קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

קונדיטון האט געשריבן:אויב איר קויפט נישט אויף אייער נאמען נאר א צווייטער קויפט פאר אן אינוועסטמענט און איר וועט זיין די טענענט דאן וועט איר (געווענדליך) דארפן אראפלייגן כאטשיג 20%, $65,000 און די חודשליכע האוזינג עקספענס וועט זיין בערך $2,783. דהיינו ווי פאלגענד:
טעקס: $1,123
אינשארענס: $100
HOA: $203.74
מארגעדש: $1,356 (בעיסד אויף 260 טויזענט, רעיט 4.75%)

)


פאר 80% באקומט מען נישט קיין רעיט נידריגער פון 5.5% א חוץ אויב צאלט מען פוינטס קען עס זיין 5%
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ישוב הדעת האט געשריבן:
קונדיטון האט געשריבן:אויב איר קויפט נישט אויף אייער נאמען נאר א צווייטער קויפט פאר אן אינוועסטמענט און איר וועט זיין די טענענט דאן וועט איר (געווענדליך) דארפן אראפלייגן כאטשיג 20%, $65,000 און די חודשליכע האוזינג עקספענס וועט זיין בערך $2,783. דהיינו ווי פאלגענד:
טעקס: $1,123
אינשארענס: $100
HOA: $203.74
מארגעדש: $1,356 (בעיסד אויף 260 טויזענט, רעיט 4.75%)

)


פאר 80% באקומט מען נישט קיין רעיט נידריגער פון 5.5% א חוץ אויב צאלט מען פוינטס קען עס זיין 5%

הרב קונדיטון,
לפי דבריך ווער עס קויפט פאר אינוועסטמענט בלייבט מיט א לאך פון $483 יעדע חודש, לויט ווי ר' משה יענקל טענהט אז רענט אין די דעוועלאופמענט איז $2300, און חודש'ליך עקספענסעס איז לויט אייך $2783
משה יענקל האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די פרייז איז געוואנדען לויט סקווער פוס. און יא, האמיר שוין אין לעצטע פאר היום יום'ס אז די רענט דארט זיינען שוין הויך כמעט אוואו אין די באוואוינטע שטעט

רענט און די דיוועלאפמענט איז ארום 2300
מען רעדט פון א 2600 סק פוס דירה
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אמת ויציב, אבער מובן מאליו אז ער האט נאר אנגעכאפט אינוועסטן משום משתעי בלישנא דחכמתא, והעיקר הוא שהוא על שמו ולא על זכרו
געשטימט פאר ראשעק הול
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

צולייגער האט געשריבן:אמת ויציב, אבער מובן מאליו אז ער האט נאר אנגעכאפט אינוועסטן משום משתעי בלישנא דחכמתא, והעיקר הוא שהוא על שמו ולא על זכרו

זייער קלאר.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

פון ווי קומט דערוילעם, און וואס האט זיי געברענגט?

צוטיילט מער ווייניגער און די קאטעגאריעס:
1. געקומען דא מתחילה אינעם כולל, אדער באקומען סעקשן 8, גאנץ פיין הנאה, פאר וואס נישט קויפן דא, אדער פארוואס נישט בלייבן סתם פאר ביליג רענט?

2. א סאטמערער אינגערמאן וואס זיכט א גרויסע דירה אין א היימישע סביבה, נישט און א וומס״ב אדער ק״י סטייל דעוועלאפמענט, פאר א פרייז וואס מען קען זיך ערלויבן.

3. עס זענען אויך פארהאן עטליכע וואס האבן געהערט אז סמאכט זיך א יושוב מחוץ לעיר, נישט געפונענדיג דאס פלאץ און די גרעסערע שטעט, האבן זיי געכאפט די פיס אויף די פלייצע און געלאפן צום דארף.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

וואס זענען די שווערעקייטן?

די מעין שווערעקייטן איז פארשטייט זיך דאס זיין ווייט, ווייט פון די משפחה, פון די שטאט. אבער מ׳געבט זיך אנייצע און מ׳געוווינט זיך צו. דהיינו:

טראנספארטאציע.
דער ק״י פירמע, רייד ענד סעיוו, טוט אפערירן א שאטל מיט טעגליכע נסיעות, עטליכע מאל א טאג, קיין ק״י און צוריק.

איך האב געהערט אז עס איז אויך דא א שאטל קיין מאנסי, אבער איך האב דאס כעת נישט מברר געווען מיט א קלארקייט.

א שיין חלק פון שטעטל פארמאגן אייגענע קארס, אסאך פארן טעגליך קיין ק״י, מאנסי, און נעמען גערן מיט אנדערע, טייל בעטן מ׳זאל זיך משתתף זיין מיט די הוצאות, און טייל בעטן אפי׳ דאס אויך נישט.

א ריזיגע גרופ וואס באשטייט אויף איבער ניינציג מיטגעלידער, וואט טוט אפערירן אויף טעקסט מעסעזשעס, ווען איינער פארט אדער זיכט א וועג פון איין פלאץ צום צווייטן, לאזט מען זיך הערן, און מווערט בס״ד געהאלפן.

סי יא לעטער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

רענט און די דיוועלאפמענט איז ארום 2300
מען רעדט פון א 2600 סק פוס דירה
[/quote]

ס'איז ערגעץ ארויף די פרייז? כ'גענדענק אז איינער פון מיינע חברים האט געצאלט פאר די דעוועלעפמענט הייזער $1900
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בקשה שני' ביטע שמעלצן מיט מציאות ארטיקל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

קונדיטון האט געשריבן:וואס זענען די שווערעקייטן?

די מעין שווערעקייטן איז פארשטייט זיך דאס זיין ווייט, ווייט פון די משפחה, פון די שטאט. אבער מ׳געבט זיך אנייצע און מ׳געוווינט זיך צו. דהיינו:

טראנספארטאציע.
דער ק״י פירמע, רייד ענד סעיוו, טוט אפערירן א שאטל מיט טעגליכע נסיעות, עטליכע מאל א טאג, קיין ק״י און צוריק.

Screenshot_2.png
Screenshot_2.png (21.2 KiB) געזען 2343 מאל


קונדיטון האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס איז אויך דא א שאטל קיין מאנסי, אבער איך האב דאס כעת נישט מברר געווען מיט א קלארקייט.

יא די שאטל פארט צוויי מאל א וואך, ספעציעל פאר פרויען וואס גייען שאפינג
אה, האסט געדארפט זען דעם עולם נעכטן, סאצעך געטון דארטן

אנגעפירט דורך משפחת בראך (סופר סת"ם)

קונדיטון האט געשריבן:א שיין חלק פון שטעטל פארמאגן אייגענע קארס, אסאך פארן טעגליך קיין ק״י, מאנסי, און נעמען גערן מיט אנדערע, טייל בעטן מ׳זאל זיך משתתף זיין מיט די הוצאות, און טייל בעטן אפי׳ דאס אויך נישט.

א ריזיגע גרופ וואס באשטייט אויף איבער ניינציג מיטגעלידער, וואט טוט אפערירן אויף טעקסט מעסעזשעס, ווען איינער פארט אדער זיכט א וועג פון איין פלאץ צום צווייטן, לאזט מען זיך הערן, און מווערט בס״ד געהאלפן.

סי יא לעטער

Screenshot_1.png
Screenshot_1.png (62.69 KiB) געזען 2338 מאל
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

מסיבה לשיפור ביהמ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

היינט מיטוואך נאכט וועט פאָרקומען א מסיבּה "שיפּור בּית מדרשינו" צוזאַמען מיט די סעודת הילולא לע"נ של מרן הקדוש רבי אלימלך מליזענסק זיעוכ"י אויפצוטרייבן די נויטיגע פאָנדן בכדי צו פאַרענדיגן די איבּערבּוי ארבייט אין בּית מדרשינו המפואר בּית יהושע.‎

דאס בית המדרש איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די דיוועלאפער'ס אלץ א צייטווייליגע ביהמ"ד מיטן פלאן אז ברוב הימים וועט מען בויען א גרעסער שוהל וואס וועט ווערן באניצט אלס די צענטראלע שוהל מיט שטיבלעך צו דאווענן אין די וואכן טעג, אבער ווי נישט ווי ברויך מען אויף דערווייל אויך האבן ווי צו דאווענן אין די וואכן טעג, זענען די לאקאלע עסקנים אריינגעשפרינגען און צו געשטעלט חדרי התפילה, ווי אויך האט מען געמאכט א שטיקל גאלארי פאר די עזרת נשים.

יעצט בעפאר יו"ט וויל מען בעז"ה צוענדיגן די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן, צולייגן א דריטע שטיבל אויפן צווייטן שטאק און נאך הוספות לטובת הציבור, די ארבעט איז געשאצט אריינצוציען און ארום 30 אלפים, נעמענדיג און באטראכט די אנגעצויגענע ערב פסח סעזאן איז פשוט אז מען וועט נישט קענען לאקאל אויפטרייבן די גאנצע סומע, איז מען ארויסגעגאנגען זיכען נדבנים וואס זאלן ביישטייערען.

אין א פאזיטיווע שריט האט די צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג און באזונדער די טשעסנאט רידזש דעוועלאפער'ס געמאלדן אז זיי וועלן צושטייער געבן "מעטשינג פאונדס" פאר יעדע נדבה וואס קומט אריין, מאכענדיג יעדע נדבה ווערט "דרייפאכיג"‎.

דאס קומט און א צייט וואס עס זעהט זיך אן א שטארקע צוזאמען ארבייט צווישן די דיוועלאפער און די צענטראלע קהילה צו ארויסהעלפן די וואוקס פונעם שטעטל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

מעלדונגן איבער דעם מסיבה היינט נאכט.
אטעטשמענטס
מאכט דעם חשבן_001.jpg
מאכט דעם חשבן_001.jpg (72.31 KiB) געזען 2143 מאל
החזקת ביהמ''ד #3_001.jpg
החזקת ביהמ''ד #3_001.jpg (115.93 KiB) געזען 2143 מאל
גורלות_001.jpg
גורלות_001.jpg (114.27 KiB) געזען 2143 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

נאך
אטעטשמענטס
החזקת ביהמ''ד 4_001.jpg
החזקת ביהמ''ד 4_001.jpg (132.54 KiB) געזען 2140 מאל
קהלה_001.jpg
קהלה_001.jpg (71.69 KiB) געזען 2140 מאל
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

נאך א סקיל וואס פעלט זיך אויס פאר די איינוואוינער איז צו זיין אביסל אויסגערעכנט. איר קענט זיך נישט דערמאנען אום 11 ביינאכט אז ס׳גליסט זיך אייך אייז אן קריעם וואס איר האט נישט אין פריזער. אין מען דערמאנט זיך נישט א נאכט פאר ערב יו״ט אז מ׳דארף נאך עפעס פונעם דריי גוד געשעפט, (הגם מ׳גיבט זיך אויף דעם אויך אן עצה, ס׳איז פשוט נישט זייער פראקטיש, די בלומינגבערגע זענען דאך פארנומען מיט ״פראקטיש״).

אזוי אויך ווען מען מאכן א שמחה, און מ׳דארף ציקומען צי די הילף פון די משפחה ווי בעבי סיטערס וכדו׳ קען דאס זיין אביסל שווערליך, אבער למעשה העלפן זיך די איינוואוינער ארויס איינעם דעם צווייטן מער ווי אין אנדערע מקומות, נאך אלעם זענען דאך אלע אויפן זעלבן שיף.... ס׳איז א בחינה פון שמור לי ואשמור לך.

איין זאך וואס ס׳איז ממש נתפעל צו ווערן, איז די מאלצייטן וואס די איינוואוינער שטעלן צו פאר די קינדפעטארינס, יעדע יולדות באקומט, פאר עטליכע וואכן, טעגליך לאנטש און סאפער פאר די משפחה אויף אן אויסער געווענדליכן סיסטעם.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

@קונדיטון דעס אלעס האסטו געזען/געהערט אין איין שבת ?
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

maybeeynot האט געשריבן:@קונדיטון דעס אלעס האסטו געזען/געהערט אין איין שבת ?

ביטע שעהן, שפאצירט צוריק א בלעטל און ליינט איבער וויאזוי איך האב אנגעהויבן.
קונדיטון האט געשריבן:באאיינפלוסט פונעם לעצטיגן אויפוואכונג ארום קי״ל בלומינגבורג, האב איך לעצטענס געמאכט אסאך ריסערטש אויף די שטעטל און אפי׳ אנגענומען אן איינליידענוג פון א ידיד מיינער און פארברענגט אן איינגענעמער שבת דארטן. איך וועל פראבירן איבערצוגעבן אביסל פון מיינע געפונסן.
.

און דאס האב איך טאקע אגרעסיוולי געטאן. איך האב אינטערוויאד דירעקטלי און אימדירעקט א שיינע פאר איינוואוינער, און מענטשן וואס זענען נאנט צו דעם פלאץ. איך האב ביי מיר צענדליגע נאטס וואס איך דארף נאך איבער גיין און מסדר זיין. און איך וועל דאס בס״ד טון צוביסלעך.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

משה יענקל האט געשריבן:היינט מיטוואך נאכט וועט פאָרקומען א מסיבּה "שיפּור בּית מדרשינו" צוזאַמען מיט די סעודת הילולא לע"נ של מרן הקדוש רבי אלימלך מליזענסק זיעוכ"י אויפצוטרייבן די נויטיגע פאָנדן בכדי צו פאַרענדיגן די איבּערבּוי ארבייט אין בּית מדרשינו המפואר בּית יהושע.‎

דאס בית המדרש איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די דיוועלאפער'ס אלץ א צייטווייליגע ביהמ"ד מיטן פלאן אז ברוב הימים וועט מען בויען א גרעסער שוהל וואס וועט ווערן באניצט אלס די צענטראלע שוהל מיט שטיבלעך צו דאווענן אין די וואכן טעג, אבער ווי נישט ווי ברויך מען אויף דערווייל אויך האבן ווי צו דאווענן אין די וואכן טעג, זענען די לאקאלע עסקנים אריינגעשפרינגען און צו געשטעלט חדרי התפילה, ווי אויך האט מען געמאכט א שטיקל גאלארי פאר די עזרת נשים.

יעצט בעפאר יו"ט וויל מען בעז"ה צוענדיגן די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן, צולייגן א דריטע שטיבל אויפן צווייטן שטאק און נאך הוספות לטובת הציבור, די ארבעט איז געשאצט אריינצוציען און ארום 30 אלפים, נעמענדיג און באטראכט די אנגעצויגענע ערב פסח סעזאן איז פשוט אז מען וועט נישט קענען לאקאל אויפטרייבן די גאנצע סומע, איז מען ארויסגעגאנגען זיכען נדבנים וואס זאלן ביישטייערען.

אין א פאזיטיווע שריט האט די צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג און באזונדער די טשעסנאט רידזש דעוועלאפער'ס געמאלדן אז זיי וועלן צושטייער געבן "מעטשינג פאונדס" פאר יעדע נדבה וואס קומט אריין, מאכענדיג יעדע נדבה ווערט "דרייפאכיג"‎.

דאס קומט און א צייט וואס עס זעהט זיך אן א שטארקע צוזאמען ארבייט צווישן די דיוועלאפער און די צענטראלע קהילה צו ארויסהעלפן די וואוקס פונעם שטעטל

ברוך השם די ציבור האט זיך שיין אנגערופן און מן האלט שוין כמעט ביים ציל, יעצט ווען מען שרייבט די שירות האלט מעןהעכער $9200 ברוך השם
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

משה יענקל האט געשריבן:ברוך השם די ציבור האט זיך שיין אנגערופן און מן האלט שוין כמעט ביים ציל, יעצט ווען מען שרייבט די שירות האלט מעןהעכער $9200 ברוך השם

דאס איז אן די מעטשינג, ריכטיג? נאכן מעטשן איז עס $27,600
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יונה האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:ברוך השם די ציבור האט זיך שיין אנגערופן און מן האלט שוין כמעט ביים ציל, יעצט ווען מען שרייבט די שירות האלט מעןהעכער $9200 ברוך השם

דאס איז אן די מעטשינג, ריכטיג? נאכן מעטשן איז עס $27,600

ריכטיג

יעצט האטלט עס
$9400/$28200
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

דער בעל מכשיר פון "וועד הכשרות דקעטסקילס" הרב יואל גאלד שליט"א ביים זיך אומקוקן אויפן מאלן דאס ווייץ פאר די מצות מצוה.
אטעטשמענטס
weat.jpg
weat.jpg (69.13 KiB) געזען 5093 מאל
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

מוסדות החינוך. פאר די יונגערע קינדער, יונגלעך ביז נאך כיתה ז׳, און מיידלעך ביז נאך פערטע קלאס, איז דא צוגעשטעלט און שטעטל, און די עלטערע דארפן פארן קיין ק״י.

די מוסדות אין שטאט איז צוגעשטעלט אויף א זייער שיינעם אויפן, ווי מען האט זיך מיר אויסגעדריקט ״נישט קיין זכר פון דארפערישקייט״, הגם זיי מיטשען זיך זייער פיינענשיעלי.

אן איטערסאנטע זאך האט מיר איינער מיטגעטיילט, אז די מלמדים זענען זייער שטאלץ מיט די מנהל, הרב גרינפעלד, אנדערש פון א געווענדליכע ת״ת וואס דער ארבייטער האט נאטירלעכע ווידערווילן צו זיין בעה״ב, ובפרט א מלמד צום מנהל.

דאס פארן פאר די עלטערע קינדער קען זיין פארבינדן מיט אביסל שווערעקייטן, אבער צו מיין וואונדער האב איך נישט געהערט קיין שום קאמפלעינט, עס שיינט ווי א מציאות וואס די קינדער, און זייער עלטערן, האבן גוט אויפגענומען.

די הנהלת המוסדות וועלן שטיין פאר א שטארקע טשעלענזש, ווי נאר די דירות אין די דעוועלאפמענט וועלן זיך אנפילן, ווי אהין צו פלאצירן די אלע קינדער, ווייל זיי זענען שוין אזוי אויך איבערגעפילט און צושפרייט און צוויי לאקאלן. איך האב געהערט ברמיזה אז סאיז דא גרויסע פלענער, אבער מ׳האט מיר כעת נישט מיטגעטיילט קיין דעטאלן.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

לאקאלע מוניסיפעלס.

דער ווילעדש ווערט קאטראלירט דורך היימישע אינגעלייט, (דער אלגעמיינער ציבור טוען כעת נישט באגרייפן ווי אזוי דאס אפצוטיישן, אבער מיר וועלן נאך צוריק קומען צו דעם בס״ד.) אזוי אויך די פלענינג בארד און זי בי עי, (דאכט זיך אז ס׳איז שוין צוזאמגעשמאלצן געווארן).

דער מעיאר איז א גוי מחסידי אה״ע, ער איז אן אלטגעזעצענער איינוואוינער און דעם ווילעדש, (ס׳איז נישט קלאר אויב ער איז שוין אמאל געפארן אויפן 17, אים קען זיך דאכטן אז דארט ענדיגט זיך די באל), ער איז זייער באגייסערט פון די היימישע ציבור וואס קומען מיט די סובערבען׳ס, אדאסי׳ס און סיענע׳ס, און גלייכן שיינע גראז, געשעפטן און בנינים, און ער איז גרייט צו העלפן מיט אלעס וואס ס׳איז מעגליך און אויסגעהאלטן לויט די געזעץ.

די נישט אידישע שכנים האבן זיך פון אנפאנג זייער ארויסגעשטעלט אנטקעגן דעם היימישן ציבור, עיין ערך ערמאנט, דער מעיאר און אנדערע וואס האבן געוואלט העלפן זענען אויסגעשטאנען שרעקליכע רדיפות, אבער ב״ה אין די לעצטערע תקופה קוקן זיי כמעט נישט אינעם ריכטונג פונעם ציבור און מקען אנגיין מיטן לעבן.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קונדיטון האט געשריבן:נאטיצן און באמערקונגן

ייש"כ פאר ביז אהער, מיר זענען שוין גרייט פאר די קומענדיגע פארזעצונגן...

אגב אין א דערנעבעדיגע אשכול רעדט מען אויך פון די נושא וואס געהערט אהער:
viewtopic.php?p=1903437#p1903437
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

יונה האט געשריבן:
קונדיטון האט געשריבן:נאטיצן און באמערקונגן

ייש"כ פאר ביז אהער, מיר זענען שוין גרייט פאר די קומענדיגע פארזעצונגן...

אגב אין א דערנעבעדיגע אשכול רעדט מען אויך פון די נושא וואס געהערט אהער:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1903437

עס איז מיר באמת אן האנער אז ר׳ יונה איז נייגעריג וואס איך האב צו זאגן.

צולב די הכנות צום יו״ט איז מיר שווער צו ממשיך זיין יעצט. זינט ס׳איז מיר ארויפגעקומען אן אישו וואס איך דארף קלאר מברר זיין. איך זיך צו שרייבן נאר וואס עס איז מיר קראנט.
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

נא צום זמן "חרותינו" וויפעל אידן מופן ארויס אויף יום טוב אי"ה ?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

מזל טוב'ס און ברוכים הבאים'ס...
אטעטשמענטס
D3tzHqmWsAAA01X.jpeg
D3tzHqmWsAAA01X.jpeg (214.86 KiB) געזען 4666 מאל
D3tvqJ1W4AAWCk5.jpeg
D3tvqJ1W4AAWCk5.jpeg (49.76 KiB) געזען 4666 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”