קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יונה האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:שוין דא לעקטער אין בלומינגבערג?

האלב יא און האלב נישט. די טשענסטנאט רידש געגענט האט שוין צוריקבאקומען 2'ע באנאכט.
ביהמ''ד אור החיים און די גראסערי האבן לעקטער ב''ה. אבער די איבריגע מעין סטריט און אנדערע גאסן ארום האבן נאכנישט.

די תלמוד תורה/בית רחל האט אויך נישט, אבער ב''ה אלעס גייט אויפן געווענליכע סדר דערווייל דורכן הילף פון א גענעראטאר און די געטרייע ארבעט פון די בילדונג מענעדשער וואס האט זיכער געמאכט אלעס זאל זיין צוגעשטעלט דאס בעסטע לויט די אומשטענדן.


נאר טשעסטנאט רידזש האט שוין? אור החיים איז נישט אין טשעסטנאט רידזש.
לעצט פארראכטן דורך יואל שרייבער אום דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 1:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

יואל שרייבער האט געשריבן:נאר טשעסטנאט רידזש האט שוין? אור החיים איז נישט אין טשעסטנאט רידזש.
מיין קרוב וואוינט אויפן בלאק פון אור החיים, עס זעהט אויס ווי זיין טעלעפאן ארבעט נאכנישט.

בייגעלייגט א מאפע פון די לעקטעריק פירמע. די ליכטיגע חלק האט לעקטער און די טינקעלערע נישט. ביהמ"ד אור החיים האט זיך מיטגעכאפט מיט די וואס האבן יא, פון דארט אין ווייטער אראפ מעין האט דערווייל נישט.
אטעטשמענטס
oru.jpg
oru.jpg (103.36 KiB) געזען 2699 מאל
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

אייווי לעין (גראד הונטערן דעוועלאפמענט) האט נאכניש לעקטער

געווען א גרויסע שריפה דארט נעכטן
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

נייע בתי מדרשים...........
אטעטשמענטס
נייע בהמד.JPG
נייע בהמד.JPG (64.16 KiB) געזען 2416 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

די דיוועלאפמענט איז שוין גענוג גרויס פאר 2 בתי מדרשים? קע''ה.
עס גייט הייסן ביהמ"ד קערעסטיר דסאטמאר?...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

סטיטשינער האט געשריבן:די דיוועלאפמענט איז שוין גענוג גרויס פאר 2 בתי מדרשים? קע''ה.
עס גייט הייסן ביהמ"ד קערעסטיר דסאטמאר?...

סיי אויב מיינסטו און שטח סיי אויב מיינסטו און מענטשען איז נאך פלאץ פאר נאך א שיינע פאר שולן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

חסד השם האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די דיוועלאפמענט איז שוין גענוג גרויס פאר 2 בתי מדרשים? קע''ה.
עס גייט הייסן ביהמ"ד קערעסטיר דסאטמאר?...

סיי אויב מיינסטו און שטח סיי אויב מיינסטו און מענטשען איז נאך פלאץ פאר נאך א שיינע פאר שולן

100 מישפחות 10 מינינים
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

Clm האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די דיוועלאפמענט איז שוין גענוג גרויס פאר 2 בתי מדרשים? קע''ה.
עס גייט הייסן ביהמ"ד קערעסטיר דסאטמאר?...

סיי אויב מיינסטו און שטח סיי אויב מיינסטו און מענטשען איז נאך פלאץ פאר נאך א שיינע פאר שולן

100 מישפחות 10 מינינים


דאכט זיך נאנט צו 140 משפחות.

מסתם האבן אסאך פון זיי עלטערן און אנדערע געסט אויף שבתים און הויפטזעכליך אין די ווארעמע חדשים פונעם יאר
ישראל אשר בך אתפאר
רעלאטיוו
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:26 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעלאטיוו »

נעמט אינאכט, טאקע נישט אזא גרויסע געגנט אבער חוץ די ארום 100 איינוואוינער פון טשעסטנאט רידזש קומען אויך די וואס וואוינען אין די שכינות, צוזאמען מיט די אורחים און בחורים אין יונגלעך, שטעלט זיך צוזאמען א מספר פון ציווייניגסטנס 200 זיץ פלעצער, און צימאל פיל פיל מער. מען קען רואיג ניצן נאך בתי מדרשים.

#האקט
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

rps20200807_140612.jpg
rps20200807_140612.jpg (233.46 KiB) געזען 1907 מאל
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

סראלי האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די דיוועלאפמענט איז שוין גענוג גרויס פאר 2 בתי מדרשים? קע''ה.
עס גייט הייסן ביהמ"ד קערעסטיר דסאטמאר?...

סיי אויב מיינסטו און שטח סיי אויב מיינסטו און מענטשען איז נאך פלאץ פאר נאך א שיינע פאר שולן

100 מישפחות 10 מינינים


דאכט זיך נאנט צו 140 משפחות.

מסתם האבן אסאך פון זיי עלטערן און אנדערע געסט אויף שבתים און הויפטזעכליך אין די ווארעמע חדשים פונעם יאר

איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי איינער »

איך פלעג מיר אויך אמאל וואונדערן פארוואס אין וויליאמסבורג דארף זיין עטליכע קלענערע בתי מדרשים אויף יעדע גאס. זאל יעדער דאווענען אין א גרויסע שול.
ביז איך בין געוואויר געווארן דעם סוד אז אדם רוצה בקב שלו, מתשעה קבין של חבירו
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft
אטעטשמענטס
135415.jpeg
135415.jpeg (393.01 KiB) געזען 1691 מאל
135440.jpeg
135440.jpeg (411.4 KiB) געזען 1691 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

Wow סוי קהל יטב לב גייט שנעל דארפן בויען א גרויסע ביהמ"ד
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

מארגן האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:ער איז שוין אוועק געגאנגען?


יא

וואוינט היינט אין בלומינבורג

נאך נישט


אקעי, איך קריג מיך נישט

איך האב געהערט עטליכע וואכן צוריק פון א איד וואס איז אין בלומינגראוו אז ער האט זיך שוין אריבערגעצויגן, קען זיין אז נישט.

עטליכע וואכן צוריק זיכער נישט

ער מופט די וואך
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
ליל שישי
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליל שישי »

Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

נישט ריכטיג. לויט מיין איפערמאציא רעדט מען יעצט פין בויען א בנין פין 2700 SQ FEET אין נאכדעם צובויען אי"ה נאך
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

ליל שישי האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

נישט ריכטיג. לויט מיין איפערמאציא רעדט מען יעצט פין בויען א בנין פין 2700 SQ FEET אין נאכדעם צובויען אי"ה נאך

ר' זיידל האט אפגעקויפט די הויז פון די דעוועלעפערס?
דאס איז פיינע נייעס ב"ה
און ווער בויעט די בנין?
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

די שאלה קענסטו פרעגן איבעראל.. און די תירוץ איז פשוט אז יעדער וויל זיין'ס
איך בין געווען דעים שבת און בלומינגבורג סא לאמיר שערין אביסל אינפאו פארן ציבור.
ב"ה עס איז זייער א שיינע יושב די זון שיינט הערליך דארט עס איז זייער רואיג און איינגעניעם
יא עס איז א פאקט א מציאות אז עס איז א יושב פון בערך 150 תושבים די אלע הייזער און די דעוועלפמענט זענען פוהל אלעס פארקויפט
אזש אז ביהמ"ד בית יהושע איז איבער געפאקט עד אפס מקום
ב"ה אז עס איז שוין דא נאך א בית מדרש'ל און די דעוועלפמענט מיט נאמען "קערעסטיר" וואס גוט פיינע קדישים מיג גוטע וויסקי און הערינג
עס לעבט זיך דארט זייער שיין.. אגב עס הערשט אביסל אזא פאר'פרימטע אטמאספערע אבער נישט יעדעם באדערט עס.. (רוב תושבים אדער כמעט אלע גייען מיט בלעק ענד ווייט גלעזער) אבער עס איז א ברידערליכע און היימישע אטמאספערע
די אנדערע "ביהמ"ד אור החיים" איז ממש א פראכט א הערליכע פלאץ שיין צוגערישט מיט קאווע אא"וו די מצב דארט איז אביסל מער .. ווייל עס נעמט אריין מער די תושבי פון די הייזער ארים
די באדן איז גרייט פאר א נייע גרויסע דעוועלפמענט אויף winterton פון בערקאוויטש
די מוסדות איז ב"ה זייער שיין מצליח די קלאסן ווערו מער פילער און מען צאלט שוין די איינגעשטעלטע און צייט..
הערליכע = גראסערי. פיש סטאר. הארדווער .שיך סטאר'ס. יודאיקא. און נאך מער..
די עיקר איז אז דער עולם דארט קוקט אויס זייער צופרידן!
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

וואס??????
מיינסט אוודאי 22 האנדערט סקווער פיס.
די גרעסטע שולן און די וועלט זענען נישט קיין 22k סקווער פיס
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

כ'זעה דו קענסט נישט די נאדבורנע שפראך....
היינט גיב איך א פופציגער פאר די נאדבורנא גבאי הרה"ח ר' הערשל בלייך (עירוב), וואונטשט ער מיר אז די נעקסטע נתינה זאל באשטיין פון א נישטיגע 50 אלפים.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

עס הייסט 4 שטאק, 5,500 סק פס א שטאק.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

סטיטשינער האט געשריבן:
איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?


ס'איז דא אידן וואס גלייכן צו דאווענען אין אן אייגן בית המדרש'ל וואס איז נישט אפילירט מיט "קהל", ליבערשט ווי אין א גרויסע צענטראלע בית המדרש מיט אלע אירע בעניפיטס און חסרונות.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

Kollel האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?

נאדבורנא גייט זיין 22k sq ft

עס הייסט 4 שטאק, 5,500 סק פס א שטאק.

ווי פונקטליך הייסט עס אזוי?
האסט אפשר פלענס?
פון ווי למשל האט ער די געלט און די מענטשען דערפאר?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

להודיע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
איז אויב מעג איך פרעגן א שאלת תם, פארוואס נעמט מען זיך נישט בויען א גרויסע בהמ"ד? מיט די געלט וואס מלייגט אריין פאר די אלע קליינע בתי מדרשים'לעך קען מען באלד האבן א הערליכע גרויסע ביהמ"ד?


ס'איז דא אידן וואס גלייכן צו דאווענען אין אן אייגן בית המדרש'ל וואס איז נישט אפילירט מיט "קהל", ליבערשט ווי אין א גרויסע צענטראלע בית המדרש מיט אלע אירע בעניפיטס און חסרונות.

אמת . פלאס די מציאות איז אז מוואונט זייער אויסגעשפרייט סא דארף זיין בתי מדרשים און אלע געגענטער
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אדער יא האט געשריבן:כ'זעה דו קענסט נישט די נאדבורנע שפראך....
היינט גיב איך א פופציגער פאר די נאדבורנא גבאי הרה"ח ר' הערשל בלייך (עירוב), וואונטשט ער מיר אז די נעקסטע נתינה זאל באשטיין פון א נישטיגע 50 אלפים.


:lol: :lol: :lol:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”