הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בשם השם נעשה ונשמע.

לכבוד מיין פיר הונדערט ניין און ניינ'ציהיצטע תגובה...

נישט אנגעיאגט מגיה זיין, ואתכם הסחילה... (א געדאנק צו שרייבן אנהייב אן ארטיקל, אזוי אז יעדער זאל מיינען כ'קען בעסער'ס...)


ש'חיאני קימאני גיאני לזמן הזה. ברוך השם כ'האב איבערגעלעבט!!! נאר מיט שמחה לעבט און לאכט!!! ניין, כ'מייניש די קאראנע ימ"ש, כאטש אז כ'ביניש געווען צו באקומען דא זייט פורים (כמעט), אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא"א (ד.מ. א'ון א'ויפדעם א'י"ה א'ין א'ן א'נדערן א'ינהאלטסרייכער א'ינטרעסאנטער א'רטיקל א'דער א'פשר א'פילו א'ויך א'ינגאנצן א'ין א'ן א'נדערן א'שכול. א'וואו? א'הה... א'וודאי א'ויף א'ייוועלט!...), וואס איך מיין יא, איז מיין פאלגנדע אייגן ארטיגן איבערקלעבעניש וואס כ'גיי בעז"ה ערשטמאליג פארציילן קהל קבל ועדה.


די געשיכטע איז פארגעקומען מיט א שיינע פאר יאר צוריק (גראדע איזעס נישט געווען אזוי שיין ווי איך מאכעס) ווען כ'אב געלערנט(?) אין ירושלים עיה"ק, זייענדיג א חתן עם בת גילוי א קורצע צייט פאר מיין חתונה נישט מער געדאכט.

ביינונז אין ישיבה פלעגן אסאך בחורים, ווי בחורים, ארויסגיין פון מאל צימאל א 'ליל שישי שפאציר אין עולם הנגינה'... גיין אינאיינעם פאברענגען, זינגען, נאשן, עסן, שמועס'ן וכו' וכו', אין סיי וועלעכע געדאנק-פלאץ וואסיז נאר נישט ארויפגעקומען אין די בחור'ישע גאונ'ישע קעפ.

דאס מאל האט מיין חבר שמואל מרדכי, שמאטכע בלשון חיבה, אויספלאנירט א שפאציר אין 'אלט שטאט' ציווישן די שטויביגע חומות און געסעלעך פונעם האלטן ירושלים עיה"ק, אטעמען די זעלעבע לופט וואס אונזערע זיידעס האבן צוויי טויזנט יאר צוריק אפגעאטעמט פון שמחה און התרגשות ארויפגייענדיג צום בית המקדש.

שמאטכע האט אונז צוגעזאגט אז ער קען זיך אויס אינעם אלט שטאט ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. אזוי אויך די'ע וואס גייען צום כותל קענען זיך אריינכאפן פאר א תפילה. און איך נמ"ש טאר נישט פארפאסן אזא געלגענהייט "דיין קידושין וועט רח"ל נישט חל זיין פארן זעהן דעם באוואוסטן 'קארליבאך קומזיץ' וואס קומט פאר צי ווישן די געסעלעך"...

ס'געווען זייער פיין, מ'האט געטראפן א ווינקל צו פאברענגען און זינגען - אויף א גאר הויעכן קאפל פון א בנין... (פארשטייט'צעך אן ערלויבעניש פון די שכנים...) דאס הארץ איז אויסגעגאנגען זעהנדיג דאס ליידיגן מקום המקדש ששמם שועלים הלכו בו.

די 'קאלריבאך קומזיץ' איז אויך געווען אינטרעסאנט, זעהן די אידישע נשמה'לעך פון אלע מינע, רויטע גרינע, וכל דבר משונה. יעדער פעלטשעוועט אויף אן אנדערן גיטאר, און זיי זינגען מיט א צופלאמקייט שלא מעלמא הדין "אוי שפכי כמים ליבך" וכו' וכו' ווען די גרויסע צודרייטע האר שאקלען זיך אינאיינעם מיטן הוילן קאפ. ווער ס'האטעס נישט געזעהן לא טעם טעם תשובה מימיו...

אזוי האבן אונז פארשמירט א נאכט, עד שס'געקומען די צייט ואמרו הגיע זמן קרישמע של שחרית, דאן האבן מיר מידערהייט אנגעהויבן שלעפן די פיסעלעך צוריקוועגס. ווען שמאטכע גייט אויפן אויבן אן לנחותם הדרך.

אונז האמיר זיך געדריייט און צודרייט ביז... את אשר לא יגורנו בא!

א אראבער!! אן עכטער!!! נשמר און ניש ווייניגער פון א זייטיגע געסל לויפט ארויס א אראבער צו אונזער ריכטונג...

פארשטייט'צעך אז אונז האמיר געמאכט אזא זאפטיגן פליטתינו, נישט פאר ווען כ'האב באמערקט די אויסגעשארפטע מעסער וואס ער האלט אין האנט...

מיינע אלע רמ"ח ושס"ה האבן געבאכע'ט אז די ירושליימ'ע קעץ וואלטן זיך געקענט אויפוועקן... כ'האב געהאפט אז עפעס א נפש'ל זאל אונז אנטרעפן און נישט רח"ל א נפש 'חיה', אבער אין קול ואין עונה... ביז ווען כ'בין אנגעקומען אין א געסעלע וואס הנכנס ייכנס והיוצא אל ייצא... נישטא קיין וועג ארויס!!! ס'אדער איך אדער...

דערשראקן ביז צום טויט ביניך געווארן ווען כ'האב איהם געזעהן אריינלויפן און זיך דערנענטערן צו מיר... מיינע שרעקליכע געדאנקען אין יענע מינוטן קען איך נישט באשרייבן... איך האב אנגעהויבן זאגן ווידוי, כ'האב געשריגן, געוויינט, זיך געבעטן, כ'געדענק נישט וואס נישט... איך וואונטש נישט קיינעם אזא מאמענט!!

פלוצלינג הער איך פון דערווייטנ'ס עפעס א געזאנגעכט'ס!??

"אוי הייליגער באשעפער דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי דאווענען פאר דיר
גרויסער באשעפער וועל איך יעצט דאווענען, אוי יוי יוי דאווענען פאר דיר"...


אזוי זינגט מען איבער נאר דעם פאל נאכאמאל און נאכאמאל, ס'ווערט העכער און נענטער...

איך פראביר טראכטן פון וואו ס'קומט... כ'קוק ארויף אויף די בנין נעבן מיר, כ'טריי שרייען נאך הילף אבער די מוזיק שטייגט איבער מיינע געשרייען.

פלוצלינג הער איך א הארצרייסנדע געשריי אין מיין אויער:

"נאר מיט שמחה האק שוין אפ דיין קאפ"


שווייס פון נאס עפן איך שטאטעלעך שטאטעלעך די אויגן, כ'זעה מיין אשת מפחידי שטייט שרייט און קוויטשעט:
"נאר מיט שמחה האק שוין אפ דיין פאון"

כ'קוק אן ס'וייב מיט אפענע אויגן... זי האט קיין אנונג וואס כ'גיי יעצט אריבער, און זי שרייט!...

איך באמערק טאקע די פאון נעבן מיין אויער זינגט אזוי פריילעך נאר מיט שמחה כאילו א אראבער לויפט מיר יעצט נישט נאך...

כ'פארשטיי נישט ס'גייט דא פאר? כ'האב דאך נישט אנגעשטעלט קיין זייגער? דער הייליגער באשעפער ווייסט אז כ'בין געווען נעכטן ביי א חתונה ביז שפעט, און דער גרויסער באשעפער ווייסט אויך אז נאכן עלות ווען מיין בעיבי האט געוויינט האביך קרישמע געליינט, און מיין פלאן איז געווען אריינפאפן וויפל ס'לאטצעך. וואס וויל יעצט ר' זייגער פון מיר???
שוין, א גוטער מאן פאלגט ס'ווייב, זי הייסט אפהאקן האקט מען אפ שיינערהייט.

וישן ויחחח.. חחח.. חחחח... חחחחח... חחחחחלום שנית...

גייט נישט אריבער קיין 2 מינוט און אודך, דער שמויגער צוקלינגט'צעך ווייטער... 'אוי היליגער באשעפער'...
אוי הייליגער און גרויסער באשעפער... די היינטיגע יונגערליך זענען אזאנע מחוצפים... אזיינט'ס געהערט? אויפצווועקן נארמיצימחע פון טיפן שלאף??...

איך זעה ס'גייט נישט מיט גיטין וועט גיין מיט קישן.. איך נוץ איבער מיין אייגנהארטיגן פאטענט אויף אזא מין פאל... מ'ריקט שיין שיין די קישן... מ'היייבט עס אויף... ביז ווען דאס פאון פאלט אריין אונטערן בעט אזוי טיף טיף און שלום על ישראל.


א קנאפע שעה פאר חצות האט מיר ענדליך דער הייליגער באשעפער געבעטן דאווענען... ב"ה כ'האב צוריק באקומען מיין נשמה געזונט און פריש!! נאכן מיטמאכן אזא מיטמאכעניש!!! די מודה אני האט געהאט א ספעציעלן אפקלאנג!!! ב"ה מ'האט איבערגעלעבט דאס נאכט!

מיט א פארקוועטשן אויסגעריהטן פנים האביך זיך ארויסגעשמאגלט פון בעט. דאס קישן האט נאך געקלעבט צום פנימ'ל... מי שלא ראה נאר מיט שמחה זו לא ראה שינה בעיניו מימיו!!...

כ'שטיי שוין ביים טיר באמערק איך אז מיין פאון איז נישטויף מיר... האסטו! נאר דאס פעלט מיר אויס, שוין, נאך הימליש'ע כוחות וואס כ'האב באוויזן, האביכעים ארויסגעשלעפט פון אונטערן שווערן בעט.

וואס? איינער האט מיך געזוכט??

עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן! ר' משה הערש!!! ר' משה הערש, דעם רבינ'ס גבאי!!! ואני אנה אני אנה אני אנה אני אנה בא??

מיט א חודש צוריק האב איך איהם געקאל'ט אז כ'מוז וויכטיג ווווויכטיג דורכשמועס'ן עפעס אן ענין מיטן רבין זז"ג. "איך שרייב דיר אויף" ענטפערט ער קאלטבלוטיג... א טאג צוויי דערויף האב איך נאכמאל גערופן, זאגט ער מיר "ביסט אויפן ליסט"... אזוי גייט אריבער א טאג און וואך א נאך. שוין א חודש וואס איך ווארט!!

און פונקט יעצט? ווען כ'בין פארשלאפן אין טאטנ'ס טאטנ'ס אריין (ס'פשט פון דעם?) פונקט יעצט קאלט ער מיך?? א גיחזי דאס...

וואס זאליך יעצט טוהן?... רופן יעצט?? ס'נישט קיין כבוד שמועס'ן מיטן רבין אין אזא שעה מיט אזא פארשלאפנעם שטימע...

איך טריי צו אויפרישן מיין שטום. כ'טרינק א קאווע, עטליכע גלעזער וואסער, און נאך א קאווע, וחוזר חלילה וחס... גארנישט העלפט נישט.

אינמיטן טראכט איך ביי מיר אז ס'נישט קיין כבוד רעדן מיטן רבין פארן דאווענען... און וואסי מיט א מקוה????

ככ'אפ שנעל א מקוה, איך וויל געבן א דאוון אפ און שמועס'ן מיטן רבי'ן...

נע... דער רבי וועט דאך שפירן וויאזוי איך האב יעצט געדאוונט! דער אייבישטער קען דאך פארציילן פארן רבין פונקט'לעך וויזוי כ'האב היינט געדאוונט פאר איהם!...

וועליך מוזן דאווענען מיט א קנאק און אברען, ווי ס'דארף צו אויסזעהן איידער א שמועס מיטן רבין...

און דא איז געשעהן!

ווי כאפן א קלינגעדיגע פראסק אין פנים אינמיטן שטילע שמונעשרה, גיבט א בליץ אויף אין מיין מוח'ל דעם געדאנק... רבותי! כ'האב זיך פשוט געשעמ'ט פאר מיר אליינ'ס!!!

(טייערע ליינער, ס'האט נישט קיין שום זין און רעכט אז יעצט, ווען איהר שמעקט כ'גיי רעדן פון רוחניות האט'צעך געענדיגט די ארטיקל פון דיין זייט... יא יא! איך גיי רעדן פונעם באשעפער, לאמיר זעהן דו ליינסט ווייטער...)

נישט איינמאל א חודש, דריי מאל א טאג האבן מיר דעם געוואלדיגן זכות צו רעדן און שמועס'ן, בעטן און פארציילן, דאנקען און וויינען, פארן/מיטן מלך מלכי המלכים אונזער הייליגער און גרויסער איינציגער באשעפער... איך קען שמועס'ן וויפל כ'וויל, אן קיין גבאים, אן קיין שום מחיצה!

עס קומט ארויף די ווערטער "מי אנוכי שאזכה" שמועס'ן פריוואט מיטן באשעפער?! אבער דער גרויסער באשעפער וויל מ'זאל דאווענען פאר איהם!!! איך, דער קליינער נמ"ש'ל זאל דאוונען פאר איהם?!!

קומט'צעך נישט פארן ריבוש"ע אן הכנה לכה"פ ווי צו מיין רבין???

מיט אזעלעכע דערהויבענע מחשבות האביך באשלאסן, וואס ס'געווען אי'געווען, זאל דער רבי מיטן גבאי'ן ווארטן אינאיינעם, איך גייט דאווענען ווי א איד!!! כ'האב זיך געשטעלט דאווענן מיט א התעוררות און דביקות ווי קיינמאל בעפאר...

ערשט נאכן דאווענען, האב איך זיך אוועקגעזעצט רוהיגערהייט און גערופן דעם גבאי'ן...

דער גבאי הייבט אויף: "הא.. א גוטן ר' נמ"ש, כ'האב דיר געזוכט זייער וויכטיג. האסט אפשר די נאמבעער פון דיין פעטער ר' יחיאל משה??..."
נאכן איבערגעבן דעם נאמבער, פרעג איך איהם: "און וואס איז מיטן רבין?"

טו טו טו......
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דאס איז א הכנה צו דיין 500'טע תגובה?

גאנץ א שיינע הכנה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

הו הא!!! א מין שפראך, זאפטיג, ציענד. און א ערנסטע כח הדמיון. ועל כלם א געוואלדיגע רעיון.

יישר כח.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא"א (ד.מ. א'ון א'ויפדעם א'י"ה א'ין א'ן א'נדערן א'ינהאלטסרייכער א'ינטרעסאנטער א'רטיקל א'דער א'פשר א'פילו א'ויך א'ינגאנצן א'ין א'ן א'נדערן א'שכול. א'וואו? א'הה... א'וודאי א'ויף א'ייוועלט!...),

אריין אין דעם אשכול!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

גאר שטארק
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

בוידעם האט געשריבן:הו הא!!! א מין שפראך, זאפטיג, ציענד. און א ערנסטע כח הדמיון. ועל כלם א געוואלדיגע רעיון.

יישר כח.

רט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דו ביזסט א געלונגענער שרייבער! הייבט אן מיט עפעס א הוילע דמיון שלא מעלמא הדין וועגן עפעס א קומזיץ מיט קארליבאך, מיט אן אראבער מיט א מעסער, ביז'ן אריינגיין צום רעבי'ן. דו ביזסט גוט. נאכדערצו די זאפטיגע שפראך...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

געוואלדיג!!!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט מיר ווארטן אויף נאך
איך האף אז לכבוד דעם פינף הונדערטער קומט א ארטיקל אזאנס און אזעלכס
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פארגעסן צו צולייגן, די קעפל איז אויסנאם גוט.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוי, כ'האלט נאך אינמיטן לאכן!

נאר מיט שמחה האט געשריבן:נישט אנגעיאגט מגיה זיין, ואתכם הסחילה...

ס'איז בעסער אזוי, ס'איז דער חן שבו...

דאס בעסטע איז נאך דער אויספיר. ס'איז דאס גלעזל סעלצער נאכ'ן אפיקומן...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שפתים ישק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

שטארקע נייעס דער!
נאך מיט אזא זאפטיגע שפראך קיפ אן
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אוי איז דאס גוט!!
נמ''ש, זייער זייער הנאה געהאט, די תוכן און די שפראך.

לכאורה די פינף הונדערטע וועט זיין צו מקשר זיין די רישא לסיפא...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הו הא! אזאנס און אזעלעכס!
אנגעהויבן ביים קעפל, ווייטער מיט די איידיע עס צו שרייבן לכבוד דעם 499'סטן. און איבער די שפראך, תוכן און מוסר השכל דארף איך שוין אפילו נישט רעדן!
נמ"ש ס'איז א היט!
(די מזל טוב וועט קומען אין א תגובה ארום)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

עפעס א מין שרייבער. עפעס א גיחזי, יעדע איינציגע שורה מיט חידושים. נאכען ליינען אזאנ'ס געשרייבאכטס פילט זיך באמת דער אנה אני אנא אנאי אני אנה בא.

האסט מיר באמת מהנה געווען.
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

זזאג נאר...! האלאו!
דו קאנסט דעם נמש'ל?
זאגעם, איך וואלט ווען געוואלט ווען וועלן זיך טרעפן מיט עמען
דער איז 'דרגא שניה' (המוכנה נעקסט לעוועל)
פארפאלן נמש'ל גאט טאלאנט
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שטארק שטארק!!!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

דער איז זאפטיג אריין צו בייסן
הצלחה
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

א שיינע חלום האסטו געזעהן הרב נמ״ש, כ׳האב געמיינט עס איז אמת׳דיג כמעט ביז דו האסט דיך ערוועקט...קיעפ איט אפ!
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

יוש זענט איר גיט!
א שפראך.. א כוח ההסבר (והדמיון).. א געדאנק.. א קעפל..
יישר כח!!
we want more
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

רט
שטומפיג האט געשריבן:הו הא! אזאנס און אזעלעכס!
אנגעהויבן ביים קעפל, ווייטער מיט די איידיע עס צו שרייבן לכבוד דעם 499'סטן. און איבער די שפראך, תוכן און מוסר השכל דארף איך שוין אפילו נישט רעדן!
נמ"ש ס'איז א היט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיט שמחה, ביסט גוט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הייליגער רבי דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי פראווענען, פאר דיר!?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א הארצרייסנדע יאשער כויעח פאר אלע חשוב'ע הויעכגעשעצטע באדאנקער'ס, כ"א בניקו הטוב יבורך!!!

כאניש געהאט קאנאנונג דערעוילעם וועט זוי הנאה האבן, ס'איז מיר א גרויס כבוד און הערע אז מ'האט ענדז'ויעט מיין מעשה שהיה... און די גוטע ווערטער גיבט חיזוק אנצוגיין ווייטער...

יאפס... כ'באמערק יעצט אז כ'בין געווארן אומוועלנדיג א 500'דערטער... מאזעל טאוווו!!! מאזעל טאוווו!!!

(די טעם פונעם 499'סטער ארטיקל האביך שוין דא געשריבן בשעתו...)

אבער.... צוכוויל יא צוכוויל נישט.... כ'בין געווארן א שר הש"ר!!! מאזעל טאווווו!! ס'גיסט טרערעלעך... כ'קען זיכעס נישט גלייבן.. כ'האבעס געמאכט!!!

כ'וויל זיך אצינד באדאנקען פאר אלע טייערע פריינד וואס הייבן דאס איי וועלטל אויף א העכערן לעוול... די בעלי הארטיקלעך, די שמאלצענע תגובות וכו' וכו' וכו' וכו'

און אלץ בעל (נארמיט) שמחה וואונטש איך יעדן: דער 'הייליגער באשעפער' זאל ענק געבן לאנגע געזונטע ארטיקלעך, זעהן נחת פון אלע איי(וועלט)-ניק'לעך, יעדער זאל האבן פרנסה בהרחבה גרינגערהייט – מ'זאל קענען מער אפפראווען דאהי... און אסאאאאך צייייייט!!! און זאל נישט נתגלה ווערן כבודכם עד ביאת משיחא בב"א.

נ.ב. כ'אגעוואלט שרייבן עפעס לענגער'ס... מער א גוט ווארט אויף די תגובות דא, אבער גלייבט'ס מיר כאניש יעצט צייט פארדעם.. ועוד חזון לחזונינו.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”