די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
2
2%
זייער גוט
4
3%
אויסערגעווענליך
23
20%
נישט נוגע
1
1%
גוט
2
2%
זייער גוט
5
4%
אויסערגעווענליך
18
16%
נישט נוגע
3
3%
גוט
2
2%
זייער גוט
9
8%
אויסערגעווענליך
17
15%
גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
11
10%
אויסערגעווענליך
18
16%
 
סך הכל שטימען: 115

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

בילד


די הימלען וויינען...


מיט בלוטיגע טינט,
באשרייבן מ'וועט־דיר,
איי, די טרערן רינט,
אויף די באנעצטע בלעטער.

די הימלען קלאגן,
די וואלקענעס וויינען,
די זון וויל נישט טאגן,
די שטערנס נישט שיינען.

די וועלט שטייט אין זייט,
פלאמט פאר בושות,
אזא געמיינע טאהט,
אויף איר קוגל ער־טוט־עס.

*

די בריטישע גאווה,
אזוי שטאלץ און פוסט,
אזא געמיינע תאוה,
האט זיך דיר פאגלוסט.

פינסטער איז דיין פָּארט,
מען קען דאס נישט באלייכטן,
דער טונקלסטער ארט,
וואס קען זיך נאר דאכטן.

דיין גאלדענע קרוין,
אוועקגעשטעלט מיט שאנד,
וואספארא פנים האט-זי-שוין,
אין אזא פארשעמטן לאנד.

*

די פיראטן און רויבער,
וואס רויב איז זייער ארבטייל,
קוקן מיט צויבער,
אויף דיין גרויזאמער אורטייל.

ריכטער איז דיין טיטל?
ניין, עס איז נישט גענוג בייסיג,
דיין שווארצער היטל,
יא, דאס איז פאר דיר פאסיג.

וואסערע דערקוויקעניש,
וועט עס דיר שוין געבן,
וואס פארגינסטו־נישט,
פאר אלטא'ן דאס לעבן.

*

נשמה'לע צארטע,
די הארץ גייט דאך אויס,
מיט בוכשטאבן הארטע,
דיין גורל שטייט ארויס.

אוי, די ווערטער פארפאָרן,
זיי ווילן נישט קלעבן,
די שורות נישט פָּארן,
זיי שטייען נישט נעבן.

ווי דער רשע ביים טויער'ל,
צו רעכטס, צי אין גאז־קאמער.
דיין אומגליקליך גורל,
צום קלאפ פונעם האמער,

*

דער טאטע דער גיבור,
קעמפט ווי א העלד,
שטעלט זיך נישט אנידער,
פאר קיין זאך אין־דער־וועלט.

דיין חיזוק דיין אמונה,
באנעמט אונז אלע,
פארמאגט נישט קיין טינא,
פרעגט נישט קיין שאלה.

די האפענונג איז ענדלאז,
עס קומט די ישועה,
מיר בעטן עד־כלות,
אויף א גאנצע רפואה.

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען'? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'וויין מיט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

האסט מיר פייכט געמאכט די אויגן. די ערשטע ארטיקל פון די פארמעסט וואס האט געהאט אזא ווירקונג. דיין שפראך איז אויסטערליש רייך. דיינע פראזן דערגרייכן טיעף און שנעל. ווי אויך האסטו אריינגעקריצט א בילד ביי מיר אין מוח.

מייסטערהאפטיג.
אוועטאר
סחורה
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: די לעגאלע: אויפן טיש.

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סחורה »

זייער רירנד און זייער שיין. גאר גוט געשריבן
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

just wow!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

הארציג און הערליך!!! אז ס'נישט גרינג צו כאפן די פוינט אידאס געווענליך א מעלה.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דערמאנט מיר פון די קינות.
די וועג ווי אזוי ער הייבט אן ביי די וועלט, פארט צו זון און די הימלען, פון טאטן צום קינד.
דעם באוויינט און דעם איז מחזק.
מורא'דיג.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין! א גוטער שפראך!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עטלכע שורות דא האבן מיר געמאכט שפרינגען! פאוערפול. פעינפול. קומט אריין קלאר, אבער זאגט צופיל איבער די געשיכטע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:עטלכע שורות דא האבן מיר געמאכט שפרינגען! פאוערפול. פעינפול. קומט אריין קלאר, אבער זאגט צופיל איבער די געשיכטע.

איך האב גראדע געברויכט ליינען דריי מאל צו כאפן די ספעציפישע געשיכטע ווייל דו איינציגסטע שורה וואס זאגט ברחל בתך הקטנה איז
פאר אלטא'ן דאס לעבן.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

געוואלדיג שיין ארויסגעברענגט!
הערליכע שורות.

ווי דער רשע ביים טויער'ל,
צו רעכטס, צי אין גאז־קאמער.
דיין אומגליקליך גורל,
צום קלאפ פונעם האמער,
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מורא'דיג! הארצרייסנד. הערליכע פאעטישע שורות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

:-e;/ :-e;/

דאס הארץ דום.
פארקלעמט און פארטרויערט.
די מוח שטום.
געפילן פארמויערט.

נאך פיל פלאגן.
די קוראזש איך נעם עס.
די דריי ווערטער ארויסזאגן.
ברוך. דיין. האמת.

בלוט מיין הארץ טראפט.
די אויגן שטיקט געוויין.
אין מיין פארפרוירענע קאפ.
די גרויזאמקייט גייט נישט אריין.

הלואי טוט זיך מיר נאר דאכטן.
מה נאמר לפניך.
נאר איין זאך קען איך טראכטן.
נקום נקמת דם עבדיך.
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די הימלען וויינען... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #23

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די ערשטע זאך ווען איך געזען די שרעקליך טרויעריגע נייעס, האב געטראכט פון דיין געדיכט. און איך האב ביי מיר אין הארץ געשפירט און קאפ געזאגט "ניין, ניין, ניין, דאס קענישט זיין". אוי וויי, השם ירחם על עמו ונחלתו במהרה בביאת גוא"צ אמן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”