די עקספאו וועט פארקומען זונטאג פר' אמור, ולמס' May 12, אין "עדן פעלעס", ווען עס איז ערווארטעט א "פולע טאג פראגראם" מיט פאנעלן מיט עסקנים, דעוועלאפערס, מארטגעדזש בראוקערס, א.א.וו.
די עקספאו דינט פאר יעדער יחיד אין וויליאמסבורג וואס 'באטראכט די מעגליכקייט' איבערצולאזן וויליאמסבורג און זיך אוועקציען צו אן אנדערן אידישן געגנט. עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע אינפארמאציע וואס א מענטש קען נאר וועלן וויסן איבער יעדע געגנט, די פלענס, פרייזן, ענווייראמענט, און אלע דעטאלן וואס מען דארף וויסן דורכצופירן אזא פראצעדור.
אונטער דעם עקספאו שטייט די בארימטע ארגאניזאציע "קרן עזר", וואס שטייט און שרייט אז רוב פראבלעמען היינט אין וויליאמסבורג טרעפן זייער שורש אינעם "דירות קריזיס", וואס אסאך מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן די הימל שרייענדע פרייזן וואס עס קאסט די סיטי-לייף.
כדי אנטיילצונעמען ביים עקספאו דארף מען זיין רעגיסטרירט פון פאראויס, און צאלן א מינימאלע סומע פון $15 א מענטש, אדער $20 א פארפאלק. (דאס קומט צו פארזיכערן אז עס זאל נישט זיין סתם אן אנלויף פון מענטשן, נאר זאל טאקע זיין דעזעגנירט בלויז פאר מענטשן וועלכע זענען ערנסט מיט'ן אוועקמופן.)
דא קענט איר זיך רעגיסטרירן צום עקספאו
אינעם פרעסע-ריליס פון די עקספאו-ארגאניזירער שרייבן זיי ווי פאלגענד:
[align=center]ברוקלין נישט; וואו יא?[/align]
אויב איז נאך אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט געווען א דעבאטע צו ברוקלין שטעלט צו אן עתיד פאר'ן שנעל-וואקסענדן ציבור חרד'ישע אידן; אויב האט מען אמאל בלויז געקענט קרעכצן אויף די ענגשאפט און הימל-שרייענדע הויכע רענט/מארטגעדזש קאסטן; אויב האט מען אמאל בלויז געקענט ווייטאגן אבער מ'האט גארנישט עכט געקענט טון אויף למעשה, שטייט מען שוין היינט ב"ה ביי אין נייע זמנים, די רעוואלוציע איז שוין געשען; יא! ס'איז שוין היינט דא לעזונגען! ס'איז שוין היינט דא א וועג ארויס; נייע אפציעס וואס מ'האט אמאל נישט געקענט זעהן אלס דורכפירבאר אדער רעאליסטיש.
אין די לעצטע פאר יאר האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אזויפיל נייע היימישע ישובים און געגנטער, וועלכע בליען ב"ה מיט אן אויסערגעווענליכע הצלחה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט קוראזשפולע משפחות וועלכע זענען אריינגעשפרינגען אין די פארשידענארטיגע מעגליכקייטן, און האבן אויפגעשטעלט בתי מדרשים, מוסדות התורה, און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א היימישע געגנט, און מען האט שוין בדרך כלל דורכגעשטיפט דעם כל התחלות קשות פאזע.
הונדערטער אדער זאגאר טויזנטער משפחות בליעה"ר פון ברוקלין האבן זיך במשך די לעצטע פאר יאר ארויסגעצויגן צו די אלע היימישע אידישע ישובים. ס'איז שוין היינט א נארמאלע ערשיינונג, אז מ'הייבט זיך אויף פון די קליינטשיגע לעכער און מ'מופט ארויס וואו ס'איז דא מער הרחבת הדעת און מער מעגליכקייטן פאר א נארמאלע פינאנציעלע לעבנסשטייגער.
די אלע משפחות וואס האבן למעשה זיך ארויסגעצויגן, כמעט אלע ווי איינער, רעדן צוריק מיט הנאה און צופרידנהייט אויפ'ן קלוגן באשלוס וואס זיי האבן געטון. דאס גאנצע לעבנסשטייגער האט זיך געטוישט פון א אנגעצויגענע אטמאספערע צו א רואיגע ליבליכע נארמאלע לעבנסשטייגער. די פרימארגן טוט אויפשיינען יעדן טאג, און נאכ'ן אפשיקן די זיסע נשמה׳לעך אין חדר און אין סקול אריין דערזעט מען זיך אין א רחבות׳דיגע דירה, מען האט מנוחת הנפש ברוחניות ובגשמיות, די קינדער קומען אהיים נאכמיטאג און האבן וואו צו פארברענגען, דער מאן קומט אהיים ביינאכט און מען קען אים רואיג אפווארטן און אויפנעמען ווי עס באדארף צו זיין. דער ראש המשפחה שפירט זיך פארלייכטערט אז אפילו נאכן צאלן די חודש׳ליכע רענט/מארגעדזש בלייבט ער נאך מיט אפאר דאלער אין טאש צום לעבן.טרעפט אייער ווינקל!
די ערשטע כוואליע איז שוין פאריבער און יעצט זענען פאראן נאך טויזנטער משפחות וועלכע באטראכטן ערנסט די מעגליכקייט זיך ארויסצוציען, מען אנערקענט אז עס איז דא א ברייטע האריזאנט פון מעגליכקייטן און אפציעס, און מען איז ערנסט פאראינטערעסירט צו כאפן א בליק אויף די אויסוואלן און פאסן א באשליס.
די ערשטע פראגע וואס קומט אויפ'ן געדאנק פון רוב משפחות איז "וואו גייט מען?" וועלכע פלאץ איז די פאסיגסטע פאר מיין משפחה, וועלכער ישוב איז די מערסטע פראקטיש, מעגליך און אויספירבאר, און אין וועלכע געגנט וועט זיין די בעסטע עתיד צו מגדל זיין די משפחה בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות.
עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער ענטפער איז "לא הרי זה כהרי זה". יעדער מענטש האט זיינע אומשטענדן און מצבים ארום, געוואנדן לויט זיין חסידות, משפחה, קרובים, פרנסה, יארגאנג, און נאך פילצאליגע פאקטארן. אסאך מענטשן האלטן זיך צוריק פון נעמען דעם קומענדיגן שריט צוליב די פילע ספיקות און שאלות וואס מען האט, און מען קען נישט מחליט זיין וואו עס איז די בעסטע פלאץ, און וואס איז באמת פאר די בעסטע טובה פון די אייגענע משפחה.
דער ענטפער פאר אט די משפחות קומט צו גיין מיט גרויסע טריט און וועט פרעזענטירט ווערן אויף א הערליכע און פראפעסיאנאלע פארנעם ביי דעם “VV Expo” וואס וועט פארקומען אין די זאלן פון "עדן פעלעס" קומענדיגן זונטאג אמור הבעל"ט, וואו עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע אינפארמאציע וואס קען נאר זיין נויטיג פאר איינעם וואס איז גרייט צו פארלאזן ברוקלין.
אין די צענדליגער "בוטס" לענגאויס דעם זאל וועלן אלע האוזיניג-דעוועלאפמענט פירמעס וועלכע שטעלן צו אן אפציע פאר היימישע אידן פארשטעלן זייער אויסוואל, פלענס, פרייזן, א.א.וו. און ווי אויך אלע נויטיגע אינפארמאציע איבער דעם ספעציפישן געגנט, כדי צו קענען מאכן אן אינפארמירטע החלטה.
דער עקספאו וועט זיך ציען דורכאויס א פולן טאג, און עס איז ערווארטעט שווערע טויזנטער ברוקלינער איינוואוינער, וועלכע וועלן אנטדעקן א וועלט פון מעגליכקייטן אינדרויסן פון דער שטאט, און בעז"ה צוטרעפן דעם אייגן ווינקל וואס איז צוגעפאסט פאר די משפחה.
מיר האפן אייך צו האלטן אפדעיטעד איבער די ווייטערדיגע פרטים.