בשורה טובה: נייע צייטן פאר אייוועלט!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

בשורה טובה: נייע צייטן פאר אייוועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

טייערע אייוועלט מיטגלידער.

מיר קומען מיט די פאר שורות אייך מעלדן א גוטע בשורה, יא! אייוועלט קערט זיך צוריק צו איר ארגינאלע גלאנץ!!!

מ'וועט נישט דארפן אפשטויבן און זיך בענקן צו אלטע אשכולות. מיר האבן די שרייבערס, מיר האבן די מגיבים און מיר האבן די כוחות, און מיר וועלן דאס ערפאלגרייך דערגרייכן: מה שהי' הוא שיהי'.

ולעניננו
היות דאס וועלטל האט זיך פי כמה פארברייטערט, עס קומען צו צענדליגער מאל מער תגובות א וואך ווי עטליכע יאר צוריק. מען דארף האלטן א וואכזאם אויג אלע שעות פון טאג, און מיר נויטיגן זיך אין פרישע כוחות.
זענען מיר געזעסן און דן געווען שוין עטליכע וואכן וועמען מ'זאל אויפנעמען אלס אחראים. מיר האבן געשטעלט אן אנקעטע ברבים, און אויך זיך פארבינדן מיט עטליכע ניקים. ביז דער באשעפער האט אונז געהאלפן און מיר האלטן שוין דא, און מיר מעלדן אייך איבער די אויפנאמע פון פיר נייע אחראים. ואלה שמותם (לפי סדר הא"ב):
    אור אייניקל
    ארחיקה נדד
    כתוב וחתום
    קאפעלע

די פיר דערמאנטע חשוב'ע מיטגלידער זענען וואויל באקאנט מיט זייער הערליכע רעפוטאציע צווישן די ווענט פון אונזער וועלטל, און מיר שטאלצירן אז זיי זאלן באקומען דעם כבוד - הגם לא שררה אני נותן לכם - צו באקרוינט ווערן אלס די נייע אחראים פון אונזער הייליג ווינקל אויפ'ן ברויזנדן אינטערנעט.

בנוסף צו די אויפנאמע האט אונזער געטרייער באנוצער הרב 'קלאצקאפ' וואס האט שוין צוגעגעבן אזויפיל צו אונזער וועלטל, און געווען עטליכע יאר אן אחראי און ארויסגעהאלפן פון הינטער די קוליסן, ווערט איצט פראקלאמירט אלס אן אפענער אחראי למזל טוב.


[align=center]* * *[/align]
גלייכצייטיג - בחדא מחתא קומען מיר צו אייך מיט א נייע גלאררייכע פלאן, נעמליך מיר ווילן אויפנעמען נאך איבער צען טויזענט אחראים.

רבותי מיר פראקלאמירן א 'סעלף אחראי' אקציע!!!

מיר דארפן נישט און מיר ווילן נישט מאריך זיין אין די מציאות וואס גייט פאר, די אחראים און מנהלים זענען פארנומען אלע שעות ארום דעם זייגער קעיר צו נעמען פונ'ם וועלטל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען געווען פארנומען מיט פארבעסערן און פארשענערן דאס וועלטל לאין שיעור ואין ערך, ולדאבונינו איז מען פארנומען מיט מעקן דא און דארט כו' וכו'.

דער עיקר פראבלעם איז, אז באנוצערס / מעמבער / ניקס נוצן - ליידער - אויס אונזער רייכע וועלטל אויף זיך שטעכן איינער דעם אנדערן בדיבור ובכתיבה, אדער זיך צו צייגן שענער בעסער און קלוגער פונ'ם צווייטן.

רבותי, לא עת לחשות, פון היינט און ווייטער איז אייוועלט א "פליקען פרייע זאנע" און מיר שטעלן אויף דעם 12 טויזענט+ באהאלטענע אחראים, יעדער זאל האבן אחריות נישט אריינצופליקן דעם חבר, נישט ווען יענעם גייט גוט, און אוודאי ווען חלילה נישט.

לאמיר נישט פארגעסן, מיר זענען אלע דא כאיש אחד בלב אחד, אויסצונוצן דעם פלאץ פאר א גוט ווארט און א געשמאקע פארברענג.
    האט אייך יענער נישט פונקטליך פארשטאנען? צו וואס יענעם אריינגעבן.
    האט יענער א גוטע נייעס פון זיין חסידות? פארגין עס אים.
    האט יענער געזאגט א ווארט וואס שמעקט אייך נישט? ער האט עס מסתמא נישט געמיינט.
    יענער האט אייך יא אריינגעפליקט פערזענליך? זייט עס מדווח, אבער ענטפערט אים נישט ברבים אדער ביחיד.
    די ליסט גייט אן ווייטער, יעדער זאל אריינפילן די בלענקס.

געדענקט מיר נעמען 'אייך' אויף, און איר זענט פון היינט אן אחראי אויף די שענסטע אידישע ווינקל אויף אונזער פלאנעט.


לאמיר מקרב זיין ביאת המשיח מיט'ן זיך פארגינען איינער דעם צווייטן, לאמיר זיך מקבל זיין פון היינט און ווייטער זענען מיר אויף די "פליקען פרייע זאנע" טיעם.

ובזכות זה ירא ה' בעניי עמו, ויגאלנו גאולת עולם במהרה דידן אמן.
[align=center]* * *[/align]
אין א זייטיגע נאטיץ, מיר האבן אנגענומען א זעראו טעלעראנץ אויף זיך פריוואט פליקן, נישט קיין חילוק די סיבה אדער פארום. די וואס וועלן עובר זיין דערויף, (נישט קיין חילוק ווער ס'האט אנגעהויבן), וועט קענען זוכה זיין צו א חסימה עולמית.
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

אקעי פיר גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ס'דא פאר יעדעם!!!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מזל טוב צו אלע פרישע אחראים!

איינס ביי איינס ראוי לאותו איצטלא, ויה"ר שחפץ ה' בידכם יצליח

הכ"ד
ניסעלע
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

מזל טוב אייוועלט! מזל טוב די פרישע אחראים דא!!

זאל עס זיין מיטן רעכטן פיס...
לעצט פארראכטן דורך אלטער אום דינסטאג אוגוסט 03, 2021 6:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מזל טוב יעדן איינעם עקסטערע!

וואלט זיך געפאסט אז יעדער פון די ניי ערוועלטע זאל אריינקומען מיט א איינצוגס תגובה, נישט סתם יוצא זיין מיט קרעטשמערס דרשה..
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מזל טוב מזל טוב,

כשם שנכנס ל... כן יכנס ל.....
#איך-פארק-מענטשליך
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

מזל טוב!!
זאל זיין מיט די רעכטע פיס (האנט...) און די לינקע זאל זיך אויך נאכשלעפן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

נייס!! נישט געקענט מאכן א בעסערע אויסווייל! מזל טב אלע אחראים, ענקער ארבעט איז חשוב.
קלאצקאפ, אלטס א אפענע אחראי, וואס גייסטו טון אנדערש ווי ביז יעצט?
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

פרישע קוגל האט געשריבן:נייס!! נישט געקענט מאכן א בעסערע אויסווייל! מזל טב אלע אחראים, ענקער ארבעט איז חשוב.
קלאצקאפ, אלטס א אפענע אחראי, וואס גייסטו טון אנדערש ווי ביז יעצט?

אנהייבן שרייבן מיט זיין אנדערע ניק...
א פשוטע איד.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

יהודי האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:נייס!! נישט געקענט מאכן א בעסערע אויסווייל! מזל טב אלע אחראים, ענקער ארבעט איז חשוב.
קלאצקאפ, אלטס א אפענע אחראי, וואס גייסטו טון אנדערש ווי ביז יעצט?

אנהייבן שרייבן מיט זיין אנדערע ניק...

;l;p-
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פרישע קוגל האט געשריבן:נייס!! נישט געקענט מאכן א בעסערע אויסווייל!
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

מזל טוב אור אייניקל
מזל טוב ארחיקה נדד
מזל טוב כתוב וחתום
מזל טוב קאפעלע
מזל טוב אייוועלט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מזל טוב פאר די נייע אחראים. און א עקסטערע מזל טוב פאר @קאפעלע. אייוועלט האט געטון א קליגע שריט מיטן אים אויפנעמען, א יוד מיט א קאפ אויף די פלייצע
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

ווער סהאט נישט באמערקט א תגובה וואכן צוריק אין פארטאגס שיפט אשכול
אטעטשמענטס
Screenshot_20210803-110959_Hangouts.jpg
Screenshot_20210803-110959_Hangouts.jpg (100.08 KiB) געזען 7522 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מזל טוב מיינע פריינט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

די באהערדע איז איז אקטיוו לעצטענס, שיין צו זען. יישר כחכם!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

לייטער האט געשריבן:ווער סהאט נישט באמערקט א תגובה וואכן צוריק אין פארטאגס שיפט אשכול

לייטער, ;l;p-
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מדארף איבערדרייען אייוועלט, אזא פשוטע קעפל??
עניכאו, די נייע אחראים זיי זענען אייביג געווען די ניקים וואס איך האב ארויפגעקוקט אין געשעצט, אלע פון זיי מאלטי טעלענט אינגעלייט מיט א שכל הישר און שטארק אחריותדיגע חברה ערליכע באטעמטע און בעלי חסד, סאיז בכלל געווען א כבוד פאר אייוועלט אז זיי זענען בכלל דא געווען אלץ שרייבער דא ובפרט יעצט ווען זיי ווערן א טייל פון די הנהלה, די הנהלה האט נישט געקענט מאכן קיין בעסערע באשלוס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פיינע נייעס!!!
יהי רצון שתשרה ברכה במעשה ידיכם!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

איינס האט געשריבן:פיינע נייעס!!!
יהי רצון שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

העי יו!! וואס איז געבליבן מיט דיר? גייסט שפילן באהאלטענע??
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:פיינע נייעס!!!
יהי רצון שתשרה ברכה במעשה ידיכם!

העי יו!! וואס איז געבליבן מיט דיר? גייסט שפילן באהאלטענע??

קרעטשמער האט געשריבן:
מה שהי' הוא שיהי'.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געוואלדיגע גוטע נייעס!

מזל טוב אלע נייע אחראים!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צו א פשוטע קעפל. נאר יעצט באמערקט די קאכעדיגע נייעס.

מטלזוב מטלזוב!! אסאך נחת כגפן פורחת בבת אחת בשעטומצלחת וכו'

זייער הנאה געהאט פון ר' קרעשטמער'ס אריינפיר, בפרט'ן אויספיר, דברות קודש מלהבות אש השמעת פה עמדי היום!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מזל טוב!

גא"מ, די קעפל איז צו פשוט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

הויעך האט געשריבן:מזל טוב אור אייניקל
מזל טוב ארחיקה נדד
מזל טוב כתוב וחתום
מזל טוב קאפעלע
מזל טוב אייוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”