וויאזוי קויפט מען א 8 רומיגע דירה?? (אין ק"י)

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

וויאזוי קויפט מען א 8 רומיגע דירה?? (אין ק"י)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

איך קוק מיר אזוי ארום יעצט צו קויפן א דירה, מיין משפחה פארברייטערט זיך ב"ה און איך וואקס שוין באלד אויס מיין 3 בעדרום דירה און עס ווערט צייט צו קוקן פאר א 8 רומיגע און בעיקר פאר א אייגענע.. עס איז אומבאגרייפליך וואס עס טוט זיך דא מיט די פרייזן. איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א עוורעידזש ארבעטער קען זיך עפארדען א נארמאלע 8 רומיגע דירה.

פאר בלויז ארום 10-15 יאר צוריק האט מען געקענט קויפן א 8 רומיגע דירה פאר אינטער 200k,. פאר בערך 5 יאר צוריק, $350k פאר 2-3 יאר צוריק - קאלעסבורג - $475k

די פרייזן פאר א 8 רומיגע דירה לויפט היינט ארום $650k (שכונת ויואל משה אביסל ביליגער, אבער איך רעדט אויב ווילסטו א טראפ מער רחבות'דיג פון שכונת ויו"מ, ווי ענקלעיוו, בראך, וכדומה) אויב לייגסטו אראפ $125k (פון ווי נעמט אן ארבעטער מיט א משפחה פון קינדער עסטערע 125?? אוקעי, געבארגט, געשפארט, געסעיווד, מתנות) וועט די מאגעידזש זיין ארום $3000 א חודש...

און די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז צו זיין פינאנציעל געסעטעלט, זאל די רענט נישט זיין מער ווי 30% פון די (gross) חודש'ליכע אינקאם. דעיס איז געזאגט געווארן פאר א גוי וואס האט 1 קינד און שיקט אים אין פאבליק סקול פאר פרי, אבער א איד מיט א משפחה פון קינדער, שכר לימוד, שבת יו"ט, שמחות און אזויפיל אנדערע אידישע הוצאות - צו זיין א איד קאסט - וואלט איך געזאגט עס דארף זיין נישט מער ווי 20-25%

דאס מיינט אויב איז מאגעידש $3000 א חודש דארפסטו מאכן $3000-3500 gross א וואך צו קענען לעבן נארמאל (איך רעדט נישט פון חתונה מאכן) ווילסט מיר זאגן אז יעדער ווער ס'קויפט א 8 רומיגע דירה מאכט דעי געלט א וואך?? און אויב נישט וויאזוי סורווייווען זיי מיט זייער בודזשעט? און וויאזוי קויפט מען א דירה אן קיין חשבון פון באצאלן?

איך האב געהאלטן אז לאמיר זאגן 100k א יאר פאר א משפחה פון 3-4 קינדער איז נארמאל און נישט ווייניג אבער אויב וויל איינער וואס מאכט אזויפיל א יאר קויפן א 8 רומיגע דירה, וועט ער דארפן געבן 50% פון זיין נעט חודש'ליכע אינקאם פאר מארגעידזש.

קען מיר איינער זאגן וויאזוי מען קויפט א 8 רומיגע דירה? מיז איך מאכן $200k א יאר זיך עס צו קענען עפארדען? דעי אלע וואס קויפן 8-9 רומיגע דירות מאכן טאקע אזויפיל, אדער שפרינגט מען אריין אן קיין חשבונות?
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

לעמעלע האט געשריבן:איך קוק מיר אזוי ארום יעצט צו קויפן א דירה, מיין משפחה פארברייטערט זיך ב"ה און איך וואקס שוין באלד אויס מיין 3 בעדרום דירה און עס ווערט צייט צו קוקן פאר א 8 רומיגע און בעיקר פאר א אייגענע.. עס איז אומבאגרייפליך וואס עס טוט זיך דא מיט די פרייזן. איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א עוורעידזש ארבעטער קען זיך עפארדען א נארמאלע 8 רומיגע דירה.

Welcome to the reality
זאג, אויב מאכט מען אזא פונקטליכע חשבון, וויאזוי דארף א אינגעמאן אין וויליאמסבורג אנגיין מיט זיין טאג טעגליכען ווען די רענט איז צווישן 75% און נעגעטיוו 5% פון זיין אינקאם?
קויפן קאסט אסאך, אבער גווענטליך אויב קען מען עס דורך שטופן לוינט זיך עס. געדענקט, צו קויפן א דירה איז אלעמאל "אביסל מער" ווי מ'קען עפארדען.
בנוגע דיין מארטגעדז פעימענטס, ס'דארף לכאורה אויסקומען צווישן 2,500 - 2,600 א חודש פרינסיפעל און אינטרעסט (נישט גערעכנט טעקסעס און אינשורענס)
הצלחה!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אקעי, די רירסט אהן די ווייטאגליכע טעמע פון מיטל קלאס פארדינער (וואס איך בין אויך דערין ב"ה).

די פארמעגליכע, און אזוי אויך די קינדער און איידעמער פון פארמעגליכע האבן נישט קיין פראבלעם. די טאטע/שווער גיבט א איינס צו צוויי הונדערט טויזנט און די איבעריגע חודשליכע פעימענטס איז גארנישט.

די ארעמע זענען באזארגט מיט פארשידענס, פוד סטעמס פאר די עסן, אא''וו און אלס א סייד דזשאב טוט מען אביסל מלומדות אדער סופרות. איך קען נישט די לייפסטייל פונקטליך אבער עפעס א וועג האבן זיי פון קויפן גרויסע רחבות'דיגע דירות פאר טאפ דאללער.

עס קומט אויס אז די קאמבינעישאן פון די רייכע דעוועלאפערס צואמען מיט די ארעמע שאפן א פארמולא וואס ברעכט אונטער די עכטע שווערע ארבעטער פון די מיטל קלאס. די עיקר סיבה פאר פרייזן פון דירות און די היימישע געגנטער, סיי צו קויפן און סיי צו דינגן איז אזוי אבנארמאל הויעך איז ווייל די מענשטן מיט סעקשאן 8 לאזן זיך קאסטן, די רעגירונג צאלט עס סיי ווי, וואס א חילוק ווי הויעך די רענט איז.

לולא כל הנ"ל, וועלן די מוכרים נישט קענען בעטען געפעפערטע פרייזן פאר דירות און יעדער וועט זיין צופרידן.

Sorry for my rant
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

די עכטע תירוץ איז אז סאיז טאקע צרות בעריגסאז

די צווייטע תירוץ איז ,פארוואס הונדערטע מענטשן מופן אין גלילות קרית יואל די לעצטע פאר יאר,באקומען א גרויסע הויז און די פעימענטס חודשליך מיט טעקס אינקלודעט איז די זעלבע ווי ביז יעצט בערך אין די וואינסט ווי א איד

למשל איך קען עטליכע וואס האבן פארקויפט זייער 3 בעדרום דירה פאר א שיינע פראפיט , געקויפט אין גלילות פאר בערך 400 טויזענט,אדער געבליבען מיט געלט אין טאש אדער פשוט די פעימענטס חודשליך ביליג

די אמת שלאגט אין פנים , די זאך איז אז היינט לעבן אינגעלייט עמטליך מיט חובות און מען דרייווט שיינע קארס , די ביזט לכאורה נישט פון די, אבער צובראכן זאלסטו נישט ווערן פון זען די וואס די מיינסט אז זיי האבן יא, כאטשיג קענסטו פארקויפן דיין דירה פאר א שיינע פראפיט

טאמער זיכסטו דוקא אין שטעטל דעמאלס איז א ערענסטע פראבלעם טאקע
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

פעטער שמואל האט געשריבן:אקעי, די רירסט אהן די ווייטאגליכע טעמע פון מיטל קלאס פארדינער (וואס איך בין אויך דערין ב"ה).

נאכ'ן הודאת בעל דין וועסטו מוזן טוישן דיין אינטערשריפט :wink:
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

סקען טאקע נישט גיין אינאיינעם לעת עתה אדער גייט מען אין שטעטל מיט 5-6 רומס און באנג-בעטן אדער אינדרויסן 9 רומס פאר ביליג
אדער חלילה חובות וואס ליידער "שכן חובת כל היצורים" אפשר נישט כל אבער רובו ככולו שטיפט נישט אדורך דעם חודש.

און מדארף ערנסטע באראטונגען פון עסקנים פאר כלל ישראל וויאזוי צו אוועקשטעלן א לעבן פאר א איד במנוחה אנע חובות און עגמת נפש ווייל אויב מוועט נישט טאן יעצט וועט עס איין טאג חלילה ערנסט קאלעפסן און כאטש אחכה לו בכל יום שיבוא האט שוין הרה"ק מסאטמאר זי"ע געזאגט אז אויף בויען עתיד הדורות דארף מען יא קוקן פאראויס.

כאטש וואס לעת עתה איז דא אינדרויסן דירות זעהט מען אבער אז געגנטער וואס זענען פול געווארן מיט אידן איז פלוצים ארויף מיט 100 אדער 2 הונדערט אלפים און סאיז אין לדבר סוף
ממוז אוועקשטעלן תקנות פון אלע קרייזן פון אומבויגזאמע פרייזן נאר און נאר תקנות קען האלטן די פרייזן נידריג סהאט טאקע אביסל שייכות מיטן דימענד און מיט נאך פאקטארן אבער סאיז בידינו עס אפצושטעלן ואם לא עכשיו אימתי.

די מעלה פון תקנות איז אז ווען א איד וועט עובר זיין וועט ער וויסן ביי זיך און ביי די גאנצע שטאט אז ער איז א רויבער משא"כ יעצט מאכט ער מיליאנען און איז נאך א שיינע בעל צדקה און מיט רעכט ווייל מה יעשה הבן וכו'
כווייס אז סאיז געווען ווער סהאט געוואלט טון דערין און מהאט עס פארוואסערט אבער סאיז צייט זיך אויפצווועקן.

כמיין נישט צו אטאקירן ווער סבויעט יעצט בפרט שכונת ויואל משה וואס בעהט ביליגער אבער ממוז מאכן א סוף לצרות ישראל וואס די גרעסטע פארצענט מענטשן זאלן ליידן פון א זאך איז דאס ענין פון געלט און די דירה איז די גרעסטע עקספענס ביים עולם, מדארף ווען גיין ווייטער מיט נאך געדאנקען צו פארברייטערן פרנסה ביי אידן אבער די ערשטע זאך איז דאס לדעתי וואס דארף געטאן ווערן.
זאל טאקע דער אייבישטער יעצט פארזיגלען יעדן איד מיט א גמר חתימה טובה און סזאל שוין זיין נאר "מנוחה ושמחה אור ליהודים" (בגימטריא תש"פ).
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פאר א קרית יואלער צו האבן אזא דירה עקספענס איז דאך ממש א קאטאסטראפע, אנדערש ווי אין וויליאמסבורג האט ער קיין וואוטשערס נו האט מען נאך א ריזיגן שכ"ל ביל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

געוואלטיג האט געשריבן:סקען טאקע נישט גיין אינאיינעם לעת עתה אדער גייט מען אין שטעטל מיט 5-6 רומס און באנג-בעטן אדער אינדרויסן 9 רומס פאר ביליג
אדער חלילה חובות וואס ליידער "שכן חובת כל היצורים" אפשר נישט כל אבער רובו ככולו שטיפט נישט אדורך דעם חודש.

און מדארף ערנסטע באראטונגען פון עסקנים פאר כלל ישראל וויאזוי צו אוועקשטעלן א לעבן פאר א איד במנוחה אנע חובות און עגמת נפש ווייל אויב מוועט נישט טאן יעצט וועט עס איין טאג חלילה ערנסט קאלעפסן און כאטש אחכה לו בכל יום שיבוא האט שוין הרה"ק מסאטמאר זי"ע געזאגט אז אויף בויען עתיד הדורות דארף מען יא קוקן פאראויס.

כאטש וואס לעת עתה איז דא אינדרויסן דירות זעהט מען אבער אז געגנטער וואס זענען פול געווארן מיט אידן איז פלוצים ארויף מיט 100 אדער 2 הונדערט אלפים און סאיז אין לדבר סוף
ממוז אוועקשטעלן תקנות פון אלע קרייזן פון אומבויגזאמע פרייזן נאר און נאר תקנות קען האלטן די פרייזן נידריג סהאט טאקע אביסל שייכות מיטן דימענד און מיט נאך פאקטארן אבער סאיז בידינו עס אפצושטעלן ואם לא עכשיו אימתי.

די מעלה פון תקנות איז אז ווען א איד וועט עובר זיין וועט ער וויסן ביי זיך און ביי די גאנצע שטאט אז ער איז א רויבער משא"כ יעצט מאכט ער מיליאנען און איז נאך א שיינע בעל צדקה און מיט רעכט ווייל מה יעשה הבן וכו'
כווייס אז סאיז געווען ווער סהאט געוואלט טון דערין און מהאט עס פארוואסערט אבער סאיז צייט זיך אויפצווועקן.

כמיין נישט צו אטאקירן ווער סבויעט יעצט בפרט שכונת ויואל משה וואס בעהט ביליגער אבער ממוז מאכן א סוף לצרות ישראל וואס די גרעסטע פארצענט מענטשן זאלן ליידן פון א זאך איז דאס ענין פון געלט און די דירה איז די גרעסטע עקספענס ביים עולם, מדארף ווען גיין ווייטער מיט נאך געדאנקען צו פארברייטערן פרנסה ביי אידן אבער די ערשטע זאך איז דאס לדעתי וואס דארף געטאן ווערן.
זאל טאקע דער אייבישטער יעצט פארזיגלען יעדן איד מיט א גמר חתימה טובה און סזאל שוין זיין נאר "מנוחה ושמחה אור ליהודים" (בגימטריא תש"פ).

תקנות איז א זאך וואס קען נישט געשען אין אזא גרויסע שטאט

אין אלע גרויסע שטעט ביי אונז אידן איז די זעלבע פראבלעם , די איינציגסטע סעלושען איז זיך ריקן אין פרישע געגענטער,ווי למשל די ערשטע קונים אין בלומינגראוו,קאנטרי האללאו,טשעסטער,מאנרא,היילענד לעיק עסטעיטס,זשעפערסאן א.א.וו. האבן געכאפט געבראטענע מציאות , בלומינגבורג כאפט מען נאך יעצט מציאות ,מאנטיסעלא למשל איז יעדע פראפערטי ארויף פון א יאר צוריק אבער נאך אלס גענוג ביליג ,דאס איז די איינציגסטע עצה

וויליאמסבורג,בארא פארק,מאנסי,לעיקוואד,קרית יואל ,סטעטען איילענד ,איבעראל איז די זעלבע פראבלעם ,תקנות איז אומרעלעסטיש , למעשה למשל גלילות קרית יואל אויף די מינוט איז גאנץ סטעיבעל שיסט נישט אזוי הויעך וועגן עס איז דא גענוג געגענטער אבער למעשה וויבאלד אין קרית יואל קומט נישט צו קיין דירות קויפט מען אינדרויסן אין גרויסן איז עס העכער ווי עס דארף זיין ,ווירזשעניע געגענט האט געקאסט 300 טויזענט 3 יאר צוריק און יעצט 600 די זעלבע הויז

פון די אנדערע זייט די אלע גרויסע דעוועלעפמענטס אין שטעטל פארקויפן זייער שווער דירות ,זיי געבן גוטע דיעלס אבער פארט גענוג הויעך ,די שאלה איז צו זיי וועלן עס געבן ביליגער מיט די צייט , ימים ידברו

אבער די קלענערע דעוועלעפמענטס ווייס איך נישט , פארקויפט זיך אויך היפש שווער

גראדע גענטצטע דירות איז דא א איבערפלוס און דארט קענסטו כאפן עטוואס מציאות קעגן ניי געבויעט

די פוינט איז אז עס קומט נישט צו קיין נייע דירות אין שטעטל, למשל אין די לעצטע 12 חדשים איז נישט צוגעקומען קיין 100 נייע דירות וואס מען האט אריינגעמופט אין שטעטל, ווען די שטעטל אליינס פראדאוסט 300 פרישע פארפעלקער קע"ה , פלאס אויסשטעטישע משפחות וואס ציען זיך , די סופליי און דימענד איז זייער הויעך , און וועגן דעם וואקסט אינדרויסן אויף הייווען

די אלע דעוועפלמענטס נעמען יארן לאנג , ווי עס זעט אויס וועט איו די נעקסטע 12 חדשים יא צוקומען א שיינע פאר הונדערט דירות , אהער עס מוז נישט זיין ווי די עבר האט געוויזן, רענטעלס אליין איז אפאר הונדערט דירות וואס זענען כמעט פערטיג
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דו פרעגסט וויאזוי עס קויפן די וואס קויפן יעצט?

די תירוץ איז, אן קיין שום חשבון אדער מיט א נישט ריכטיגן חשבון. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן דא נישט לאנג, איז דער עיקר בראך די היינטיגע מעגליכקייט פאר מיטעלע פארדינער צו באקומען גרויסע מארגעדזשעס, און דער עולם פאלט דערפאר.

עס איז פשוט נישט מעגליך צובאצאלן א דריי טויזנט דאללאר מארגעדזש און טעקס ביל, און אין דער זעלבער צייט אויך באצאלן: שכ"ל, גראסערי, פיש און פלייש, טעקסעס, קאנדא-מעינטענענס, קליידונג-שיך, יוטיליטי, היים-ריפערס, אינשורענס, קאר און אלע אירע הוצאות, שמחות הוצאות, הוצאות יו"ט, גויטע-געהילף, וואקאציע, מעשר-צדקה, קהילה מעמבערשיפ-זיץ-נדו"נ, דאקטוירים און מעדיצינישע געברויכן, טריפס - סקול סופלייס, קעמפ-דעי קעמפ, סעלפאון, און נאך צענדליגע אנדערע הוצאות. מען דארף פארדינען דערפאר מינימום $3500 א וואך.
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

למעשה נאך טעקס, וויפיל ביליגער קומט עס אויס חודש'לך אין די גלילות אדער נאך ווייטער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די מישט צוויי זאכן
1) ווי אזוי קויפט מען א הויז 2) ווי אזו קומט די עולם אויס די חודש

שוין אויסגעשמועסט דא אז אפגעזעזהען ווי אזוי מקומט אויס די חודש לוינט נאך אלטס צו קויפן א הויז
איי ווי אזוי קען זיין די עולם בצאלאהט, איך זעה נישט (לויט מיין חשבון) אז ווען מרענט קומט מען אויס בעסער.

א הויז וואס קאסט 650
קען מען אראפ לייגן 3% דאון פעימענט (15 אלפים) פלאס קלאזינג קאסט און מאפן קען דאס אנקומען צו 50 טויזנט דאלער (ממוז נישט האבן קיין 120)

מארגעדזש איז ארום 3200 א חודש
טעקסעט ווייס איך נישט וויפל מצאלט דארט אבער בערך ארום 7 8 א יאהר
קומט צי אינשורנס אויך, די סך הכל דארף זיין בערך 4000 א חודש

די שאלה איז וואס מבאקומט פאר די פרייז אויב באקומט מען אויך א קליינע דירה צו פארדינגען וועט אויסקומען חודשליכע פעימענט נאר ארום 3000
וויפל וואלט ער געצאלט פאר דינגען א 8 רומיגע דירה?

אויף די חלק ווי אזוי מקומט אויס א חודש.
די קוקסט נאר אויף די הוצאות, דיינע הכנסות רעכנסטו נאר דיין חודשליכע טשעק
נניח דו מאכטס 1000 - 1200 א וואך קוקסטו אן אז דו מאכסט נאר 4 5 טויזנט דאלער א חודש
ערשטנס א חודש האט מער פון פיר וואכן, אבער ביותר אז דו רעכנס נישט אלע אנדערע אינקאמס, טעקסט ריטערן, פראגרעמס אויב דו האסט, באנעסעס וואס מבאקומט, וכו׳ וכו׳.
מקען נישט רעכענען די הוצאות מיטן פילן אויג און ביי הכנסות פארקוקן, אויב רעכנסטו דיינע הוצאות ביזן לעצטן דאלער, דארפסטו רעכענען דיינע הכנסות מיט די זעלבע וועג.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אקטאבער 04, 2019 10:04 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

רעסטאראנט האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:סקען טאקע נישט גיין אינאיינעם לעת עתה אדער גייט מען אין שטעטל מיט 5-6 רומס און באנג-בעטן אדער אינדרויסן 9 רומס פאר ביליג
אדער חלילה חובות וואס ליידער "שכן חובת כל היצורים" אפשר נישט כל אבער רובו ככולו שטיפט נישט אדורך דעם חודש.

און מדארף ערנסטע באראטונגען פון עסקנים פאר כלל ישראל וויאזוי צו אוועקשטעלן א לעבן פאר א איד במנוחה אנע חובות און עגמת נפש ווייל אויב מוועט נישט טאן יעצט וועט עס איין טאג חלילה ערנסט קאלעפסן און כאטש אחכה לו בכל יום שיבוא האט שוין הרה"ק מסאטמאר זי"ע געזאגט אז אויף בויען עתיד הדורות דארף מען יא קוקן פאראויס.

כאטש וואס לעת עתה איז דא אינדרויסן דירות זעהט מען אבער אז געגנטער וואס זענען פול געווארן מיט אידן איז פלוצים ארויף מיט 100 אדער 2 הונדערט אלפים און סאיז אין לדבר סוף
ממוז אוועקשטעלן תקנות פון אלע קרייזן פון אומבויגזאמע פרייזן נאר און נאר תקנות קען האלטן די פרייזן נידריג סהאט טאקע אביסל שייכות מיטן דימענד און מיט נאך פאקטארן אבער סאיז בידינו עס אפצושטעלן ואם לא עכשיו אימתי.

די מעלה פון תקנות איז אז ווען א איד וועט עובר זיין וועט ער וויסן ביי זיך און ביי די גאנצע שטאט אז ער איז א רויבער משא"כ יעצט מאכט ער מיליאנען און איז נאך א שיינע בעל צדקה און מיט רעכט ווייל מה יעשה הבן וכו'
כווייס אז סאיז געווען ווער סהאט געוואלט טון דערין און מהאט עס פארוואסערט אבער סאיז צייט זיך אויפצווועקן.

כמיין נישט צו אטאקירן ווער סבויעט יעצט בפרט שכונת ויואל משה וואס בעהט ביליגער אבער ממוז מאכן א סוף לצרות ישראל וואס די גרעסטע פארצענט מענטשן זאלן ליידן פון א זאך איז דאס ענין פון געלט און די דירה איז די גרעסטע עקספענס ביים עולם, מדארף ווען גיין ווייטער מיט נאך געדאנקען צו פארברייטערן פרנסה ביי אידן אבער די ערשטע זאך איז דאס לדעתי וואס דארף געטאן ווערן.
זאל טאקע דער אייבישטער יעצט פארזיגלען יעדן איד מיט א גמר חתימה טובה און סזאל שוין זיין נאר "מנוחה ושמחה אור ליהודים" (בגימטריא תש"פ).

תקנות איז א זאך וואס קען נישט געשען אין אזא גרויסע שטאט

אין אלע גרויסע שטעט ביי אונז אידן איז די זעלבע פראבלעם , די איינציגסטע סעלושען איז זיך ריקן אין פרישע געגענטער,ווי למשל די ערשטע קונים אין בלומינגראוו,קאנטרי האללאו,טשעסטער,מאנרא,היילענד לעיק עסטעיטס,זשעפערסאן א.א.וו. האבן געכאפט געבראטענע מציאות , בלומינגבורג כאפט מען נאך יעצט מציאות ,מאנטיסעלא למשל איז יעדע פראפערטי ארויף פון א יאר צוריק אבער נאך אלס גענוג ביליג ,דאס איז די איינציגסטע עצה

וויליאמסבורג,בארא פארק,מאנסי,לעיקוואד,קרית יואל ,סטעטען איילענד ,איבעראל איז די זעלבע פראבלעם ,תקנות איז אומרעלעסטיש , למעשה למשל גלילות קרית יואל אויף די מינוט איז גאנץ סטעיבעל שיסט נישט אזוי הויעך וועגן עס איז דא גענוג געגענטער אבער למעשה וויבאלד אין קרית יואל קומט נישט צו קיין דירות קויפט מען אינדרויסן אין גרויסן איז עס העכער ווי עס דארף זיין ,ווירזשעניע געגענט האט געקאסט 300 טויזענט 3 יאר צוריק און יעצט 600 די זעלבע הויז

פון די אנדערע זייט די אלע גרויסע דעוועלעפמענטס אין שטעטל פארקויפן זייער שווער דירות ,זיי געבן גוטע דיעלס אבער פארט גענוג הויעך ,די שאלה איז צו זיי וועלן עס געבן ביליגער מיט די צייט , ימים ידברו

אבער די קלענערע דעוועלעפמענטס ווייס איך נישט , פארקויפט זיך אויך היפש שווער

גראדע גענטצטע דירות איז דא א איבערפלוס און דארט קענסטו כאפן עטוואס מציאות קעגן ניי געבויעט

די פוינט איז אז עס קומט נישט צו קיין נייע דירות אין שטעטל, למשל אין די לעצטע 12 חדשים איז נישט צוגעקומען קיין 100 נייע דירות וואס מען האט אריינגעמופט אין שטעטל, ווען די שטעטל אליינס פראדאוסט 300 פרישע פארפעלקער קע"ה , פלאס אויסשטעטישע משפחות וואס ציען זיך , די סופליי און דימענד איז זייער הויעך , און וועגן דעם וואקסט אינדרויסן אויף הייווען

די אלע דעוועפלמענטס נעמען יארן לאנג , ווי עס זעט אויס וועט איו די נעקסטע 12 חדשים יא צוקומען א שיינע פאר הונדערט דירות , אהער עס מוז נישט זיין ווי די עבר האט געוויזן, רענטעלס אליין איז אפאר הונדערט דירות וואס זענען כמעט פערטיג

קיינער וויל נישט ס'זאל בלייבן א שטעטל נאר פון די ערשטע פאר קונים/נחשונים וואס האבן אריינגעכאפט די ביליגע פרייזן. דעס איז די ריזען פארוואס די אלע געגנטער וואס איר האט אויסגערעכנט בויען זיך נישט געהעריג.
די סעלאשען איז דעס וואס לינדען טוט, קיינער קען נישט אליינס קויפן. ועיין אשכול "לינדען" ושם כתבתי קצת ע"ז
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

לעמעלע האט געשריבן:איך קוק מיר אזוי ארום יעצט צו קויפן א דירה, מיין משפחה פארברייטערט זיך ב"ה און איך וואקס שוין באלד אויס מיין 3 בעדרום דירה און עס ווערט צייט צו קוקן פאר א 8 רומיגע און בעיקר פאר א אייגענע.. עס איז אומבאגרייפליך וואס עס טוט זיך דא מיט די פרייזן. איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א עוורעידזש ארבעטער קען זיך עפארדען א נארמאלע 8 רומיגע דירה.

פאר בלויז ארום 10-15 יאר צוריק האט מען געקענט קויפן א 8 רומיגע דירה פאר אינטער 200k,. פאר בערך 5 יאר צוריק, $350k פאר 2-3 יאר צוריק - קאלעסבורג - $475k

די פרייזן פאר א 8 רומיגע דירה לויפט היינט ארום $650k (שכונת ויואל משה אביסל ביליגער, אבער איך רעדט אויב ווילסטו א טראפ מער רחבות'דיג פון שכונת ויו"מ, ווי ענקלעיוו, בראך, וכדומה) אויב לייגסטו אראפ $125k (פון ווי נעמט אן ארבעטער מיט א משפחה פון קינדער עסטערע 125?? אוקעי, געבארגט, געשפארט, געסעיווד, מתנות) וועט די מאגעידזש זיין ארום $3000 א חודש...

און די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז צו זיין פינאנציעל געסעטעלט, זאל די רענט נישט זיין מער ווי 30% פון די (gross) חודש'ליכע אינקאם. דעיס איז געזאגט געווארן פאר א גוי וואס האט 1 קינד און שיקט אים אין פאבליק סקול פאר פרי, אבער א איד מיט א משפחה פון קינדער, שכר לימוד, שבת יו"ט, שמחות און אזויפיל אנדערע אידישע הוצאות - צו זיין א איד קאסט - וואלט איך געזאגט עס דארף זיין נישט מער ווי 20-25%

דאס מיינט אויב איז מאגעידש $3000 א חודש דארפסטו מאכן $3000-3500 gross א וואך צו קענען לעבן נארמאל (איך רעדט נישט פון חתונה מאכן) ווילסט מיר זאגן אז יעדער ווער ס'קויפט א 8 רומיגע דירה מאכט דעי געלט א וואך?? און אויב נישט וויאזוי סורווייווען זיי מיט זייער בודזשעט? און וויאזוי קויפט מען א דירה אן קיין חשבון פון באצאלן?

איך האב געהאלטן אז לאמיר זאגן 100k א יאר פאר א משפחה פון 3-4 קינדער איז נארמאל און נישט ווייניג אבער אויב וויל איינער וואס מאכט אזויפיל א יאר קויפן א 8 רומיגע דירה, וועט ער דארפן געבן 50% פון זיין נעט חודש'ליכע אינקאם פאר מארגעידזש.

קען מיר איינער זאגן וויאזוי מען קויפט א 8 רומיגע דירה? מיז איך מאכן $200k א יאר זיך עס צו קענען עפארדען? דעי אלע וואס קויפן 8-9 רומיגע דירות מאכן טאקע אזויפיל, אדער שפרינגט מען אריין אן קיין חשבונות?

זייער א שטארקע קישא און די תריץ איז ווייל מען לעבט א הפקר'דיגע לעבן אן קיין שום חשבן
אבער איך וויל מיר אפשטעלן אויפן קעפל וויאזוי מען קויפט א '8' רומיגע דירה
פארוואס פארשטייט מען אז ווען מען האט א גרויסע 8 רומיגע דירה האט מען הרחות הדעת אפילו מיט א מארגיטש וואס מען קען נישט צאלן און מען דרייט מיט חובות אן קיין וועג ארויס ווי ענדיש האבן נאר א 6 אדער 7 וואס איז טאקע נישט אזוי גרויס אבער מען קען עס באצאלן, איך מיין אז א משפחה פון 6 ביז 8 קינדער קען נאך שיין אריין גיין און א 6 אדער 7 מען האט אפשר נישט די ספרים שטוב וואס מען האט גע'חלומ'ט‎ וכדומה אבער מען ברעכט נישט אינטער
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

אלט מאנרא האט געשריבן:

אלעס ביז אהער איז ליידער אמת און ביטער, און מיר דארפן אויף דעם זיך אויסגיסן דאס הארץ קומענדיגן הייליגן טאג, אז דער רבוש"ע זאל רחמנות האבן און זען בעני עמו, פנה נא אל התלאות ואל לחטאות.
אבער צו זאגן אז מען זאל ענדערש גיין אין א קלענערע דירה, מיינט צו זאגן "רעזיגנירט צו די תאות הממון פון די עשירים!"
ניין און ניין! א איד וואס ציעט אויף א משפחה פון אידישע קינדער בלעיה"ר דארף צו וואוינען אין א "גרויסע שיינע לעכטיגע דירה" מיט הרחבת הדעת פונקט אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געוואוינט, און עס איז דאס אחריות פון די עסקני כלל ישראל אז די מיטל קלאס זאל בעז"ה צו דעם קענען צוקומען
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

מקבל האט געשריבן:למעשה נאך טעקס, וויפיל ביליגער קומט עס אויס חודש'לך אין די גלילות אדער נאך ווייטער?

די שאלה וואס די פרעגסט איז אזוי ווי די פרעגסט וויפעל קאסט למעשה צוקויפן א קאר נאך אינשורענס חודש'ליך

און צווייטענס דאס איז אלטע נערישע שאלה דא אויפן וועלטעל וואס איז שוין צייט צו עקספייערען

איינער וואס וואינט אין א קליינע 3 בעדרום דירה , קען פארקויפן די דירה פאר א פראפיט און קויפן א לייטישע הויז פאר 400 טויזענט בערך און וואינען מיט רחבות און די חודשליכע פעימענטס איז כמעט ווי ביז יעצט , קען אייביג ארויסבויען אדער צובויען כשירחיב
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

באמת למשל קען איך איינער וואס האט פארקויפט א 3 בעדרום דירה נאכן וואינען דארט 13 יאר, ער האט עס געקויפט פאר 180 טויזענט דאכט זיך , און פארקויפט פטר 320 טויזענט, ער האט אוועק געוואקט מיט איבער 200 טויזענט פראפיט , אריינגעלייגט אין א 600 טויזענט דאלארדיגע דירה/הויז , קומט אויס אז די דארפסט צאלן בערך 3000 א חודש פאר א 600 טויזענט דאלארדיגע הויז אדער דירה , סא פארוואס קענסטו נישט דאס טין?
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

רעסטאראנט האט געשריבן:באמת למשל קען איך איינער וואס האט פארקויפט א 3 בעדרום דירה נאכן וואינען דארט 13 יאר, ער האט עס געקויפט פאר 180 טויזענט דאכט זיך , און פארקויפט פטר 320 טויזענט, ער האט אוועק געוואקט מיט איבער 200 טויזענט פראפיט , אריינגעלייגט אין א 600 טויזענט דאלארדיגע דירה/הויז , קומט אויס אז די דארפסט צאלן בערך 3000 א חודש פאר א 600 טויזענט דאלארדיגע הויז אדער דירה , סא פארוואס קענסטו נישט דאס טין?

איך האב פארשטאנען פונם פותח האשכול אז זיין יעצטיגע דירה איז ער אויף רענט
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

הר גריזים האט געשריבן:

נישט געכאפט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וויפל צאלט מען רענט אין ק״י פאר א 7 8 בעדרום דירה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איך וואלט געמאכט א שטיקל סך הכל פון ביז אהער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קודם כל, יעך קום שוין פון דארט, אלזא קינדערלעך הערט זיך צו
זיך צו דערמאנען ארויס צו גיין פונעם רענטעל ווען מ'מוז שוין האבן א אכט רומיגער, איז א גרויסע טעות. מ'מוז זוכן א אייגענעם סאך פריער ווען מ'האלט ביי דריי פיר קינדערלעך, העכסטענס קודם א קלענערס וכדו'
די וואס זאגן פונקט ווי די עלטערן האבן געהאט און ער שרייבט ריזיג גרויסע שיינע ליכטיגע וכו' רוב פון מיין עלטער און ארויף האבן נישט געהאט זעלכע דירות אויב האבן זיי געוואלט וואוינען אין סענטער אדער אין שטאט וכו', מען האט געמופט צב"ש קיין קרית יואל אדער קיין מאנסי וואס איז פונקט ווי צו מופן היינט קיין בלומינגבורג אדער מאנטיסעלא (עכ"פ כמעט אזוי) ווער ס'האט נישט פארדינט גאר שיין איז זיך באגאנגען מיט מינימום, סיי מיין שווער סיי מיין טאטע האבן אויפגעצויגן זייערע קינדער אין קליינע צושטופטע דירות מיט איין סינק וכו' וסרעמיק קאונטער טאפס ראונדעד קארנערס וכו' וכו' מאן דכר שמיה אפילו אין חלום.
יעצט. איינער וואס אלע זיינע הכנסות און בענפיטס, אינווועסטמענטס, בכל מכל כל וכל שום וחניכא דאית להו זענען אונטער הונדערט פופציג אלפים א יאר, און ער האט נישט קיין שום ערנסטע גרויסע געלטער אוועק געלייגט, קען נישט בדרך הטבע קויפן א אכט רומיגע גרויסע דירה אין צענטער פון א אלט באזעצטע גוטע געגנט אויב ער האט שוין יעצט א שטוב מיט קינדערלעך אכט, צען וכדו'
אויף ענגליש זאגט מען יו מיסט דע באוט, אדער קען ער רעזערוון צו חוץ לדרך הטבע. אדער עפעס אראפנעמען פון די פארלאנגען אין זיין דירה וואס ער וויל קויפן.
ער קען האבן טענות אויף די גאנצע וועלט אבער דאס איז דער סדר העולם.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בענאק האט געשריבן:
ניין און ניין! א איד וואס ציעט אויף א משפחה פון אידישע קינדער בלעיה"ר דארף צו וואוינען אין א "גרויסע שיינע לעכטיגע דירה" מיט הרחבת הדעת פונקט אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געוואוינט, און עס איז דאס אחריות פון די עסקני כלל ישראל אז די מיטל קלאס זאל בעז"ה צו דעם קענען צוקומען

איך בין גראדע מסכים צו וואס דו זאגסט.
אָבֶּער,
איך האף אז דו פארשטייסט אז דאס איז א "מיינונג" אפיניען אויף ענגליש
די הנחה, מיט די מציאות, איז כהיום ווי צוויי מאגנעטס אויף נעגעטיוו. וה' יעזור.

עוד פרט
איך דענק מיינע עלטערן וואוינען מיט 9 קינדער אין 3 בעדרום

עוד נקודה, פארפעשע דיינע קינדער, אין נאכדעם זאלן זיי זאגן אז זיי מוזן פארפעשענען זייערע קינדער שלא לזוז זיז כל שהוא

בערל האקט - כמה פרטים איז ער מנבא בסגנון אחד אנדערש ארויסגערענגט
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איינס האט געשריבן:וויפל צאלט מען רענט אין ק״י פאר א 7 8 בעדרום דירה?

3000 $, אויב מען טרעפט , נישט דא געהעריג קיין רענטל סופליי אין קרית יואל
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איך האב שוין געשריבן כמה פעמים און איך וועל עס שרייבן נאכאמאל, מען קען קויפן א לייטישע הויז אין די גלילות און אריינמופן אן אריינלייגען ערענסט געלט פאר 350 אלפים בערך , א פירסט טיים האום בייער מארגעזש דארפסטו אראפ לייגן 12 טויזענט דאלאר וואס איז 3 פארצענט , קלאזינג ,דאון פעימענט, מינומים איינריכטונגען מיט מאווינג טראק פאר קארגע 30 אדער פערציג אלפים קעש וואס קענסט נעמען א 0 פערסענט אינטערעסט לאון פאר 18 חדשים אדער בארגן פון גמ"ח , דיינע פעימענטס חודש'ליך וועלן זיין בערך $2500 נאך טעקס

משא"כ אין שטעטל נעמט נישט קיין דעוועלעפער נאר 3 פארצענט דאון פעימענט , איך גלייב אז מיט די צייט אז זיי וועלן שטיין מיט דירות אפשר וועלן זיי נעמען,
יא איך האב אויך נישט געגלייבט אז דאס וועט זיין די מציאות צו שרייבן אין א קרית יואלע אשכול אבער איך קוק עס אן משיגע ווער עס קויפט א 600 טויזענט דאלארדיגע היינט צוטאגס אין קרית יואל צושטיפט

עס איז א ערענסטע פראבלעם אבער דאס איז די מציאות
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

lebediger berel האט געשריבן:יעצט. איינער וואס אלע זיינע הכנסות און בענפיטס, אינווועסטמענטס, בכל מכל כל וכל שום וחניכא דאית להו זענען אונטער הונדערט פופציג אלפים א יאר, און ער האט נישט קיין שום ערנסטע גרויסע געלטער אוועק געלייגט, קען נישט בדרך הטבע קויפן א אכט רומיגע גרויסע דירה אין צענטער פון א אלט באזעצטע גוטע געגנט אויב ער האט שוין יעצט א שטוב מיט קינדערלעך אכט, צען וכדו'
אויף ענגליש זאגט מען יו מיסט דע באוט, אדער קען ער רעזערוון צו חוץ לדרך הטבע. אדער עפעס אראפנעמען פון די פארלאנגען אין זיין דירה וואס ער וויל קויפן.
ער קען האבן טענות אויף די גאנצע וועלט אבער דאס איז דער סדר העולם.

און דינגען א אכט רומיגע דירה קען ער יא?
סקאסט אויך א דריי אלפים

דיין פוינט האט נישט צו טון מיט קויפן אדער דינגען, סאיז א זייטגע נקודה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צו אויסקלארן
ווען משרייבט אז א 8 רומיגע הויז איז 650 באקומט מען מיט דעם א טענענט אדער א בעיסמענט, אדער מרעדט פון נאר איין 8 רומיגע הויז?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”