ווערן בטל ווען זיי זינגען אפ זייערס. אזוי אויך די תנועה'לעך... זיי זענען נישט אויף צום האלטן. א תנועה'לע ווי א צייטווייליגע גאסט, און נאך שנעלער ווי א מחשבה וואס לויפט אריבער אין געהויבענע מאמענטן, און ס'נישטא מער אין די האנט. ס'האט אפגעדינט זיינס!
ס'משמע, יש תנועה'לע שקונה עולמו בשעה אחת...
פראמאוויטש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:32 am

Re: געפילן - ערב שבת 6 מינוט פארן זמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראמאוויטש »

וואס קען זיין מער א דורכפאל א האלבע שעה פאר'ן זמן הדלקת נרות, אז מ'האט פארזעהן די גארביטש טראק אוועקפארן, און ס'ליגט אנגעלייגט זיבן ריזן זעק אפפאל, און דאס קומען געסט אויף יו''ט שחל בשבת, און גארנישט.
אויב דאס איז א דורכפאל, וואס איז ווען מ'כאפט זיך דאן אז די טשולענט און זופ זענען נישט אפגעקאכט, ווייל מ'האט עס געלייגט אויפ'ן פייער א שעה צוריק און פארגעסן אנצונדן דעם פלאם, און בלויז די געז האט געארבעט...
הייסט עס א דורכפאל, וואס מ'דארף זיך האלטן אין די ראמען? און טאמער האט מען בטעות אריינגעווארפן נאך א שטיק בהמה פלייש אינעם טאפ, און מ'כאפט זיך אז ס'איז די קאמפאט וואס קאכט נאך אויפ'ן פלאם...
ווען יאנקל וויל שנעל אנצונדען די שבת זייגער, און בטעות שטאלפערט ער איבער'ן די שבת טיש - און טראאךךךךך איז דאס א דורכפאל מער ווי א צווייטע?
עה! זרח באקלאג דיך נישט, ווען דו זעסט אז ס'איז מינוטן פאר'ן זמן לעכט בענטשן, און שרה'לע צו בערעלע האבן נישט אויפגעהויבן די שפילצייג, און די רעבעצין האט פארגעסן עפעס וואס דו האסט אזוי געוואלט דווקא אויף יו''ט, און אז די גלעזל גרעיפדזשוס האט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן נייעם העמד.
אסאך האבן דורכפעלער, און יעדער באהאנדעלט עס אנדערש, און אין הדבר תלוי אלא בך! די מילעך איז אויסגעגאסן, אבער דיין כעס איז נאך אין דיין האנט!
א פרייליכע ערב שבת ויו''ט און א גוט געבענטש יאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”