סארקאזי האט געשריבן:דאס איז א ראיה אז סהייבט אן צו ווערן א בייערס מארקעט.
און די דעוועלעפארס מוזען טוען אלע מעשיגענע שטיק. צו מארקעטן זייער פראדאקט. כה לחי
נאר סאיז דא נאך א גיטע עצה.חוץ זיך צו נער לייגען מיטען העלמעץ
נידער אביסעלע די פרייזען
הע נישט געטראכט פון אזא געדאנק?
איך ווייס נישט צו שכונות ויואל משה ממש אבער ענקלעיוו געבן זיי זיכער עטוואס ביליגערע פרייזן אז מען האנדעלט , איך ווייס פון א מעשה אז זיי זענען איינעם נאכגעלאפען אבער יענער האט שוין געהאט געקויפט ערגעץ אנדערש פאר די פרייז וואס ער האט געהאלטען ביים באצאלן
לכאורה וועט מוזן געשען ווי אין מאנסי ,לעיקוואד אדער אין וויליאמסבורג היינט צוטאגס, אז מען קען נישט מער גרינגערהייט פארקויפן דירות אין די לופט נאר איינמאל די דירות שטייען שוין , א מענטש דארף באמת זיין א חסר דעה צו געבן געלט אן קיין חשבון ווען די דירה גייט זיין גרייט ,דאס איז די גרעסטע פראבלעם אז סתם מענטשן טראסטען נישט מער סתם לופטיגע קאנטראקטס פאר 4 אדער פינעף יאר, איינמאל ער וועט בויען און די דירות וועלן שטיין אויב ער קען עס באווייזען פאנאנציעל קען ער פארקויפן גרינגערהייט פאר נאך טייערער