זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

אוי ווי די שרייבסט גוט....

ר' אורי פלעגט נאך קער נעמען פון די איינטריט קאטלעך און חדר...
ר' שמאול שלמה פלעגט פירן די פרישטאג'ס און לאנטש {די מעשה מיט די בוים עקסיטענט פארציילן מיט א פרישקייט}

סאיז דא אסאך צו שרייבן פון יענע יארן און קעמפ דארף מען נאר האבן צייט צו שרייבן....

שפיגליצקי האט געשריבן:וואו נעמט מען די יונגע יארן, זיי זענען אוועק געגאנגען.....

יארן האמיר דא פארבראכט, ווער האט דען דענסמאל גע'חלומ'ט אז דאס וועט נאך זיין א חלק פון אונזער נאסטאלגישע זכרונות..., סדר השעה, פארברענען שלענג טעגליך, לערנען אין די וועלדער אן כיתות, איי זענען די שרצים געקראכן אין די מאסן, יעדן טאג האמיר געהאט די זכי' ארויס צו ציען די פוס פונעם לאנג-שטרעקיגן ספיידער לקיים מה שנאמר....

טעללער האט געלערנט צו שרייבן בריוו אין לשה"ק, איך האב נאך א טייל פון זיי, איך בענק מיר נאך די זאכן אויף וואס כ'האב מיר דעמאלטס אפגערעדט...

האמיר געקענט שטיין יעדן טאג עקסטער מיט א פרישקייט, מערערע מאל אין טאג, און גאפן אויף די הערליכע פאנאראמע פון קעגן איבער.

ר' אברהם ישכר כייעם איז געווען דער לייוו גארד וואס האט קעיר גענומען פון די באריס און די בענדס ווער ס'האט געמעגט שווימען אין די 6 פיסיגע וואסער.

ר' אורי דער מנהל המחנה..., ועוד רבות זכרונות פון יענע יארן.




יעדענס יאר איז דא עקסטער וואס צו דעציילען
באגלייבט האט געשריבן:יעפ. דער קעמפ ברענגט ארויף גוטע מעמעריס.
און מיינע צייטן איז געווען די לייף גארד ר׳ שלומי אפפעל, ווייס איך נישט אויב ס׳איז געווען נאך כייעם אדער פארדעם.

אויב איך געדענק גוט איז אפפעל (פון מאטריאל) נאך געווען פאר כייעם,
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
WhatsApp Image 2019-08-12 at 5.36.24 PM (18).jpeg


יושר מצבה איז נעבן ווי די בחור רעד אויפן טעלעפאן, דארט ווי מען גייט צו די כיתות
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:ר' שמאול שלמה פלעגט פירן די פרישטאג'ס און לאנטש {די מעשה מיט די בוים עקסיטענט פארציילן מיט א פרישקייט}
,



:lol: :lol: :lol:
יא איך האב געלערנט 7 יאר אין ראונט טאפ, לכאורה 5 דערפון מיט ר' שמואל שלמה,
זכרנו ימים מקדם, ווי נעמט מען די יונגע יארן,
ווי קען מען פארגעסן די פארן ערב שבת אין מקוה?

הצלחה האקט, יא
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
די אטעטשמענט WhatsApp Image 2019-08-12 at 5.36.24 PM (18).jpeg איז מער נישט דאהי.


יושר מצבה איז נעבן ווי די בחור רעד אויפן טעלעפאן, דארט ווי מען גייט צו די כיתות

דא האט איר אים ביפיו
IMG-20190722-WA0011.jpg
IMG-20190722-WA0011.jpg (162.43 KiB) געזען 2872 מאל
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

IMG-20190722-WA0008.jpg
IMG-20190722-WA0008.jpg (149.27 KiB) געזען 2846 מאל

IMG-20190722-WA0007.jpg
IMG-20190722-WA0007.jpg (176.33 KiB) געזען 2846 מאל

IMG-20190722-WA0010.jpg
IMG-20190722-WA0010.jpg (168.75 KiB) געזען 2846 מאל
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

IMG-20190722-WA0004.jpg
IMG-20190722-WA0004.jpg (107.44 KiB) געזען 2837 מאל

IMG-20190722-WA0009.jpg
IMG-20190722-WA0009.jpg (172.39 KiB) געזען 2837 מאל

IMG-20190722-WA0006.jpg
IMG-20190722-WA0006.jpg (130.25 KiB) געזען 2837 מאל
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

IMG-20190722-WA0002.jpg
IMG-20190722-WA0002.jpg (179.37 KiB) געזען 2833 מאל

IMG-20190722-WA0003.jpg
IMG-20190722-WA0003.jpg (129.31 KiB) געזען 2833 מאל

IMG-20190722-WA0001.jpg
IMG-20190722-WA0001.jpg (217.39 KiB) געזען 2833 מאל
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובה דורך לייטער »

סאיז געווען צייטן וואס סאיז נאכנישט געווען א סוומינג פול,
איין יאר איז הרה''ג ר'אברהם מאיר מארקאוויטש געווען מענידזשער, אויך האט ער פארציילט אין לאנטש רום ידיעות אום פאר געקיקט ווען ער האט אריינגעבלאנטשעט אין לאנטש רום און געהאט אפאר מניט ( געדענק איך די מעשה מיט גחזו )
איין יאר איז געווען מענידזשער הרב ר אברהם מאיר מיללער
די מנהל הרה''ג ר' שלמה זלמן וויינבירגער שליט"א פלעג פארציילן די מעשה פון ר' יוסף דילערייניש געוואלט ברענגען משיח.
מוצאי שבת האט מען געטאנצן אין לאנטש רום

ווער געדענקט די צייטן?
איך זעה אויף די בילדער אינדרויסן פון יעדע דארמעטארי א פארטש אויך נאכנישט געווען אמאליגע צייטן, ווי אויך האט מען כסדר געטוישט נאמען פין קעמפ קרית יואל צי מחנה ריב''ח סאיז נאך געווען ניי קוים געענדיגט די מקוה

איך באדאנקט מיך פאר די הנהלה פארן עפענען די קעמפ אין מיינע צייטן.. , ווי אויך באדאנק איך פארן צישפארן, ווער דארף א איבעריגע הוצאה פון 2000 $ א זימער פער קינד
ישר כוח פאר די בילדער ברענגער, ברענג נאך ווי אויך פינעם לאנטש רום און בהמ''ד אינדרויסן און אינסייט
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובה דורך באגלייבט »

לייטער האט געשריבן:איך באדאנק מיך פאר די הנהלה פארן עפענען די קעמפ אין מיינע צייטן..

ווען דיין טאטע האט געצאלט...
לייטער האט געשריבן: ווי אויך באדאנק איך פארן צישפארן, ווער דארף א איבעריגע הוצאה פון 2000 $ א זימער פער קינד

ווען די דארפסט צאלן...

העי אביסל סעלפיש :P
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
WhatsApp Image 2019-08-12 at 5.36.24 PM (18).jpeg


יושר מצבה איז נעבן ווי די בחור רעד אויפן טעלעפאן, דארט ווי מען גייט צו די כיתות

דא האט איר אים ביפיו
IMG-20190722-WA0011.jpg

:lol: :lol: אוי האסטו מיר געמאכט לאכן!

איינער האט דא געברענגט א בילד פון אונטערן ביהמ"ד וואו מ'איז געגאנגען צו די מקוה, געדענק איך איין יאר ווען ס'איז נישט געווען קיין מי גשמים בור, בנוסף לזה איז בכלל נישט געווען קיין סטים אין מקוה, אנשטאט האט אויסגעזען אז מ'האט אריין געלייגט א קאאלער, בררררררררררר איז דאס קאלט געווען! מיר זענען נאך געגאנגען אין די פסול'ע מקוה מיט מסירת נפש.

פרייטאג איז מען געפארן קיין פליישמאנ'ס אדער האנטערס אין מקוה.

ילד אחד קיפח חיי ארבעה מענעדזשערס..., איך געדענק אלס מענעדזשער ר' בנציון קליין, דעמאלטס איז געווען מלמד פאר די קעמפ קינדער ר' אברהם יונה שווארטץ פון ב"פ, ר' ר"ר פון ק"י (איך שרייב נישט ארויס, ווייל ער וויל מסתם נישט אז איינער זאל דאס היינט געדענקען...), שפעטער איז געווען מענעדזשער ר' יונה דוד פערל, ר' ברוך פארשאנאווסקי, און דער בלאנדער מיטן זין היטל וואס איך געדענק נישט זיין נאמען...

ווען KJ סקול דיסטריקט האט אנגעהויבן אהין צו קומען מיט ר' יושע קארנבלי'ס לאנגע טשאטער באס....
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אוי הייליגע קעמפפפפ.

מארגן קומט איה א שטיקל באריכט פון די אינגע יארן דארטן
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

וועלכע יאר איז די לעצטע יאר וואס סאטמאר האט עס גענוצט פארן קעמפ?
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובה דורך פעטער יעקל »

ווער געדענקט די ישיבה קטנה ח"ג, און די פלעי וואס זיי האבן פארגעשטעלט..
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

איך דערמאן מיך א זיסע קרישקעלע, איינמאל האט א טראנספארמער אין די וואלד נעבן ביהמ"ד געספארקט פייער, די דערשראקענע כיטה ט' אינגלעך/בחורים האבן געקאלט די פייער לעשער אז ס'דא א פייער אין די WALLED
זיי זענען געקומען זוכן אין וועלכע וואנט ס'ברענט...

נאך איינס, מ'האט געהאלטען אינמיטן פעסט לערנען, און א גרויסער הינט איז אריינגעלאפן אין ביהמ"ד, ס'איז געווארן יו"ט, מ'איז געטאנצען אויף די טישן, ארויסגעלאפן, ובתוכם די מלמדים, ביז א יונגעל י.כ. וואס האט געוואוסט וויאזוי צו בארואיגן דעם הינט האט אים אפגעשטעלט, און דער בעה"ב, א גוי וואס האט עפעס געארבייט דארט איז אים געקומען אפנעמען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:אוי ווי די שרייבסט גוט....

ר' אורי פלעגט נאך קער נעמען פון די איינטריט קאטלעך און חדר...
ר' שמאול שלמה פלעגט פירן די פרישטאג'ס און לאנטש {די מעשה מיט די בוים עקסיטענט פארציילן מיט א פרישקייט}

סאיז דא אסאך צו שרייבן פון יענע יארן און קעמפ דארף מען נאר האבן צייט צו שרייבן....

שפיגליצקי האט געשריבן:וואו נעמט מען די יונגע יארן, זיי זענען אוועק געגאנגען.....

יארן האמיר דא פארבראכט, ווער האט דען דענסמאל גע'חלומ'ט אז דאס וועט נאך זיין א חלק פון אונזער נאסטאלגישע זכרונות..., סדר השעה, פארברענען שלענג טעגליך, לערנען אין די וועלדער אן כיתות, איי זענען די שרצים געקראכן אין די מאסן, יעדן טאג האמיר געהאט די זכי' ארויס צו ציען די פוס פונעם לאנג-שטרעקיגן ספיידער לקיים מה שנאמר....

טעללער האט געלערנט צו שרייבן בריוו אין לשה"ק, איך האב נאך א טייל פון זיי, איך בענק מיר נאך די זאכן אויף וואס כ'האב מיר דעמאלטס אפגערעדט...

האמיר געקענט שטיין יעדן טאג עקסטער מיט א פרישקייט, מערערע מאל אין טאג, און גאפן אויף די הערליכע פאנאראמע פון קעגן איבער.

ר' אברהם ישכר כייעם איז געווען דער לייוו גארד וואס האט קעיר גענומען פון די באריס און די בענדס ווער ס'האט געמעגט שווימען אין די 6 פיסיגע וואסער.

ר' אורי דער מנהל המחנה..., ועוד רבות זכרונות פון יענע יארן.




יעדענס יאר איז דא עקסטער וואס צו דעציילען
באגלייבט האט געשריבן:יעפ. דער קעמפ ברענגט ארויף גוטע מעמעריס.
און מיינע צייטן איז געווען די לייף גארד ר׳ שלומי אפפעל, ווייס איך נישט אויב ס׳איז געווען נאך כייעם אדער פארדעם.

אויב איך געדענק גוט איז אפפעל (פון מאטריאל) נאך געווען פאר כייעם,

יא שלומי אפפעל איז געווען פאר ר' אברהם ישכר כייעם.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

שפיגליצקי האט געשריבן:
ילד אחד קיפח חיי ארבעה מענעדזשערס..., איך געדענק אלס מענעדזשער ר' בנציון קליין, דעמאלטס איז געווען מלמד פאר די קעמפ קינדער ר' אברהם יונה שווארטץ פון ב"פ, ר' ר"ר פון ק"י (איך שרייב נישט ארויס, ווייל ער וויל מסתם נישט אז איינער זאל דאס היינט געדענקען...), שפעטער איז געווען מענעדזשער ר' יונה דוד פערל, ר' ברוך פארשאנאווסקי, און דער בלאנדער מיטן זין היטל וואס איך געדענק נישט זיין נאמען...

ווען KJ סקול דיסטריקט האט אנגעהויבן אהין צו קומען מיט ר' יושע קארנבלי'ס לאנגע טשאטער באס....

דער בלאנדער מיינעך האט געהייסען ניימאן.
אוי ווי ברענגט מען צוריק די זיסע יארן....
ווען מען האט גוט אויסגעהערט די רבי האט ער פאר א טריפ אריינגעטראגען טיפ אין וואלד צו די וואסער צי כאפען פיש, איך ווייס נישט צי איינער האט אמאל בטעות געכאפט א פיש
דארט, אבער פרעג נישט קיין קשיות.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובה דורך לייטער »

איך מיין אז מען קען טוישן די נאמען פינעם אשכול
נייעס און קרישקעלעך פון קעמפ קרית יואל ראונד טאפ ני
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

רעסטאראנט האט געשריבן:וועלכע יאר איז די לעצטע יאר וואס סאטמאר האט עס גענוצט פארן קעמפ?

תשס'ט מיינעך איז געווען די לעצטע יאר וואס מען האט עס גענוצט,
א יאר שפעטער איז מען געגאנגען צו מ.ב.ר פאר צוויי וואכען אין א יאר שפעטער האט מען אינגאנצען אויפגעהערט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

איך מיין די מנהלים זאלען אריינלייגען די אשכול ביי קרעטשמע אדער פארברענגען.
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

ס'איז אונטערסאנט צו זעהן וואס און ווער געדענקט ווען...

פון כמעט יעדע יאר איז דא וואס צו געדענקען
יארן צוריק געווען דארט א הכנסת ספר תורה מען האט אויפגעשטעלט א גרויסע טענעט אנקעגען איבער ביי די גרויסע בארג, איך מיין אויב איך געדענק גוט איז ר' אברהם מאיר מיללער געווען מענעדזשער

נאך פאר סקול דיסטריקט בחורים זענען געקומען איז געקומען יענע שטיק צייט די רב שליט"א {יענע יארן} דארט.


עפעס אפאר יאר איז געווען ניימאן אויכט מענעדזשער איך מיין ער איז געווען די לעצטע דארט..
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובה דורך לייטער »

איך מיין אז סהאט זיך געעפנט תשנ''ח
תשנ''ט האט מען ציגעלייגט דארמעטאריס ווי א ח סאיז געווען ביז דעמאלסט א ר
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אוי הייליגע קעמפפפפ, ווי הייבט מען אן דא.

די ערשטע טאג פלעגט קומען די באקסעס אין מע האט עס אוסגעשפרייט אין די פרייע פעלד, אין אלץ פלעגט רעגענען פרעג מעך נישט פארוואס,

ווער געדענקט די סעלעמענדער'ס מיט די פרעש, די גאלפ קארד מיט די גארבעדזש אין בעק, געדענק איך איינמאל האט מען נישט מיט גענימען הבחור____ ני"ו צו די טריפ צלוב געוויסע פארלעצונג, אין ער האט זיך געטראפן איינער אליין אין קעמפ מיט די קעכער, פאמעלי'ס, גוים, האט ער נישט מער אין נישט וויינגער גענימען די גאלפ קארד, אריין געשטעקט א שליסל, אונגעהויבן צו שמאסן די גאנצע לענג אין ברייט פון די קאמפ מיט נעמנדיג די פולע גארבעדזש פון די בעק.

אין אזוי דרייט ער זיך ווילד, אין ביי יעדע שארפע דריי זענען מיטגעקומען 2 בעג'ס גארבעדזש אראפ אין קעמפ, נאכדעם וואס די גאלף קארד איז אוסגעלאפן פון געז, האט ער דאס איבערגעלאזט אינציטן קעמפ לעבן די טעלעפאונ'ס, אין זיך געגאנגען באהאלטן.

מע קומט אראפ פון די באסעס אפאר שעה שפעטער, א איבער געדרייטע קעמפ, אונגעחזרט איבעראל מיט העווי דוטי שמוץ וואס מע האט נישט געקאנט אוטעמען,

מר איז מען נישט געגאנגן צו קיין טריפס
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

ר' זעקל האט געשריבן:ווען מען האט גוט אויסגעהערט די רבי האט ער פאר א טריפ אריינגעטראגען טיפ אין וואלד צו די וואסער צי כאפען פיש, איך ווייס נישט צי איינער האט אמאל בטעות געכאפט א פיש
דארט, אבער פרעג נישט קיין קשיות.

אוי די פיש די וואסער די שטיינערדיגע וועג ארעפ דארט...

כיתות איז עקסטער, אנפאנג געלערענט מיט טישן און בענק און וואלט אוי... האט מען ארויס געקוקט פאר א רעגן דעמאלטס.שפעטער האט מען שוין געמאכט די שיינע כיתות
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

דער שווארצע וויני ווער געדענקט??!!
די אייז באקס אינמיטען בית המדרש, די קאנטין וואס נאר די ק.ט.מ (כתה ט' פארווער עס ווייסט נישט) האט געמעגט קויפען די בלאט, די פייערקרעקערס א יעדע דארנערשטיג נאכט.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובה דורך שפיגליצקי »

פעטער יעקל האט געשריבן:ווער געדענקט די ישיבה קטנה ח"ג, און די פלעי וואס זיי האבן פארגעשטעלט..

ס'הייסט צי איך געדענק?! איך האב נאך אפילו די טעיפ דערפון.

האט איינער דערמאנט די לעיק דארט טיף אין וואלד, וואו איך בין נאר אראפ געגאנגען צו קענען ארויף קוקן צי ס'איז דא א בער....

יונגל פלוני האט הנאה געהאט צו אריין גיין אהין ביז צו די קניען און שעפן פיש און וואדער באג'ס און סאלאמאנדער'ס...

די פייער קרעקערס איז באמת שיין געוועזן יעדע וואך עקסטער, איך האב נאך זינט דאן נישט געזען אזעלכע שיינע פייער קרעקערס.

געדענק איך אויך איינמאל וואס א גרויסער הונט איז געקומען צו שפאצירן אין קעמפ, אבער מ'האט אים נישט אריין געלאזט, ער איז אריין אין די לאנדרי אין די זייט פונעם מאטעל בעת א פרוי האט געהאלטן אינמיטן צוזאם לייגן אירע וועש געמיטלעך..., איבריג צו זאגן סארא ויצעקו ס'איז געווארן דארט.

איין יאר איז נישט געווען קיין וואסער, און יעדן טאג איז געקומען צוויי טאנקער טראק'ס מיט וואסער, פאר שבת איז געווען א גאנצע דאגה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”