אינטער שמש האט געשריבן:פון די roosa gap דעוועלאפמענט וועט די שטאט נישט וואקסען , נאדא זילטש
דאס איז אלעס זומער הייזער פאר נגידים און די סטייל פון די הייזער ווי אויך די 'לאקעישאן' מאכט עס אומפאסיג פאר סתם עמך ,איינוואוינער פון שטאט
דערפאר טוט מיר וויי ווען מ'מעלדט מיט פאטאס אז ב"ה מ'בויט , כאילו דאס האט עפעס מיט'ן ישוב
עטס קענטס די זעלבע זאך מעלדען מיט גרויסע אותיות אז ב"ה א גרופע יודען חסידי דינוב קומען זיך באזעצען דא...
(דינוב קאנטרי/קעמפ איז נישט ווייט)
די שאלה איז האט די שטאט פאטטענשעל?
נאר אויב / ווען מען וועט עפענען די שטחים לאנד נעקסט צו די דעוועלאפמענט ,און בויען אזוי אז ס'זאל ציען מענטשען ארויס צוקומען וועט די שטאט האבען א עתיד
לעת עתה ,מיט די אלע הייזלעך וואס איז דא צו האבען וועט מען נישט אנקומען צו 200 'תושבים'
יא , איך בין אביסל דראמאטיש אבער דאס איז דער 'מציאות'
נאר למען האמת די זומער הייזלעך זענען זייערווחכטיג פאר הצלחת השטעטל ווייל עס ברענגט אהין די נגידים/ נדיבים וואס לאזען זיך קאסטען גרויסע סכומים אהערצושטעלען דאס פלאץ ,א שטייגער ווי ר' משה יואל מזרחי נ"י וואס האט אהערגעשטעלט א ביהמ"ד א כבוד און א פראכט,וכדומה
וואס דאס פעלט זיך זייער אויס אויף א פלאץ מיט איינוואוינער פון דעם סארט ווי בלומינגבערג....
עניוועי,איך קוק ארויס אויף די הצלחה פום דעם ישוב
ערעב איד במחילת כבודך רעדט איר געבראטענע שטותים.... פון קליינע דעוועלעמענטס דא דארט איז דא סאך בעסערע טשענסעס פאר סוקסעס ווי איין גרויסע.....
נעם וואלנאט רידזש פאר אן עקזעמפעל, סאיז אפילו א גאס ווייטער ווי אלד ראאסע געפ און סאיז געווען דארט 4 זוממער הייזער און יעצט איז ארויפגעקומען נאך 9 הערליכע הייזער ווי משפחות לעבן דארט בהרחבת הדעת! דעיס אז סאיז דא זוממער הייזער פון פאראויס מאכט עס נאר גרינגער צו בויען דארט ווייטער הייזער ווייל אז סאיז שוין באוואונט קומען מענטשען גרינגער.....
כווייס נישט פונקטליך וואס דיין ציל דא איז, אבער איר זענט כלל נישט גערעכט, די געגענט האט ערענסטע פאטענשעלס און סגיבט גאר אסאך צו צום שטאט!