חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אוודאי איז עס נוגע פאר הונדערטער מענטשן וואס פאלגן נאך די אנטוויקלונג פון די נייע געגנט מיט שפאנונג און אינטערעסע - וואס וועט עווענטועל ווערן קאנווערטעד צו קונים אינעם געגנט - און ווי לאנג עס שטערט נישט פאר די איינוואוינער און עס איז דא ווער עס וויל דערציילן, איז אדרבה, עס איז נאר א הילף פאר די הצלחה פונעם שטעטל.

אזוי? איך קען באשטיין דאס צי פארשטיין.

לאמיך א מיט גיין מיט אייער סברה און זאגט׳ס מיר צי איך בין גוט מסביר וואס איר האט דא געזאגט.

סא אין אנדערע ווערטער זאגט איר אזוי: איז ס׳דא מענשטן פון ווילימסבורג, וואס נאכדעם וואס זיי גייען הערן אז די דריי אין צוואנציגסטע משפחה פון ווילימסבורג האט געמויפט אויף לינדען, גייען זיי מחליט זיין צי מויפן?

און ס׳דא יודן וואס נאך וואס זיי גיין הערן אז די ניינצענסטע פאפא׳נער אדער ראחמיסטריווקא יונגערמאן האט געמויפט קיין לינדען גייט ער דעמאלטס מחליט זיין אויך צו מויפן?

איך טריי באמת דאס צי פארשטיין.

ווייל די אלע זאכן גייען ממילא געשעהן איין טאג פריער אדער איין טאג נאך פריער. און טאמער איז ער באמת אינטערסירט ריפט ער ממילא די אפיס זיך נאך פרעגן און מען ענפערט איהם אלע זיינע שאלות, און טאמער נישט וואס איז א נ״מ וויפעלטע ראחמיסטריווקא אדער פאפא׳נער אדער באבובער אדער סאטמערער׳ע וואוינט שוין אין לינדען? ממילא מיר קוקט אויס די אלע שמיעסן סתם אבי יאכנע שמיעסן.



הרב גאלדענע פעדער, ווי אנדערע האבען שוין דערמאנט אויב עס שטערט פאר די ארטיגע תושבים איז עס א טענה, אויב נישט איז עס לדעתי נאר א טובה, סאיז די בעסטע אדווערטייזמענט וואס קען זיין, ווען זשענעראל מאטארס, קאקא קאלע, ווערייזען וכדומה אדווערטייזען פארשטייסטו יא ? ווער עס וויל קויפען א קאר אדער טעלעפאון וועט דאך מילא פרעגען דעם מוכר, נישט אזוי ?

נאר אז מהאלט אין איין רעדען דערפון ווערען מער און מער מענטשען צוביסלעך איבערצייגט אז סאיז א גוטע עצה און אז זיין חבר אדער משפחה וועט אים פרעגען דערוועגען וועט ער אים מחזק זיין אא"וו

אזוי ארבייט די וועלט, פראפאגאנדע איז א צענטראלע טייל פון לעבען, יעדער מיינט אז ער ווערט נישט נשפע דערפון , אבער דער אמת איז אז כמעט יעדער ווערט נשפע דערפון, די גרויסע פירמעס געבען אויס ריזען געלטער פאר דעם נאכען זיך איבערצייגען אז סארבייט

איר מאכט איין טעות. און דאס איז אז לינדען דארף נישט קיין עדווערטייזמענט! די אידישע מארקעט איז עז האט עז קען בי. און אז זיי האבן עדווערטייזט אין ווילימסבורג די יום טוב איז געניג. מען דארף מער גארנישט. די שמיעסן זענען לענ״ד סתם יענטי יאכנע שמיעסן אבי אין די וועלט אריין.

הרב גאלדענע פעדער כן נראה לעניות דעתך
לעניות דעתי הקלושה און נאך אידען וואס דרייען זיך דא און פרעגן איז עס יא נוגע און נישט סתם יאכנע שמועסן
ממילא טאמער שטערט עס נישט פאר די ארטיגע תושבים נאר פאר אייך האבן מער שוין געהערט וואס איהר האלט וועגן דעם,
א דאנק
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך פאלעסיידס »

שפע רב האט געשריבן:איין זאך ווייס איך, זיי ווילן נאך אידן פון ווילי.

אזא גליון אויף פאסט האב איך באקומען. ונהנתי.


איך האב טאקע פערזענליך גערעדט פאר צוויי יאר צירוק צי איינע פון די פירענדע עסקנים,

און זיי קוקען טאקע ארויס צי העלפען וויליאמסבורגע אינגעלייט -וועלכע מאכען אזוי סך מיט אבנארמאלע דירות- ער האט געזאגט מווארט זיי אויפצינעמען מיט אפענע ארעמעס און העלפען איינארדענען מיט וואס מקען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך פאלעסיידס »

עוד יזכור לנו האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אוודאי איז עס נוגע פאר הונדערטער מענטשן וואס פאלגן נאך די אנטוויקלונג פון די נייע געגנט מיט שפאנונג און אינטערעסע - וואס וועט עווענטועל ווערן קאנווערטעד צו קונים אינעם געגנט - און ווי לאנג עס שטערט נישט פאר די איינוואוינער און עס איז דא ווער עס וויל דערציילן, איז אדרבה, עס איז נאר א הילף פאר די הצלחה פונעם שטעטל.

אזוי? איך קען באשטיין דאס צי פארשטיין.

לאמיך א מיט גיין מיט אייער סברה און זאגט׳ס מיר צי איך בין גוט מסביר וואס איר האט דא געזאגט.

סא אין אנדערע ווערטער זאגט איר אזוי: איז ס׳דא מענשטן פון ווילימסבורג, וואס נאכדעם וואס זיי גייען הערן אז די דריי אין צוואנציגסטע משפחה פון ווילימסבורג האט געמויפט אויף לינדען, גייען זיי מחליט זיין צי מויפן?

און ס׳דא יודן וואס נאך וואס זיי גיין הערן אז די ניינצענסטע פאפא׳נער אדער ראחמיסטריווקא יונגערמאן האט געמויפט קיין לינדען גייט ער דעמאלטס מחליט זיין אויך צו מויפן?

איך טריי באמת דאס צי פארשטיין.

ווייל די אלע זאכן גייען ממילא געשעהן איין טאג פריער אדער איין טאג נאך פריער. און טאמער איז ער באמת אינטערסירט ריפט ער ממילא די אפיס זיך נאך פרעגן און מען ענפערט איהם אלע זיינע שאלות, און טאמער נישט וואס איז א נ״מ וויפעלטע ראחמיסטריווקא אדער פאפא׳נער אדער באבובער אדער סאטמערער׳ע וואוינט שוין אין לינדען? ממילא מיר קוקט אויס די אלע שמיעסן סתם אבי יאכנע שמיעסן.



הרב גאלדענע פעדער, ווי אנדערע האבען שוין דערמאנט אויב עס שטערט פאר די ארטיגע תושבים איז עס א טענה, אויב נישט איז עס לדעתי נאר א טובה, סאיז די בעסטע אדווערטייזמענט וואס קען זיין, ווען זשענעראל מאטארס, קאקא קאלע, ווערייזען וכדומה אדווערטייזען פארשטייסטו יא ? ווער עס וויל קויפען א קאר אדער טעלעפאון וועט דאך מילא פרעגען דעם מוכר, נישט אזוי ?

נאר אז מהאלט אין איין רעדען דערפון ווערען מער און מער מענטשען צוביסלעך איבערצייגט אז סאיז א גוטע עצה און אז זיין חבר אדער משפחה וועט אים פרעגען דערוועגען וועט ער אים מחזק זיין אא"וו

אזוי ארבייט די וועלט, פראפאגאנדע איז א צענטראלע טייל פון לעבען, יעדער מיינט אז ער ווערט נישט נשפע דערפון , אבער דער אמת איז אז כמעט יעדער ווערט נשפע דערפון, די גרויסע פירמעס געבען אויס ריזען געלטער פאר דעם נאכען זיך איבערצייגען אז סארבייט

איר מאכט איין טעות. און דאס איז אז לינדען דארף נישט קיין עדווערטייזמענט! די אידישע מארקעט איז עז האט עז קען בי. און אז זיי האבן עדווערטייזט אין ווילימסבורג די יום טוב איז געניג. מען דארף מער גארנישט. די שמיעסן זענען לענ״ד סתם יענטי יאכנע שמיעסן אבי אין די וועלט אריין.

הרב גאלדענע פעדער כן נראה לעניות דעתך
לעניות דעתי הקלושה און נאך אידען וואס דרייען זיך דא און פרעגן איז עס יא נוגע און נישט סתם יאכנע שמועסן
ממילא טאמער שטערט עס נישט פאר די ארטיגע תושבים נאר פאר אייך האבן מער שוין געהערט וואס איהר האלט וועגן דעם,
א דאנק

סאיז דא גוטע פובליסעטי, און סאיז דא אומנויטיגע אומגעווינטשענע
פובליסעטי,

איך בין נישט באזארגט פאר זיי,

זיי ווייסען וואס זיי האבען צי טון און צי וועמען צי רעדען אין וויפיל צי אדווערטייזעו,

(אויב יעדער וואלט פארשטאנען צי פי אר וואלט נישט קאקא קאלע אויסגעגעבען אזוי סך געלטער צי דינגען זאלעכע טייערע מארקעטינג קאמפעניס יעדע שמויגער וואלט עס געקענט טון פאר זיי)
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך אפטימיסט »

סאו מ'זאל שפּאַרן דעם אשכול?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך נחום וואהלינער »

לגבי די בעק ענד פארט וויכוח דא:

אין איין ווארט: עס זענען מן הסתם דא אסאך מער ווי 20 וומסב"ג און 50 ב"פ וואס זיכען יעצט ערנסט, אבער.... דא קומט א גרויסע אבער
עס איז נישט קיין נייע דעוועלאפמענט ווי מען ציעט ארויף 100 הייזער אויף אמאל, נאר 2-3 הייזער קומען ארויף אויפן מארקעט וועכענטליך וזהו.

חוץ פון דעם איז דא א גאנצע פארדרייטע סיסטעם צו בכלל קענען קויפן [איך גיי נישט אריין אין די וויכוח צו ס'איז שלעכט אדער בוחר הרע במיעוטו - די מציאות איז אז ס'איז זייער שווער], וואס האלט אפ און האט שוין מייאש געווען זייער אסאך פון זיך אהין צו ציען, איך רעד פון עקפיריענס נישט מפי השמועה.

ממילא איז א שאד די עדווערטייזמענט ווייל די עולם וויל ממילא אהין גיין, די איינציגסטע וואס זיכען שטארק צו שלעפען מענטשען איז די וואס וואוינען שוין דארט [נישט די וועד] וואס האבן מורא אז די עולם וועט מער נישט קומען און זיי וועלען בלייבען אין א אויסגעשפילטע שטעטל, למעשה זעהט אבער נישט אויס אז עס איז דא וואס צו חושש זיין.

לגבי בתי מדרשים: יא עטליכע זיכען ערנסט צו עפענען בעתיד הקרוב, די נעמען זענען נישט נוגע דא.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לויט ווי איך פארשטיי איז די מארקעט דארט היבש פארנומען לעצטנס, און נישט דווקא מיט אידישע קונים. זייט די לאקדאונס און די ראיאטן אין מאנהעטן ציען זיך קיין ניו דזשערזי אסאך ניו יארקער גויים, און לינדען איז יעצט א האט-ספאט. מען דארף ווארטן אז די מארקעט זאל זיך בארואיגן.

אפשר צוליב דעם צילן זיי יעצט וויליאמסבורגע תושבים, וואס זענען גרייט צו צאלן רעלאטיוו מער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך נחום וואהלינער »

די פרייזן האבן זיך טאקע אביסעל געהויבען זייט קאראנע סיי צוליב די מצב פון אנטלויפען פון ניו יורק, ווי אויך וויבאלדט עס איז בכלל דא א מצב פון קויפען וויבאלדט די רעיטס זענען נידריג יעצט.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

וואס איז געווען מיט הקפהת מיט רבי ערטשעט מאל אין לינדען?
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

די גאסן אין לינדען איז שוין זייער היימיש היינט צוטאגס
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום מיטוואך אקטאבער 14, 2020 9:40 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך סראלי »

נחום וואהלינער האט געשריבן:די פרייזן האבן זיך טאקע אביסעל געהויבען זייט קאראנע סיי צוליב די מצב פון אנטלויפען פון ניו יורק, ווי אויך וויבאלדט עס איז בכלל דא א מצב פון קויפען וויבאלדט די רעיטס זענען נידריג יעצט.


געהויבן מיט וויפיל?
ישראל אשר בך אתפאר
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך צדיקים »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:וואס איז געווען מיט הקפות מיט רבי ערטשעט מאל אין לינדען?

א דערהויבענע יו"ט איז אריבער אויף תושבי העיר לינדן, נאכדעם וואס דער מייסד הקריה איז פארבליבן אין שטאט, און געפראוועט דעם יו"ט אויף א דערהויבענעם פארנעם אינעם פייוו סטאר בילדינג.
חוץ פון די פולע געסט וואס זענען געקומען (ווי יעדע'ס יאר פלעגן קומען געסט קיין בארא פארק צום רבי'ן, און זענען יעצט געקומען קיין לינדן) וואס מפי השמועה שמענו אז ס'איז געווען ארום הונדערט געסט, זענען אויך פארבליבן צענדליגע תושבים אין לינדן, א חלק וואס האבן נישט געקענט אוועק פארן (נאכדעם וואס זיי האבן נישט געהאט ווי צו גיין, צוליב קאראנא סיבות), און א חלק וואס זענען געבליבן ווייל ס'איז באקוועם און געשמאק.

למעשה האבן אלע שטארק הנאה געהאט, סיי פון די תפילות און די הקפות, און סיי פון די טישן, וואס איז געווען דערהויבן עד למאוד, דער גאנצער עולם האט צוזאמען זיך געהויבן ביי די הקפות, און אריין געארבעט בעבודת היום.

דאס איז זיכער געווען נאך א שטופ פאר דעם נייעם ישוב, צו פאראויס גיין און זיך ווייטער בויען לשם ולתפארת, לרווחת כלל ישראל.


בד"וו האט מען זיך שוין גענומען צום אויפבוי פונעם נייעם קאסאנער ביהמ"ד אין לינדן, ווען דער גאנצער לאט איז שוין אויסגעגראבן און גרייט צו אנהייבן בויען.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

Lot of Stores are available for rent on wood Avenue and
Georges Ave and is walking distance from the Yiddish area
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

IMG-20201014-WA0001.jpg
IMG-20201014-WA0001.jpg (284.48 KiB) געזען 1425 מאל
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך צדיקים »

Koson: Burich Shechiyuni Vekimuni Lazman Hazeh!! Mamad Hanuchas 'Even Hapina' For Bais Medrushiny Hagudel in Linden, Will Iyh Be Sunday P' Vayeiro Yid Daled Cheshvon (Nov.1), Details & Updates Will Follow - Kol Nishma Bchol Gevileich Harchivi Mokom Uholeich Mevaser Veomeir
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

סראלי האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:די פרייזן האבן זיך טאקע אביסעל געהויבען זייט קאראנע סיי צוליב די מצב פון אנטלויפען פון ניו יורק, ווי אויך וויבאלדט עס איז בכלל דא א מצב פון קויפען וויבאלדט די רעיטס זענען נידריג יעצט.


געהויבן מיט וויפיל?

קוק אויף Zillow, וועסטו זעהן פינקליך די פרייזען.

אגב, איך פערזענליך האלט אז די מארקעט וועט צוריק פאלן ווי ביפאר קאראנע, ווייל די אידישע הייזער וואס ווערן געקויפט האלט די וועד ווייטער די מארקעט און קויפען ווייטער פאר נידריגע פרייזען טאקע אביסעל טייערער ווי ביפאר קאראנע, אבער די גוישע קויפער׳ס וואס קויפען פאר טייערער וועלן זיך באראיגן די גיום אנטלויפען פון ניו יארק וועט נאכלאזן, און די מארקעט וועט ראיגער ווערן און צוירק גיין צי פאר וויפעל די אידישע קונים קויפן פאר, ממילא האלט איך אז ס׳איז נאר א צייטווייליגע באמפ. והנראה לענ״ד כתבתי.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:לגבי די בעק ענד פארט וויכוח דא:

אין איין ווארט: עס זענען מן הסתם דא אסאך מער ווי 20 וומסב"ג און 50 ב"פ וואס זיכען יעצט ערנסט, אבער.... דא קומט א גרויסע אבער
עס איז נישט קיין נייע דעוועלאפמענט ווי מען ציעט ארויף 100 הייזער אויף אמאל, נאר 2-3 הייזער קומען ארויף אויפן מארקעט וועכענטליך וזהו.

חוץ פון דעם איז דא א גאנצע פארדרייטע סיסטעם צו בכלל קענען קויפן [איך גיי נישט אריין אין די וויכוח צו ס'איז שלעכט אדער בוחר הרע במיעוטו - די מציאות איז אז ס'איז זייער שווער], וואס האלט אפ און האט שוין מייאש געווען זייער אסאך פון זיך אהין צו ציען, איך רעד פון עקפיריענס נישט מפי השמועה.

ממילא איז א שאד די עדווערטייזמענט ווייל די עולם וויל ממילא אהין גיין, די איינציגסטע וואס זיכען שטארק צו שלעפען מענטשען איז די וואס וואוינען שוין דארט [נישט די וועד] וואס האבן מורא אז די עולם וועט מער נישט קומען און זיי וועלען בלייבען אין א אויסגעשפילטע שטעטל, למעשה זעהט אבער נישט אויס אז עס איז דא וואס צו חושש זיין.

לגבי בתי מדרשים: יא עטליכע זיכען ערנסט צו עפענען בעתיד הקרוב, די נעמען זענען נישט נוגע דא.

איך דיסעגרי מיט דעם. צוויי זאכן: 1. ווער ס׳איז ערענסט מיט קויפען/וואוינען דארט. 2. ווער ס׳איז גרייט צי זיין פלעקסעבאל. און דא איז אינקלאדעד אסאך פרטים, ואין להאריך כעת. קומט אן ביז פאר חדשים. פון ווי איך ווייס? ווייל איך האב אפאר חברים וואס איך האב מיט געהאלטען ווען זיי האבן אהין געמויפט, איינער ממש אפאר וואכן צוריק, דערנאך האב איך א חבר וואס הערט נישט אויף צי האבען טענות אויף די בראקער און אויף די וועד, און איך האב גוט מיט געהאלטען ביי יענעם אויכעט, און א יעדן טאג האט ער עפעס אנדערש געוואלט, קודם האט עס געמוזט זיין א new construction און צוויי איינס פאר איהם און איינס פאר א געשוויסטער, ציזאמען מויפן. אפאר וואכן שפעטער, האט ער געטוישט דווקה א אלטע ביליגע, און ער וועט אליינס אריין לייגן געלט, אבער דאס מאל נאר פאר איהם אליין. אפאר וואכן שפעטער צוירק.. זאל זיין א אלטע ביליגע אבער מיז יא זיין אויך איינס לעבן די צווייטע, אויך פארן געשוויסטער. סא זאג די מיר פארוואס ער איז נאך נישט דארט.. איך זאג דיר, ווען ער קומט צווישען די אנדערע חברים, און האט טענות אויף די גאנצע וועלט האלט איך מיך כדי איהם נישט צי פארשעמען, און דערציילן פארן עולם פינקליך וואס דא איז פארגעגאנגען... בקיצור.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך Programming »

מיין פריינט אזוי גייט עס ווען מען קויפט א הויז. ס'איז א איינמאליגע לעבנ'ס החלטה וואס מען האט כסדר לעצט מינוטיגע צווייפלענישן.. אויב ווערט דער וועד נעבעך אפגעמוטשעט פון דעם קענען זיי אויפעפענען די מארקעט פאר בראוקערס וואס טוען דאס פאר פרנסה, באגלייטן קליענטן'ס משוגעת'ן פאר לאנגע חדשים ביז מען זעהט צום סוף א (פריטי) פעני, אויב עס ארבעט זיך אויס בכלל.

איך בין גראדע א שטארקער שטיצער פונעם סיסטעם צו האלטן די פרייזן נידריג (אגב בין איך נייגעריג צי דער וועד טוט קאנטראלירן אין עני וועי, שעיפ אר פארם ווער עס קען קויפן דארט א הויז), אבער עס איז נישט קיין סוד אז נאך אלעם באקומט דער וועד זיין בראוקעריזש געלט סאו זאל ער טון די זשאב וואס א בראוקער טוט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך המעריב ערבים »

איוב איינער קען צייגען וואס די וועד טיט אין וואס זיי האבן לעצטענס געטוישט,
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

המעריב ערבים האט געשריבן:איוב איינער קען צייגען וואס די וועד טיט אין וואס זיי האבן לעצטענס געטוישט,

?
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך המעריב ערבים »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
המעריב ערבים האט געשריבן:איוב איינער קען צייגען וואס די וועד טיט אין וואס זיי האבן לעצטענס געטוישט,

?

וואס איז זייער סיסטעים צי האלטען די פרייז ביליג? אלטע סיסטעים אין די נייע סיסטעים
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
קאסובער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 4:21 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך קאסובער »

א שטארקע סיסטעם גראדע, לאזן נאר קויפן דורך די וועד הקהילה וועלכע האלט די פרייזן אויף א לעוול אז ס'זאל נישט ארויפשרויפן.

כ'בין נאר זייער נייגעריג צו פארשטיין וויאזוי זיי פלאנען דאס אנצוהאלטן אויף אייביג, למשל אויב ס'קומט זיך אן א שיינע איד וואס האט ביז יעצט געהאט א שול ערגעצוואו אין פלעטבוש, זיינע מתפללים זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער, ער האט זיך דערזען אן מנין, ער איז מחליט ער וויל אליין קויפן עטליכע הייזער פאר זיך און זיינע קינדער און עפענען א שול עטליכע גאסן ארויפציהר. ער האט מיט די וועד הקהילה און בני האדמור מקאסון גארנישט, ער גייט זיך זיין וועג, ער עפנט אן אייגענע בית המדרש און ער לאזט עטליכע אינוועסטערס קויפן פאר אים, וואס גייט מען דאן טון?

גייט מען גיין פארפירן אז ער שעדיגט די גאנצע געגנט? וועט אויסקוקן אביסל ווי טעראר. גייט מען וויינען אז ער לייגט אוועק ארבעט פון יארן לאנג דורכ'ן קאסון'ער רבי שליט"א? וועט דאס אויסקוקן ווי א פייט פאר כבוד ושררה, סאו, וויאזוי גייט מען אים קענען פארשטיין געבן אזא קאנסעפט?
לעצט פארראכטן דורך קאסובער אום דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:19 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

Programming האט געשריבן:מיין פריינט אזוי גייט עס ווען מען קויפט א הויז. ס'איז א איינמאליגע לעבנ'ס החלטה וואס מען האט כסדר לעצט מינוטיגע צווייפלענישן.. אויב ווערט דער וועד נעבעך אפגעמוטשעט פון דעם קענען זיי אויפעפענען די מארקעט פאר בראוקערס וואס טוען דאס פאר פרנסה, באגלייטן קליענטן'ס משוגעת'ן פאר לאנגע חדשים ביז מען זעהט צום סוף א (פריטי) פעני, אויב עס ארבעט זיך אויס בכלל.

איך בין גראדע א שטארקער שטיצער פונעם סיסטעם צו האלטן די פרייזן נידריג (אגב בין איך נייגעריג צי דער וועד טוט קאנטראלירן אין עני וועי, שעיפ אר פארם ווער עס קען קויפן דארט א הויז), אבער עס איז נישט קיין סוד אז נאך אלעם באקומט דער וועד זיין בראוקעריזש געלט סאו זאל ער טון די זשאב וואס א בראוקער טוט.

נישט די וועד ווערט אפגעמיטשעט די יונגערמאן ווערט אפגעמיטשעט...

אגב די מישט אויס. ס׳דא א וועד און ס׳דא א בראקער און א רעילטי אפיס. די צוויי זענען צוויי עקסטערע זאכן.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

המעריב ערבים האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
המעריב ערבים האט געשריבן:איוב איינער קען צייגען וואס די וועד טיט אין וואס זיי האבן לעצטענס געטוישט,

?

וואס איז זייער סיסטעים צי האלטען די פרייז ביליג? אלטע סיסטעים אין די נייע סיסטעים

אין איין ווארט: דורך לאזן ס׳זאל נאר זיין 1 קונה פער הויז (מיט א דין קדימה סיסטעם פון פירסט קאם פירסט סערוו) אזוי אז איין יוד זאל נישט גיין אין קאמפ א קעגן א צווייטע יוד מיט העכערען די פרייז איינער אויפן אנדערען.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:מיין פריינט אזוי גייט עס ווען מען קויפט א הויז. ס'איז א איינמאליגע לעבנ'ס החלטה וואס מען האט כסדר לעצט מינוטיגע צווייפלענישן.. אויב ווערט דער וועד נעבעך אפגעמוטשעט פון דעם קענען זיי אויפעפענען די מארקעט פאר בראוקערס וואס טוען דאס פאר פרנסה, באגלייטן קליענטן'ס משוגעת'ן פאר לאנגע חדשים ביז מען זעהט צום סוף א (פריטי) פעני, אויב עס ארבעט זיך אויס בכלל.

איך בין גראדע א שטארקער שטיצער פונעם סיסטעם צו האלטן די פרייזן נידריג (אגב בין איך נייגעריג צי דער וועד טוט קאנטראלירן אין עני וועי, שעיפ אר פארם ווער עס קען קויפן דארט א הויז), אבער עס איז נישט קיין סוד אז נאך אלעם באקומט דער וועד זיין בראוקעריזש געלט סאו זאל ער טון די זשאב וואס א בראוקער טוט.

נישט די וועד ווערט אפגעמיטשעט די יונגערמאן ווערט אפגעמיטשעט...

אגב די מישט אויס. ס׳דא א וועד און ס׳דא א בראקער און א רעילטי אפיס. די צוויי זענען צוויי עקסטערע זאכן.

The broker is under The board, he can't do what he wants
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובה דורך סראלי »

קאסובער האט געשריבן:א שטארקע סיסטעם גראדע, לאזן נאר קויפן דורך די וועד הקהילה וועלכע האלט די פרייזן אויף א לעוול אז ס'זאל נישט ארויפשרויפן.

כ'בין נאר זייער נייגעריג צו פארשטיין וויאזוי זיי פלאנען דאס אנצוהאלטן אויף אייביג, למשל אויב ס'קומט זיך אן א שיינע איד וואס האט ביז יעצט געהאט א שול ערגעצוואו אין פלעטבוש, זיינע מתפללים זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער, ער האט זיך דערזען אן מנין, ער איז מחליט ער וויל אליין קויפן עטליכע הייזער פאר זיך און זיינע קינדער און עפענען א שול עטליכע גאסן ארויפציהר. ער האט מיט די וועד הקהילה און בני האדמור מקאסון גארנישט, ער גייט זיך זיין וועג, ער עפנט אן אייגענע בית המדרש און ער לאזט עטליכע אינוועסטערס קויפן פאר אים, וואס גייט מען דאן טון?

גייט מען גיין פארפירן אז ער שעדיגט די גאנצע געגנט? וועט אויסקוקן אביסל ווי טעראר. גייט מען וויינען אז ער לייגט אוועק ארבעט פון יארן לאנג דורכ'ן קאסון'ער רבי שליט"א? וועט דאס אויסקוקן ווי א פייט פאר כבוד ושררה, סאו, וויאזוי גייט מען אים קענען פארשטיין געבן אזא קאנסעפט?


זייער פשוט.

די פרישע איינוואוינער וועלן נישט קענען געניסן פון די סערוויסעס פןן ק״ק קאסאן.

תלמוד תורה/מיידל שולע א.א.וו.
ישראל אשר בך אתפאר
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”