קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

קאראנע - מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ביטע ברענגט דא אלע אינפארמאציע.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - שלש סעודות בהיכל הכוללים בלויז פאר כולל יינגערלייט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אין סקווער הייסט עס איצט אז עס גייט אינגאנצן נישט זיין א טיש!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

פון rdn אימייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

והסירותי מחלה מקרבך
אלעס ארום די 'קארונא' איבערקערעניש אין די רעבישע הויפן

די נייעס ארום די פארבינדונג מיט די 'קארונע וויירוס' טוט ווייטער אנזייען שרעקליכע כאאס און פאניק איבער די גאנצע וועלט אויס מורא פון א פארשפרייטונג. אין צוגאב צו די פארשידענע מעטאדן וואס די 'משרד הבריאות' אין מדינת ישראל האט גענומען צו באקעמפן א פארשפרייטונג, האבן זיי נעכטן דורכגעפירט א געזעץ אין די כנסת פארלימענט, אז עס איז נישט ערלויבט פאר מער ווי הונדערט מענטשן זיך צוזאמענצוקומען אויף איין פלאץ. דאס האט שווער אויסגעקלאפט אויף אלע גרעסערע חצרות הקודש איבער גאנץ ארץ ישראל און ווי עס שיינט וועלן דעם שבת נישט פארקומען קיין עריכת השולחנות און תפלות אין די גרויסע בתי מדרשים, נאר די רבי'ס וועלן פראווענען אויף א פריוואטע פארנעם מיט די מקורבים און בני המשפחה.

בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט מען גענצליך פארשלאסן די טויערן פון די גרויסע גור'ע ביהמ"ד אין ירושלים און דער רבי שליט"א וועט מער נישט אריינקומען צו די תפלות ברבים עד יעבור זעם. פון חצרות הקודש ויזניץ און בעלזא איז געמאלדן געווארן אז די וואך שבת וועלן נישט פארקומען קיין טישן און תפלות אין גרויסן ביהמ"ד, נאר די חסידים זאלן זיך צוטיילן אין גרופעס גרופעס און דאווענען באזונדער אין מערערע שטיבלעך, און אזוי אויך זאלן די חסידים פון חוץ לעיר נישט אריינקומען. פאר חסידי ויזניץ איז די נייע געזעץ ספעציעל שווער, צוליב וואס די וואך שבת איז די שבת פאר די יארצייט פון הרה"ק בעל ישועות משה מויזניץ זצ"ל און לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט אויך נישט קענען פארקומען א יארצייט סעודה דעם קומענדיגן זונטאג נאכט בעצם יומא דהילולא.

אין ליכט פון די נייע געזעץ אין מדינת ישראל איז אפגערופן געווארן די סעודת הילולא ביצר הקודש באיאן וועלכע האט געדארפט פארקומען היינט נאכט לכבוד הילולת הרה"ק בעל פחד יצחק זי"ע. די געפלאנטע בר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מויזניץ-ב"ב שליט"א איז ווידער אפגערופן געווארן און לויט די יעצטיגע פלאן וועט עס פארקומען זונטאג נאך שבועות. הגאון ר' יצחק יוסף שליט"א האט געזאגט אז מ'זאל זיך אפהאלטן פון גיין צום כותל המערבי. פון בחצר הקודש אלכסנדר איז געמאלדן געווארן אז בלויז יונגעלייט קענען זיך באטייליגן ביי די היינט-נאכטיגע סעודת הילולא לרגל הילולת האדמו"ר בעל אמרי מנחם זצ"ל. אין די זעלבע צייט האט כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א נאכגעזאגט נעכטן ביים טיש וואס ווערט געברענגט אין ספר 'אדם ישר' פון הרה"ק ר' אייזיקל קאמארנא זי"ע אז די בעסטע עצה קעגן א מגיפה איז אז יודן זאלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם און זינגען שירות ותשבחות.

אין אנדערע נייעס הערשט א שרעקליכע אנגעצויגענקייט אין די לופט-פעלדער ווען טויזענטע יודן וואס וואוינען אין איירופא אדער ניו יורק און האלטן זיך יעצט אויף אין ארץ ישראל, הייבן פיס און יאגן זיך צוריק אהיים, נאכדעם וואס די גרעניצן פון איירופא וועלן זיך גענצליך פארשליסן בעצם יום השבת און עס איז שטארק מעגליך אז די גרעניצן קיין אמעריקא וועלן זיך אויך פארשליסן. צווישן די טויזענטע יודן וואס אנטלויפן פון ארץ ישראל ציילן זיך אויך הונדערטע בחורים פון מערערע ישיבות הקדושות בארה"ק וועלכע פארלאזן די לימודים אינמיטן זמן און קערן זיך צוריק אהיים מבעוד מועד, לויט די דירעקטע הוראת הקודש פון פילע אדמורי"ם וגדולי ישראל שליט"א, צווישן זיי: האדמורי"ם מגור, צאנז, באבוב, ויזניץ, פשעווארסק שליט"א און נאך. כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט נעכטן (ביים שושן פורים טיש) איבערגעגעבן הראת הקודש פאר אלע בחורים וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל אדער איירופא און לערנען אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל, אז זיי זאלן שוין אהיימפארן במוקדם האפשרי ווייל מי יודע מה יולד יום. ישיבת מיר האט איבערגעגעבן אז נייציג פראצענט פון די חוץ לארצ'דיגע בחורים האבן זיך שוין צוריקגעקערט צו זייערע שטובער. אויך הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט איבערגעגעבן פאר עטליכע ברסלב'ע יונגעלייט אז זיי זאלן נישט פארן קיין אומאן אין די יעצטיגע טעג עד יעבור זעם. אין די זעלבע צייט האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איבערגעגעבן הוראת הקודש אז די בחורים וואס וואוינען אין ניו יורק דארפן נישט אהיימפארן און די עלטערן דארפן זיך פון גארנישט זארגען.

אזוי ווי ברייט באריכטעט האבן זיך צוריקגעקערט דעם שושן פורים קיין ניו יורק הונדערטע באבוב'ע בחורים וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל כהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. צוליב דעם וואס אסאך בחורים זענען געווען געצווינגען צו אנטלויפן פון ארץ ישראל בעצם יום הפורים, איז פארגעקומען אן עקסטערע סעודת פורים בתופים ובמחולות ספעציעל פאר די ארץ ישראל'דיגע בחורים אין די 'ריגער זאל' אין בארא פארק. אינמיטן די מעמד האט מען געהאט די זכיה מיט די ערשיינונג פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וועלכע איז זיך געקומען מיטפרייען מיט די בחורים נאכ'ן מעמד הרומפלען אין היכל המתיבתא. דערביי האט דער רב שליט"א נאכאמאל צובראכן גלעזער און מקיים געווען די מנהג רומפלען און איז געטאנצן מיט די עלטערע בחורים הזקוקים לישועות.

די פרישע דעקלעראציע פון איירופא צו פארשליסן אירע גרעניצן האט שווער אויסגעקלאפט אויף הונדערטע יודן וואס האבן זיך געגרייט צו פארן קיין ליזענסק דעם קומענדיגן כא' אדר און זענען געצווינגען צו מבטל צו זיין די רייזעס. אזוי אויך איז אפגערופן געווארן אין די לעצטע מינוט, די געפלאנטע גרויסע נסיעה צום שטאט קארלסבורג דורך כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א אין ליכט פון דעם וואס די גרעניצן קיין רומעניא זענען פארשלאסן. אויך דער מעיאר פון שטאט קערעסטיר האט געמאלדן אז אזוי ווי אסאך איינוואוינער האבן אריינגעשיקט דעפעטיציעס אפצושפארן די שטאט פון באזוכער וועט ער עס ערענסט נעמען אין באטראכט און ארויסקומען מיט א בשאלוס אין די נאנטע טעג.

'קארונא' איז געווען די געשפרעך פון טאג אין אלע חסידישע הויפן און רוב אדמורי"ם שליט”א האבן עס דערמאנט ביי די דברות קודש און מחזק געווען די חסידים זיך צו פארשטערקערן באמונה בה' וואס וועט אפהיטן כלל ישראל פון אלעם בייזן. כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט געזאגט אז דאס איז א 'מוסר השכל' אז ביי רוחניות זאל מען אויך זיין אפגעהיטן פון די 'וואטס-אפ און סטאטוס' וועלכע מאכן קראנק די מענטש. כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט געהייסן זינגען דעם ניגון עוצו עצה ותופר דברו 'דבר' מיט א סגו"ל – כי עמנו קל. כ"ק אדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג שליט"א האט נאכגעזאגט פון ספרים אז מ'קומט נאר אפ מיט די פחד. כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט אפגעטעלט די מוזיק אינמיטן פורים טיש און געזאגט צוזאמען מיט'ן ציבור 'פיטום הקטורת' מיט כוונה.

אין די זעלבע צייט איז ווייטער אין קארפט דאס זיך נישט געבן די הענט און פילע אדמורי"ם וגדולי ישראל האבן נאר געוואונטשן מיט די מויל בעצם יום הפורים. הגאון ר' משה וואלפסאן שליט"א האט איבערגעגעבן הוראת הקודש אז מען זאל אויפהערן קושן די ספרי תורות און האט אויך אויפגעהערט צו טיילן שיריים. כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט אוועקגעמאכט די נייע גזירה פון זיך נישט געבן די הענט, זאגענדיג אז עס שטייט בפירוש 'כל הפושט יד נותנים לו' און האט דערביי געגעבן די הענט פאר די אנוועזענדע. כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א איז געגאנגען אנגעטון מיט הענטשקעס אויף די הענט און ביי הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א האט מען זיך אן עצה געגעבן דורכ'ן זיך אנכאפן אין די ציצית פונעם גאון שליט"א.

אין ליכט פון די קארונא וויירוס זענען איינגעשטעלט געווארן פארשידענע רעגולאציעס אין חצר הקודש סקווירא אויס מורא פון א פארשפרייטונג. לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן, ווערן די חסידים געבעטן נישט צו געבן די הענט פאר'ן רבי'ן און אויך איבערצוגעבן די קוויטלעך מיט די הענ, נאר ארפלייגן אויפן טיש. אזוי אויך וועט דער רבי שליט"א פארטיילן די המן-טאשן היי-יאהר אין טעלער'ס. אין אנדערע נייעס האט נעכטן באזוכט ביים רבי'ן כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א ווי די שמועס האט זיך פארצויגן איבער די קארונע וויירוס און דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אויב ביי גשמיות זעהט מען ווי ווייט מ'דארף זיין אפגעהיטן נישט צו ווערן אנגעשטעקט און מ'מאכט פארשידענע גדרים וסייגים, דאס דארף זיין א מוסר השכל אויך ביי רוחניות אויף זאכן וואס די תורה זאגט אז עס איז א קרענק פאר די מענטש, דארף מען זיך אויך שטארק אפהיטן און מאכן גדרים וסייגם לעמוד בפרץ.

כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א האט ארויסגעגעבן א לענגערע בריוו איבער ממתיק זיין די 'קארונא וויירוס' על פי תורת הקבלה. דער רבי שליט"א שרייבט אין בריוו אז עפ"י נסתר קען מען זאגן אז די וויירוס קומט פון פגם אין מינות רח"ל און דערפאר דארף מען צום ערשט תשובה טוהן אויף מחשבת מינות. דערנאך שרייבט דער רבי שליט"א אז מ'זאל דרוקן דעם ספר 'אדם ישר' פון הרה"ק ר' יצחק אייזיק מקאמארנא זי"ע וועלכע איז געדרוקט געווארן מיט יארן צוריק און מ'האט דעמאלט געזען גרויסע ישועות. אין אנדערע נייעס איז הגה"צ המקובל רבי משה חיים שטיינבערג שליט"א ראה"כ שערי גן עדן ארומגעגאנגען די פיהר עקן פון שטאט בארא פארק און געזאגט פיטום הקטורת פון 'סידור אר"י' אלס א סגולה קעגן די מגיפה.

פאלגענד איז די ארגינאלע בריוו: היות ונתפשט בעה"ר מגיפה בעולם ע"י המזיק הנקרא "קארונא" שנשלח ע"י השי"ת, והיות שאומרים שהמזיק נראה כמו כתר, נראה שבא מחמת פגם במינות רח"ל שפוגמים בכתר כמבואר בשער הכוונות בברכת על המינים. עיי"ש. ולכן יש בראש ובראשונה לשוה בתשובה שלימה בזה. ונראה לי דיש להמתיק המזיק ע"י שמות אלו כדרך דכתב רבינו הגדול בספרו עטרת צבי לצדיק פרשת ויצא בשם אור שבעת הימים הבעשט"ט זיע"א. והנה קר' של שם המזיק יש לכוון להמתיקו ע"י שפ הוי"ה בחילוף א"ת ב"ש שהוא מצפ"ף הממתיק שם אלוקים במילו יודי"ן, ואותיות 'רונה' ע"י שם ס"ג והאותיות. שהוא המתקת הדינים בשורשים כידוע.

והשי"ת יעזור שנזכה לר"ח אלוקי"ם חיי,ם שהוא המתקת שם של המזיק בגי' הנ"ל. לכן התעוררנו להדפיס את הקונטרס 'אדם ישר' לרבינו הגה"ק מהרי"א מקאמארנא זי"ע שהוציא בשעתו וארו בזה נפלאות כידוע. הכותב וחותם לכבוד בני ישראל הקדושים.

אויך כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש האט אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב קודש בנוגע די קארונא שריבענדיג, אז די טעכנולאגישע כלים ברענגען אראפ א רוח פון כפירה און מינות אויף די וועלט און צוליב דעם איז די מגיפה געקומען. כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א האט ארומגערעדט פרייטאג צונאכט'ס איבער די וויירוס און געזאגט אז מ'דארף זיך מחזק זיין באמונה בה'.

פאלגענד איז די פילע בריוו פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א: בכל עת שמתפשט מחלה מסוכנת, דרך אומות העולם ליכנס בפחד וחרדה. בפרט בזמנינו, כשכלי הטעכנאלאגיע מפיצים רוח של פריקת עול וכפירה בהשגחה העליונה, באופן שמרגישים כאילו הכל תלוי בכוחו ועוצם ידו של כל אדם, זה גורם שיתגבר הפחד ויפלו לעצבות ומרה שחורה.

אבל אנחנו בני ישראל יודעים, שהכל בהשגחה פרטית מאבינו שבשמים, ולכן על האדם רק לקיים ציוו הקב"ה לעשות ההשתדלות האפשרית לשמור על נפשו ולא להכניס עצמו למקום ולמצב שרוב בני אדם בורחים מזה מפני שנחשב לסכנה, אבל אין לו ליפול לפחד ובהלה שיביא אותו להרבות תמיד בהשתדלויות יתרות מחשש שמא יבוא עליו דבר הממית. אנחנו מאמינים, כי אי אפשר שימות אדם שלא נגזר עליו מן השמים שימות. מצד אחר, אם מאיזה סיבה גזר אבינו שבשמים על אדם שימות, אז לא יועיל שום תחבולות אנושיות שבעולם להצילו מזה, שגם אם יברח וינצל ממגיפה וכדו' ימות ע"י דבר אחר. וכך מסופר בגמרא (תענית יח:), שכאשר טוריינוס שר צבא רומי העמיד שני צדיקים להריגה, אמרו לו במנוחת הנפש: "אנו נתחייבנו כליה למקום, ואם אין אתה הורגנו הרבה הורגים יש לו למקום והרבה דובין ואריות יש לו למקום בעולמו שפוגעין בנו והורגין אותנו".

אולם השטן משתדל להחליש ולהשכיח האמונה של בני ישראל כדי להפריע מנוחת נפשם ולהכניס בהם עצבות, ולזה יש להתגבר ולהתחזק בימים אלו להיות בשמחה מתוך אמונה ובטחון. עצם ההתרחקות מעצבות היא שמירה מהחולי, כי מפורש בספה"ק דגל מחנה אפרים (פרשת עקב ד"ה מדוי) בשם זקינו מרן הבעש"ט זי"ע, שאין יסורים באים על האדם אלא אם כן יש עליו מקודם קצת חולי מרה שחורה. וכעין זה כתב בספה"ק תולדות יעקב יוסף (פרשת משפטים ד"ה ואלה), בשם רבו מרן הבעש"ט זי"ע, שגם מי שהוא ראוי לעונש מן השמים, יכול להינצל מזה על ידי שיתחזק בבטחון בהשי"ת, שעל ידי זה אין הדינים יכולים לשלוט עליו.

זקיני הקדוש רבי צבי הירש מזידיטשוב זצ"ל כתב במכתב לחסידיו שדרו בעיר מונקאטש כשפרצה שם מגיפת חולירע, שעליהם להתחזק להיות בשמחה מתוך בטחון בהשי"ת, ולהיזהר מאוד שלא יהיה שום עצבות ומרה שחורה בכל העיר, כי המרה שחורה אשר בעיר מושכת החולירע. כדברים האלה כתב הרה"ק רבי משה מקוברין זצ"ל במכתב לחסידי קאברין בשעה שפרצה מגיפה, שהעיקר שלא ישלוט בהם דאגות ופחדים, רק יתחזקו באמונה ובטחון, וזו תהיה השמירה המעולה. וכן הורו צדיקים בכל הדורות, שגם בעת צרה כשראוי להתעורר לתפלה ולתשובה ותיקון המעשים, יש להתחזק לחיות עם ישוב הדעת מתוך שמחה ובטחון. וראוי גם להתפלל במיוחד על זה שלא יכנסו לבהלה, כמו שמספרים על הרה"ק מרוזין זצ"ל, שכשהתפשטה מגיפה נוראה בארץ מגוריו בשנת תר"ח, ראו עליו ביום הושענא רבה שאמר תפלת "הושענא נפש מבהלה" בהשתפכות הנפש עצומה.

כל זמן שהאדם בשמחה לא שייך שתהא חלה עליו מידת הדין, כידוע מאמר צדיקים על הפסוק (ישעיה נה יב) "כי בשמחה תצאו", שעל ידי השמחה תצאו מכל הרעות. השמחה גם תציל ממות, כמו שפירשו הפסוק (במדבר יז יג) "ויעמד בין המתים ובין החיים ותעצר המגפה", שעל ידי העמידה בתוקף בבטחון ושמחה בלא פחדים זוכים לעצור המגפה. וכן אמר הרה"ק רבי נתן דוד משידלובצא זצ"ל, שאפילו אנשי דור המבול לא חל עליהם גזירת מיתה עד שנפלו לעצבות, כמו שכתוב (בראשית ו ח) "ויתעצב אל לבו ויאמר ד' אמחה את האדם", שרק אחר שנפל לב האדם לעצבות נגזר עליו מיתה.

בענין זה שמעתי מפי כ"ק אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל, שפעם אחת כשהלך הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע לערוך גלגול שלג כדי לסגף את גופו, נפל על מסמר חלוד שחדר לגבו ופער בו חור גדול, וכשחזר והגיע לביתו כבר יצא הרבה דם והרגיש הרבה יסורים, אז אמר להרבנית שתראה מה שם, ואמרה הרבנית בצחות "תקח צרור קש ותסתום אותו", צחק הרבי ר' אלימלך, ומיד נפסק זרימת הדם ושב להיות כאחד האדם. אחר כך אמר הרבי הקדוש ר' אלימלך זי"ע, שבטבע לא היה יכול להתרפא כי היה שבר בגבו, רק על ידי שהרבנית בגודל האמונה ובטחון שלה נשארה בשמחה אף במצב כזה, וגם עוררה את בעלה להיות בשמחה, בזה נמתקו הדינים ונמשך נס חוץ לדרך הטבע.

כעין זה מסופר, שפעם נסע חסיד אחד אל רבו הק' החוזה מלובלין זי"ע להסתופף בצל קדשו במשך הימים נוראים, ובהגיעו ללובלין נכנס לקבל ברכת שלום, והחזיר לו רבו שלום רק בשפה רפה, וצוה עליו לחזור תיכף לביתו. נסע החסיד ועזב את המקום בלב נשבר, ויהי באמצע הדרך נטה ללון בקרעטשמע, ובאותה שעה היה שם כמה חסידים אשר פניהם היו מועדות לנסוע להרבי מלובלין, ובהפגשם באותו חסיד ונתנו לו שלום, ראו שפניו זועפות, ושאלוהו לאן אתה נוסע, והשיב שחוזר לביתו. אמרו לו: "מה זאת? הלא כולם נוסעים להרבי ואתה נוסע חזרה?! לא תהיה כזאת, רק גם אתה תסע עמנו". ושתו לחיים, ורקדו עמו מתוך שמחה וחדוה. אחר כך נסעו יחד ללובלין, ובהגיעם שמה נכנס אותו חסיד אל הקודש פנימה, ואז פנה החוזה הק' אליו ואמר: "תדע, כי מה שפקדתי עליך לחזור לביתך, היה זה מחמת שראיתי כי מן השמים נגזר עליך מיתה רח"ל, וכבר לא היה ביכולתי לעזור לך כלום, וכאשר לא רציתי שתמות כאן בריחוק מקום ממשפחתך, פקדתי עליך לחזור לביתך. אמנם כאשר היית שם בהקרעטשמע, והחסידים שמחו איתך, על ידי כח השמחה קרעו את גזר דינך, ובטלו ממך עונש המיתה, מה שאני לא יכולתי. ועל כן עתה תוכל להשאר פה אצלנו".

והנה העצה להתחזק להיות בשמחה גם בשעת מגיפה וכדו', היא להרבות בלימוד התורה המביאה לידי שמחה, כמו שכתוב (תהלים יט ט) פקודי ד' ישרים משמחי לב. וכן ראו אצל רבנו הרמ"א זצ"ל, שבשנת שט"ז היתה מגפה בעירו קראקא, והצטרך לברוח עם משפחתו מהעיר בעירום ובחוסר כל, וביום הפורים היה במקום נכר שלא יכלו להשיג שם סעודה ומשתה יין לצורך שמחת פורים, ואז החליט שבמקום זה ירבה בלימוד התורה המשמחת, ובזה יסיר היגון ואנחה שיכולים להתעורר במצב קשה כזו. ואז חיבר את ספרו "מחיר יין" על מגילת אסתר, שנקרא כן על שם שלימוד זה שימח אותו במקום יין, כמו שכתב בהקדמת הספר.

ענין זה אנו לומדים גם מסיפור נס פורים. מרדכי הצדיק ראה שנגזר גזירת כליה על בני ישראל, וחשש מאוד שבני ישראל יפלו לעצבות ומרה שחורה, ובפרט הצעירים העלולים יותר ליפול לפחד ובהלה. לכן קבץ כ"ב אלף תינוקות, ולמד עמהם תורה, כמבואר במדרש (אסתר רבה ח ז, ט ד), ובכח התורה הקדושה חיזק אותם להיות שמחה מתוך אמונה ובטחון. ואז הגיע פתאום המן עם הלבוש והסוס להרכיב את מרדכי, ונהפך הכל לטובה. כשהיהודים ראו גודל כח התורה והשמחה, קיבלו עליהם ועל זרעם להתחזק בזה תמיד, כמו שכתוב ליהודים היתה אורה - זו תורה – ושמחה. ויהי רצון שגם בזמן הזה יוכלו להתחזק בתורה ושמחה, ויזכו להינצל מכל נגע ומחלה, ויהיה אך ורק השפעות חסדים ורחמים.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

יידישע קהילות האט געשריבן:אין סקווער הייסט עס איצט אז עס גייט אינגאנצן נישט זיין א טיש!

דריי טיש'ן וועט אי"ה זיין אין סקווער כנהוג, די שאלה איז נאר וויפיל באטייליגטע.
KIMG0126.JPG
KIMG0126.JPG (141.8 KiB) געזען 15962 מאל
לעצט פארראכטן דורך Zeltzer אום פרייטאג מארטש 13, 2020 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמחם בבנין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחם בבנין »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן:ופון חצרות הקודש ויזניץ און בעלזא איז געמאלדן געווארן אז די וואך שבת וועלן נישט פארקומען קיין טישן און תפלות אין גרויסן ביהמ"ד, נאר די חסידים זאלן זיך צוטיילן אין גרופעס גרופעס און דאווענען באזונדער אין מערערע שטיבלעך, .



וועגן בעלז איז נישט אמת, נאר מ'האט קלאר איבער געגעבן אז שבת גייט אן געהעריג אלע תפילות אין טישן פאר די גאנצע עולם, אן קיין שום שינויים
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

קורונה, אדר תש"פ: מודעות פון חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

אסאך אשכולות זענען שוין דא אביער דעם קורונה, אבער איך קלער אז עס איז כדאי צאצונעמען לפונדק אחד אלע מודעות און אזהרות וואס קומען ארויס די טעג דורך די חצרות הקודש, נהרא נהרא ופשטיה.

ביטע נאר ברענגן מודעות וואס זענען נתפרסם געווארן דורך די קהילות הקודש, און נישט סתם קיין שמועות, דעות אדער הערות.

אויך, ביטע נישט ברענגן קיין מודעות וואס זענען שוין אלט און נישט גילטיג מער.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

באיאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

באיאן1.jpg
באיאן1.jpg (165.77 KiB) געזען 16929 מאל
באיאן.PNG
באיאן.PNG (459.47 KiB) געזען 16929 מאל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

הגאון ר' חיים קנייבסקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

הגרחק.jpg
הגרחק.jpg (80.06 KiB) געזען 16922 מאל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

קהל יטב לב ד'סאטמאר מהר"א קרית יואל
אטעטשמענטס
Screenshot_20200313-000638_WhatsApp.jpg
Screenshot_20200313-000638_WhatsApp.jpg (572.13 KiB) געזען 16920 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

באבוב.jpg
באבוב.jpg (75.68 KiB) געזען 16917 מאל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

סערט ויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

סרט ויזניץ.jpg
סרט ויזניץ.jpg (153.7 KiB) געזען 16915 מאל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

גור 1.jpeg
גור 1.jpeg (76.01 KiB) געזען 16876 מאל
בהלת הקורונה: לאור הנחיות משרד הבריאות, סעודת היארצייט לאדמו"ר 'הפני מנחם' מגור זצוק"ל תתקיים בקומה התחתונה בביהמ''ד הגדול של חסידות גור בירושלים כאשר יהיו טורים של 100 מקומות עם רווח של 3.5 מטר בין הטורים.
גור (2).jpg
גור (2).jpg (119.22 KiB) געזען 16906 מאל
לעצט פארראכטן דורך גלות איד אום פרייטאג מארטש 13, 2020 12:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

ועד הרבנים Bergen County

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

rc bc.jpg
rc bc.jpg (264.26 KiB) געזען 16894 מאל
rcbc.jpg
rcbc.jpg (274.9 KiB) געזען 16894 מאל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

ויזניץ - ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

ויזיניץ נחמיה.jpg
ויזיניץ נחמיה.jpg (72.56 KiB) געזען 16872 מאל
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

IMG-20200313-WA0002.jpg
IMG-20200313-WA0002.jpg (137.24 KiB) געזען 16751 מאל

IMG-20200313-WA0001.jpg
IMG-20200313-WA0001.jpg (121.29 KiB) געזען 16751 מאל

IMG-20200313-WA0000.jpg
IMG-20200313-WA0000.jpg (128.13 KiB) געזען 16751 מאל
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

20200313_012351.jpg
20200313_012351.jpg (433.97 KiB) געזען 16676 מאל
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

א פורים'דיגער מודעה פון חצר הקודש קוידינוב בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

.
אטעטשמענטס
1.png
1.png (44.67 KiB) געזען 16514 מאל
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

סאטמאר ירושלים
הוראת רבינו קוראנו.JPG
הוראת רבינו קוראנו.JPG (96 KiB) געזען 16447 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נאך
אטעטשמענטס
36897EB0-19FE-4B8F-975D-27C6ED36C67E.jpeg
36897EB0-19FE-4B8F-975D-27C6ED36C67E.jpeg (442.78 KiB) געזען 16310 מאל
60F4A58B-3697-4E06-A1D8-13C61A414680.jpeg
60F4A58B-3697-4E06-A1D8-13C61A414680.jpeg (137.24 KiB) געזען 16310 מאל
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מודז'יץ
אטעטשמענטס
הוראות.jpg
הוראות.jpg (198.42 KiB) געזען 16088 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

viznitz monsey
אטעטשמענטס
קאראנא 1 (002).jpg
קאראנא 1 (002).jpg (475.57 KiB) געזען 15907 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

גור

ירושלים

ger.jpg
ger.jpg (181.2 KiB) געזען 15885 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

מטעמים האט געשריבן:נאך


אין קאנאדא איז אויך דא די פארבאט פין זיך צוזאם נעמען מער ווי 500 מענטשען?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”