קאסובער האט געשריבן:א שטארקע סיסטעם גראדע, לאזן נאר קויפן דורך די וועד הקהילה וועלכע האלט די פרייזן אויף א לעוול אז ס'זאל נישט ארויפשרויפן.
כ'בין נאר זייער נייגעריג צו פארשטיין וויאזוי זיי פלאנען דאס אנצוהאלטן אויף אייביג, למשל אויב ס'קומט זיך אן א שיינע איד וואס האט ביז יעצט געהאט א שול ערגעצוואו אין פלעטבוש, זיינע מתפללים זענען געווארן ווייניגער און ווייניגער, ער האט זיך דערזען אן מנין, ער איז מחליט ער וויל אליין קויפן עטליכע הייזער פאר זיך און זיינע קינדער און עפענען א שול עטליכע גאסן ארויפציהר. ער האט מיט די וועד הקהילה און בני האדמור מקאסון גארנישט, ער גייט זיך זיין וועג, ער עפנט אן אייגענע בית המדרש און ער לאזט עטליכע אינוועסטערס קויפן פאר אים, וואס גייט מען דאן טון?
גייט מען גיין פארפירן אז ער שעדיגט די גאנצע געגנט? וועט אויסקוקן אביסל ווי טעראר. גייט מען וויינען אז ער לייגט אוועק ארבעט פון יארן לאנג דורכ'ן קאסון'ער רבי שליט"א? וועט דאס אויסקוקן ווי א פייט פאר כבוד ושררה, סאו, וויאזוי גייט מען אים קענען פארשטיין געבן אזא קאנסעפט?
א שטארקע סיסטעם טאקע אבער די וועד זענען וואלענטירען, ווען איינער וויל קויפן א הויז וויל האנדלען מיט איינער וואס גייט מאכן געלט אויף איהם אז נישט גיבט מען זיך נישט איבער...
לגבי די בראוקערס האלט זיך אין איין טוישען, ווי אויך פעלט אויס קאמפעטיטיען מיט סערוויס וכדומה, אין דאס האלט אינמיטען געשעהן, צוויי פיינע אינגעלייט גייען עס איבער נעמען, אונטער די וועד פארשטייצעך...
איך האב נישט געהאלטען ביים אריין גיין אין פרטים אבער זעהט אויס אז מ'וויל דווקא יא, איך גיי זיך ווייטער פרובירען צו זיך האלטען אין די ליניע: איין זאך קען איך זאגן a lot of damage was done, מצד די בראוקער און מצד די פאמיליע ודי ודו"ק