דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט סטעטן איילענד נישט קיין דירעקטע טראסנפערטאציע קיין ברוקלין, טראץ דעם וואס עס איז א שפאן אוועק.

https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn

די אידישע ישוב איז דען לעבן די וואסער?
ווען איינער וויל פארן פון ב"פ קיין ס"א וועט מען דארפן נעמען א באס/אובער צום שיף און אין ס"א וועט מען ווייטער דארפן א באס/אובער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דריידל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט סטעטן איילענד נישט קיין דירעקטע טראסנפערטאציע קיין ברוקלין, טראץ דעם וואס עס איז א שפאן אוועק.

https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn

די אידישע ישוב איז דען לעבן די וואסער?
ווען איינער וויל פארן פון ב"פ קיין ס"א וועט מען דארפן נעמען א באס/אובער צום שיף און אין ס"א וועט מען ווייטער דארפן א באס/אובער.

לויט ווי ער שרייבט סאיז צוויי שעה פון איבעראל אין ברוקלין וועט עס שניידן די צייט כאטש אין האלב
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

lebediger berel האט געשריבן:

ער מיינט טאקע אז דיבלאזיא קען נישט טשעקן גוגל מעפס? א שנעלע סורטש האט געוויזן אז די וועג אריין צופרי אכט אזייגער נעמט צווישן א האלבע שעה און 1:25 שעה. צוריק קיין ס"א נאכמיטאג אום פינעווע נעמט צווישן 22 און 50 מינוט. מיט א שיף וועט עס זיכער דויערן לענגער.
אטעטשמענטס
Screenshot_2019-02-17-16-30-37-1.png
Screenshot_2019-02-17-16-30-37-1.png (250.98 KiB) געזען 4619 מאל
Screenshot_2019-02-17-16-30-15-1.png
Screenshot_2019-02-17-16-30-15-1.png (255.47 KiB) געזען 4619 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

@דריידל ער זאגט אויך אז מיט א קאר קען עס נעמען 20 מינוט, אבער מיט פאבליק טראנספערטעישאן נעמט עס יעצט צוויי שעה.
בילד
אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל אלטמאן »

איך בין געווען פאריגע וואך אויפן פערי וואס פארט פון וויליאמסבורג צו מאנהעטן און אויפן סקרין איז געווען געשריבן אז זיי גייען אנהייבן סערוויס צו סטעטן איילענד,
איך האב נישט געזען מער פרטים צ.ב. ווען עס גייט זיך אנהייבן אדער די פונקטליכע ראוטס.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

האסט נישט גוט פארשטאנען.
מען גייט צולייגן א צווייטע פערי פון סטעטן איילענד צו די וועסט סייד פון מאנהעטן.
ברוקלין וואס איז אסאך נענטער האט ניטאמאל איין פערי.
בילד
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פומפדותא האט געשריבן:@דריידל ער זאגט אויך אז מיט א קאר קען עס נעמען 20 מינוט, אבער מיט פאבליק טראנספערטעישאן נעמט עס יעצט צוויי שעה.

נישט אינאכט גענומען. אבער ווילאנג וועט געדוירן מיט פאבליק טרענספארטעישן איינמאל ס'איז דא א פערי? איך רעדט פון בארא פארק ביז די אידישע געגענט אין ס"א. לכאורה וועט מען גארנישט פארדינען חוץ טאמער האלט יענער אז די פערי וועט אביסול פארמינערן די טרעפיק פאר די וואס פארן ביי קאר אדער באס
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

געווען די וואך זייער א שיינע שבת אין סטעטן איילענד. ר׳ אראלע סאמעט מיט א שיין קבוצה מנגנים צווישן זיי חנא דייטש מיט די שפריי ברודער פון די שירה קווייער זענען געקומען אויפלעבן די שטאט.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די הערליכע ווארעמע קבלת שבת און די בעלזער שטיבל אויף וועלברוק עוועניו דערנאך איז די קבוצה ווייטער געגאנגען צום ישיבה נתיבות התלמוד אויף ברעדלי עוועניו צו פיהרן א הערליכע באטע ווי די בחורים האבן זיך געקאכט אין דעם שבת מיט שירות ותשבחות ביז צו די פריע פארטאגס שעות. די המשך פון די שבת איז ווייטער געווען און בעלזער שטיבל. גענדיגט האט זיך די שבת מיט די סעודת מלוה מלכה כסעודת שלמה בשעתו צוזאמען מיט א קומזיץ מיט פארמאכטע לעקטער ווי ס׳האבן זיך געגאסן טייכען טרערן פון אלע באטייליגטע מרוב התרגשות....
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

דריידל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:@דריידל ער זאגט אויך אז מיט א קאר קען עס נעמען 20 מינוט, אבער מיט פאבליק טראנספערטעישאן נעמט עס יעצט צוויי שעה.

נישט אינאכט גענומען. אבער ווילאנג וועט געדוירן מיט פאבליק טרענספארטעישן איינמאל ס'איז דא א פערי? איך רעדט פון בארא פארק ביז די אידישע געגענט אין ס"א. לכאורה וועט מען גארנישט פארדינען חוץ טאמער האלט יענער אז די פערי וועט אביסול פארמינערן די טרעפיק פאר די וואס פארן ביי קאר אדער באס

די מרחק פון סטעטען איילענד צו מאנהעטען איז פיר מאל ווייטער ווי סטעטן איילענד צו ברוקלין, די מאנהעטען פערי מיט אלטע שיפן נעמט 25 מינוט, לויט דעם חשבון דארף ברוקלין נעמען 5 - 10 מינוט.
צו בעסער פארשטיין לייג איך דא ארויף א מעפ.
New-York-boroughs.gif
New-York-boroughs.gif (184.73 KiB) געזען 4528 מאל

די פעטיציע:
https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn
לעצט פארראכטן דורך פומפדותא אום זונטאג פעברואר 17, 2019 7:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

גראדע האט עס א שטארקע מעלה אז ס׳נישט דא געהעריגע פאבליק טראנספארטאציע קיין סטעטן איילענד. ווייל אזוי ווי ס׳איז ברייט באקאנט זענען אפילו די גויים דארט נישט פון די נידריגע עלעמענטן וואס מ׳זעט טייל מאל אין ברוקלין. עס זענען דא וואס צייגן אהן די סיבה דערפון אז כדי אנצוקומען קיין סטעטן איילענד גרינגערהייט ברויך מען האבן א אייגענע קאר מיט איבריגע פאר דאלער אין טאש צו קענען באצאלן די הויכע טאלס וואס דרך אגב ווערט עס ביליגער איינמאל מ׳מופט......
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

די עלעמענטען פון וואס דו רעדסט, קוקן נישט בעיקר אויף דעם, זיי ווילן וואוינען אין רוישיגע מאדערן סיטיס, וואס סטעטן איילענד איז ווייט פון זיין אזוי..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

דאס האב איך געשריבן מיט א צייט צוריק.

אבער איך גלייב שווער עס וועט נאך ווערן.

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סאיז דא א טאנעל וואס מען האט אנגעהויבן בויען צו קאנעקטן די D N און R טרעין צו גיין קיין סטעטן איילענד, די טונעל איז שוין געגראבן 150 פיס לאנג אינטערן וועריזאנא וואסער, די פראדשעקט שימעלט שוין 70-80 יאר, פון צייט צו צייט וועקט זיך א פאליטישאן אויף און פארלאנגט מען זאל עפעס טוען צו ענדיגן דעם טונעל, אויב ווערט דער טונעל גע'ענדיגט קען דאס זיין א מוראדיגע פארלייכטערונג צו פארן צווישן ב"פ און סטעטן איילענד.

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Staten_Island_Tunnel
.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ערבי נחל האט געשריבן:גראדע האט עס א שטארקע מעלה אז ס׳נישט דא געהעריגע פאבליק טראנספארטאציע קיין סטעטן איילענד. ווייל אזוי ווי ס׳איז ברייט באקאנט זענען אפילו די גויים דארט נישט פון די נידריגע עלעמענטן וואס מ׳זעט טייל מאל אין ברוקלין. עס זענען דא וואס צייגן אהן די סיבה דערפון אז כדי אנצוקומען קיין סטעטן איילענד גרינגערהייט ברויך מען האבן א אייגענע קאר מיט איבריגע פאר דאלער אין טאש צו קענען באצאלן די הויכע טאלס וואס דרך אגב ווערט עס ביליגער איינמאל מ׳מופט......

די טיאריע שטימט נישט אינגאנצן ווייל ס'דאך דא די ס"א פערי וואס איז גענצליך פריי פון אפצאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

עסקנים אין סטעטן איילענד האבן אונטערגענומען א פעטיציע-קאמפיין אז די MTA זאל עפענען אן Express Routh פון די היימישע געגענט אין סטעטן איילענד קיין בארא פארק, א זאך וואס וועט שטארק פארגרינגערן די טראנספארטאציע אהין און צוריק

http://chng.it/cbLW8hkW
תורה איז די בעסטע סחורה.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

עס דרייען זיך שמיעות אז ר' שלום מרדכי רובאשקין קומט אויף שבת קיין סטעטן איילענד. ווייסט איינער מער דעטאלן?

ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

סטעטן איילענד איז יעצט אונטער א טארנעידא ווארענונג!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

עס איז געווארן באשטעטיגט אז א נייע מיידל שולע וועט געעפנט ווערן צום נייעם שנת הלימודים אין סטעטן איילענד לטובת מאות תושבי העיר כן ירבו.

די מיידל שולע 'בנות חיה' פון בארא פארק האט נארוואס געמאלדן די דראמאטישע נייעס אז זיי זוכן א פאסיגע פלאץ פאר א נייעם פליגל אין סטעטן איילענד. דאס וועט ברענגן א פרישע פלייץ פון תושבים, בנוסף צו די יעצטיגע בערך 250 חסידישע תושבים.

ווי אויך וועט עס דינען אלס סקול פאר די צענדליגער תושבי לינדען ניו זשערזי, וואס געפינט זיך קנאפע 15 מינוט אוועק פון סטעטן איילענד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

געזען א שיינע גליון קול סטעטן איילענד. אט דא וועל איך ארויף לייגן אן ארטיקל וואס ס׳מיר געפאלן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

זוממער אין סטעטן איילענד
אין די יעצטיגע טעג איז דער הויפט טעמע ביי אידישע משפחות "וואו ביסטו זוממער? פארבלייבסט אין שטאט? פארסט אין קאנטרי? וועלכער קאנטרי", ס'איז הימל און ערד און קאנטרי. עס שטעלט זיך ארויס, אז אין סטעטן איילענד פארמאגט מען גענצליך אן אנדערע בליק אויף די טעמע פון קאנטרי, און דער סיבה איז דאך פשוט, פאר אזעלכע וואס וואוינען אגאנץ יאר אין קליינע דירות און מ'זעט קוים א ביימל אדער גראזל דארף וויכטיג א "טויש אין סצענע" און זיך אנזעטיגן אביסל מיטן באשעפער'ס נאטור, אבער אויב לעבט מען אגאנץ יאר אין אן אייגן הויז, ארומגענומען מיט הויפן פון פארנט און פון אונטן, גראז אין ביימער אויף אלע גאסן, איינצעלנע אפגעטיילטע הייזער, איז איז א בחינה פון קאנטרי בכל ימות השנה...
עס דארף אנגעמערקט ווערן אז ביז נישט לאנג צוריק איז סטעטן איילענד געווען א פלאץ וואו די שטאטישע מענטשן פלעגן פארמאגן זוממער הייזער. דאס איז געווען אין די תקופה איידער דער וועריזאנא בריק איז געבויט געווארן פלעגט די שטאטישע מענטשן האבן א הייזקע אין סטעטן איילענד און אויף די "וויקענדס" פלעגט מען נעמען דעם "פערי" קיין סטעטן איילענד און זיך אפריען דארט.
שפעטער ווען דער בריק איז געבויט געווארן און האט פארלייכטערט די צוטריט קיין סטעטן איילענד איז עס פארוואנדלט געווארן אין א געהעריגער שטאט וואו מענטשן וואוינען דארט אגאנץ יאר. אבער מיט דעם אלעם איז דער שטאט פארבליבן געווארן מיט דעם רואיגן געשמאק און געפיל פונקט ווי אין קאנטרי, אין פאקט זענען נאך פארהאן מענטשן - ובתוכם היימישע אידן - וואס וואוינען אין שטאט און פארמאגן אויך א זוממער היים אין סטעטן איילענד און קומען אהין פון צייט צו צייט זיך אפצורוען.
על כל פנים, דער אטמאספער אין סטעטן איילענד דורכאויס דעם זוממער איז דער פערפעקטע באלאנס צווישן א "קאנטרי לעבן" און דער שטאטישע לעבן. די קינדער פארן אריין אין דעי קעמפ וואו זיי פארברענגען דורכאויס דעם טאג, און אויפ'ן וועג אהיים שמועסן זיי זיך שוין אפ אויף וועלכע גאס מ'גייט זיך היינט טרעפן און מ'גייט פארברענגען און שפילן מיט געשמאק און מ'שפילט צוזאמען מיט געשמאק. די גאסן זענען ברייט און לופטיג.
אויך די מאמעס וואס פארבלייבן אין שטוב געניסן פון א "קאנטרי ווירטאפט" ווען אויף די גאסן נעמען זיך צוזאם די שכינות און פארברענגען געשמאק אויפ'ן גאס.
און אפילו ווען מ'איז אין די גיסטע צו פארבלייבן פריוואט פארמאגט דאך יעדער איינער אן אייגן הויף (דער אלגעמיינער הויז אין סטעטן איילענד איז א 100 ביי 40 לאט וואס וועט געווענליך האבן א שיינער סייז הויף) און מ'קען פארברענגען און אוועקגעבן 'קוואלעטי טיים' פאר די טייערע קינדער, שפילן מיט און פארברענגען מיט זיי.
און ווען מ'וויל איז פארהאן א שפע פון פארק'ס ארום דעם היימישן געגענט וואס מ'קען שפאצירן אהין צופיס, סיי פארקס מיט שפילערייען, און אזוי אויך גרויסע פארקס מיט שפאציר-וועגן, גראז און ביימער פון וואס מ'קען גאר שטארק הנאה האבן.
און יא, ס'איז בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע געדאנק פאר א משפחה וואס וואוינט אין בארא פארק און וויל אביסל א "טויש" צו קומען אויף שבת און אפילו א וואך צוויי קיין סטעטן איילענד, און געניסן פון א פולשטענדיגע "קאנטרי אטמאמספער" אן צו דארפן אוועקפארן עטליכע שעה. אוודאי און אוודאי פאר א משפחה וואס שטייט בעפארן קויפן א הויז צו נעמען אין באטראכט, אז פאר דער פרייז וואס מ'באקומט אין בארא פארק א 3 צימער'דיגן קאנדא קען מען אין סטעטן איילענד באקומען א פולשטענדיגע הויז, צוויי+ שטאק, א הויף, פארקינג, און אן אומזינסטער זוממער וואקאציע….
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

נישטערנדיג אין די הויפנס פונעם גליון ״קול סטעטן איילענד״ האב איך געטראפן נאך א שיין הארציג בריוו צו די נשים צדקניות!

בס"ד

א ווארט פונ'ם דיין
הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א
דומ״ץ אין איינע פון די חסידישע קהילות אין סטעטן איילענד

עס איז באוואוסט וואס חז"ל זאגן אין מסכת סוטה (יא ע"ב): דרש רב עוירא "בשכר נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו ישראל ממצרים" (אין די זכות פון די נשים צדקניות וואס האבן געלעבט אין יענע צייט זענען די אידן אין מצרים אוסיגעלייזט געווארן), דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע ערקלערט די גמרא אויף מורא'דיגן אופן, אז ס'איז דאך באקאנט אז די אידן זענען געווען שוואכע בעלי אמונה און מצרים, און די מענער האבן גע'גט זייערע פרויען ווייל זיי האבן נישט געזען קיין עתיד, אבער "חכמת נשים בנתה ביתה", דאס איז מרים הנביאה וואס האט געגעבן אן עצה פאר איר פאטער עמרם אז ער זאל נאכאמאל חתונה האבן, און אלע אנדערע פרויען האבן איר נאכגעפאלגט און צוריק חתונה געהאט מיט די מענער און אזוי האבן זיי געהאט קינדער און אדאנק זיי איז פארבליבן אן עתיד פאר כלל ישראל. זעט מען אז די פרויען האבן יא געגלייבט אין די גאולה און אין זייער זכות איז מען טאקע אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, עכ"ל.
זעט מען פון דעם אז דער כח פון נשים צדקניות איז דוקא אין דעם אז זיי האבן זיך נישט מייאש געווען פון די גאולה און זיי זענען די וואס האבן אריינגעברענגט א שטארקע אמונה אין די הערצער פון זייערע מענער זיך נישט צו לאזן נאר אויפשטעלן א דור וואס זאל ארויסגיין פון מצרים.
אין אונזער דור איז דאס דער זעלבער זאך, מ'זאגט דאך אין די הגדה "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים", ממילא איז די יציאת מצרים פון יעדן דור אין זכות פון די נשים צדקניות פון יענעם דור.
ווי איז דען פארהאן גרעסערע 'נשים צדקניות' וואס האבן גענומען אויף זיך דער זכות אויפצושטעלן אזא הערליכע שיינער פראכטפולער חסידישע ווינקעלע אין דעם שיינעם נייעם יישוב אין סטעטן איילענד, ס'איז נישט קיין ספק אז דער הצלחה פון דעם קהילה דאהי איז בלויז מיטן כח פון די אמונה, האפענונג און חיזוק וואס די פרויען געבן פאר זייערע מענער, בלויז אדאנק זייערע פרויען קענען די מענער עוסק זיין אין די עבודת הקודש פון יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ, אויפצושטעלן אזא הערליכע שיינע פלאץ, אזא מקום תורה ותפילה, אזא הערליכע אחדות'דיגע קהילה וואס איז נישטא זיינס גלייכן, בלויז אדאנק די נשים צדקניות קענען די מענער קומען יעדע נאכט אין שטיבל און קובע זיין עתים לתורה, און די וואס זייערע מענער זיצן און לערנען אגאנצן טאג איז דאך שוין גאר א גרויסער זכות וואס איז אין לשער ואין לתאר.
מיר זאגן אין די הגדה של פסח 'ושאינו יודע לשאול את פתח לו', זאגן די צדיקי הדעת א רמז, אז א איד וואס איז אין א מצב אז ער דארף א גרויסער ישועה אין דעם סדר נאכט, און ער ווייסט נישט דער וועג וויאזוי צו בעטן דעם טאטן אין הימל און און מיט וועלכע כח מ'קען בעטן פאר בני חיה ומזוני בשפע, זאגט אונזער דער בעל הגדה "את פתח לו", "את" איז דאך מלשון נקבה, א רמז אויף די נשים צדקניות אז אין זייער זכות ווערן געפנט די שערי שמים און שערי תפילה, און וואס א מענטש בעט גייט ארויף אין הימל און די תפילות ווערן נתקבל בזכות נשים צדקניות.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם היינטיגן ליל סדר הבעל"א זאלן אלע ענעקערע תפילות נקבל ווערן לרחמים ולרצון, און איר זאלט זוכה זיין גדל צו זיין אייערע קינדער בנחת ובניקל, און האבן אלס וואס איר דארפט און זוכה זיין אויפצושטעלן א דור ואוס זאל זיך נישט שעמען מקבל צו זיין פני משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

ערקלערונגען און ענטפער'ס איבער אלעס וואס איז נוגע דעם יישוב אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

הקדמה: מיטן אויבערשטנס הילף עפענען מיר אויף דעם נייעם אשכול,
וואו די עולם וועט האבן א געלעגנהייט אנצופרעגן סיי וועלכע פראגעס
איבער דעם חסידישן יישוב אין סטעטן איילענד,

(א חלק פון די ענטפערס קומען פון די גליון קול סטעטן איילענד)
לעצט פארראכטן דורך ערבי נחל אום דינסטאג יוני 18, 2019 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

פראגע: וועלכע סארט הייזער זענען אלס פארהאן צו קויפן אין סטעטן איילענד?
ענטפער: עס זענען פארהאן עטליכע קאטאגאריעס פון הייזער וואס זענען פארהאן אויפ'ן מארקעט, מיר וועלן אי"ה דורכאויס די קומענדיגע גליונות ערקלערן די אלעס ארט הייזער, זייערע מעלות און אייגנשאפטן און מעגליכקייטן און פאר וועמען זיי זענען צוגעפאסט.
די ליסטע פון הייזער זענען ווי פאלגענד:
קעיפ – Cape
רענטש – Ranch
היי רענטש – Hi Ranch
סעמי עטעטדשט 3 שטאק - Semi Attached
סעמי עטעטשעט 4 שטאק - Semi Attached
עטעטשד - Semi Attached
קאלאניעל - Semi Attached

מיר וועלן אנהויבן מיט א "קעיפ".
די סארט הייזער זענען זייער פאפולער אין סטעטן איילענד. דער לאט איז געווענליך 40 ביי 100 און דער עצם הויז איז 25 ביי 35 וואס איז טאקע קליין, אבער פארמאגט גאר אסאך פאטענציעלן. דער הויז קומט מיט א בעיסמענט, א הויפט שטאק און א צווייטע שטאק וואס איז שוין לעגאל א בוידעם כאטש מ'קען רואיג וואוינען דערין.
לויט די זאונינג רעגולאציעס קען מען פארניצן ביז 50 פראצענט פון די סקווער פוס פון דעם לאט צום וואוינען, און עס ווערט נישט דערין אריינגערעכנט די בעיסמענט און דעם בוידעם, די הייזער וויאזוי זיי קומען פארניצט קוים 900 סקווער פוס, אבער טעכניש קען מען פארברייטערן ביז 1000 סקווער פוס פלאס דער בעיסמענט און בוידעם, דאס באדייט אז מ'קען זיך פארברייטערן לאורך ולרחוב און באקומען זייער א רחבות'דיגע דירה.
די הויפט מעלה פון די הייזער איז אז זיי זענען זייער ביליג, ממילא איז עס געאייגנט פאר א משפחה וואס קען זיך נישט ערלויבן לעת עתה צו באצאלן א טייערערע פרייז אבער עס איז דא די אפציע עווענטועל צו פארברייטערן מיט די געוואוקס פון די משפחה און וואוינען מיט אן אויסטערלישע רחבות, און עס קאסט בכלל נישט טייער.
די סארט הייזער לויפן אין די געגענט פון 400-500 טויזנט דאלאר, געוואנדן אין די צושטאנד פון דעם הויז.
אזא הויז איז א געוואלדיגע אפציע פאר איינעם וואס וויל זיך אין דעם צוקונפט
באזעצן אין סטעטן איילענד אבער ער איז נאך נישט גרייט כרגע דערצו קען ער
דאס קויפן יעצט ווען ס'איז נאך רעאלאטיוו ביליגער, און די הויז קען מען פארדינגען ביז איר זענט גרייט זיך אריבערצוציען.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

ערבי נחל האט געשריבן:פראגע: וועלכע סארט הייזער זענען אלס פארהאן צו קויפן אין סטעטן איילענד?
ענטפער: עס זענען פארהאן עטליכע קאטאגאריעס פון הייזער וואס זענען פארהאן אויפ'ן מארקעט, מיר וועלן אי"ה דורכאויס די קומענדיגע גליונות ערקלערן די אלעס ארט הייזער, זייערע מעלות און אייגנשאפטן און מעגליכקייטן און פאר וועמען זיי זענען צוגעפאסט.
די ליסטע פון הייזער זענען ווי פאלגענד:
קעיפ – Cape
.........
אזא הויז איז א געוואלדיגע אפציע פאר איינעם וואס וויל זיך אין דעם צוקונפט
באזעצן אין סטעטן איילענד אבער ער איז נאך נישט גרייט כרגע דערצו קען ער
דאס קויפן יעצט ווען ס'איז נאך רעאלאטיוו ביליגער, און די הויז קען מען פארדינגען ביז איר זענט גרייט זיך אריבערצוציען.

פאר וויפיל פארדינגט זיך אזא הויז? איז דא א דימענד פאר אזוינע רענטלס?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

ערבי נחל האט געשריבן:הקדמה: מיטן אויבערשטנס הילף עפענען מיר אויף דעם נייעם אשכול,
וואו די עולם וועט האבן א געלעגנהייט אנצופרעגן סיי וועלכע פראגעס
איבער דעם חסידישן יישוב אין סטעטן איילענד,

(א חלק פון די ענטפערס קומען פון די גליון קול סטעטן איילענד)

thanks. Very helpful
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ביטע לייגט בילדער פון די סארטן הייזער מען זאל פארשטיין פון וואס מען רעדט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”