ר' יום טוב האט געשריבן:איך טראכט אז צולייגער איז פילייכט יא גערעכט, אבער נאכאלץ נאר בלויז לויט אונזער יעצטיגע אנבליק וויאזוי א נייע געגנט דארף אויסזען צו קענען עקזיסטירן.
די סוקסעס ראטע פון די ביז יעצטיגע נייע ישובים ווערט געמאסטן געווארן לויט וויאזוי 'ס'ארבעט זיך אויס'. און דא שטעקט טאקע די פראבלעם. ווייל אז א ישוב זאל זיך אויסארבעטן ביז צו א שטאפל וואס אונזער סאסייעטי באטראכט פאר א געהעריגע עטאבלירטע געגנט, דארף מען אריינלייגן גאר אסאך געלט, און זיך אסאך מאטערן בדמים תרתי משמע. דעריבער איז מיין פלאן, אז מיר זאלן טוישן ביי אונז אליינס די בליק וואס עס הייסט א סוקסעספולע געגנט. און אפשר גענצליך מבטל זיין דער באגריף אז א געגנט זאל זיין סוקסעספול!
נישט אז איך האב א פערטיגע פלאן, אדער אז איך קען גענוי אנצייגן פרטים. אבער מען דארף זיך אליינס פרעגן: ווער זאגט אז א געגנט מוז האבן גענוי 396 משפחות אפצוצייכענען סוקסעס?.. ביי וועלכע קהילה זיצונג איז דאס געווארן פראטאקאלירט? ווער זאגט אז א קהילה פון 70-80 משפחות קען נישט לעבן רואיג און צופרידן? ווער זאגט אז 70 אינגע משפחות מוזן גלייך האבן א פראכטפולע שול, בניני המוסדות, און דאן פייערן די סוקסעס אין בילדער, אלעס מיטן ציהל צו אינוועסטירן אין די מארקעטינג צו אימפרעסן גמליאל אז נאך משפחות זאלן זיך וועלן אהינציען? אוודאי איז עס א שיינע זאך בדאיכא, אבער ווען דער עולם איז מיטל קלאס אינגעלייט, קען מען זיך באגנוגן מיט ווייניגער. די אלע סערוויסעס ברחניות ובגשמיות וואס מיר האבן יעצט, איז אויסגעשטעלט און סיסטעמאזירט פאר טויזנטער משפחות. אז אונז זאל מיר קאפירן די אלע געשעפטן און קהיל'ישע פונקציעס און אלעס אלעס מאכן פאר 70 משפחות, וועט די געגנט גיין באנקראט אין 15 מינוט.
לדוגמא: א גראסערי פאר 70 משפחות טאר עקאנאמיש נישט האבן מער ווי א צענטל פראדוקטן פון א געווענליכע גראסערי, און דארף נישט זיין אפן מער ווי 4 שעה א טאג. עס קען אפילו זיין א שמש שטיבל אין ביהמ"ד. אדער... עס דארף בכלל נישט זיין קיין גראסערי! צוויי מאל א וואך קומט א באצאלטע ריפרידזשידער טראק פון ניו יארק מיט אלע ארדערס! (איך רעד פון דעלעוועיר) און דאס איבריגע איז דא אין וואלמארט.
אקעי, ס'אלעס דמיונות. איך טראכט הויעך. אבער יו געט די פוינט. אז דו וואוינסט אין א קאמיוניטי פון 70 משפחות, דארפסטו אנערקענען אז דו באקומסט קיינמאל נישט די סערוויסעס פון 10,000 משפחות. אדער אפילו נאענט צו דעם. צו ס'איז גרינג? ניין. אבער יעדע זאך האט אירע מעלות און חסרונות. און איינמאל עס ווערט אדורכגעבראכן וועט עס זיין די נארמע. עס וועט זיין א סיסטעם זיך צו ספראווען מיט שוועריקייטן. א אידישע נייע-געגנט געזעץ בוך מיט א מהלך וויאזוי צו אדאפטירן סוקסעספול נייע געגנטער. יעדער גייט מוזן נעמען א חלק אין עסקנות. דאס גייט זיין א חלק פון די טעראפי צו אויסוואקסן מאמע-פארטוך. אבער עס גייט קיינמאל נישט זיין קיין געפילטע פיש און קוגל צו קויפן צענע ביינאכט, און אויך נישט א מנין מעריב עלעווע.
איך קוק גלייכצייטיג אויף די ברעסלאווער ישוב, איך בין נייגעריג וויפיל עס קאסט דארט אלע ציבור'שע הצטרכות.
אסאך זאכן זענען ביי אונז שוין געווארן דורכגעבראכן. איך דערמאן זיך, אמאל מיט 10 יאר צוריק ווען איינער האט געזוכט א הויז ארויסצוגיין וואוינען אין די גלילות פון קרית יואל, איז די ערשטע פראגע נאטורליך געווען "ווי נאענט איז עס צום שטעטל?" (נאך פריער פלעגט מען אין קרית יואל זעלבסט פרעגן "ווי נאענט איז עס צום ביהמ"ד?"...) איינער האט דאן געחלומ'ט אז היינט וועלן אסאך פון די 'נאענטע' הייזער ארום קר"י בלייבן אויסגעשפילט?.. ווייל טראץ וואס ס'איז נאענט געאראפיש צו קענען צושפאצירן שטייט עס איין הויז אליין אין א מדבר.. און בעיקר די געגנטער מער ארויפציר בליען הערליך. היינט הערט מען כמעט נישט עמיצער זאל קוקן אויף נאענטקייט, עכ"פ נישט אלס א פריימערי אישו.
רבי יום טוב אזוי זיס געזאגט!
דאס דארף זיך זעכער טוישן, די נייע ישובים דארפן קיינעם נישט טרייען צו אימפרעסן! און אזוי ווי די זאגסט ס׳טאר נישט זיין קיין געהעריגע גראסערי אין א נייע ישוב ביז א שיינע פאר הינדרעט משפחות וואוינען דארט. איך קעניש די גראסערי ליין און באדזשעט, אבער פאר דעם דארף זיין א גראסערי אין א נייע ישוב אז נאך א יוד זאל זיין אין חובות? רבונו של עולם, אוודאי א יוד וואס טוט אזאנס איז א צדיק. מען טאר עס אבער נישט טוהן! קיין שום עהרליכע יוד אז מען גייט איהם פרעגן, וואלט ער עס נישט צו געלאזט.
וואס יא? אזוי ווי איר זאגט רבי יום טוב, אין מאנסי פלעג דאס זיין א נארמאלע זאך, (קען זיין נאך היינט אויך) די מקווה יוד זאל פארקויפן די וויכטיגע פראדאקטן איז זיין אפען אינדערפרי און ביינאכט ביי די תפילות אין פארטיג.
אבער לגבי מוסדות פארשטיי איך נישט אייער פלאן, ווי אזוי קען מען מאכן מוסדות פאר א שטעטל מיט 70 משפחות? דאס קען נישט ארבייטן.
וואס יא? איז געווארן די עיקר עצה פון די נייע ישובים צו שיקן אין דערנעבענדע גרויסע ישובים מוסדות. צו ס׳איז שווער? אוודאי, ס׳זייער שווער. אבער זעכער בעסער אז די מוסדות זאלן דארפן מאכן גא פאנד מי׳ס כסדר. און די עיקר פלאן פון די נייע ישובים דארף זיין לענ״ד צו ווארטן אויף מערערע הינדערטע משפחות און נאר דעמאלטס מאכן מוסדות. סטעטן אייסלענד למשל: האט שוין ארום 400 חסידישע משפחות און האט נאך נישט קיין מוסדות. איך זאג נאך א מזל...! ווייל פארוואס זאלן אזוי פוהל מענשטען, מלמדים, מנהלים: רחני, און גשמי, זיך מיטשענען מיט פעהמענטס... און זיך דעקן... און נאך דערצי זאלן זיך מוסדות׳ן דארפן אנלייגן אויפן ציבור... הגם ווייטער איך בין נישט זעכער וויפעל משפחות מען דארף האבן אז מ׳זאל קענען מצליח זיין פיינענשעלי און האבן מוסדות, קען זיין אז 400 משפחות מיט נאר מוסד קען מצליח זיין פיינענשעלי. מנהלי המוסדות קענען מסתמה פארענטפערן די פראגע, וויפעל משפחות ס׳דארף זיין.
אבער אזוי ווי א יעדער פארשטייט (אזוי האף איך..) אז צו מאכן א גראסערי וואלט קיין שום עהרליכע יוד נישט געגעבן די אקעי פאר א ׳יחיד׳ צו נעמען זיין משפחה אין חובות, ׳לטובת הכלל׳ כדי ס׳זאל זיין א גראסערי ׳לטובת הציבור׳. איז לענ״ד די זעלבע זאך לגבי מוסדות, אז קיין שום עהרליכע יוד וואלט נישט געגעבן די אקעי פאר קיין שום ׳יחיד׳ אז ער זאל נעמען די פיינענשעלס פון א מוסד אויף זיך, פאר לאמיר זאגן א ישוב מיט הינדרעט משפחות, על סמך אז ס׳גייט זיין נסים טעגליך. פארשטייציך א חוץ ווען ס׳דא אמת׳ע נגידים בעם וואס נעמען זיך אינטער צו דעקן. וואס אין אזא פאל קען מען מאכן סיי מוסדות און סיי א גראסערי.... די עיקר ווילאנג מען נעמט זיך נישט אינטער צו לעבן אויף ניסים.