ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער ווילסטו זאל זיגען

רוסלאנד
36
10%
אוקריינע
255
71%
זאלן ביידע אונטערגיין
54
15%
ביידע גלייך/קיין שטעלונג
15
4%
 
סך הכל שטימען: 360

אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:אפשר אלטס נקמה צו אוקראינע.

פארוואס ווילן זיי נישט פונקט אזוי א נקמה אין די רוסן?

האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
Sheetrock רב הSEWER
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:49 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sheetrock רב הSEWER »

אוקריינע, אזוי זאל פוטין כאפן א געזונטן פאטש
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

מ'האלט נאכנישט קיין 24 שעה פון ווען די אינוואזיע האט זיך אנגעפאנגען און איך וויל שוין רעדן פון "ויהי ממחרת"... אבער פארט צו שפעקולירן און אנאליזירן שאדט קיינמאל נישט.

לויט די סענטימענטן און ארגומענטן דא אויף אייוועלט, זעה איך 2 זאכן:

1) אוקריינא קומט אריין פיל שטארקער ווי פוטין האט זיך געראכטן. זעלענסקי'ס שאנסן צו געווינען זענען שוין זיכער העכער פון 0. אפשר נאר 1, אבער שוין נישט 0. (דאס זאגט נישט בלויז אייוועלט, דאס שרייבן אויך מלחמה אנאליסטן, ווי נאכגעברענגט דא אינעם נייעס אשכול).
2) די וועלט טוט למעשה סאך ווייניגער פאר אוקריינא ווי זיך געראכטן. אוקריינא'ס אויפברויז דערוועגן האלט אין איין שטייגן.

אויב זאל טאקע אזוי זיין (דער 1 פראצענטיגער שאנס) אז אוקריינא זאל זיגן אן די מערב וועלט'ס שטארקע שטיצע, וויאזוי גייט זעלענסקי/אוקריינא עקטן צו די מערב וועלט נאכדעם?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5442
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מיין שטעלונג האט געשריבן:מ'האלט נאכנישט קיין 24 שעה פון ווען די אינוואזיע האט זיך אנגעפאנגען און איך וויל שוין רעדן פון "ויהי ממחרת"... אבער פארט צו שפעקולירן און אנאליזירן שאדט קיינמאל נישט.

לויט די סענטימענטן און ארגומענטן דא אויף אייוועלט, זעה איך 2 זאכן:

1) אוקריינא קומט אריין פיל שטארקער ווי פוטין האט זיך געראכטן. זעלענסקי'ס שאנסן צו געווינען זענען שוין זיכער העכער פון 0. אפשר נאר 1, אבער שוין נישט 0. (דאס זאגט נישט בלויז אייוועלט, דאס שרייבן אויך מלחמה אנאליסטן, ווי נאכגעברענגט דא אינעם נייעס אשכול).
2) די וועלט טוט למעשה סאך ווייניגער פאר אוקריינא ווי זיך געראכטן. אוקריינא'ס אויפברויז דערוועגן האלט אין איין שטייגן.

אויב זאל טאקע אזוי זיין (דער 1 פראצענטיגער שאנס) אז אוקריינא זאל זיגן אן די מערב וועלט'ס שטארקע שטיצע, וויאזוי גייט זעלענסקי/אוקריינא עקטן צו די מערב וועלט נאכדעם?

פרעגסט גוטע קשיות
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך טראכט צו זעלענסקי וועט זיך נישט שפירן ווי א געוואלדיגער העלד און פרובירן צו שאפן א נייע אליאנץ, און אן אנדערע וועלט ארדענונג וועט אריינגיין אין אפעקט.

נישט פארגעסן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:כמובן, דאס אלעס על הצד אז ער געווינט...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

שליו ודגים האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:ס'קומט צו איבלען פון דעי פלוס פון אנקעטעס, אזאש אז מען קען משיגה ווערן..

ווען ס'איבלט רעד מען נישט פון דעם אין פאבליק

ווען מ'גלייכט נישט א אשכול גייט מען נישט אריין אהין
עס זענען פארהרנען אזעלכע וואס גלייכן עס יא

וכן אני עושה תמיד
לעצט פארראכטן דורך טעוועליך אום פרייטאג פעברואר 25, 2022 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
👍 ☝ 👍 ☝גם אני מצטרף 👍 ☝ 👍 ☝

טעוועליך'ס שבת פעקל
פרשת בלק ארויף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:אפשר אלטס נקמה צו אוקראינע.

פארוואס ווילן זיי נישט פונקט אזוי א נקמה אין די רוסן?

האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.

אזאנע טפשות (איך מיין נישט דיר) ווי קומט אריין וואס זיי האבן אמאל געטון? וועלכע זייט דארף געווינען אז עס זאל זיין גוט פאר דער וועלט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

געשטימט אוקריינע צוליב די איינע סיבה

-----
די הנחה פון די לעצטע 50 יאר אז איין לאנד אינוואדירט נישט קיין צווייטען סתם ווייל איך וויל אזוי... איז אריין אין מיסט קאסטן נעכטן.

נישטא קיין שום סיבה אז טשיינע זאל עס נישט טוען מארגן מיט טייוואן, פאקיסטאן קעגן טאזשיקסטאן, ווענעזוועלע קעגן באליוויע. בקיצור א 180 דעגרי טוירן צוריק צו בעפאר WW1.

#history repeats.. השם ירחם.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

enjoy האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:ס'קומט צו איבלען פון דעי פלוס פון אנקעטעס, אזאש אז מען קען משיגה ווערן..

אויב אזוי קענסט שימען אין מיין אנקעטע אין מיין חתימה...

אויב שטימט מען און די אנקטע פון דיין חתימה סטאפ זיך עס?

:wink: :wink: :wink:
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

געוויסע צייגן אן אויף די שוידערליכע רציחות וואס די אוקריינער האבן אין משך פון די היסטאריע אדורכגעפירט אויף אונזערע זיידעס, אלס א סיבה צו נישט האבן סימפאטיע מיט זיי.

אפגערעדט אז עס איז נישט שייך צו באשולדיגן אומשולדיגע מענטשן וועלכע האבן אונז קיינמאל נישט שלעכט געטון פאר די איינציגע סיבה ווייל זיי זענען געבוירן צו עלטערן וועלכע געווען רוצחים. "ובנים לא יומתו על אבות, איש בחטאו יומתו" שטייט אין די תורה.

אבער אויסער דעם איז וויכטיג צו אנווייזן אויף א מאמר חז"ל וועלכע שרייבט ווי פאלגענד "כתיב והאלהים יבקש את נרדף, רב הונא בשם רבי יוסי אמר עתיד הקדוש ברוך הוא לתבוע דמן של נרדפים מיד רודפיהם וכו'. אפילו צדיק רודף רשע והאלהים יבקש את נרדף".

אפילו רוסלאנד זאל זיין א צדיק (אויסגע'שמד'ט דריי מיליאן אידן, ערמארדעט און געפייניגט הונדערטער טויזענטער) און אוקריינא זאל טאקע זיין דער רשע, איז נאך אלץ "והאלקים יבקש את הנרדף". אונז דארפן זיין אויף די זייט פון דעם רבש"ע.
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

דער פוטין איז א פעכידיגע מענטש אין דארף כאפן א שטארקע קלאפ פון די וועלט פאר אזאנס וואס ער טוט דא
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:פארוואס ווילן זיי נישט פונקט אזוי א נקמה אין די רוסן?

האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.

אזאנע טפשות (איך מיין נישט דיר) ווי קומט אריין וואס זיי האבן אמאל געטון? וועלכע זייט דארף געווינען אז עס זאל זיין גוט פאר דער וועלט?

גאהר קיין טפשות פאר איינער וואס האט געליינט אביסל וועגן די רציחות.
עס איז געלייגט געפילן איבער שכל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

מיר האבן אלע געליינט. ווי קומט דאס דא אריין לגבי די יעצטיגע מלחמה?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פעיק ניוז האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

איך ברענג ארויס אז איז פארשטענדליך אז א יודס געפיהל זאל אים נישט לאזן געבן א געווינס פאר אוקריינע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אומפארשטענדליך צו מיר. רוסלאנד האט נאך אזא בלוטיגע היסטאריע ווי אוקריינע קעגן אידן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מיין שטעלונג האט געשריבן:מ'האלט נאכנישט קיין 24 שעה פון ווען די אינוואזיע האט זיך אנגעפאנגען און איך וויל שוין רעדן פון "ויהי ממחרת"... אבער פארט צו שפעקולירן און אנאליזירן שאדט קיינמאל נישט.

לויט די סענטימענטן און ארגומענטן דא אויף אייוועלט, זעה איך 2 זאכן:

1) אוקריינא קומט אריין פיל שטארקער ווי פוטין האט זיך געראכטן. זעלענסקי'ס שאנסן צו געווינען זענען שוין זיכער העכער פון 0. אפשר נאר 1, אבער שוין נישט 0. (דאס זאגט נישט בלויז אייוועלט, דאס שרייבן אויך מלחמה אנאליסטן, ווי נאכגעברענגט דא אינעם נייעס אשכול).
2) די וועלט טוט למעשה סאך ווייניגער פאר אוקריינא ווי זיך געראכטן. אוקריינא'ס אויפברויז דערוועגן האלט אין איין שטייגן.

אויב זאל טאקע אזוי זיין (דער 1 פראצענטיגער שאנס) אז אוקריינא זאל זיגן אן די מערב וועלט'ס שטארקע שטיצע, וויאזוי גייט זעלענסקי/אוקריינא עקטן צו די מערב וועלט נאכדעם?

די רגע וואס די שאנסן פאר א זעלענסקי געווינס וועלן זיך ערנסט הייבן, וועלן פלוצלינג אלע מערב וועלט לענדער לייגן אין זייט די טאהט"ס ענד פרעיר"ס, און וועלן ארויסשפראצן אין די מאסן מיט פאקטישע הילף [מעגליך אפילו מיליטעריש!], און דאן וועט די גאנצע אויפברויז שוין מער נישט זיין רעלעוואנט, מען וועט בלייבן גוטע פריינט און נאנטע ידידים מיט זעלענסקי, און אינאיינעם פייערן זיג, כאילו מען איז דא גלייכע שותפים!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פון מיין זייט זאלן ביידע פאלן..
זאלן מיר שוין דערלעבן משיח'ן.

אגב, מיר וואונדערט מער א וואט פאר סליווע למשל, ווי א רצון אז פוטין אויף די אנדערע זייט וועלט זאל געוואונען..
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:אפשר אלטס נקמה צו אוקראינע.

פארוואס ווילן זיי נישט פונקט אזוי א נקמה אין די רוסן?

האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.

דו ווייסט וואספארא רציחות די ציווילע רוסישע באפעלקערונג האט אלץ דורכגעפירט קעגן אידן במשך די היסטאריע.
למדן ת''ח
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 9:06 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן ת''ח »

שפע רב האט געשריבן:אינוואדירער אן קיין געהעריגע סיבה דארפן פארלירן. אז נישט ''חיים בלעו''

גא''מ
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

Screenshot 2022-02-24 224522.jpg
Screenshot 2022-02-24 224522.jpg (6.89 KiB) געזען 665 מאל
:?: :?: :!: :!:
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
👍 ☝ 👍 ☝גם אני מצטרף 👍 ☝ 👍 ☝

טעוועליך'ס שבת פעקל
פרשת בלק ארויף
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פעיק ניוז האט געשריבן:אומפארשטענדליך צו מיר. רוסלאנד האט נאך אזא בלוטיגע היסטאריע ווי אוקריינע קעגן אידן.

אה! דא בין איך מחולק מיט דיר.
הגם ביידע האבן א בלוטיגע.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:פארוואס ווילן זיי נישט פונקט אזוי א נקמה אין די רוסן?

האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.

דו ווייסט וואספארא רציחות די ציווילע רוסישע באפעלקערונג האט אלץ דורכגעפירט קעגן אידן במשך די היסטאריע.

אלע פעלקער האבן דורכגעפירט רציחות, אבער אוקריינע האט געווינען די רעיס.
אגב איך האב געוואוט אוקריינע.

Screenshot 2022-02-24 230614.png
Screenshot 2022-02-24 230614.png (48.98 KiB) געזען 641 מאל
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:האסט אמאל געהערט פון "באבי יאר"?

האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.

דו ווייסט וואספארא רציחות די ציווילע רוסישע באפעלקערונג האט אלץ דורכגעפירט קעגן אידן במשך די היסטאריע.

אלע פעלקער האבן דורכגעפירט רציחות, אבער אוקריינע האט געווינען די רעיס.
אגב איך האב געוואוט אוקריינע.

Screenshot 2022-02-24 230614.png

סארא שטותים!

גיי באפאל איטאליע פאר וואס רוים האט געטוהן צו כלל ישראל. באפאל איראק פאר וואס בבל האט געטוהן צו כלל ישראל. באפאל דייטשלאנד פאר וואס דייטשלאנד האט געטוהן צו כלל ישראל. באפאל שווייץ שפאניע פארטוגאל טערקיי אונגארן פראנקרייך אא"וו פאר וואס זיי האבן געטוהן צו כלל ישראל.

#גייט לערנען היסטאריע און הערט אויף מיט די נאנסענס!

הקב"ה וועט זיך שוין אפרעכענען פערזענליך מיט אונזערע עלטערן'ס בלוט פארגיסער. די אייניקלעך זייערע דארפן נישט יעצט אלע אויסשטארבן עד סוף כל הדורות.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גיוואלדיג האט געשריבן:געוויסע צייגן אן אויף די שוידערליכע רציחות וואס די אוקריינער האבן אין משך פון די היסטאריע אדורכגעפירט אויף אונזערע זיידעס, אלס א סיבה צו נישט האבן סימפאטיע מיט זיי.

אפגערעדט אז עס איז נישט שייך צו באשולדיגן אומשולדיגע מענטשן וועלכע האבן אונז קיינמאל נישט שלעכט געטון פאר די איינציגע סיבה ווייל זיי זענען געבוירן צו עלטערן וועלכע געווען רוצחים. "ובנים לא יומתו על אבות, איש בחטאו יומתו" שטייט אין די תורה.

אבער אויסער דעם איז וויכטיג צו אנווייזן אויף א מאמר חז"ל וועלכע שרייבט ווי פאלגענד "כתיב והאלהים יבקש את נרדף, רב הונא בשם רבי יוסי אמר עתיד הקדוש ברוך הוא לתבוע דמן של נרדפים מיד רודפיהם וכו'. אפילו צדיק רודף רשע והאלהים יבקש את נרדף".

אפילו רוסלאנד זאל זיין א צדיק (אויסגע'שמד'ט דריי מיליאן אידן, ערמארדעט און געפייניגט הונדערטער טויזענטער) און אוקריינא זאל טאקע זיין דער רשע, איז נאך אלץ "והאלקים יבקש את הנרדף". אונז דארפן זיין אויף די זייט פון דעם רבש"ע.

מיר זאגן אין די קינות תשעה באב:
אל תשמחי אויבתי על שבר קרני... וגם עליך תעבר כוס אשר עברני, ואז בסלעי סעפיך אנפץ את טפיך.

די אוקריינער גוים בכלליות זענען אוחזים מעשי אבותיהם בידיהם. יעדעס מאל מ'קומט אויף אוקריינא שפירט מען די האס אין די אויגן. די שנאה צום איד זייגן זיי אינאיינעם מיט די מוטער'ס מילך. כמעלנקצי ערשיינט פראמינענט אויף יעדן צוואנציגער, און גאנטע האט א שטאלצע מאנומענט אין אומאן.

אודאי האפן מיר אויף דעם יום נקם בליבי ווען כביכול אליינס וועט מאכן דם עבדיו יקום, אונזער תקוה איז נישט פוטין און נישט רוסלאנד, אבער דערווייל, ביז'ן קרעטשמע, בין איך נישט אזוי צעשוידערט אויף די חורבן פון אוקריינא, וואס יעדע אינטש פון דעם לאנד איז דורכגעווייקט מיט בלוט פון געפייניגטע קדושים הי"ד. תבא כל רעתם לפניך ועולל למו כאשר עוללת לי.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ווער ווילסטו זאל זיגען - רוסלאנד אדער אוקריינע? (פארוואס?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

וואלד האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:האסט אמאל געהערט פון סיביר\קעי דזשי בי ?

ביי באבי יאר האבן די ציווילע מאסן גע'שחט'ן מאסן אידן מיט די גרעסטע מאס רציחה, אין רוסלאנד איז עס געווען 1) די צודרייטע קאמעניסטישע "פירערשאפט", 2) און נישט דירעקט אנטקעגן אידן.

דו ווייסט וואספארא רציחות די ציווילע רוסישע באפעלקערונג האט אלץ דורכגעפירט קעגן אידן במשך די היסטאריע.

אלע פעלקער האבן דורכגעפירט רציחות, אבער אוקריינע האט געווינען די רעיס.
אגב איך האב געוואוט אוקריינע.

Screenshot 2022-02-24 230614.png

סארא שטותים!

#גייט לערנען היסטאריע און הערט אויף מיט די נאנסענס!

.

היסטאריע זאגט גראדע אז גיי פארשטיי איז גערעכט, אוקריינא געווינט לכאורה די רעיס מיט די מערסטע סאדיסטישע רציחות דורך דעם המון עם קעגן אידן. ימח שמם.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”