נייע ישובים איז עס גיט פאר יעדן? - מיין עקספיריענס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

אלעס בערך פאר א פיר בעדרום
מאנסי דירה 2300
לעיקוואד דירה 2300
בלומינבורג דירה 2000
בלומינגראוו נאר דא הייזער 2400
זשערסי סיטי 1500

סא, מאנסי, לעיקוואד, און בלומינג-גראוו, אויב קומט צו 1700 דאלער עקספענסעס, איז עס 4000 דאלער.

זייער מעגליך אבער די באקומסט אסאך מער פאר דיין געלט , וואינסט ווי א מענטש מיט רחבות

איך קען אפאר אינגעלייט וואס צאלן 4000 דאלאר רענט אין ווילי (פארשטייט זיך מיטן אכטער )גאנץ לייטישע דירות און אלע ווילן אוועקמופן נאר די ווייבער לאזן נישט , ווי למשל איינער איז זיין ווייב א בת יחידה

פאר 4000 אין קרית יואל אדער הגלילות קענען זיי וואינען ווי א מלך צו א דירה אדער א הויז
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג מארטש 10, 2019 8:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

בערך 2,000. (מאנסי סאך מער, קומט אפילו נישט אריין דא)

און ס'קומט נישט צו קיין 2,000 עקספענסעס, ניטאמאל 1000.

דער פותח האשכול וואס האט באקומען א $800 עדישענעל שכ"ל עקספענס איז א מיעוט שאינו מצוי בכלל.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

I think that many people can relate to his story, but I doubt the role neighborhood plays
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

אלעס בערך פאר א פיר בעדרום
מאנסי דירה 2300
לעיקוואד דירה 2300
בלומינבורג דירה 2000
בלומינגראוו נאר דא הייזער 2400
זשערסי סיטי 1500

סא, מאנסי, לעיקוואד, און בלומינג-גראוו, אויב קומט צו 1700 דאלער עקספענסעס, איז עס 4000 דאלער.

זייער מעגליך אבער די באקומסט אסאך מער פאר דיין געלט , וואינסט ווי א מענטש מיט רחבות

איך קען אפאר אינגעלייט וואס צאלן 4000 דאלאר רענט אין ווילי (פארשטייט זיך מיטן אכטער )גאנץ לייטישע דירות און אלע ווילן אוועקמופן נאר די ווייבער לאזן נישט , ווי למשל איינער איז זיין ווייב א בת יחידה

פאר 4000 אין קרית יואל אדער הגלילות קענען זיי וואינען ווי א מלך צו א דירה אדער א הויז

דארף מען שוקל זיין רחבות קעגן באקוועמליכקייט.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יוד אלף האט געשריבן:I think that many people can relate to his story, but I doubt the role neighborhood plays

הונדערט פארצענט

הונדערטער אינגעלייט זענען אין די זעלבע סיטוציע אדער ערגער אין וויליאמסבורג ווען מען קויפט א קליינע פיצקעלע דירה
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

@כאפצעם די אלגעמיינע שכר לימוד קאסטן זענען אין לעיקוואד זייער טייער, און עס נישט קיין מועט, פארשטייט זיך אז סאטמאר און בעלזא בעטן די ברוקלינער פרייז..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

סאטמאר אין לעיקוואד איז פיל טייערער ווי ברוקלין.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

אלעס בערך פאר א פיר בעדרום
מאנסי דירה 2300
לעיקוואד דירה 2300
בלומינבורג דירה 2000
בלומינגראוו נאר דא הייזער 2400
זשערסי סיטי 1500

סא, מאנסי, לעיקוואד, און בלומינג-גראוו, אויב קומט צו 1700 דאלער עקספענסעס, איז עס 4000 דאלער.

זייער מעגליך אבער די באקומסט אסאך מער פאר דיין געלט , וואינסט ווי א מענטש מיט רחבות

איך קען אפאר אינגעלייט וואס צאלן 4000 דאלאר רענט אין ווילי (פארשטייט זיך מיטן אכטער )גאנץ לייטישע דירות און אלע ווילן אוועקמופן נאר די ווייבער לאזן נישט , ווי למשל איינער איז זיין ווייב א בת יחידה

פאר 4000 אין קרית יואל אדער הגלילות קענען זיי וואינען ווי א מלך צו א דירה אדער א הויז

דארף מען שוקל זיין רחבות קעגן באקוועמליכקייט.

איך ווייס נישט וואס הייסט ביי דיר רחבות אדער באקוועמליכקייט

אבער דאס איז זיכער אז ענדע חודש ענדיגסטו איבעראל כמעט די זעלבע היינטיגע צייטן , די חילוק איז נאר וואס די באקומסט פאר די געלט

אין וויליאמסבורג האסטו נישט קיין אינטש איבריג צו לעבן און קיין פרייוועסי .

אין אנדערע מקומות האסטו א ריזיגע דירה אדער הויז פאר די זעלבע געלט , יעדע געגענט אנדערש , אנדערע מעלות און חסרונות , אסאך אביסעל טייערער אדער ביליגער.

און יעדע מקום קענסטו זיך פאר'חובת"ן אדער זיך קאווערן ,האט נישט מיט נייע ישובים גארנישט ספעציעל
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דממה דקה האט געשריבן:דארף מען שוקל זיין רחבות קעגן באקוועמליכקייט.

און אויב בלייבט מען מיט די זעלבע סייז דירה ווי אין וויליאמסבורג, קען ער דינגען פאר סאאאך ווייניגער.

מארעל אוו די סטארי, ווען איינער קען קויפן א הויז, קען ער, און ווען נישט - נישט. ווען איינער קען דינגען א גרויסע הויז קען ער, און ווען נישט - נישט. דער שמועס וועגן ארויסמופן, איז אירעלעווענט, ווייל קאמפעיר עפל טו עפל, צאלט מען אין די דרויסנדיגע ישובים היבש ווייניגער, און אפילו נאכן צורעכענען די עקספענסעס, איז עס נאך אלס סאך ביליגער. + וואס ער פארלירט דעם הימלשרייענדן קעמפ עקספענס וואס קאסט פאר א שטוב מיט קינדער שווערע טויזנטער א יאר.

דממה דקה האט געשריבן:סאטמאר אין לעיקוואד איז פיל טייערער ווי ברוקלין.

וואס מיינט פיל טייערער? פאר א משפחה מיט קינדער, וויפיל איז דער דיפרענס א יאר?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

א חודשליכע אינקריעס פון $700 פאר שכ״ל איז זייער מסתבר אין לעיקוואד, אין סאטמאר גלייב איך נישט, אבער אין אלגעמיין, ביג טיים!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ישוב הדעת האט געשריבן:א חודשליכע אינקריעס פון $700 פאר שכ״ל איז זייער מסתבר אין לעיקוואד, אין סאטמאר גלייב איך נישט, אבער אין אלגעמיין, ביג טיים!

אמת ויציב, די לעיקוואוד'ע מוסדות בעטן בערך 475 פער קינד א חודש.
געשטימט פאר ראשעק הול
חיש נישט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיש נישט »

פין לעקיוואד למשל גייט מען קעמפ/קאנטרי? אויב נישט שפארט עס אפאר דאלער א יאר אקעגן ברוקלין
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:סאטמאר אין לעיקוואד איז פיל טייערער ווי ברוקלין.

נישט ריכטיג. מיינס א באקאנטער דארט צאלט אקוראט דעם זעלבן פרייז ווי אין ווילי.

אויב איז דא געוויסע וואס צאלן טייערער איז עס נישט "מ" צאלט פיל טייערער.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

חיש נישט האט געשריבן:פין לעקיוואד למשל גייט מען קעמפ/קאנטרי? אויב נישט שפארט עס אפאר דאלער א יאר אקעגן ברוקלין

קאנטרי קומט נישט אריין, ווייל פון שטאט דארף מען אויך נישט גיין. קעמפ, איז אזוי עס דא א ווינטער וועקעשאן מיט א זומער וועקעשאן וכו׳ איך גלייב אז עס קאסט אפ כאטש האלב וויפיל עס קאסט קעמפ אויב נישט די גאנצע.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

כפרה האט געשריבן:איך האב מיך איבערגעקלערט עטליכע מאל, צו זאל איך שרייבן דערוועגן אדער נישט, למעשה האלט איך יעצט אז איך דארף עס יא שרייבן, אז אנדערע אין מיין מצב זאלן קענען מאכן קליגערע באשלוסן ווי דאס וואס איך האב געמאכט.

אנגעהויבן האט זיך עס ביי מיר ווי מיט פיל אינגעלייט אין וויליאמסבורג, ב"ה איך האב א פיינע פרנסה ביי א אידישע פירמע, און אלע יארן אליינס זיך אויסגעהאלטן, נהנה געווען מיגיע כפי, געצאלט ערליך די רענט יעדן ערשטן, נישט גענומען פון בשר ודם, און אויך נישט פון פעטער-שמואל, די עלטערן זיינען ארענטליכע בעלי פרנסה, נישט קיין גבירים וואס קויפן דירות פאר קינדער.

ויגדלו הנערים, און מער האט מען נישט געקענט וואינען אין די קליינע דירה'לע, און האמיר זיך געלאזט זיכן א גרעסערס, זיך געוואנדען צו בראקערס, ערליך דורכגעקוקט א יעדע דבר יום ביומו מיטן גיט-מארגן, זעהנדיג ווי שווער עס איז צו טרעפן האב מיר זיך געוואנדען צו גיטע פריינט, אפשר ווייסט איינער א גוטע דירה.

ויאמרו לו חכמיו, משוגע זוכסט אין וויליאמסבורג, נישטא קיין דירות, אלעס איז פיצעלע דירות, פאר די געלט קענסטו קויפן ערגעץ אנדערש א ריזיגע הויז, איך וואלט שוין לאנג געמופט נאר מיין ווייב, איך זאג דיר שפרינג אריין מען וועט דיך העלפן זארג נישט, וכו' וכו' קויף א הויז און פארדינג די בעיסמענט וועסט נאך ארויס מיט ריווח, מוזט עס טוהן פאר די קינדער, אזוי איין 'גיטע פריינט' נאכן צווייטן, און איך האב נישט געהאט די שכל צו טשעלענדזשן אט די גיטע פריינט פארוואס זיי שפרינגען נישט אריין.

טו מעיק א שארט סטארי לאנג, בין איך געגאנגען צו זעהן די נייע יישובים, און איך האב געסעטלט אויף איינס פון זיי וואס איז מיר געווען די מערסטע צום הארצן, איי איך האב דאך נישט קיין 20 פראצענט אראפצולייגן, אויף דעם האבן מיר גיטע פריינד ערקלערט אז מען מוז נישט אראפ-לייגען קיין 20 פראצענט, אלץ פורסט-טיים האום בייער קען איך אפקומען מיט א קלענערע דאונ-פעימענט, און מען וועט שוין העלפן מיט די איבריגע, נאר נישט זארגן, און שפרינג אריין.

האב מיר געסיינט א קאנטראקט בשעה טובה ומוצלחת, אלע גיטע פריינט גיבן מיר מזל טוב, און ווידערהוילן מיין קליגע שריט, אבער דערנאך ווערט יעדער ווי קאטשענא, צולאזט און פארשווינדן, שטעלט זיך מיר ארויס אז איך קען נישט גיין פאר א קלענערע דאונ-פעימענט ווייל דעמאלטס ווערט די מארגעדש (אינאיינעם מיט די טעקס און די אינשורענס אויף די מארגעדש) צו הויעך פאר מיין אינקאם, זאגט מיר די מארגעדש בראקער איך זאל שאפן א קא-סיינער אזוי ארום קענען קוואליפיצירן, אבער דא פליצלינג ווער איך געוואויר אז קיינער פון מיינע גיטע פריינט קענען (ווילן...) נישט זיין קיין קא-סיינער, און מיין משפחה איז נישט קיין גרויסע פארדינערס וואס זאלן מיך קענען העלפן, בהכרח מוז איך גיין פאר די פולע 20 פראצענט וואס איך האב אויך נישט.

איך האב פראבירט צו מען קען רעכענען די בעיסמענט דירה וואס איך האף צו פארדינגען אלץ אן אינקאם קעגן די מארגעדש, למעשה קען עס נישט ווערן גערעכנט.

אזוי לויף איך ארום אן א קאפ זוכן ווער עס קען מיר בארגען, דער א פינעווער, און דער א צענער, צוזאם געקראצט א דאלער אויף א דאלער, אבער רוב פון די גיטע פריינט וואס האבן מיך טאקע גע'עצה'ט אריינצושפרינגען, האבן מיך אויך געלאזט דערטראנקען ווערן.

דא איז צוגעקומען נאך 16 אלפים קלאזינג קאסט, נאך א 60 טויזנט אין ממש ממש הכרחיות'דיגע געלט וואס מען האט געמוזט האבן צו ענדיגן וכו', און נאך א 30 אלפים אויפצופיקסן און פארטיגען די בעיסמענט וואס וועט העלפן קאווערען די מארגעדש, די צוזאמקראצן די געלט איז מיר אנגעקומען מיט די גרינע גאל, איך האב כמה פעמים געשפירט אז איך טראג עס נישט איבער, איך האב אלע מיינע יארן נישט געבארגט קיין געלט, אלעמאל זיך באוויזן צו לעבן מיינע יארן אן צוקימען צו מענטשנס טובות, און דא בין איך כ'שולי קדירה' איבערן קאפ מיט געבארגטע געלט.

האלט מיר שוין ביים קלאוזען בשעה טובה ומצלחת, אביסל האבן בעלי מלאכות פארשלעפט די צייט, אבער ב"ה מען ציהט זיך ארויס צו נייעם יישוב, באקומען שיינע מאווינג פרעזענטס, און גיטע פריינט זענען געקומען באזוכן, יעדער האט עצות וואס איך קען טוהן צו פארבעסערן די הויז, און וואס איך 'וואלט' ווען געדארפט טוהן א.א.וו.

למעשה האב איך פאררעכנט אז פון יעצט מוז איך טרעוולן יעדען טאג צו די ארבעט, און טרעוול צווישן טאל מיט געז קאסט מיך איבעריגע 750 דאלער א חודש, און קאר סערוויס פאר די שטוב צו ערלעדיגן עני קלייניגקייט איז נאך בערך 350 דאלער א חודש, שכר לימוד איז מיר העכער געווארן מיט 700 דאלער א חודש, און יעדן שני וחמישי מוז מען אריינפארן אין שטאט פאר שמחות וכו' זאמלט אויך א שיינע פאר טאלער.

עס האט גענימען א צוויי חדשים ביז איך האב פארדינגען די בעיסמענט, און דאס האט שטארק געהאלפן קאווערען א חלק מארגעדש, אבער נאך 5 חדשים האט דער טענענט זיך ארויסגעצויגן, און די מארגעדש מיט די טעקס מוז מען באצאלן חודש'ליך, און איך ברעך אינטער, מאין יבא עזרי, איך האב שוין אפגעצאלט א שפאר ביסל פון די געבארגטע געלט, אבער איך שעם זיך צו ווייזן די פנים פאר די אידען וואס איך האב נאכנישט קיין געלט זיי אפצוצאלען, און מיינע גיטע פריינט זענען נישט צו האבן, ווערן אן אפיציעלע רחמנות קעיס וועל איך קיין פאל נישט, יהיה מה שיהיה.

איך האב געקלערט פון טרעפן ארבעט דא לאקאל, און שפארן די הוצאות פון טרעוול, אבער שטעלט זיך ארויס אז לאקאל צאלט מען פיל ווייניגער פאר אן ארבעטער ווי אין די שטאט, סוף חודש וועל איך ווייטער זיין דערשטיקט.

און אזוי שטיי איך דא אין א מצב ווי עס איז נישטא קיין וועג צוריק, איך בין סטאק דא מיט דעם הויז, מיט די מארגעדש, און מיט אלע עקספענסעס, און איך קלער צו מיר, צו וואס האט מיר דאס אויסגעפעלט, וואלט איך געדינגען א דירה פאר 4 טויזנט דאלער אין וויליאמסבורג וואלט איך געשטאנען בעסער, מה לי לצרה הזאת, צו וואס האב איך מיך געברענגט די קאפוויי מיט די אייגענע הענט.

זכרי בהיותי יושבת בשלווה, אמת איך האב א צוויי שיינע צימערן דא מער ווי איך וואלט געהאט אין וויליאמסבורג, אבער פארדעם איז יעדע זאך אן אפקימעניש, איך האב אפילו נישט געוויסט וויפיל "טענק-יו-האשעם" איך האב געברויכט זאגן אויף די פשוטע באקוועמליכקייטן ווי מנינים מקוה גראסערי בוטשער חדר דאקטאר א.א.וו. ווי אלעס איז אזוי באקוועם און ביי די האנט אלע צייטן אין טאג.

ב"ה אז מיט מוסדות בין איך מסודר, נישט געהאט קיין עקסטערע שוועריקייטן, און אלע קינדער זענען צופרידן, הגם אנדערע מיטשענען זיך יא מיט דעם, ספעציעל איינער וואס האט א שווער קינד און ברויך טיפול מיוחד האט זיך מיך אפגערעדט ווי שווער דאס איז, סיי די פראגראמען זענען נישט קיין פארגלייך, און סיי די ארגאניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט איז נישטא.

פארוואס האב איך מיך גענומען די מיה אפצושרייבן דאס אלעס, איך ווייס אז ס'איז פאפולער צו שטיצן די נייע יישובים, און מען ברומט אינטער די גזירת-גירוש נאנסענס, עס איז אזוי אומפאפולער צו שרייבן מיין זייט, אזש איך שפיר זיך ווי איך אליינס בין אויך נישט מיך, אבער ווען איך זעה אן אשכול אז מען אפערט 500 דאלער פאר ווער עס געווינט די קאנטעסט צו קאנווינסן אנדערע צו מופן צו נייע שטעטליך, און איך שטוין, וועם ווילסטו דא איינ'נארן, האו עבאוט דער אינגערמאן וואס מופט נישט איז קליגער און האט א קאלקולעיטאר צו דער האנט, און אנשטאט געוואר ווערן מיט בליט וואס איך בין געוואר געווארן, ווייסט ער מיט אפאר דריקעס אויפן קאלקולעיטאר, וואונדערליך אז אלע אזוי גערופענע 'עשקנים' פון די נייע שטעט וואינען אין וויליאמסבורג, ער שיקט די קעלבער צו די שחיטה און ער פאפט באקוועם אין זיין וויליאמסבורגער הויז.

נישט אז איך בין קעגן די נייע יישובים, אדרבה א גרויסער עולם לעבט דא גליקלעך און צופרידן, אבער דאס איז נישט קיין כלל, און עס איז אן אחריות אריינצושטופן יענעם אין דעם אן ארויסהאבן די גאנצע בילד, טראכט וויאזוי וועסטו קלאפן ביי יעצנו-רע דעם קומענדיגן יום הקדוש, ווען די האסט געגעבן די בעסטע מארקעטינג עצה, יא די האסט איינגעזאלצן די מערסטע מענטשן, האסט געשריבן אז ער\זי ליידט אויף מאמע פארטוך סינדראם, און ס'איז דיר געלונגען.

ובזה יצאתי, ידי חובתי, היום יצאתי והיום באתי, זייטס מיר געזונט און שטארק, אויף צום ווידערזעהן אויף שמחות, אי"ה בקרוב ווען די וועסט מאכען א שמחה וועל איך מיך אריינשלעפן אין שטאט זיך צו פרייען מיט דיין שמחה, און ווען איך וועל מאכען א שמחה וועסטו קרעכצן ווי שווער עס איז דיר צו פארן אזוי ווייט, דשאסט פאר די רעקארד, די לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז די וועג ביידע דיירעקשאנס די זעלבע לאנג.

און צום שליסן, מארגן ווען די הערסט דיין חבר זיכט א דירה, העלף אים זיכן א דירה, לייג דיך אריין אין זיין מצב, שטופ אים נישט סתם אוועק צו מופן, ניין עס איז נישט קיין גזירת גירוש, עס איז בגזירת עקבתא דמשיחא וואס היוקר יאמיר, איבעראל איז דאס לעבן טייער, סיי אין וויליאמסבורג, סיי אין יעדע אידישע שטאט, זיי נישט מציע אן עצה שאינה הוגנת, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.

איך שפיר דיין ווייטאג און כ׳בין מתפלל אז דו זאלסט אויפגעראכטן ווערן אינגיכן
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

עס איז דא א סאך פונקטען אויסצושמועסן, אבער איך וויל נאר רעדן פון איינס.
לאמיר כאפן א בליק אויף צען יאהר פון היינט, לויט ווי עס קוקט יעצט אויס. (מכח השתדלות).
ווען בלייסטו ווען אין וויליאמסבורג וויפיל וואלסטו באצאלט חודשליך, און וויפיל מאל וואלסטו זיך שוין נאכאמאל געדארפט ציען? און ווי באקוועם וואלט שוין דיין דירה געווען?.
פון די אנדערע זייט, יעצט איז שווער, און אפשר גאר שווער, אבער טראכט אביסל אויף ווייטער, קען זיך דיין מארגידש הייבן? אדער נאר די טעקס.
זיך צו קויפן א דירה איז קיינמאל נישט לייכט. ספיצעיל פאר פשוטער ארבעטערס, אבער נאכ'ן אריינטאנצען און טאקע זיך מוטשען א פאר יאהר קען קיינער נישט זאגן אז עס האט נישט געלוינט.
(אנטשולדיגט פאר ניצען לשונות ווי "יעדער" "קיינמאל" הגם אז "יעדער" כלל האט א יוצא מן הכלל.....).

רוב מענטשען וואס האבען געזיכט די לייכטע וועג ארויס פאר דרייסיג אדער פערציג יאהר צוריק. ווען זיי וואלטען ווען געקענט קויפן א הויז, אבער זיך געוואלט שפארן די שוועריגקייט פון התחלות קשות פון קויפן, מוטשענען זיך היינט גאנץ אסאך.
וויפיל מאל דארף אזא איינער זיך ציען פון ווי ער וואוינט שוין אזויפיל יאהר? וואס קאסט עס יעדער מאל פון פריש? וכו' וכו'.
און רוב וואס האבן געקויפט 20 יאר צוריק. האבן עס קלאהר געטוען פאר'ן עתיד און נישט פאר'ן הווה.
און פאר דיין עתיד האסטו געטוען א געוואלדיגע זאך.
בלייבט נאר איבער צו דאווענען אז איר זאלט עס גרינגערהייט פארנעמען, און זאלסט מצליח זיין בכל דרכיך.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

צולייגער האט געשריבן:

דממה דקה האט געשריבן:סאטמאר אין לעיקוואד איז פיל טייערער ווי ברוקלין.

וואס מיינט פיל טייערער? פאר א משפחה מיט קינדער, וויפיל איז דער דיפרענס א יאר?

מיט 3 קינדער קומט עס אויס בערך $3,600 א יאר דיפרענס נאך סורטשארזשעס (אזױ איז ביי מיר)

און @כאפצעם אז די קענסט ארײנקומען אין אישי מיט דיטעילס פון דיין באקאנטער װאלטיך עפרישיעטעד, כ׳קען באשטײן צו װיסן װיזױ מ׳האנדלט אראפ, לפי ידעתי צאלט קיינער נישט װײניגער װי מיר (אפשר כולל יונגעלייט)
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”