בליזארד פראיעקט - מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

בליזארד פראיעקט - מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בליזארד פראיעקט - ווינטער תשע"ה

ווי עס איז באריכטעט אין א שכינות'דיגער אשכול, זאגן די וועטער נביאים אז עס קומט א ריזיגע שניי שטורם, א בליזערד! גענוי וויפיל אינטשעס צו פיס שניי וועט פאלן קען מען נאך נישט וויסן, אבער הכל מודים אז עס קומט מיט א גרויסע שפע. ככל הנראה וועלן ביזנעסער זיין געשלאסן, ישיבות פארמאכט, מענטשן איינגעשפארט אין זייערע היימען. מאנכע האבן שוין אנגעהויבן זיך צו זארגן "וויאזוי גייען מיר אדרוכשטיפן דעם לאנגן טאג אינדערהיים?" אשרי מי שעמלו בתורה, און קען זיך זעצן לערנען 6-8 שעה אומגעשטערט, אשריו. אבער רוב פון אונז זענען - ליידער - נישט ביכולת דאס צו טוהן. נו, מיר האבן שוין גלערנט אביסל געזאגט תהלים זיך אראפגעלייגט, נאכאמאל געגעסן. שוין געזאגט פרשת המן שמו"ת. אבער וואס יעצט??
איך האב נאך עטליכע שעה און גארנישט וואס צו טוהן!! וואס טוה איך מיט מיין בחור'ל?

מורי ורבותי! איך האב א פלאן!

דער ערשטער ספר פון אונזער מפעל האלט שוין ביים לעצט פאזע פון ווערן אפגעטייפט.
מיר דארפן נאך מעתיק זיין בערך 70 עמודים. דאס אלעס!!!
די הגהה האלט שוין בערך ביי 10% פון דעם ספר.

לאמיר מאכן דעם בליזארד טאג, א טאג פון ענדיגן די העתקת ספר בנין שלמה!!!

לייגט אריין במשך דעם טאג א שעה צוויי, און דער ספר איז פארענדיגט!!!
גדול כח הרבים!!!


איך בעט ווער עס וויל זיך משתתף זיין און מתנדב זיין וואלונטירן עטליכע שעה, אדער עטליכע עמודים, דעם מאנטאג נאכט - מיטוואך צופרי תקופה, זאל ביטע זיך מעלדן דא אדער צו מיר באישי/אימעיל. עס ווערט געזוכט מעתיקים, און מגיהים, און מצייני מ"מ.

איר האט א בחור'ל אינדערהיים, אנשטאט זיך ארומשלאגן מיט איהם, גיבט איהם א בלעטל און זייטס מפענח צוזאמען. זאל ער זיך אויסלערנען וויאזוי מען דרוקט איבער א ספר. די שוועריגקייט פון מעתיק זיין פון כתבי יד. די מקום פאר טעותים און ספיקות. זאל ער זיך אביסל אויסלערנען צו טייפן יידיש. זאל ער אויסגעפונען ווער ר' נתן מאז זצ"ל איז געווען. וואס פראנקפורט איז געווען.

אויב זענט איר נישט שייך צו טייפן, קענט איר אלעמאל נעמען א פאר עמודים און מגיה זיין און צולייגן מראה מקומות. נעמט א עמוד, גייט דאס אדורך מיט אייער יינגל אדער בחור'ל, ווייזט איהם וויאזוי מ'טרעפט מראה מקומות, וויאזוי מ'ווייסט וואס א טעות סופר איז און וואס מ'מעג טוישן און וואס נישט.

דאס איז א לעבנס לערע, וואס ער וועט אייביג געדענקן!

און פאר אייך/פאר אונז איז דאס א געוואלדיגע אופן פון אויסנוצן די צייט אויף א תורה'דיגען נוצבארען וועג.


מיט דאנק,
מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

א ריזן דאנק אייך הרב יידישע קהלות, פאר'ן אונז געבן די זכיה, אנטייל צו נעמען אין אזא הייליגע פראיעקט

אויב וועלעך נישט ארבעטן, וועלעך אי"ה נעמען א חלק דערין

זאל השי"ת העלפן א די זכות פון אותו צדיק זאל אויף אונז מגין זיין בזה ובבא
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

וועלכע בלעטער זענען נאך עוועילעבל?

איך וועל נעמען בעזה"י פון 327 און וועל פרובירן צו גיין ביז 351
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אשריך סטראשעלע פאר נעמען 25 עמודים!!!! (דאס איז בנוסף צו כמה עמודים וואס ער האט שוין פארענדיגט!)
זכות המחבר וזכות הדפסת דברי תורה יעמדו לך להתברך בבני חיי ומזוני, ובכל מילי דמיטב.

רבותי, רופט אייך אן "ווארעם"...
נאך 50 עמודים געבליבן. לאמיר דאס מסיים זיין במשך דעם בליזארד אוו 2015
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

אם אהיה סגור ומסוגר, כפי המשוער, אז אשתדל בעז"ה להעתיק לכה"פ 5 דפים
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

כבוד הרב יודישע

אני מוכן לקבל עוד כמה דפין, נא לשלוח לי

יישר כח
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

שלחתי
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הגם איך בין זייער אנגעשטרענגט מיט ארבעט
אבער איינס אדער צוויי בלעטלעך עמיר מנדב זיין
נו, ר' יידישע, שיק!!

שכרך הרבה מאוד!!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יהיה כן - "שכרינו..."
שלחתי.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

היות א גרויסער חלק פון דער עולם איז שוין אינדערהיים, און דער שטורעם זעט אויס צו זיין גרעסער און שטערקער ווי געפלאנט. רוף איך נאכאמאל אויס מיט א בקשה:
טייערע פריינט, קומט לאמיר צוזאמען אויסנוצן די צייט מיט א תורה'דיגע, געשמאקע און באגייסטרייכע פראיעקט. איר וועט אליינס אנטוויקלען א געפיל צו כתבי יד און צו מעתיק זיין.
איר וועט באמת הנאה האבן. גאראנטירט!

דאס איז אלעס חוץ פון די גרויסע זכיה צו זיין א מברר מקחו של צדיק, און ארויסנעמען דברי תורה וועלכע זאמלען שטויב אין א גוי'שע ביבלאטעק פאר איבער 200 יאר!
די זכותים פון צוהעלפן א פריערדיגן גדול איז גאר נישט משער צו זיין.

עם ה' חזקו ונתחזקה!!!

מיר האבן א סך הכל פון בערך 50 עמודים נאך צוצוענדיגן פאר העתקה.

רבותי לייגט צו א האנט - און מיר וועלן דאס ענדיגן נאך היינט.
היום אם בקולי תשמעו!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

לכבוד דעם בעפארשטייענדן בליזאר פון תשע"ו הבעל"ט, וויל איך בעטן ווער עס קען עפעס זיך אונטערנעמען אויף דעם מוצש"ק און זונטיג ווען, כנראה, וועט מען בלייבן איינגעשפארט אין די היימען, מעתיק צו זיין אדער מגיה זיין די גאונישע תשובות פון הגרש"כ זצ"ל "בית הבחירה".
ברוך ה' מיר האלטן שוין בערך ביי 50% פון די ארבעט, מיט די געטרייע הילף פון טייערע מתנדבים פון דאהי און אין ארץ ישראל.
מיר נויטיגן זיך אין מעתיקים און מגיהים אויף די תשובות.
ווער עס האט א חוש פון אויסארבעטן א תשובה מיט די ריכטיגע טרעפליכע הערות ומ"מ ווערט געבעטן זיך צו פארשטענדיגן מיט מיר, און מיר וועלן שיקן חומר וואס איבערצוארבעטן.
אין דעם זכות, זאלן אלע אחב"י ניצול ווערן משעות הרעות, און קיינער זאל נישט געשעדיגקט ווערן, נישט דורך די וועטער-פארבינדעטע סכנות, און נישט דורך שונאי ישראל די בכל אתר ואתר. המקום ירחם על אחינו בני ישראל בכל מקומות מושבותיהם, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א אנגענעמער ווארימער שבת קודש, מיט א וואך פול מיט נחת און הצלחה.
ידידכם
יידישע קהילות
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך זעה דעם אשכול די ערשטע מאל מיין איך, וואס האט זיך אויסגעלאזט מיטן פאראיאריגן ספר?

דו ביזט דאך מורא'דיג מיט דיינע רעיונות.
שרייב תגובה

צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”