גע׳טריי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד

--


שוין פאריאר
און צוויי גאר
און בעפאר
שוין פרובירט
קלאר

שרייען
באנייען
און טרייען
מיין וועג
צוריקדרייען

צוריסן
צוביסן
מיין געוויסן
די יאר
אזוי צי שליסן

שטרעבן
נישט אויפגעבן
א ניי לעבן
טאטע
דיר גיבן

א פארשפרעכער
צי זיכער
גיין העכער
און פארשטאפן
די לעכער

אבער אופ
צוריק אראפ
אין גאלאפ
איך לויף
שטעל אפ!

צו אלטע
מיאוס צוביילטע
וועגן קאלטע
עולם הזה
משמנה מסלתה

כדלים וכרשים
די חדשים
חטאת ואשם
זיך צובלאזן
כעשן בעשן

און ווידער
די גערודער
סליחות לידער
איך וויין
מיט מיינע ברודער

אין פארדרוס
נאכן זעהן דאס
איז מיט וואס
זיך שטעלן
צום בעל הבית

בעטן פריש
ווען צום טיש
גארנישט
ברענג איך
נישט

זוכן שוץ
כ׳פיבער, שוויץ
ס׳קיין וויץ
בלויז הבטחות
וואס ברענג׳ך חוץ?

אבער טאטע,

מיטן נייען מעסער
עפן גרעסער
די שלעסער
ווייל מארגן
אאאמ, וועט זיין בעסער

איי נעכטן
געטרייט פאררעכטן
און פארקנעכטן
דעם יצר
שחט׳ן

נאך תש״פ
איך גיי
עפעס ניי
גיבן
א טריי

כ׳וועל שרייען
פון הארץ ווייען
דאס מאל מיר גייען
אמת׳דיג.
טרייען!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך! וואף!
א ריעל ענדע צדיק שטיקל!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

הערליך און קונצליך
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ענדעצדיק׳דיג!!!

ווי ר׳ זושא פלעגט זאגן איי נעכטן האב איך אויך געזאגט, אבער היינט מיין איך דאס אמת׳דיג,
איי נעכטן האב איך אויך געזאגט איך מיין דאס אמת׳די, אבער היינט מיין איך שוין טאקע אמת׳דיג!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

קונצליך ביז גאר
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

הערליך הערליך!! א שטיק ענדע!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

אויסנאם הערליך געשריבן מיט וואונדערבארע טאלאנט
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שייייייייייין!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ציקערדיג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: גע׳טריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טענק יו.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”