גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

@עולם השקר, בארואיגט אייך, איר קענט ארויסקומען מיט אן אפאציעלע תגובה און קלארערהייט מסביר זיין אייער אגענדע.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

@שקר, סיריעסלי, אידן מופן פון מאנטריאל, ארץ ישראל וכו' קיין לעיקוואד?

איך רעד נישט פון קיין יחיד דא דארט. דאס איז דא אויך קיין מאנסי, קרית יואל. איך רעד פון א עכטע געמופאכטס.
רצונינו לעשות רצוניך.
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

בוידעם האט געשריבן:@שקר, סיריעסלי, אידן מופן פון מאנטריאל, ארץ ישראל וכו' קיין לעיקוואד?

איך רעד נישט פון קיין יחיד דא דארט. דאס איז דא אויך קיין מאנסי, קרית יואל. איך רעד פון א עכטע געמופאכטס.

זיכער אז לעיקוואד האט מער ווי פון יעדע געגענט , נישט וועגן איך וואין אדער האב עפעס מיט לעיקוואד, נאר איך טרעף כסדר אידן , נאכדערצו יעצט זומער ווען מען פארט ארום אביסעל און איך שטוין ווי יעדע מין איד פון יעדע ארט אין די וועלט אז זיי וואינען און האבן געמופט קיין לעיקוואד ,אפגערעדט פון עלטערע וואס זאגן I moved near my children to Lakewood or I sold my house and moved to Lakewood
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איך טשאלענדזש יעדן וואס טענה'ט זיך איבער די מיגראציע קיין לעיקוואוד צו וויילן אין לעיקוואוד אויף לכה"פ א וואך, דאווענען און איינקויפן אין די צענטערן פון 14טה סטריט, ישיבה געגנט, ברוקהיל, פיין רידזש, וועסטגעיט, די גאנצע סקוואנקום / קענעדי / פארק געגנטער, דרום לעיקוואוד הכולל פרעזידענשל, די סטערלינגס, טשעסטנאט, ביז די בומינג חסיד'ישע און סעמי חסיד'ישע אויסוואנדערונג קיין שאטאו, סטעמפארד מעדאו'ס, אוק ענד וויין, בעלז, סאטמאר און די ארומיגע געגנטער. אויך זאל מען סתם כאפן א שפאציר איבער אלע דעוועלאפמענטס און פשוט איבער די גאסן פון דזשעקסאן און טאמס ריווער.

פון ליינען דא אויף אייוועלט, און אפילו אין די עמי, קען מען ניטאמאל חלומ'ען וואספארא איבערקערעניש לעיקוואוד האט געמאכט.

אויב וויל מען דוקא, זאל מען פרעגן סיי וועלכן משולח (יחידים, נישט מוסדות) וואס האט שוין פארברענגט כאטש א וואך אין לעיקוואוד (אויב איר ווייסט נישט, אסאך משולחים קומען שוין היינט קיין אמעריקא נאר צו כאפן א טעקסי פון ניוארק קיין לעיקוואוד און צוריק א וואך דערויף), און האט נאטורליך אויסגעשמעקט אלע זייטן פון שטאט. די רעזולטאטן וועלן זיין גאר איבערראשנד.
געשטימט פאר ראשעק הול
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

וועגן צוגלייכן צו מאנסי דארף מען אריינרעכענען צענדליגע משפחות וואס מופן פון מאנסי קיין לעיקוואד יערליך, און נישט פארקערט...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

און סארי פארן אויסלאזן, די עטליכע סיניאר דעוועלאפמענטס, אריינגערעכנט ענקלעיוו און פעירוועיס בשכינות פון סאטמאר, וועלכע גייען אריבער א מאסיווע טראנספארמאציע און ווערן וואס א טאג מער און מער פרומע אידישע גענגנטער מיט הונדערטער אידן פון 55 און ארויף.

קיינער האט נישט קיין טרעק אויף זיי, ווייל זיי האבן שוין נישט קיין קינדער אין די מוסדות, דאווענען לאקאל בשכינות, און קויפן פיצינקע גראסערי ארדערס מיט קעש אין לאקאלן קלייט, אן איבערלאזן שפירן אין סיי וועלכע דאטאבעיס.

כ'האב געארבעט אין א ריטעיל סטאר אין דזשעקסאן, כ'בין כמעט יעדן טאג געווארן פון פריש סורפרייזט.

אבער, למען האמת, כ'פארשטיי נישט די דין ודברים, וועם גייט עס אן, און וואס מאכט עס אויס?! איז דאס א בלוטיגע פאסיק מערכה?...

אויב מ'וועט אננעמען אז לעיקוואוד איז די פערדע גרעסטע, מאכט עס איינעם האלטן אנדערש איבער סיי וועלכע טעמע הנוגע למעשה?...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואס טרייסטו ארויסצוברענגען, איז לעיקוואוד גרעסערע ווי מאנסי? מער דייוועירס? אינקלוד מער שטעט פון ווי מ'קומט? מער געלדגייער?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

גארנישט
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דו טשאלענדזשד דאך דעם עולם, ניין? דארף מיר דאך וויסן וואס כדארף אויפווייזן...
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איישישאק האט געשריבן:ניין, עס איז נישט אזוי. יעדער ליטווישע בחור פון אמעריקא, פון קליוולאנד, לאס אנדזשעלעס, טאראנטא, מאנטרעאל, פלארידא, פאסעיק, מאנסי און וואו נישט, קומט אן קיין לעיקוואד צו וואוינן. נישט אז מ'קומט פון דארט, נאר אז יעדער פון דארט קומט. און ממילא האבן אלע זיידעס א סבה צו רעטיירן דארט אויך. מ'קען פטרארקוין די הויז אין ברוקלין פאר א פאר מעלאנעס, קויפן א הויז אין לעיקוואד פאר $250,000 (די קליינע הייזער פאר סיניארס), און לעבן פון די ריוח. מאנסי האט נישט דער אפציע.


די בחורים פון די אלע געגנטער קומען דארט על מנת להשתקע, אדער נאר פאר אפאר יאר?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כאפצעם האט געשריבן:דו טשאלענדזשד דאך דעם עולם, ניין? דארף מיר דאך וויסן וואס כדארף אויפווייזן...


כ'טענה נישט גארנישט. מיין פוינט איז נאר געווען אז ס'איז אבסורד צו טענה'ען וואס איז דער סכום איינוואוינער און די מיגראציע לעוול אין א שטאט וואס רוב וואס טענה'ן ארום האבן דאס נאך בכלל נישט אויסגעשמעקט לאורכה ולרוחבה.

ווילסט טענה'ן מיט @לעיקוואוד, געזונטערהייט. ער טוט דאס פאר ליווינג און האט די הארטע דעיטע אין זיין קאמפיוטער. האלטסט אנדערש? טשעק עס אויס, מאך ריסוירטש און דאן קום טענה'ן.

--
שרייבער האקט. מען קומט דירעקט נישט אויף א יאר צוויי, נאר להשתקע.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
קאנטרי
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי »

באלטימער האט מען פארגעסן
https://capital.one/3Ly0pb9
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צולייגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דו טשאלענדזשד דאך דעם עולם, ניין? דארף מיר דאך וויסן וואס כדארף אויפווייזן...


כ'טענה נישט גארנישט. מיין פוינט איז נאר געווען אז ס'איז אבסורד צו טענה'ען וואס איז דער סכום איינוואוינער און די מיגראציע לעוול אין א שטאט וואס רוב וואס טענה'ן ארום האבן דאס נאך בכלל נישט אויסגעשמעקט לאורכה ולרוחבה.

ווילסט טענה'ן מיט @לעיקוואוד, געזונטערהייט. ער טוט דאס פאר ליווינג און האט די הארטע דעיטע אין זיין קאמפיוטער. האלטסט אנדערש? טשעק עס אויס, מאך ריסוירטש און דאן קום טענה'ן.

--
שרייבער האקט. מען קומט דירעקט נישט אויף א יאר צוויי, נאר להשתקע.

איינער וואס טוט דאס פאר א ליווינג, מיט אים גיי איך מיר נישט טענהן שטייצעך. אבער פון דארט זיין, עי קעי עי שמעקן/פילן קען מען נאך נישט וויסן קיין הארטע נומבערס.

האו באוט דער לעיקוואדער באהאווענטער זאל קודם כאפן א שפאציר פאר א וואך אין מאנסי און אויסטשעקן דעם גאנצן זאך... פון מעיפל בולעווארד, סאפערן, עירמאונט, טשעסטנאט רידזש, וויאלע, הילקרעסט, סקווירא, ביז העמפסטעד, וועסלי הילס, פאמאונע, ניו סיטי, וכו'...

איך האלט גראדע נישט דאס איז דער מהלך. סאיז היינט א טעקנאלעזשי וועלט און מקען וויסן הארטע נומבערס אן דארט זיין.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בוידעם האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך זיך נישט דא צו קלאפן מאנסי ח"ו, אבער מאנסי מופן היינט צוטאגס בעיקר נאר אידן פון וויליאמסבורג און אביסל ב"פ, און בעיקר אינגע משפחות.
משא"כ לעיקוואד טוט זיך א מופאכטס פון כל קצוי העולם, און אלע עידזשעס.


וואס מיינסטו מיט 'כל קצוי עולם'?

פון לאנדאן, מאנטריאל, מצרים, ארץ ישראל?

קום אריין קלאר.

די געמופאכץ פון כל קצוי תבל, ווי @לעיקוואד ריפסט עס, סאונט באמבאסטיש ס'איז אבער אירעלעווענט קאמפערט צו בארא פארק אדער וומ"ס. בארא פארק, פלעטבוש און וומ"ס זענען די דריי גרויסע געגענטער פון ווי רובא דרובא מופערס קומען. איך האב נישט קיין הארטע נומערן אבער פון מענטשן וואס איך ווייס וועלכע האבן געמופט, זענען מער געגאנגען קיין לעיקוואד והגלילות ווי מאנסי והגלילות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

פון די אידן וואס דאווענען ביי אונז אין ביהמ"ד קען איך אזוי.
אידן וואס האבן געמופט פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל,
דערנאך האמיר איינער פון זשערסי סיטי, איינער פון אנטוורפען, איינער פון ארץ ישראל, איינער פון טשיקאגו, איינער פון מאנטשעסטער, צוויי פון פלארידא, איינער פון מאנטריאל, צוויי פון טאראנטא, צוויי פון אוסטרליה, פון לאנדאן ווייס איך נישט קיינער.
דאס איז נאר וואס איך ווייס פון וואו זיי קומען און וואס האבן געמופט לעצטענס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

אין מאנסי איז היינט צוטאגס פארהאן 25 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט אויף אידיש און לכה"פ 5 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט איוף ענגליש.
האט איינער דא נאמבערס פון אנדערע געגענטער?
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

ברוכאוויטש האט געשריבן:אין מאנסי איז היינט צוטאגס פארהאן 25 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט אויף אידיש און לכה"פ 5 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט איוף ענגליש.
האט איינער דא נאמבערס פון אנדערע געגענטער?

בית דוד
סאטמאר
סאטמאר
וויזשניץ
ויז’ניץ
סקיוורא
פאפא
תשב״ר
בעלזא
עטרת צבי
באבוב
באבוב
אמרי שפר
נועם אלימלך
צאנז
מונקאטש
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

עולם השקר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:לעיקוואד האט בערך אזויפיל חרדישע משפחות ווי וויליאמסבורג און מאנסי והגלילות - דאס איז ארום פופצן טויזנט אין צאל פאר יעדע פון די דריי באזונדער.

דערווייל איז זי נישט די גרעסטע. קען זיין אז ס'גייט זיין, אבער דאס האט דאך שוין ראמאפא געקלעימט.

לעיקוואד טענה'ט אז זיי האבן איבער 20 טויזענט משפחות כעת

וויליאמסבורג האט נישט קיין 18 טויזענט

בארא פארק האט אפשר 22 טויזענט משפחות שוין אינקלודעט אלע ערליי אידן און האלבע אידן

די צאל מוסדות און צאל קינדער אין די בארא פארק'ע מוסדות יוכיחו אז סאיז נישט אזוי גרויס

עס קען זיין אז ליטווישע משפחות אין לעיקוואד האבן כהיום גרעסערע משפחות ווי חסידישע אין בארא פארק און דאס מאכט אויך אויס עטוואס


ווען מרעדט פון נומבערס שרייבט מען אייביג די גרעסטע גוזמא פאר וויליאמסבורג

און וויליאמסבורג איז נישט דא קיין גאנצע 14 טויזנט משפחות
בארא פארק ארום צוואנציג טויזנט
מאנסי און די רעינדש פון 15 / 16 טויזנט
לעיקוואד ווייס איך נישט אבער זיכער נישט קיין 25 טויזנט לכאורה און די געגנט פון מאנסי
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

עולם השקר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:@שקר, סיריעסלי, אידן מופן פון מאנטריאל, ארץ ישראל וכו' קיין לעיקוואד?

איך רעד נישט פון קיין יחיד דא דארט. דאס איז דא אויך קיין מאנסי, קרית יואל. איך רעד פון א עכטע געמופאכטס.

זיכער אז לעיקוואד האט מער ווי פון יעדע געגענט , נישט וועגן איך וואין אדער האב עפעס מיט לעיקוואד, נאר איך טרעף כסדר אידן , נאכדערצו יעצט זומער ווען מען פארט ארום אביסעל און איך שטוין ווי יעדע מין איד פון יעדע ארט אין די וועלט אז זיי וואינען און האבן געמופט קיין לעיקוואד ,אפגערעדט פון עלטערע וואס זאגן I moved near my children to Lakewood or I sold my house and moved to Lakewood

נאופס, בארא פארק איז גרעסער, אבער לגבי וויליאמסבורג איז לעיקוואד זיכער גרעסער, פון מאנסי ווייס איך נישט
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

אז מרעדט שוין איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי ס׳זענען דא מענטשען וואס האלטן מיט א אמת אז און וויליאמסבורג וואינען 18 / 20 טויזנט משפחות וואס און פאקט איז עס ביי 12 / 13 טויזנט

ס׳וואלט געווען אינטערסאנט צו אנאלעזירען און פארוואס לעבן מענטשען און אזא באבל
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

דריידל האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך זיך נישט דא צו קלאפן מאנסי ח"ו, אבער מאנסי מופן היינט צוטאגס בעיקר נאר אידן פון וויליאמסבורג און אביסל ב"פ, און בעיקר אינגע משפחות.
משא"כ לעיקוואד טוט זיך א מופאכטס פון כל קצוי העולם, און אלע עידזשעס.


וואס מיינסטו מיט 'כל קצוי עולם'?

פון לאנדאן, מאנטריאל, מצרים, ארץ ישראל?

קום אריין קלאר.

די געמופאכץ פון כל קצוי תבל, ווי @לעיקוואד ריפסט עס, סאונט באמבאסטיש ס'איז אבער אירעלעווענט קאמפערט צו בארא פארק אדער וומ"ס. בארא פארק, פלעטבוש און וומ"ס זענען די דריי גרויסע געגענטער פון ווי רובא דרובא מופערס קומען. איך האב נישט קיין הארטע נומערן אבער פון מענטשן וואס איך ווייס וועלכע האבן געמופט, זענען מער געגאנגען קיין לעיקוואד והגלילות ווי מאנסי והגלילות


@בוידעם איר ווילט מיר טשעלענדזשען אז איך האב נאכנישט געטראפן דא קיינעם פון מצרים, איר האט געוואונען מיט די פרט.
אבער קצוי עולם קען מען אנרופן אז מען זעט דא אידן וואס לויט די אנגענומענע כללים ביי די היימישע קאמיוניטי אז מען וואוינט ווי די כלה וואוינט, באלאנגען צו וואוינען אין אויסטראליע, א"י, שווייץ, וויען, אנטווערפען, לאנדאן, מאנטשעסטער, מאנטריאל, טאראנטא, לאס אנדזשעלעס, בראזיל חסידישע/היימישע, גייען שטריימל אדער רעדן אידיש. דאס איז וואס איך אליין ווייס. (גראדע איז דא דא אידן פון תימן, פראנקרייך און סאוט אפריקע וואס איך אליין ווייס, אבער זיי גייען נישט קיין שטריימל/רעדן אידיש). פון די ריעל ליטווישע און ספרדים איז דאך אפגערעדט, אז מען זעט פון איבעראל, חוץ מצרים און סאודי אראביע.

מאראקע, רוסישע, אפילו סורישע אידן טרעפן זיך דא דאס פלאץ.

גראדע ווייס איך אויך פון עטליכע משפחות וואס האבן געמופט פון קרית יואל, משא"כ פארקערט וועסטו נישט זען. אבער דאס איז א מועט שבמועט.

איך האב בכלל נישט אנגעפאנגען די אשכול, און איך האב אפילו נאכנישט געהערט די אינטערוויו פון וואס די שמועס האט זיך אנגעפאנגען, און איך זאג נישט אז לעיקוואד איז די גרעסטע אידישע ישוב. נאר אזוי פיל, אז מען האט גערעדט דא די נאמבערס פון לעיקוואד, בין איך אריינבאקומען מיט די פאקטן וואס איך האב, בעיסד אן דעטע פון די פאסט און 1+1 אינפאו.

איך האב נישט קיין שום קלארע אינפאו פון מאנסי און איך קאמפער נישט, ס"ה די מאנסי וואס איך קען איז בעיסד פון וואס איך זעה דא אויף איי וועלט, און זייענדיג דארט עס גוט אויסצוטשעקן פאר איבער אכט יאר צוריק, און היינט צוטאגס פון אמאל מאכענדיג א סטאפ ביי ריבניץ.
פערצופאל, ווייס איך יא עטליכע וואס האבן געמופט פון לעיקוואד צי מאנסי, אבער איך ווייס סאך מער פארקערט.
לעצט פארראכטן דורך לעיקוואד אום פרייטאג יולי 31, 2020 5:40 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:אין מאנסי איז היינט צוטאגס פארהאן 25 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט אויף אידיש און לכה"פ 5 תלמוד תורה'ס וואו מען לערנט איוף ענגליש.
האט איינער דא נאמבערס פון אנדערע געגענטער?

בית דוד
סאטמאר
סאטמאר
וויזשניץ
ויז’ניץ
סקיוורא
פאפא
תשב״ר
בעלזא
עטרת צבי
באבוב
באבוב
אמרי שפר
נועם אלימלך
צאנז
מונקאטש



גראדע איז אין לעיקוואד דא מער ווי דרייסיג חדרים, אבער אינו ראי' פון דעם ווייל דא זענען רוב חדרים אויף א קלענערע פארנעם חוץ די גאר גרויסע.
א חדר מיט פולע פאראלעל קלאסן הייסט גרויס און סוקסעספול.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

למען האמת, דארף מען עכט קאמפערן לעיקוואד ווס ברוקלין, אדער אפילו סאוט ברוקלין.

קענסינגטאן, בענסענהוירסט, מארין פארק,סיגעיט, ועוד, און אפילו טייל פלעטבוש נוצן גענוג בארא פארק פעסיליטיס (מוסדות/סטארס). די זעלבע איז דא גענוג וואס נוצן פלעטבוש פעסיליטיס. קרוינהייטס און וויליאמסבורג איז שוין מער אן אנדערע געגענט פון בארא פארק.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

לעיקוואד האט געשריבן:@בוידעם איר ווילט מיר טשעלענדזשען אז איך האב נאכנישט געטראפן דא קיינעם פון מצרים, איר האט געוואונען מיט די פרט.


איך קען גראדע איינער וואס זיין פרוי איז געבוירן געווארן אין מצרים, אבער זיי זענען העכער זי זיבעציג. זיי וואוינן אבער אין לעיקוואד שוין זעכציג יאר.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: גרעסטע אידישע ישוב אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:אז מרעדט שוין איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי ס׳זענען דא מענטשען וואס האלטן מיט א אמת אז און וויליאמסבורג וואינען 18 / 20 טויזנט משפחות וואס און פאקט איז עס ביי 12 / 13 טויזנט

ס׳וואלט געווען אינטערסאנט צו אנאלעזירען און פארוואס לעבן מענטשען און אזא באבל


וואס מיינט 'און פאקט איז עס ביי 12/13 טויזנט'? וויאזוי ווערט א פאקט האט איר אמאל אריינגעקלערט? א פאקט איז א הארטער מציאות נישט וואס אייינער קלערט אדער וויל עס זאל זיין. אלזא זייט וויסן וויליאמסבורג האט בערך 19,000 משפחות כהיום לויט די פאקטישע ליסטע פון איינוואינער. די ביזנעס דירעקטארי האט 20,000 איינוואינער אבער רעכנט אריין ביזנעסער.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”