שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רעסטאראנט האט געשריבן:
מענטשן וואס וואינען אינדרויסן שוין באלד 3 יאר וואלטען נאך יעצט געווארט פאר זייער דירה פארטיג צו ווערן און זיך דארפן בארגן פארן דאון פעימענט

איינער האט גוט געזאגט, מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט ארויסגעמופט פון שטעטל, האט ער געזאגט איך האב נישט אוועקגעמופט, איך האב ס"ה געקויפט א דירה ווי לאנג מיין דירה אין שטעטל וועט זיין גרייט, דערוויל וואוינט ער שוין דארט דריי יאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יעצט אויף די מינוט זע איך נישט וויאזוי איינער קען מיט א קאלקלעיטער מיט א ספרעדשיט ברענגען קלארע פאקטן אז א דירה איז מער פאנאנציעל ווערט

אפגערעדט פונעם פאקט אז די מיזט ווארטען 3 יאר אדער מער צו קענען מופן

און דאס אז אין דיין הויז וועסטו קענען האבן א רענטעל אדער צו בויען נאך א דירה אין אפאר יאר ארום
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אני הקטן אהער און אהין בין א גרויסער אנהענגער פון די דרויסענדיגע געגנטער, ווי געוויסע באקאנטע סוחרישע נגידים האבן געמאכט דעם חשבון אז צו קויפן און באצאלן די פרייזן פאר א פארשטופטע קאנדא, שטומט נישט מיט ביזנעס מאטעמאטיק.

אבער, דער אבער איז, מען דארף קוקן ווי און וואס, אויב מאכט דער חשבון נישט קיין סענס, דאן האסטו גארנישט פון ארויסגיין אינדרויסן, אויב גייסטו צאלן 25 אלפים, גייסט גיין פארקאלאוזער, ווען מען רעדט פון טעקס פון 10*15 אלפים, און דער עצם מקח איז א נידריגע ציפער, וועסטו נאך קענען מאכן די חודשליכע פעימענטס, אבער טאמער גייסטו אין די רייכע וואודדבערי געגנטער, ווי די טעקסעס זענען אסטראנאמיש הויעך און דער עצם סעיל איז טפסריש, איז הגה בעצמך, וויאזוי גייסטו אויפקומען מיט די מאנאטליכע צאלונגען?!

מען הערט שוין פון געוויסע וואס וויינען און ווילן צוריק דרייען דעם זייגער, וואס גייט נישט אזוי לייכט.

אלזא, מען ברויך נעמען אלע קאלקולאציעס און חשבון, און אויסוועלן א גוטן ביליגען געגנט, און ס'דא לרחצה ב''ה.
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

9.PNG
9.PNG (440.53 KiB) געזען 4646 מאל
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

די עירוב און פולען שוואנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

טייערע אידן, אונזערע ברודער אין בלומינגראוו דארפן אייער הילף. באשטייערט צו די גרויסע מצוה פון עירובו חצירות.

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם בילד, הרב רבי יואל קאהן און הרב רבי חיים מאיר שטיינמעץ ביים איבערגיין די דעטאלען פונעם עירוב
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2019-06-12 at 2.45.14 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-06-12 at 2.45.14 PM.jpeg (106.31 KiB) געזען 4243 מאל
WhatsApp Image 2019-06-12 at 1.18.28 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-06-12 at 1.18.28 PM.jpeg (431.91 KiB) געזען 4243 מאל
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

מזל טוב מזל טוב!!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

מזל טוב, מזל טוב הערט מען שרייען אין אלע גאסן. דער עירוב איז אין קראפט תהלה לקל חי.

די היינטיגע טאג י' סיון תשע'ט, וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע בוכשטאבן אין די אידישע היסטאריע ביכער. דעם טאג וואס עד איז פארטיג געווארן א כשרע מהודר'דיגע עירוב. אין דעם עיר ואם בישראל בלומינגראוו.

נאך דריי יאר וואס אידן האבן באזעצט דעם באדן, און איז צוביסלעך געווארן א אידישע שטאט מיט שולן און מקוואות. אבער אידישע פרויען זענען געווען איינגעשפארט אינדערהיים, און נישט געקענט טראגן.

א שמחה נעמט ארום אלע איינוואוינער, נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט. ווי אידישע בליט און וואקסט ברוך השם.

הרה"ג רבי מאיר בערקאוויטש שליט"א הרב ד'קאריץ איז דער פייאניאר פונעם עירוב. וואס האט זיך אוועק געגעבן און נישט גערוהט. ביז דאס איז דורך געפירט געווארן ביזן סוף.

טייערע אידן עס פעלט נאך א פאר טויזענט דאלער. נישט יעדן טאג, קומט אינטער אזא מצוה צו שטיצן אידן וואס היטן שבת. ביטע זייט אייך משתתף אין דעם לינק.
https://bloominggroveeruv.com/
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

איינער האט די מאפע פונעם עירוב??
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

Blooming האט געשריבן:איינער האט די מאפע פונעם עירוב??

5fe10f9040d94625b23740fabeaf60c0.jpg
5fe10f9040d94625b23740fabeaf60c0.jpg (89.37 KiB) געזען 3787 מאל
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.
ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע.
ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

ווי האט נאר דער רבי רעאגירט ווען עימיצער האט געזאגט ''שטעטל''?
-זאג שטאט, האט דער רבי געזאגט!!!
ופרצת ימה, קדמה, צפונה, ונגבה.
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

וואס איז די מעשה מיט ר' לייביש'ן?
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

אהער און אהין האט געשריבן:שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.
ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע.
ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

ווי האט נאר דער רבי רעאגירט ווען עימיצער האט געזאגט ''שטעטל''?
-זאג שטאט, האט דער רבי געזאגט!!!
ופרצת ימה, קדמה, צפונה, ונגבה.


העי!! איר האט פארגעסען צו שרייבן רבתי
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

יוסיף דעת האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.
ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע.
ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

ווי האט נאר דער רבי רעאגירט ווען עימיצער האט געזאגט ''שטעטל''?
-זאג שטאט, האט דער רבי געזאגט!!!
ופרצת ימה, קדמה, צפונה, ונגבה.


העי!! איר האט פארגעסען צו שרייבן רבתי

ניין, איך האב זיך גע'ישוב'ט צו שרייבן צו נישט, און ס'געבליבן אז נישט, ווייל

בלומינגראוו איז קרית יואל אליינס, עס פעלט נישט אויס קיין רבתי אדער כוף הדמיון.

(דרך אגב, איך האב די זעלבע אגענדע ווי דעם ק''י וואכנשריפט, ביידע מיינען מיר אז אידן זאלן האבן דירות און גראז און ביימער, נאר ער טוט עס מיט א רבתי און איך אן דעם....)
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

איגערקע האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט ר' לייביש'ן?

עפעס א מעשה מיטן יט''ל האט צוגעזאגט פאר איינעם עולם הבא אויב וועט ער מאכן אן עירוב אין סיגוט, (דאן) אונגארן.
דער רבי האט געזאגט פאר ר' לייבושן אז דו וועסט העלפן פארן שטעטל, און דארט וועט זיין אן עירוב, וועסטו אויך האבן עולם הבא.
עפעס אזוי גייט די מעשה.
*
ועי' באריכות בספר רצון צדיק, ואח''כ בעיתון דער בלאט במדור קרית מלך רב, האיך שהעסקן ר' ליבוש ז''ל ואתו עמו להבחל''ח הרה''ח ר' משה'לע גליק שליט''א, והרה''ח ר' חיים הערש ליימזידער שליט''א, עמלו קשות לבקשת רבינו, אכלו תבן עד שהגיעו להקים העיר הגדולה לאלוקים.
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

ושמחים לשמרו ולערוב עירובו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת
אטעטשמענטס
eirev3low.jpg
eirev3low.jpg (121.5 KiB) געזען 3550 מאל
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

קוקט איבער די מאפע צו מאכן זיכער אז אויב איר זענט אינעם עירוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

קוקט איבער די מאפע צו מאכן זיכער אז אויב איר זענט אינעם עירוב
אטעטשמענטס
poster.jpg
poster.jpg (175.78 KiB) געזען 3548 מאל
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אורחאפורחא האט געשריבן:ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת


פארוואס מאכט מען נישט איין גרויסן עירוב זאל אריינעמען אויך די ווירזשיניע געגענט?
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

מצב כללי האט געשריבן:
אורחאפורחא האט געשריבן:ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת


פארוואס מאכט מען נישט איין גרויסן עירוב זאל אריינעמען אויך די ווירזשיניע געגענט?

ווירזשיניע האט שוין לאנג א פריוואטע עירוב
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

בחורהזעצער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
אורחאפורחא האט געשריבן:ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת


פארוואס מאכט מען נישט איין גרויסן עירוב זאל אריינעמען אויך די ווירזשיניע געגענט?

ווירזשיניע האט שוין לאנג א פריוואטע עירוב

איז די קשיא נאך שטערקער, פארוואס שטעלט מען זיך נישט צוזאם און אלעס זאל האבן די זעלבע גרינע קאליר?
#בשיטה נישט
אפעטיט
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפעטיט »

הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?
מיין גאול איז נישט צו זיין בעסער פין א צווייטן, נאר צו זיין בעסער פין וואס איך בין געווען נעכטן
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

*שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

גאר א פרייליכע שטימע האט געהערשט דעם שבת אונעם שטערקסטען נייעם חסידישע ישוב בלומינג גראוו, ווען מען האט מחדש געווען דעם נייעם עירוב המהודר און שטעטל,
די פילע קערידשעס וואס מען האט געפירט די קליינע קינדער, און די טלתים און די הענט שבת צופרו באגעגנדיג אויפען וועג צום ראדאוויצער בית המדרש, צו די איבערגעבליבענע עסן און בעגס וואס די עולם האט געברענג צו שלש סעודות און קאריצער ביהמ"ד איז געווען א נייעה ערשיינונג אונעם שטעטל,


א פרייד אויף אלע פענימער איז געווען ווען עס האט זיך דעם שבת נאך שטערקער ארויס געזעהן דעם ריזיגען וואקס אונעם געגנט, א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.

די תושבי השכונה זענען גאר דאנקבאר פאר הרה"ג רבי מאיר בערקאוויטש מ'קאריץ פאר די גאר שווערע ארבעט און הארעוואניע וואס איז אריינגעלייגט געווארען און דעם פראיעקט זיכער צו מאכען אז אלעס קלאפ אויף דעם גרעסטען הידור וואס נאר שייך

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!
לעצט פארראכטן דורך Blooming אום זונטאג יוני 16, 2019 12:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפעטיט
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפעטיט »

איז דאך זיכער גוט
מיין גאול איז נישט צו זיין בעסער פין א צווייטן, נאר צו זיין בעסער פין וואס איך בין געווען נעכטן
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

Blooming האט געשריבן:אונעם שטערקסטען נייעם חסידישע ישוב בלומינג גראוו

ווען מען האט מחדש געווען דעם נייעם עירוב המהודר און שטעטל,

א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!

איך פריי זיך שטארק מיט מיט ענק.

אבער ביטע טרייב נישט איבער. בלומיגראוו איז נישט די שטערקסטע ניי אידישע ישוב.
עירמאנט מיט כמעט 1000 אידן, און טשעסטנאט רידש מיט בערך 700 אידן איז שטערקער.

דאס איז מיט דיין מהלך אז א גלילות הייסט בכלל א נייע שטאט.
איך האלט אבער אז גלילות קען נישט פארעכנט ווערן ווי א פולקאמע נייע שטאט, עס האט ניטאמאל א צענטל פון די טשעלענדשעס וואס א נייע שטאט האט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:אונעם שטערקסטען נייעם חסידישע ישוב בלומינג גראוו

ווען מען האט מחדש געווען דעם נייעם עירוב המהודר און שטעטל,

א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!

איך פריי זיך שטארק מיט מיט ענק.

אבער ביטע טרייב נישט איבער. בלומיגראוו איז נישט די שטערקסטע ניי אידישע ישוב.
עירמאנט מיט כמעט 1000 אידן, און טשעסטנאט רידש מיט בערך 700 אידן איז שטערקער.

דאס איז מיט דיין מהלך אז א גלילות הייסט בכלל א נייע שטאט.
איך האלט אבער אז גלילות קען נישט פארעכנט ווערן ווי א פולקאמע נייע שטאט, עס האט ניטאמאל א צענטל פון די טשעלענדשעס וואס א נייע שטאט האט.


הייסט די פארגלייכסט עירמאנט וואס שטייט צוואנציג יאר און בלומינג גראוו קארגע דריי יאר,
יא פון אלע נייעה ישובים זייט די לעצטע פאר יאר זייט די דחקות און שטאט, איז עס און לויפט די שטערקסטען,

עניוועי בכלל נישט קיין סאבשעקט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”