קאנדאו VS קאו אפ

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

קאנדאו VS קאו אפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

איך וויל פארשטיין דער חילוק פון א קאנדאו און א קאו אפ. און די מעלות/חסרונות פון א קאנדאו VS א קאו אפ. אויב איינער קען עס צולייגען וועל איך שטארק דאנקבאר זיין
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קאנדאו VS קאו אפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

בקוצר אמרים וועל איך פראבירן צו געבן די חילוק

א קאנדאו קויפסטו אפ דיין דירה, לאמיר זאגן צוויי טויזנט סקווער פיס, דאס איז דיינס, די וועסט צאלן יעדע חודש עקסטער דיין אינשורענס טעקס מעינטענעס וכדו'

א קאו אפ, קויפסטו אפ א שותפות אין די בנין דיווערסט א פארצענט שותף אין די גאנצע בנין, בכגון דא. וועט איר צאלן איין פעטע טשעקל פאר די מענעדזשמענט אין זיי וועלן צאלן טעקס אינשורענס וכו' וכו'

אזוי פארשטיי איך די נושא
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאנדאו VS קאו אפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

ריכטיג ניס קראכער

א קאו אפ איז נישט פאר יעדען (אבער זיכער בעסער ווי גארנישט), אבער פאר דעם וואס דאס איז בעסער מיינט עס געווענליך מער מנוחה אבער ווייניגער רכוש.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: קאנדאו VS קאו אפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

מען דארף האבן די הסכמה פון אלע איינוואוינער (שותפים) צו קויפן/פארקויפן א דירה?
וואס געשעהט טאמער איינער צאלט נישט זיין מארטגעדש, דעמאלץ ווערט די באנק א שותף?
אוועטאר
טייטל אפיציר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2020 4:07 pm

Re: קאנדאו VS קאו אפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל אפיציר »

אזויווי ניס קראכער האט געשריבן. ווען דו קויפסט א קאנדאו, באקומסטו די דיד (Deed) אויף דיין נאמען. א קאו-אפ האט נאר איין דיד, יעדער באקומט שעירס אין די קאו-אפ.

צו קענען קויפן אין פארקויפן שעירס פון די קאו-אפ, דארף עס ווערן אפראווד ביי די קאו-אפ באורד, אזוי קען א קאו-אפ זיך האלטן צו א סטאנדארד וואס זיי ווילן. אויב נעמט מען ארויס א לאון אויף א קאו-אפ איז עס נישט קיין געווענליכע מארטגעזש, דו געבסט דיינע שעירס אלס משכון. נישט יעדע קאו-אפ לאזט עס טון, (און נישט יעדע באנק געבט אזא מארטגעזש).

בקיצור, אויב האסטו א גוטע פרייז פאר א קאו-אפ, אדער די גלייכסט די סארט מענטשן וואס וואוינען דארט, (אדער פאר עני אנדערע סיבה), קען עס זיין א גוטע זאך. אבער מען דארף זיין זייער קלאר איבער די רולס פון די ספעציפישע קא-אפ וועגן פארקויפן, פארדינגען, מארטגעזש, וכו'.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: קאנדאו VS קאו אפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

יישר כח יעדער איינער
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”