שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הער איך.
אז דער עירוב איז געמאכט נוסח מאנסי. נישט נוסח קרית יואל. דערפאר האט עס נישט די השגחה פון די לאקאלע סאטמארע מורי הוראות ווי.
הר''ר צבי טויב מבעהוץ.
הר''ר יצחק מרדכי מייזעלס מראדאוויטץ
הר''ר יואל האלבערשטאם מווירדשיניע
קען איינער באשטעטיגען אדער אפפרעגן.?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

וואס הייסט נוסח מאנסי\קרית יואל??

ווי פארשטענדלעך איז עס נישט קיין רמב"ם עירוב ווי אין קרית יואל, און קרית יואל האט עס אויך נישט געהאט פון אנהויב, דאס מאכט עס נאכנישט פאר א שוואכע עירוב.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

סארקאזי האט געשריבן:הער איך.
אז דער עירוב איז געמאכט נוסח מאנסי. נישט נוסח קרית יואל. דערפאר האט עס נישט די השגחה פון די לאקאלע סאטמארע מורי הוראות ווי.
הר''ר צבי טויב מבעהוץ.
הר''ר יצחק מרדכי מייזעלס מראדאוויטץ
הר''ר יואל האלבערשטאם מווירדשיניע
קען איינער באשטעטיגען אדער אפפרעגן.?

נוסח מאנסי, מיט אלע הידורים פון מאנסי עירוב.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

סארקאזי האט געשריבן:הר''ר צבי טויב מבעהוץ.

וואוינט אין בלומינגראוו?
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

רבי יצחק מרדכי שליט"א איז געווען פארמישט, און איז א שטיצער פונעם עירוב. זיין משפחה האבן געטראגן דעם שב"ק.

די עירוב איז אזוי ווי אין פילע שטעט אינדערהיים, ווי עס איז באשטעטיג אין ספרי גדולי הפוסקים.

אין גרויסווארדיין איז געווען אזא עירוב אויף טעלעגראף שטאנגען, ווען עס איז געווען מעוררים האט רבינו הק' מ'סאקמאר אויסגעטאן דעם שאל און געטראגן ד' אמות. דער ברך משה האט געזאגט, אז דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס דער רבי האט געטראגן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יענקעלע האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:הר''ר צבי טויב מבעהוץ.

וואוינט אין בלומינגראוו?

ניין
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

קלאר צו מאכען די עירוב איז געמאכט אויף די זעלבע אופן ווי מאנסי עיר ואם בישראל, מיט די הסכמה פון אלע גדולי פוסקי הדור און די דיינים פון אלע קהילות קדושות בישראל,

און ווי אויך אלע נייעה אידישע ישובים ווי וואדבערי דשאונקשען, קאנטרי האללא, מאווא, דשעיקסאן א.א.וו. מאכט מען די עירוב,

ובפרט אונעם סאטמארע שטעטל און בלומינגבורג ווי מען האט געמאכט די זעלבע עירוב ווי די דיינים פון שטאט האבען עס דורך געטוהן מיט די גרויסע דיינים פון קהילת סאטמאר און זיי האבען עס מאשר געווען און גאר ארויסגעברענגט די גרויסע מעלות און הידורים דערפון.
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

IMG-20190613-WA0131.jpg
IMG-20190613-WA0131.jpg (68.25 KiB) געזען 3845 מאל
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אט דאס הייסט א ריכטיגע אידישע שטאט... מיט פולמוס'ן און שיטות בדבר הלכה, זה אוסר וזה מתיר, אלו ואלו דא''ח!

ב''ה, היינט איז בלומינגראוו א ריכטיגע שטאט!
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

יענקעלע האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:הר''ר צבי טויב מבעהוץ.

וואוינט אין בלומינגראוו?

דאכט זיך ער וואוינט בשכינות
קוקט אויס מען שלעפט אים אריין ער זאל ווערן פארוויקלט אין הוראות פארן שטאט.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

Blooming האט געשריבן:ובפרט אונעם סאטמארע שטעטל און בלומינגבורג ווי מען האט געמאכט די זעלבע עירוב ווי די דיינים פון שטאט האבען עס דורך געטוהן מיט די גרויסע דיינים פון קהילת סאטמאר און זיי האבען עס מאשר געווען און גאר ארויסגעברענגט די גרויסע מעלות און הידורים דערפון.

לויט מיין אינפארמאציע האט מען אין "קרית יטב לב" שטארק פרובירט נישט צו נוצן די לעקטער שטאנגן דאכט זיך אז מען נוצט עס נאר אויף איין פלאץ און דאס האלט מען אויך אינמיטן טוישן. חוץ דעם איז א גרויסע חלק געהעריגע געיטס.
אטעטשמענטס
eruv 1.jpg
eruv 1.jpg (691.62 KiB) געזען 3439 מאל
eruv.jpg
eruv.jpg (710.45 KiB) געזען 3439 מאל
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

Blooming האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם וועבסייט זעהט מען דאך פיקטשערס ווי ער איז דערינען
איינוואינער זאגן אז הדיין מקרית יואל איז אויכעט אינעם עירוב אריינגעטון, און גאר די אדמו"ר מהר"א זעלבסט האט עס אויך מחזק געווען, ס'נאר שווער צו אנעמען אז זיי זאלן געהעריג ארויס בכתב מחזק זיין אזעלכע סארט עירובין ווען ביי זיי אינעם שטעטל זענען זיי גאר שטארק מקפיד אויף די שטערקסטע סארט מהודרדיגער רמב"ם עירוב

עס ליגט באמת אן אחריות אויף די הנהגה אין קרית יואל צו ארויסגעבן אנווייזונגען פאר די ארומיגע נייע שטעטלעך/גלילות/רבתי שטחים וויאזוי זיי זאלן זיך פירן בנוגע עירובי חצירות.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

עסן פאר אידן האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם וועבסייט זעהט מען דאך פיקטשערס ווי ער איז דערינען
איינוואינער זאגן אז הדיין מקרית יואל איז אויכעט אינעם עירוב אריינגעטון, .

הרב ר'מאיר בערקאוויטש שליט' א ( וואס האט געמאכט די עירוב )איז א נאנטע אייניקל פון הדיין מק' י סאיז זיכער אז אלעס שמיעסט ער דורך מיט אים
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

יונה האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:ובפרט אונעם סאטמארע שטעטל און בלומינגבורג ווי מען האט געמאכט די זעלבע עירוב ווי די דיינים פון שטאט האבען עס דורך געטוהן מיט די גרויסע דיינים פון קהילת סאטמאר און זיי האבען עס מאשר געווען און גאר ארויסגעברענגט די גרויסע מעלות און הידורים דערפון.

לויט מיין אינפארמאציע האט מען אין "קרית יטב לב" שטארק פרובירט נישט צו נוצן די לעקטער שטאנגן דאכט זיך אז מען נוצט עס נאר אויף איין פלאץ און דאס האלט מען אויך אינמיטן טוישן. חוץ דעם איז א גרויסע חלק געהעריגע געיטס.


מסתמא וועט אין בלומינג גראוו מיט די צייט ווערן די זעלבע ווי בלומינגבורג מען וועט צוביסלך אלעס איינטוישן.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

בבל האט געשריבן:
עסן פאר אידן האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם וועבסייט זעהט מען דאך פיקטשערס ווי ער איז דערינען
איינוואינער זאגן אז הדיין מקרית יואל איז אויכעט אינעם עירוב אריינגעטון, .

הרב ר'מאיר בערקאוויטש שליט' א ( וואס האט געמאכט די עירוב )איז א נאנטע אייניקל פון הדיין מק' י סאיז זיכער אז אלעס שמיעסט ער דורך מיט אים


זיכער?

וויאזוי ביזטו אזוי זיכער?

א נייע מהלך אין השגחה מען נעמט אן אז מסתמא האט ער זיך דורכגערעדט מיט דומ״ץ קרית יואל, אפשר נישט?
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

מצב כללי האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
עסן פאר אידן האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם וועבסייט זעהט מען דאך פיקטשערס ווי ער איז דערינען
איינוואינער זאגן אז הדיין מקרית יואל איז אויכעט אינעם עירוב אריינגעטון, .

הרב ר'מאיר בערקאוויטש שליט' א ( וואס האט געמאכט די עירוב )איז א נאנטע אייניקל פון הדיין מק' י סאיז זיכער אז אלעס שמיעסט ער דורך מיט אים


זיכער?

וויאזוי ביזטו אזוי זיכער?

א נייע מהלך אין השגחה מען נעמט אן אז מסתמא האט ער זיך דורכגערעדט מיט דומ״ץ קרית יואל, אפשר נישט?

זיינע חברה לאזן ארויס אזעלכע שמועות, די פראגע איז נאר צו אויף שמועות קען מען סומך זיין.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מצב כללי האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
עסן פאר אידן האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם וועבסייט זעהט מען דאך פיקטשערס ווי ער איז דערינען
איינוואינער זאגן אז הדיין מקרית יואל איז אויכעט אינעם עירוב אריינגעטון, .

הרב ר'מאיר בערקאוויטש שליט' א ( וואס האט געמאכט די עירוב )איז א נאנטע אייניקל פון הדיין מק' י סאיז זיכער אז אלעס שמיעסט ער דורך מיט אים


זיכער?

וויאזוי ביזטו אזוי זיכער?

א נייע מהלך אין השגחה מען נעמט אן אז מסתמא האט ער זיך דורכגערעדט מיט דומ״ץ קרית יואל, אפשר נישט?

איך גלייב אזוי לויט ווי איך קען אים
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

די אלע וואס שרייבען דא רעכטס און לינקס
ערשטענס, וואונט איהר בכלל דא און בלומינג גראוו אז נישט טראגט אפ פון דא, ישר כח

צווייטענס, די אלע וואס שרייבען לכאן ולכאן, און מאנסי טראגסטו מיט דעם עירוב? און וואדבערי געגענטער טראגסטו דערמיט און בלומינגבורג א.א.וו.

רבי געציל די דיין האט מאשר געווען דעם עירוב, אוואדאי איז דעם רמב"ם עירוב אסאך מער מהודערדיג אבער און בלומינג גראוו ווי מיר ווי האלב הייזער באלאנגט נאך פאר גויאישע אייגענטומער איז נישט שייך נישט קיין רמב"ם עירוב און נישט קיין בענדעל עירוב אז עס זאל קענען אריין נעמען די "גאנצע" געגנט,
טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט איבער »

איינער ווייסט א נאמבער צו דינגען הייזער און בלומנגראוו אויף א שבת חודש זומער אדג??
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

וויפיל קען קאסטן א גרויסע הויז אין בלומינגגראוו מיט לינען פאר א וויקענד?
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

א שיין מחלוקה'לע
מפי השמועה הער מיר אז הרבי מהר"א און דומ"ץ קר"י וועלן אפיציעל שטיצן די עירוב

טראכט איבער האט געשריבן:איינער ווייסט א נאמבער צו דינגען הייזער און בלומנגראוו אויף א שבת חודש זומער אדג??


די תושבי העיר האבן עדווערטייזט עפעס א ועד וואס העלפט דינגן
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

Blooming האט געשריבן:די אלע וואס שרייבען דא רעכטס און לינקס
ערשטענס, וואונט איהר בכלל דא און בלומינג גראוו אז נישט טראגט אפ פון דא, ישר כח

צווייטענס, די אלע וואס שרייבען לכאן ולכאן, און מאנסי טראגסטו מיט דעם עירוב? און וואדבערי געגענטער טראגסטו דערמיט און בלומינגבורג א.א.וו.

רבי געציל די דיין האט מאשר געווען דעם עירוב, אוואדאי איז דעם רמב"ם עירוב אסאך מער מהודערדיג אבער און בלומינג גראוו ווי מיר ווי האלב הייזער באלאנגט נאך פאר גויאישע אייגענטומער איז נישט שייך נישט קיין רמב"ם עירוב און נישט קיין בענדעל עירוב אז עס זאל קענען אריין נעמען די "גאנצע" געגנט,


עס זענען פארהאן אידן מחמירים וועלכע טראגן נישט מיט די מאנסי עירוב, נישט פון היינט נאר שוין יארן. עס איז נישט טייטש אז די עירוב איז נישט כשר, אבער אידן מעגן מחמיר זיין.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

חבורת הלכות עירובין כולל אהל יהושע ביים אדורכגיין דעים עירוב מיטן ראש הכולל רבי יואל קאהן 
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

חבורת הלכות עירובין כולל אהל יהושע ביים אדורכגיין דעים עירוב מיטן ראש הכולל רבי יואל קאהן און קאריצער רב שליטא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

IMG-20190619-WA0100.jpg
IMG-20190619-WA0100.jpg (176.27 KiB) געזען 4902 מאל
לעצט פארראכטן דורך Blooming אום מיטוואך יוני 19, 2019 5:58 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

IMG-20190619-WA0107.jpg
IMG-20190619-WA0107.jpg (157.64 KiB) געזען 4916 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”