נייע ישובים - אשכול הכללי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

נייע ישובים - אשכול הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אשכולות איבער פרישע געגענטער קומען ארויף ווי שוואמען נאך א רעגן. ס'איז באמת א פארגעניגן צו זעהן ווי מענטשן טוען צו דער זאך און לייגן אריין כוחות צו טרעפן און אנטוויקלען נייע ישובים. מיר ווינטשן זיי אלע גרויס הצלחה, און האפענטליך ווען אונזערע קינדער וועלן זיכן ווי צו וואינען וועט זיין אפציעס פאר יעדע טיפ - והארץ רחבת ידים.

אבל דא עקא אז ס'מאכט זיך צומאל איינער וויל פרעגן א שאלה וואס האט נישט ספעציפיש מיט איין געוויסע ישוב און מ'ריקט דאס אריין אין איינע פון די נייע ישובים אשכולות. די פראבלעם איז אז די שמועס פארציט זיך און ס'איז אינגאנצן שלא מן הענין פון די קעפל פון אשכול. דעריבער עפען איך דא אן אן אשכול ווי מ'וועט קענען שרייבן אלע כלליותדיגע ענינים אנבאלאנגט נייע ישובים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייע ישובים - אשכול הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'וואלט געווען א גרויס תועלת ווען ס'גרינגעט זיך א דאטעבעיס פון היימישע אידן וואס זיכן זיך אוועקצוציען אבער האבן נאכנישט געטראפן את שאהבה נפשם. למשל, יעדע ישוב דארף א מורה הוראה, מלמדים א.א.וו., וואלט געווען א גוטע איידיע צאמצושטעלן א ליסטע פון אלע וואס ווילן מופן און וואספארא קוואלעפיקאציעס זיי פארמאגן, אזוי אז ווען איינער טרעפט א פאסיג פלאץ זאל ער וויסן מיט וועם זיך צו פארבינדן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: נייע ישובים - אשכול הכללי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

שכוח הרב דריידל פארן עפענען אזא אשכול. סאיז א געוואלדיגע זאל צי אויסשמוסען בכלליות די נייע ישובים.

לענינו. ווי מזעט וואקסען ישובים וועכענטליך מער וויניגער איז וועגען פשוט מפלאצט ארויס פון ווי אינז וואינען יעצט אין בלית ברירה צשפרייט מען זיך ימה וקדמה וצפנה ונגבה.
אין צילוב דעם בלית ברירה האבען איז דא אינוועסטערס וואס האבען אויך הנאה פון דעם.

יעצט צום פונטיל.

ווי סאיז איינגעפירט ביי כלל ישראל אז יעדע נכסי רבים (ביהמ״ד/ת״ת/מקוה/ביליגע חתונה זאל) איז דא נדבנים צי משנארט אדער מבארגט סיי לזיכו הרבים סיי צוליעב כבוד אבער סוף כל סוף באצאלען זיי פארדעם.
איז די שאלה ווי זענען די גבירים צי בוען א נייע שטאט לזיכו הרבים? אדער ווי זענען די גרויסע רבי׳ס צי צאמשטעלן א קאמיטע פון גבירים צי אויסלייגען די קאסטען?
סאיז ס״ה בויען/קופן א דעוועליפמענט אין פארקויפן פאר קאסט פרייז.
ס׳העט זיי גארנישט קאסטען (און פארשטייט זיך כבוד וועט אריינקומען)

??
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”