פייערליכער מעמד יציקת הבורות ביים נייעם מקוה טהרה אין דעוועלאפמענט, דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, נאכגעפאלגט מיט גראנדיעזער מסיבת לחיים בשיר ושבח, וואו עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד שליט"א, און רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש בהדרכה וחיזוק.
הר"ר יואל פריינד הי"ו האט איבער געגעבן דבר המסיבה, באדאנקענדיג הרבני הנגיד ר' מרדכי גוטמאן הי"ו פטרון המקוה, און דערביי מבשר געווען אז מען האנדלט אצינד איבער אפקויפן ענדגילטיג א הויז פארן רב שליט"א, וועלכער וועט אנהויבן אין עטליכע וואכן ארום ארויסקומען אויף שבתות וימים טובים רעגלמעסיג און בקרב הימים זיך אריבערציען פולקאם, לשמחת לב התושבים וכל הקהלה.
עס האבן זיך באטייליגט גדולי רבני העיר, ובתוכם הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ קיט"ל לעיקוואד, הגאונים ר' ארי' מלכיאל קאטלער און הג"ר ירוחם אלשין שליט"א ראשי ישיבת בית מדרש גבוה און נאך
צולייגער האט געשריבן:פייערליכער מעמד יציקת הבורות ביים נייעם מקוה טהרה אין דעוועלאפמענט, דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, נאכגעפאלגט מיט גראנדיעזער מסיבת לחיים בשיר ושבח, וואו עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד שליט"א, און רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש בהדרכה וחיזוק.
הר"ר יואל פריינד הי"ו האט איבער געגעבן דבר המסיבה, באדאנקענדיג הרבני הנגיד ר' מרדכי גוטמאן הי"ו פטרון המקוה, און דערביי מבשר געווען אז מען האנדלט אצינד איבער אפקויפן ענדגילטיג א הויז פארן רב שליט"א, וועלכער וועט אנהויבן אין עטליכע וואכן ארום ארויסקומען אויף שבתות וימים טובים רעגלמעסיג און בקרב הימים זיך אריבערציען פולקאם, לשמחת לב התושבים וכל הקהלה.
א דערהויבענע שבת איז פאראיבער ביי אנ"ש אינעם נייעם סאטמאר'ן ישוב אין לעיקוואד, בהשתתפות די רב שליט"א הגה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א, חדב"ן כ"ק מרן מהרי"י מסאטמאר שליט"א, די תפלות זענען אפגעראכטן געווארן מיט א מוראדיגן דערהויבנקייט אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד, די שבת אחים ליל שב"ק איז פארגעקומען און די נייע ביהמ"ד, א ריזיגע ציבור האבן זיך משתתף געווען, עס זענען געזונגען געווארן הערליכע ווארימע ניגונים לכבוד שב"ק, די רב שליט"א האט עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש, פול מיט דברי חיזוק, הן בלימוד התורה, והן בתפלה, און הן בדרך החיים, די עולם האט געשלינגען מיט דורשט א יעדעס ווארט, בצפרא דשבתא, איז די רב שליט"א צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, און פארגעזגט די שירה פסוק בפסוק, עס האט געדונערט אין ביהמ"ד, אזוי אויך ביי שלש סעודות האט די רב הערליך ארום גערעדט צו אויסנוצן די צייט די ימי השובבי"ם, ב"ה די שבת האט איבערגעלאזט א מורא'דיגע רושם אויף די תושבים, מיט א חשק אויף ווייטער פרייטאג צו נאכטס ביי גוט שבת זאגן האט די רב שליט"א איבער געגעבן ווארימע גרוסן פאר די עלטערן פון זייערע חשובע קינדער, וואס די רב שליט"א קומט אליינס אראפ און די ת"ת א יעדע וואך פארהערן די קינדער, אזוי האבן די עלטערן געהאט די געלעגנהייט איבער צו שמועסן מיט די רב איבער די תכלית פון זייערע קינדער, וואס עס איז איבעריג ארויס צו ברענגען די געוואלדיגע מעלה וואס די ת"ת פארמאגט ב"ה.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!