נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

אויב האט איר נאכנישט באמערקט יא אונז לעב מיר מיט א שינוי לבוש...

לאמיר פאראייביגן די מאמענט, קומטס אריין מיט אבראוואציעס...

די קילערע כאפן זיך שנעל צו, ווייס איך נישט צו ווייל עס איז מער קילע סטייל צו פשוט זיי קויפן שנעל נייע מלבישים

די וואס זענען געבליבן מיט די קוועטש אין די שטאפען היט וועלן לכאורה בלייבן מיט די קאפס.
אפשר די וואס וועלן נישט וועלן ארויסשטארן ווי די דעמאלסטיגע מיט די קוועטש אין די היט וועלן זיך אנטון ארויפגעצוגענע זאקן ווי בשעתו האבן זיי געטויש צו פלאכע ביבער היט....

אנדערע וועלן טאנען אז עס איז א חומרא אויף פסח, בשעת וואס עס וועלן זאגן מיט נאסטאלגיע אז מען דארף דווקא יא איבערדרייען די קאפס ער"פ קודם סוף זמן

וואס זאגסטו צום נייע סטייל??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

בילד?
על "טעם וריח" אין להתווכח
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מאנדזשעטן איז מאדערן. אלע גדולי ישראל האבן געהאקט אויף עס.

אשריכם!!...
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

מאנזשעטן איז קאפס?
ידעתי
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

נייע סטייל? יאך גיי שוין יארן אזוי.

די שיך פלעגן זיך אריינכאפן דארט און בדרך לא דרך געמאכט א ריס אין די קאפפס.
געזאגט א ברוך שפטרני דערויף און פטור אן עסק.
דעס גייט יעצט ווערן א פירצה?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אראפנעמען א קאפ הייסט שינוי לבוש? די שאלה איז וואס מיינט היינט שינוי לבוש.

- גיין מיט א ווייט ענד ווייט העמד (רעכטס אויף לינקס) הייסט שינוי לבוש? אם תימצי לומר וואס איז מיט נייע בעקיטשע דעזיינס/גארטל סייז?

- טוישן פון א טורבאן צו בענדענע הייסט שינוי לבוש? אם תימצי לומר, וואס איז מיט א סנוד? האט עס צוטון צו ס'איז מער צניעות'דיג צו נישט?

די גאנצע נושא פון שינוי לבוש איז זייער הארב אבער אויך זייער אומקלאר, און די אומקלארקייט גיבט בפשטות אסאך צו צום קלות אין דעם ענין.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איך בין נייגעריג וויאזוי עס האט זיך אנגעפאנגען, וועמענס איידיע איז דאס? אלע קלוידינגס מאכן עס שוין נאך? גיבן זיי דאס ביי דיפאלד אדער מען דארף פארלאנגן? און אויב בעט מען די אלטע סטייל גיט מען נאך?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עד שאתם דנים בין אור ישר לאור חוזר אויף די מכנסי בד, וואס איז מיט די טיש בעקישע גירטלען וועלכע זענען באהאפטן מיט קנעפ אנשטאט אריינגיין אין די לולאות ווי א בריח התיכון?

כ'רעד נישט פון אידישקייט, כ'רעד פון פשוט פראקטישקייט. איין ציה און דער קנעפל גייט ארויס אין יובל
געשטימט פאר ראשעק הול
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אויסער ארפנעמען די קאפס איז די הויזן זייער טייט אויב פארשטיי איך גיט

נישט לאנג צירוק געווען קויפן א סיוט האב איך געזעהן ווי איינער בעט צי מאכן שמאל די הויזן
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 21238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

מיין זין האט אהיים געברענגט די תקנות צעטל שטייט דארטאזוי א תלמיד פין אינזער מוסד גייט נישט קיין שמאלע הויזן שמאל הייסט אז עס איז נישטא קיין פלי'ט בלע'ז פין פיר אינטשעס אין דערביי איז ציגעלייגט א דוגמא וויאזוי מרעכענט עס סאיז א חרפה אין א בושה וואס מפארקויפט היינט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.


טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מפארקויפט וואס מפארלאנגט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9531
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אוי, איך האב נישט קיין כח.
איך פלעג אריינגיין צו gb אדער gg, ר' האט מיט א שנעלע בליק געזאגט וועלכע סייז איך דארף און צוגעוויזן וועלכע אייל איך דארף גיין וועילן א דעזיין. ביז א מינוט צוויי האב איך געהאט מיין אנצוג אנגעטון, ר' האט עס געמאסטן און געצייכנט און בינגא, כ'האב באצאלט.

גייטציך יעצט אנפאנגן א נייע עפאכע ווי מ'וועט דארפן אנזאגן יא קאף/נישט קאף, ברייטע הויזן/שמאלע הויזן?
לעצט פארראכטן דורך דריידל אום זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 1:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 21238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ממה נפשך האט געשריבן:מפארקויפט וואס מפארלאנגט.

מען פארלאנגט וואס מפארקויפט כצ''ל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.


טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אסור ללבוש מכנסיים הדחוקים על בשרו...
(חכמת אדם קכז ד. עי' שו"ע אה"ע סי' כג ס"ו)

עס איז ליידער א מקום פאר א געפערליכע פירצה, און בנוהג שבעולם וועלן די רבנים זיך מונע זיין צו רעדן דערפון, משום צניעות וכו'.
און נאך מדשתקי רבנן וכו' וועט ווערן נעשה לו כהיתר.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

וואסערע שייכות האט גראדע הויזן מיט שמאלע הויזן?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

דוק וטישטעך
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

את פתח לו האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:מפארקויפט וואס מפארלאנגט.

מען פארלאנגט וואס מפארקויפט כצ''ל


איך האב שוין מיטגעהאלטן 5 און 10 יאר צוריק מענטשן בעטן מ'זאל אייננעמען די הויזן, איי געס ס'איז געווארן מער און מער און זיי שטעלן זיך צו.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ממה נפשך האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:מפארקויפט וואס מפארלאנגט.

מען פארלאנגט וואס מפארקויפט כצ''ל


איך האב שוין מיטגעהאלטן 5 און 10 יאר צוריק מענטשן בעטן מ'זאל אייננעמען די הויזן, איי געס ס'איז געווארן מער און מער און זיי שטעלן זיך צו.

נישט קיין ענין צו גיין מיט מיט ברייטע הויזן, די איסור איז אויף שמאל, צומאל איז די הויזן צו ברייט און עס איז אומבאקוועם
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אין ארץ ישראל איז דאס נישט קיין נייעס, דיכט זיך אפילו אז ס'איז דא געשעפטן (בגיר/אדון) וואס געבן נאר דאס.
ס'איז שוין אפילו ארויסגעקומען א צעטל פון די עדה החרדית קעגן שמאלע הויזן.
מער מאדערנע גייען דאהי אן קיין מאנדזשעט.
מצפים לגאולה

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לגאולה »

עס איז זייער פשוט א ביזנעס חשבון, אז מען קען נישט פארלענגערן פארעכטן מיט א שטיקל סחורה אויב עפעס געשענט נאר מען מוז קויפן א נייע רעקל און צאלן דעם פולן פרייז,
בנוגע אז מען שטעלט צו וואס דער עולם פארלאנגט איז הבלי הבלים,
קיינער איז נישט אריינגעקומען אין געשעפט אין געבעטן א גראדע הויזן און ווען מען האט אים געזאגט אז עס איז נישטא איז ער זיך ארויסגעגאנגען,
הבל,
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

זייט דער עולם נוצט מער קרעדיט קארדס ווי קעש, באגייט מען זיך מיט א דינערע בערזל און שמאלערע הויזן, ודוק היטב ותבין...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5047
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

וואט עבאוט מענער מיט לעגינגס הנקרא פיטיט Fitted
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מצפים לגאולה האט געשריבן:עס איז זייער פשוט א ביזנעס חשבון, אז מען קען נישט פארלענגערן פארעכטן מיט א שטיקל סחורה אויב עפעס געשענט נאר מען מוז קויפן א נייע רעקל און צאלן דעם פולן פרייז,
בנוגע אז מען שטעלט צו וואס דער עולם פארלאנגט איז הבלי הבלים,
קיינער איז נישט אריינגעקומען אין געשעפט אין געבעטן א גראדע הויזן און ווען מען האט אים געזאגט אז עס איז נישטא איז ער זיך ארויסגעגאנגען,
הבל,


נישט ארויסגעגאנגען, אבער געבעטן (און אפשר צוגעצאלט) מען זאל עס מאכן גראד.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

Borrower האט געשריבן:וואט עבאוט מענער מיט לעגינגס הנקרא פיטיט Fitted

Leggings און Fitted זענען צוויי אנדערע זאכן, לעגגינגס איז פונקט ווי טייץ נאר פון א דיקערע סחורה, ברוך השם דערווייל האב איך נאכנישט געזעהן קיין מענער מיט דעם לבוש, אויב היימישע מענער וועלן אנהייבן גיין מיט לעגגינגס וועט טאקע זיין א פראבלעם. Fitted איז פשוט א שמעלערע הויזן וואס לאזט נישט עסן צו סאך קוגל ווי מען זאגט אין דזשי ענד דזשי.

בנוגע קאפס, אני כשלעצמי האב עס קיינמאל נישט ליב געהאט, אפילו ווען עס איז נאך געווען אין סטייל, אבער נישט געזארגט, יעדע פלאץ ווי איך האב נאר דערווייל געקויפט הויזן האט די אפציע פון מאכן קאפס פאר די וואס גלייכן עס דוקא יא.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: נייע סטייל: גראדע הויזן... מען דארף באהאלטן א הויזן א אלטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אסור ללבוש מכנסיים הדחוקים על בשרו...
(חכמת אדם קכז ד. עי' שו"ע אה"ע סי' כג ס"ו)

עס איז ליידער א מקום פאר א געפערליכע פירצה, און בנוהג שבעולם וועלן די רבנים זיך מונע זיין צו רעדן דערפון, משום צניעות וכו'.
און נאך מדשתקי רבנן וכו' וועט ווערן נעשה לו כהיתר.

מיין רב האט שוין גערעד דערפון א שטיק צייט צריק
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”