וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נאכפאלגענדיג א אפשאצונג פון דריי יאר איז די "נאציאנאלע פאראיין פאר די קאנסערוואציע פון נאטור" (IUCN) - וואס האלט חשבון אויף אלע באשעפענישן וואס זענען אין געפאר פון אונטערגאנג - ארויסגעקומען מיט זייערע געפינסן, און אראפּגעריקט אונזער באקאנטע שניי לעמפערט פון די 'זאפארטיגע סכנה' קלאסיפיקאציע צו די שוואכערע 'אויסגעשטעלט צו געפאר' שטאפל.

די פארשער זאגן אז די שניי לעמפערט איז נאך אלץ אין גרויס געפאר אבער צו קענען ווערן באצייכענט אלץ "ענדעינדשערד" ברויך מען נאכקומען צוויי תנאים

1) עס זאל פארבלייבן ווייניגער ווי 2,500 ערוואקסענע פון יענע מין אויף די פריי

- לויט זייער נייע שאצונג זענען פארהאן א מינימום פון 4000 פון דעם בעל חי און לויט געוויסע אזוי סאך ווי 10,000

2) אז די בעל חי נומערן זאלן זיין אין א שארפע רעדוקציע פון 20٪ אין א צייט אפשניט פון בלויז צעהן יאר

- לויט די יעצטיגע שאצונג איז די רעדוקציע ביי שניי לעמפערטס נאר בערך 10٪ אין די לעצטע 23 יאר

די ארגענעזאציע לייגט צו אז די באשעפעניש וואלט שוין מן הסתם געדארפט ווערן אראפּגעריקט ביים לעצטן שאצונג אין 2008, אבער די נומערן דאן זענען געוועהן געבויט אויף פעלערהאפטיגע חשבונות, א זאך וואס נייערע טעכנעלאגיע און קאמערע טרעפּס האבן פארבעסערט.

זיי צייכענען אבער שטארק אונטער אז דאס רעדעצירן די קאנסערוואציע שטאפלן מיינט נישט אז די חיה איז אינדרויסן פון געפאר, נאר ברויך נאך ווערן שטארק באשיצט איר צוריקצוברענגען צו פאזיטיווע שטאפלן.

וויקעפידיע איז שוין אפדעיטעט (VU איז פאר vulnerable און EN איז פאר endangered)
Screenshot_2017-09-14-21-44-49-1.png
Screenshot_2017-09-14-21-44-49-1.png (202.77 KiB) געזען 6899 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די צענטער פאר בייעלאדשיקעל דייווערסעטי האט ארויסגעגעבן א ווידיאו געכאפט דורך א קאמערע טרעפ דעם זומער אין אריזאנע בערך 75 מייל פון טוסאן

אינעם קליפ זעהט מען צוערשט א דשעגוואר!!! דערנאך א ברוינע בער, א מאנטען לייען, א קאוטי און א קליינע בער קאב

https://www.dropbox.com/s/5mgvw15ndguia ... 0.mp4?dl=0

נ.ב. דאס איז די ערשטע מאל איך לייג ארויף א דראפבאקס, אויב האב איך אויפגעמעסט ביטע לאזן וויסן ווי אמשנעלסטן...
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שכח פאר די אפדעיטס!
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געוואלדיג שבגעוואלדיג!!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

איך בין אבסעסד מיט וויילדלייף... יש׳כ פארן אזוי שיין שרייבען.. שרייב נאך פליז
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

אינטערסאנטע רעיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

יעדער האט שוין אמאל מעיין געוועהן וויאזוי קענען חיות זיך פארשטיין מיט קולות, איא?
וויאזוי מיט איין סארט קוויטש קענען זיי שמועסן שפילן וכו' וכו'.
איז מיר איינגעפאלן, זייער אינטערסאנט, היינט, אז אונז רעדט מיר אזוי אגאנצן טאג!
?????????
מיט די פייפער פון די קאר!!!!!!!!!
אונז ברענגען ארויס זייער אסאך געפילן מיט די פייפער: א נערוועזע פייף, א דערמאנוג, א גריס, וכו' וכו'...
ודו"ק, ומעתה אתי שפיר.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

חיות ליבהאבער איבער די וועלט זענען געוועהן אויף פאריגע וואך, ווען עס איז געלונגען פאר רעינדשערס - צום ערשטן מאל אין באקאנטע היסטאריע - אפצוכאפן א גאר גאר זעלטענע ווייסע דשיראף! און נישט איינס נאר צוויי!

די ווייסקייט קומט צוליב וואס די קערפער פארמאגט נישט געהעריג קיין "פיגמענטס" - דאס איז די באשטאנדטייל וואס גיבט קאליר אין יעדע לעבעדיגע זאך. די דשיראף האבן יא עטוואס קאליר, אנדערש ווי די "אלביינאו" קאנדישאן וואס דאס איז ווען א בעל חי האט בכלל נישט קיין פיגמענטס און דאן וועט אפי' די שווארץ אפעל זיין "פּינק" (א זאך וואס מען טרעפט זייער אפט ביי האזלעך)

די ווייסע מאמע מיט איר ווייסע קינד האבן זיך געדרייט אין א קאנסערוואציע אין קעניע, און לאקאלע האבן דאס צוערשט באמערקט און גערופן די ארטיגע רעינדשערס עס איינצומעלדן

דאס איז בלויז די דריטע מאל אין היסטאריע וואס א ווייסע דשיראף ווערט בכלל ריפארטעד, און דאס איז די ערשטע מאל וואס עס איז געווארן אפגעכאפט

https://www.dropbox.com/s/lt0bmrz35ynyv ... 7.mp4?dl=0
אטעטשמענטס
pri_52896131.jpg
pri_52896131.jpg (41.14 KiB) געזען 6416 מאל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יש ברירה האט געשריבן:די ווייסע מאמע מיט איר ווייסע קינד


דעי קאלארפולע דזשיראפע וואס מ'זעהט איז די טאטע?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

באמת א דאנק אייך יש ברירה מיר האבן גאר שטארק הנאה פון די באריכטן און קליפס.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

זאכליך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די ווייסע מאמע מיט איר ווייסע קינד


דעי קאלארפולע דזשיראפע וואס מ'זעהט איז די טאטע?

כגלייב שווער...

טאטעס האבן גארנישט מיט די קינדער, ביי דשעיראף
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

פארוואס נישט? זיי האבן א סמארטפאון?... :P
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שואלכענין האט געשריבן:פארוואס נישט? זיי האבן א סמארטפאון?... :P

:grin:
אטעטשמענטס
depositphotos_88647060-stock-photo-fun-giraffe-with-smartphone.jpg
depositphotos_88647060-stock-photo-fun-giraffe-with-smartphone.jpg (60.67 KiB) געזען 6164 מאל
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש ! א גרויסן יישר כח פאר דיין ארבעט וואס דו לייגסט דא אריין איך בין מיך מחיה, קיפ אן!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זיס
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

פעיק נוז האט געשריבן:יש ! א גרויסן יישר כח פאר דיין ארבעט וואס דו לייגסט דא אריין איך בין מיך מחיה, קיפ אן!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:יש ! א גרויסן יישר כח פאר דיין ארבעט וואס דו לייגסט דא אריין איך בין מיך מחיה, קיפ אן!
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

קיינמאל נישט געוואוסט אז owls האבן אזעלכע לאנגע פוס...

3W3.jpg
3W3.jpg (268 KiB) געזען 5683 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יאפ סאיז זייער אינטערסאנט. אלע owls זענען היפש גרויס אבער זיי וועגן כמעט נישט, סאיז אלעס פעדערן

נעם א שטייגער די barn owl
בילד

ער וועגט אינגאנצן צוויי דריי "אונסעס" מער ווי די פידשען וואס מען זעהט אין די סיטי

זייערע פעדערן זענען זייער fluffy און דאס העלפן זיי ארויס ביים האונטען ביינאכט ווען מען קען זיי כמעט נישט הערן קומען, זיי פליען מוראדיג שטיל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

סודאן איז טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עס זענען פארהאן צוויי סוב-ספיעשיס פון די ווייסע ריינאסעריס, די צפון סארט און די דרום סארט. הגם די דרום מין פארמאגט א פארהעלטענמעסיגער סטאבילע פאפולאציע, האט זיך אבער די צווייטע סארט שטארק געמוטשעט איבער די יארן.

אין די פריע 1970'ער יארן זענען נאך געווען בערך 500 פון די צפון ווייסע ריינא. אבער מיט ווייניגער פון צעהן יאר שפעטער, איז די נומער דראסטיש געפאלן צו 30, צוליב וואס זיי זענען געווארן אויסגעהרגעט דורך "פאוטשערס" וועלכע האבן געזיכט זייער נאז הארן וועלכע פארמאגט א גרויסע ווערט אויף די שווארצע מארקעט, ווערענדיג געגלויבט אין אסאך ערטער אין אזיע צו פארמאגן מעדיצינישע כוחות.

אין יאר 2007 זענען פארבליבן בלויז 8 פון זיי און ביזן יאר 2015 זענען די נומערן נאכמער אראפ צו בלויז דריי איבערלעבער; צוויי נקיבות און איין זכר. די לעצטע זכר איז ארגינעל געווען אין א טור גארטן אין די טשעק ריפאבליק אבער ער איז געווארן אריבערגעפירט אין יאר 2009 קיין קעניע - ווי די צוויי נקיבות געפינען זיך - מיט די האפענונג אז זיי וועלן האבן א קינד און ראטעווען די באשעפעניש פון אונטערגאנג.

די לעצטע זכר צפון ווייסע ריינא
ap_18060716120695-808b81bd60d68abe8946a2ac3825421cf7e850cf-s1100-c15.jpg
ap_18060716120695-808b81bd60d68abe8946a2ac3825421cf7e850cf-s1100-c15.jpg (51.58 KiB) געזען 4660 מאל


די שטענדיגע מיליטערישע וואך אים צו באשיצן
02-sudan-death-watch.adapt.470.1.jpg
02-sudan-death-watch.adapt.470.1.jpg (25.18 KiB) געזען 4660 מאל


אבער די פרואוון האבן נישט געהאט קיין הצלחה און די געזונט צושטאנד פון זיי אלע דריי זענען געגאנגען בארג אראפ. ביז נעכטן מארטש 20 ווען די ארטיגע וועטענעריענס האבן אים איינגעשלעפט אויף אייביג ווען ער האט זיך געראנגלט מיט יסורים, און זיין טויט איז געווען א פראגע פון צייט.

זיין טויט מיינט ווארשיינליך די אונטערגאנג פון די באשעפעניש "נארדערן ווייט ריינאסעריס" און אויסער אויב פארשער וועלן זיין גרייט אריינצוגיסן מיליאנען דאלארן אויף סייענטיפישע פראצעדורן וועלכע וועלן זיך, אדער יא אדער נישט, אויסארבעטן, איז די מין א פארגאנגענהייט.

די ספעציפישע ריינא איז געווארן א שטיקל סעלעבראַטי אין לויף פון די יארן ווערענדיג באזוכט ביי פילע באקאנטע פיגורן וועלכע האבן געוואלט ברענגן אויפמערקזאמקייט אויף די חורבן וואס די אומלעגאלע חיות פאנגער מאכן אן, און ער איז געווארן א סימבאל פאר דעם צוועק.

דאס אלעס האט זיך געענדיקט ווען ער איז געשטארבן אין עלטער פון 45 יאר, איבערלאזנדיג בלויז די צוויי נקיבות וועלכע זענען אליינס מער נישט אומשטאנד צו געבוירן קיין קינדער.

סודאן אין זיינע לעצטע מינוטן
sudan-white-rhino-DSC_4822.adapt.470.1.jpg
sudan-white-rhino-DSC_4822.adapt.470.1.jpg (27.79 KiB) געזען 4660 מאל
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

דאנערשטאג וועלן אי״ה אלע טעגליכע אימעלס האבן אנדעקט די נייעס
..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פונקט יעצט געווען באשריבן אין קינדליין.

א שטארקע ווייטאג יעדער וואס שטארבט אן קינדער, כל שכן ווען ער איז געווען דער לעצטער פון די מין, אזוי ווי די משל הידוע, דער לעצטער לייב, שוין זאל ער זיין א גוטער בעטער..
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ישר כח 'יש'. עס איז אזוי געשמאק צו לייענען דיין וויסנשאפט איבער חיות. ממש נפלאות הבורא.

חברה. די בעסטע חוה"מ האלטן איז אין יש ברירה חיות-גארטן. די בילדער זענען אזוי לעבעדיג, מען פילט זיך ממש נעבן די חיות. ממש ווי א סאפארי.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בענקעל האט געשריבן:ישר כח 'יש'. עס איז אזוי געשמאק צו לייענען דיין וויסנשאפט איבער חיות. ממש נפלאות הבורא.

חברה. די בעסטע חוה"מ האלטן איז אין יש ברירה חיות-גארטן. די בילדער זענען אזוי לעבעדיג, מען פילט זיך ממש נעבן די חיות. ממש ווי א סאפארי.

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פיין געזאגט בענקל. א מחי׳!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

Wow שוין לאנג נישט געאפדעיט דא
גרויסן יישר כח. זייער אינטערעסאנט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”