פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

עדינו העצני
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm

פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדינו העצני »

איך וויל דא פרעגן א פראגע, אפשר איז עס נאריש, אבער איך מיין עס ערנסט.

איך פארשטיי זייער ווייניג צו קאמפיוטער טעקנאלאדזשי סאו קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך פרעג, אבער עס מיר שווער.

איך זעה מען רעדט אזויפיל וועגן טוויטער, אז טוויטער דיסקרימינעיט קעגן רעפאבליקענס. פארוואס טאקע איז נישט דא א געהעריגע קאמפעטישן. עס מאכט זיך אויף אזויפיל עפפס יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, יעדע צווייטע ביזנעס מאכט א וועבסייט מיט א עפפ. וואס איז אזוי שווער צו מאכן א עפפ וואס זאל זיין א קאמפעטישן פאר טוויטער.

איך האב די זעלבע קשיא אויף יוטוב, פארוואס קען איך נישט מאכן א קאמפעטישן פאר יוטוב. ס'סאונדט זייער גרינג (איך ווייס, מן הסתם ווען ס'וואלט געווען אזוי גרינג וואלט מען עס שוין געטון...) מ'מאכט א וועבסייט אויף וואס מ'קען ארויף לוידן ווידיאוס און געגאנגען.

איך וויל בעטן אויב איינער קען עס געהעריג מסביר זיין אז אפילו אזא מן הארץ ווי איך זאל עס פארשטיין.
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

עדינו העצני האט געשריבן:איך וויל דא פרעגן א פראגע, אפשר איז עס נאריש, אבער איך מיין עס ערנסט.

איך פארשטיי זייער ווייניג צו קאמפיוטער טעקנאלאדזשי סאו קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך פרעג, אבער עס מיר שווער.

איך זעה מען רעדט אזויפיל וועגן טוויטער, אז טוויטער דיסקרימינעיט קעגן רעפאבליקענס. פארוואס טאקע איז נישט דא א געהעריגע קאמפעטישן. עס מאכט זיך אויף אזויפיל עפפס יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, יעדע צווייטע ביזנעס מאכט א וועבסייט מיט א עפפ. וואס איז אזוי שווער צו מאכן א עפפ וואס זאל זיין א קאמפעטישן פאר טוויטער.

איך האב די זעלבע קשיא אויף יוטוב, פארוואס קען איך נישט מאכן א קאמפעטישן פאר יוטוב. ס'סאונדט זייער גרינג (איך ווייס, מן הסתם ווען ס'וואלט געווען אזוי גרינג וואלט מען עס שוין געטון...) מ'מאכט א וועבסייט אויף וואס מ'קען ארויף לוידן ווידיאוס און געגאנגען.

איך וויל בעטן אויב איינער קען עס געהעריג מסביר זיין אז אפילו אזא מן הארץ ווי איך זאל עס פארשטיין.

1. מ'קען
2. עס איז דא פילע קאמפעטישן
3. די סיבה פארוואס טוויטער אא'וו איז אויפגעכאפט משא'כ די קאמפעטישן איז ווייל זיי האבן אלע יוזערס משא'כ די אנדערע פלאטפארמעס. נישט וויל מען קען דאס נישט נאכמאכן.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

פארוואס קען מען נישט גיין קאמפעטישן מיט סאטמאר? מאך א לאגא און דינג א פלאץ פאר א בית מדרש....

כאפסט די געדאנק.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ציגאנער האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט גיין קאמפעטישן מיט סאטמאר? מאך א לאגא און דינג א פלאץ פאר א בית מדרש....

כאפסט די געדאנק.

שוין דא מער ווי איין קאמפעטישן פאר סאטמאר :smile:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עדינו העצני האט געשריבן:איך וויל דא פרעגן א פראגע, אפשר איז עס נאריש, אבער איך מיין עס ערנסט.

איך פארשטיי זייער ווייניג צו קאמפיוטער טעקנאלאדזשי סאו קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך פרעג, אבער עס מיר שווער.

איך זעה מען רעדט אזויפיל וועגן טוויטער, אז טוויטער דיסקרימינעיט קעגן רעפאבליקענס. פארוואס טאקע איז נישט דא א געהעריגע קאמפעטישן. עס מאכט זיך אויף אזויפיל עפפס יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, יעדע צווייטע ביזנעס מאכט א וועבסייט מיט א עפפ. וואס איז אזוי שווער צו מאכן א עפפ וואס זאל זיין א קאמפעטישן פאר טוויטער.

איך האב די זעלבע קשיא אויף יוטוב, פארוואס קען איך נישט מאכן א קאמפעטישן פאר יוטוב. ס'סאונדט זייער גרינג (איך ווייס, מן הסתם ווען ס'וואלט געווען אזוי גרינג וואלט מען עס שוין געטון...) מ'מאכט א וועבסייט אויף וואס מ'קען ארויף לוידן ווידיאוס און געגאנגען.

איך וויל בעטן אויב איינער קען עס געהעריג מסביר זיין אז אפילו אזא מן הארץ ווי איך זאל עס פארשטיין.

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2253943#p2253943
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

א פיין שמועס האט געשריבן:3. די סיבה פארוואס טוויטער אא'וו איז אויפגעכאפט משא'כ די קאמפעטישן איז ווייל זיי האבן אלע יוזערס משא'כ די אנדערע פלאטפארמעס. נישט וויל מען קען דאס נישט נאכמאכן.

קענסט ביטע מסביר זיין וואס מיינסטו זיי האבן אלע יוזערס משא'כ די אנדערע פלאטפארמעס?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובה דורך יש בו »

כל טוב האט געשריבן:

יעדער איז דארט ווייל יעדער איז דארט
The Divided States Of America

יש בו האט געשריבן:

דאס ווייס איך
כ'פרעג אויב ס'איז דא א ספעצעפישע זאך וואס נאר זיי קענען/מעגן און א צוויטער נישט
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

דו האסט די איי ווייל דו האסט די טשיקען דו האסט דו טשיקען ווייל דו האסט די איי
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

כל טוב האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
א פיין שמועס האט געשריבן:3. די סיבה פארוואס טוויטער אא'וו איז אויפגעכאפט משא'כ די קאמפעטישן איז ווייל זיי האבן אלע יוזערס משא'כ די אנדערע פלאטפארמעס. נישט וויל מען קען דאס נישט נאכמאכן.

קענסט ביטע מסביר זיין וואס מיינסטו זיי האבן אלע יוזערס משא'כ די אנדערע פלאטפארמעס?

יעדער איז דארט ווייל יעדער איז דארט

דאס וויס איך
כ'פרעג אויב ס'איז דא א ספעצעפישע זאך וואס נאר זיי קענען/מעגן און א צוויטער נישט

זיכער,
זיי מעגן אלעס, בלאקן וועםם זיי ווילן, פעקט טשעקן וועם זיי ווילן,
זיי האבן די אפיציעלע שטיצע פון די DNC
The Divided States Of America
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ביזנעס גערעדט, קען איך יעצט לעגאל עפענען א פלעטפארם בבחינת טוויטער?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

יא
The Divided States Of America
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פארוואס קען אין נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

יא. טעקניקלי.

קענסט אויך עפענען א נייע עמעזאן. און ווערן די רייכסטע מענטש.

ס'איז דאך באמת פשוט. עפן א פלעטפורם ווי יעדער קען פארקויפן. וזהו.

וועסט נאך זיין בעסער ווי עמעזאן ווייל דו וועסט דיך לערנען פון זייערע מיסטעיקס...

(אבער דו קענסט נישט. אליבא דאמת. האסט נישט די ביינער און די ציינער דערפאר)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

לויט וואו איך האב אייביג געהערט, דארף מען האבן צוויי זאכן, האבן א שווערע איגנט, און האבן א גאראדזש.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לויט וואו איך האב אייביג געהערט, דארף מען האבן צוויי זאכן, האבן א שווערע איגנט, און האבן א גאראדזש.

:lol:
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לויט וואו איך האב אייביג געהערט, דארף מען האבן צוויי זאכן, האבן א שווערע איגנט, און האבן א גאראדזש.

גרויסער עם הארץ מאכט מיך אלץ לאכן פון זיינע תגובות....
דער עולם איז מיט מיר?
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מקווה איד האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לויט וואו איך האב אייביג געהערט, דארף מען האבן צוויי זאכן, האבן א שווערע איגנט, און האבן א גאראדזש.

גרויסער עם הארץ מאכט מיך אלץ לאכן פון זיינע תגובות....
דער עולם איז מיט מיר?

וואט עי קאפמלימענט!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לויט וואו איך האב אייביג געהערט, דארף מען האבן צוויי זאכן, האבן א שווערע איגנט, און האבן א גאראדזש.

Best yet
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פארוואס גיי איך נישט קאמפעטישן מיט אייוועלט? ווייל ווי לאנג די עולם איז ביי אייוועלט איז די עולם ביי אייוועלט. אויב שטעלסטע נישט צו עפעס מער אדער בעסער פארוואס זאל איינער קומען צו דיר?

אבער די אמת איז אז דיין שאלה איז יא א גוטע, ווייל אויב עפען איך א נייע אייוועלט למשל ווי עס איז נישט דא קיין תקנות, גייט עס יא ציען מענטשען... אויב אזוי פארוואס זאל נישט א נייע טוויטער אריבער ציען אלע ריפאבליקאנער? דארף מען לכאורה זאגן אז עס איז נישט דא גענוג הייסע ריפליקאנער וואס זענען גרייט אויפצוגעבען אויף זייערע פאלאווערס און אנפאנגען פון פריש למען הפארטיי. אויב אזוי קען אפילו די הייסע ריפאבליקאנער נישט אריבערגיין ווייל ער גייט דאך בלייבן לעקיש מיט זיינע 10000 באניצער.
אבער אויב מאכן אפ 50 מיליאן אמעריקאנע אז אונז גיין אריבער אינאיינעם איז נישט דא קיין שום סיבה אז עס זאל נישט ארבעטען, ווייל די איבריגע גיין שוין נאכקומען.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

די ענטפער איז סעלעבריטיס, דהיינו מענטשן מיט מיליאנען פאלאוערס. אויב קענסטו זיי אריבער ברענגן צו דיין פלאטפארמע ביסטו א מענטש צום טיש, אניש איז א שאד דיין ארבעט.

קוק א ביישפיל gab.com וואס פאררופט זיך דער 'פרי ספיטש פלעטפארם', זיי האבן שוין געכאפט מיליאנען באניצער בעיקר קאנסערוואטיווע אפגעבריטע טוויטער באניצער. זיי האבן ריזיגע נעמען דארט אבער פראבירן מיט די גרעסטע כחות אריבער צו געוואונען טראמפ וואס דאן איז טוויטער פארטיג ווייל יעדער גייט אריבער גיין.

אויך קוק אויף parler.com
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

אגב מיט gab.com ווייל זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס אן ערענסטע קאמפעטישן מיט די טראדיציאנאלע סאושל מידיא (בעיקר מיט טאלעראנץ צו קאנסערוואטיוון) זענען די גרויסע טעכנעלאגיע קאמפאניס ארויס קעגן זיי בחרב ובחנית אונטערן שלייער אז זיי טאלערירן אנטיסעמיטיזם. (זייער פאליסי איז וואס איז לעגאל אונטער ערשטע אמענדמענט איז לעגאל אויפן פלאטפארם, וואס למשל לאזט העיט ספיטש אבער נישט אנרייצן צו געוואלדטאטן)

מ'האט זיי אפגעהאקט זייער Hosting provider, cloudflair, credit card processing און אפילו domain name registration. למעשה האבן זיי געטראפן פאר אלעם א וועג ארויס און לאכן די big tech אין פנים.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

זינט דער פרעזידענט אדרעסירט אונזערע רבנים דורך טוויטער איז א שטיקל חוצפה צו עפענען א קאמפאטישן.
בדרך המסורה לנו נלך.
כנלענ"ד
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

עדינו העצני האט געשריבן:איך וויל דא פרעגן א פראגע, אפשר איז עס נאריש, אבער איך מיין עס ערנסט.

איך פארשטיי זייער ווייניג צו קאמפיוטער טעקנאלאדזשי סאו קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך פרעג, אבער עס מיר שווער.

איך זעה מען רעדט אזויפיל וועגן טוויטער, אז טוויטער דיסקרימינעיט קעגן רעפאבליקענס. פארוואס טאקע איז נישט דא א געהעריגע קאמפעטישן. עס מאכט זיך אויף אזויפיל עפפס יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, יעדע צווייטע ביזנעס מאכט א וועבסייט מיט א עפפ. וואס איז אזוי שווער צו מאכן א עפפ וואס זאל זיין א קאמפעטישן פאר טוויטער.

איך האב די זעלבע קשיא אויף יוטוב, פארוואס קען איך נישט מאכן א קאמפעטישן פאר יוטוב. ס'סאונדט זייער גרינג (איך ווייס, מן הסתם ווען ס'וואלט געווען אזוי גרינג וואלט מען עס שוין געטון...) מ'מאכט א וועבסייט אויף וואס מ'קען ארויף לוידן ווידיאוס און געגאנגען.

איך וויל בעטן אויב איינער קען עס געהעריג מסביר זיין אז אפילו אזא מן הארץ ווי איך זאל עס פארשטיין.

ווער זאגט אז די קענסט ניט, האסטו שוין פרובירט?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

און וואס טוטסעך מיט מאכן א עפפ נאר פאר ערליכע אידן? א שטייגער ווי ׳איי-וועלט׳, זאל זיין קאנטרעלירט, אזוי אז מ׳זאל נישט דארפן די אלע אנדערע סאשעל מידיע...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: פארוואס קען איך נישט גיין קאמפעטישן מיט טוויטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עדינו העצני האט געשריבן:איך וויל דא פרעגן א פראגע, אפשר איז עס נאריש, אבער איך מיין עס ערנסט.

איך פארשטיי זייער ווייניג צו קאמפיוטער טעקנאלאדזשי סאו קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך פרעג, אבער עס מיר שווער.

איך זעה מען רעדט אזויפיל וועגן טוויטער, אז טוויטער דיסקרימינעיט קעגן רעפאבליקענס. פארוואס טאקע איז נישט דא א געהעריגע קאמפעטישן. עס מאכט זיך אויף אזויפיל עפפס יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, יעדע צווייטע ביזנעס מאכט א וועבסייט מיט א עפפ. וואס איז אזוי שווער צו מאכן א עפפ וואס זאל זיין א קאמפעטישן פאר טוויטער.

איך האב די זעלבע קשיא אויף יוטוב, פארוואס קען איך נישט מאכן א קאמפעטישן פאר יוטוב. ס'סאונדט זייער גרינג (איך ווייס, מן הסתם ווען ס'וואלט געווען אזוי גרינג וואלט מען עס שוין געטון...) מ'מאכט א וועבסייט אויף וואס מ'קען ארויף לוידן ווידיאוס און געגאנגען.

איך וויל בעטן אויב איינער קען עס געהעריג מסביר זיין אז אפילו אזא מן הארץ ווי איך זאל עס פארשטיין.

אויב איז די אויפברויז אויף די ליבעראל גענויגטע פאליסיס דאס וואס שטערט דיר, רעד איך נישט אריין.

אויב אבער פרעגסטו עכט ווייל דו ווילסט פארשטיין, איז דער ענטפער זייער פשוט.

נישט אז יעדע וועבסייט איז גרינג - פונקט פארקערט, יעדע וועבסייט, אויב איז עס מער ווי א בלויז לענדינג פעידזש, איז ביטער שווער צו מאכן, אויסשטעלן, אפערירן און מעינטעינען. איך האב געפילעוועט פאר מערערע וועבסייטס, דיסטריביוטארס, לאקאלע געשעפטן מיט א סייט (צו ברענגען נאך סעילס), קליינע סייטס פאר א פיצינקע ניטש מארקעט, ביז א גרויסע איקאמערס ביזנעס וועבסייט מיט צענדליגער מיליאנען אין סעילס יערליך פון די סייט. אהערשטעלן און אויפהאלטן א גוט פונקציאנירדן וועבסייט מוז מען אינוועסטן הונדערטער אלפים נאך פאר מען זעהט א גרינעם פיאסטער, און דאס איז א קאנסטענט סטראגל יעדע מינוט און שעה.

מען קען שרייבן צאללאזע ארטיקלען איבער יעדן פרט און אספעקט איבער וועבסייט מענעדזשמענט, און ביי די טיים עס וועט זיין אפגעשריבן וועט עס שוין זיין אוטדעיטעד...
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”