מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די שאלה איז אויך אויב דאס איז די עכטע סיבה פארוואס זיי ווילן נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:די שאלה איז אויך אויב דאס איז די עכטע סיבה פארוואס זיי ווילן נישט.

סיז נישט קיין שאלה בכלל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שצם_חנכל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:אני הקטן וואלט נישט געלאזט מיין יונגל אנטוהן א וואלענע טלית קטן, פארוואס? ווייל ס'איז א זאך וואס כ'האב נישט געזעהן ביי מיין טאטן אין שטוב, פינטל.

:lol:

ערענסט גערעדט ... עס איז א מיינונג וואס מערערע האבן

טאקע??

דאן נאט אייך נאך איינס: :lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

פעיק ניוז האט געשריבן:די שאלה איז אויך אויב דאס איז די עכטע סיבה פארוואס זיי ווילן נישט.

אוודאי, ריכטיג. סתם פאר די אייגענע כבוד איז זיכער נישט אויסגעהאלטען, אבער אפילו ווען מען האט שוין יא שטיקל סיבה דארף מען אויך גוט אריינטראכטען (דאס זעלבע זאג איך ווען דאס קינד דארף א באקל פאסיק אדער א פענסי רעקל דעזיין).
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:אני הקטן וואלט נישט געלאזט מיין יונגל אנטוהן א וואלענע טלית קטן, פארוואס? ווייל ס'איז א זאך וואס כ'האב נישט געזעהן ביי מיין טאטן אין שטוב, פינטל.

וואסערע גדר האסטו איבער וואס דו טוסט נישט נאר אויב דיין טאטע האט עס געטון?

וועלכע מאדעל קאר ביזטו אויך מקפיד?

האט דער עולם באשלאסן יעצט זיך צו נעמען איבער מיינע ביינער...
איך וויל נאר מאכן זיכער, דעיס איז א שאלה וואס ווארט אויף א תשובה? צו ס'איז נאר א באמערקונג אזא.

ס'איז א שאלה

דו טוסט דאך זיכער אויך זאכן וואס האסט נישט געזען ביי דיינע עלטערן, למשל מאדעל קאר, פרידשידער, נייע טעכנאלאגיע, קליידונג, וכו'

טא וואו איז דיין גרעניץ אז נאאאאאא, "דאס" האב איך נישט געזען ביי מיינע עלטערן

איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין

וועל איך פרובירן צו מסביר זיין.

מאדעל קאר, פרידשידער, נייע טעכנאלאגיע, איך גלייב נישט אז ס'איז דא ערגעץ אין אידישקייט ווי עס קען כאפן א נפקא מינה וועלכע מאדעל פרידשידער איך האב אין , עס איז נישטא ביי דעם קיין מסורת אבות. פונקט אזוי ווי איך קען עסן אוועקאדאו פאר פרישטאג כאטש מיין טאטע עסט ענדערש הארטע אייער.

משא"כ ווען עס קומט צו חינוך, לבוש, וכדו' איז יא דא אזא זאך זיך צו פירן פונקט אזוי ווי מ'האט געזען ביי די עלטערן. און אויב מיינע עלטערן [און זייערע עלטערן] האבן פארשטאנען אז א וואלענע ציצית טוט מען אן ביי דער בר מצוה, בין איך נישט קלוגער אדער פרומער פון זיי.

און איבערצוגעבן 'דעם' מעסעדש פאר מיינע קינדער איז ביי מיר וויכטגער און חשוב'ער ווי אז מיין יונגל זאל גיין מיט א וואלענע ציצית.

פארשטענדליך?
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ס'טרעסאנט, איך אלס קינד האב געהאט פונקט דאס פארקעטע, מיינע עלטערן האבן געוואלט איך זאל גיין מיט א וואלענע ציצית [כ'ווייס נאך עד היום נישט פארוואס] און איך האב בשו"א נישט געוואלט, איך האב מיך זייער געשעמט פון מיינע חברים [קיינער איז נישט געגאנגען אזוי אין מיין כיתה] זיי האבן מיך ממש געצווינגן אנצוטוען א געוויסע צייט, ביז זיי האבן אויפגעגעבן ב"ה ונאנחתי.
געטראכט דעמאלט'ס איך וועל קיינמאל נישט טוען אזוי מיט מיינע בל"נ
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:אני הקטן וואלט נישט געלאזט מיין יונגל אנטוהן א וואלענע טלית קטן, פארוואס? ווייל ס'איז א זאך וואס כ'האב נישט געזעהן ביי מיין טאטן אין שטוב, פינטל.

וואסערע גדר האסטו איבער וואס דו טוסט נישט נאר אויב דיין טאטע האט עס געטון?

וועלכע מאדעל קאר ביזטו אויך מקפיד?

האט דער עולם באשלאסן יעצט זיך צו נעמען איבער מיינע ביינער...
איך וויל נאר מאכן זיכער, דעיס איז א שאלה וואס ווארט אויף א תשובה? צו ס'איז נאר א באמערקונג אזא.

ס'איז א שאלה

דו טוסט דאך זיכער אויך זאכן וואס האסט נישט געזען ביי דיינע עלטערן, למשל מאדעל קאר, פרידשידער, נייע טעכנאלאגיע, קליידונג, וכו'

טא וואו איז דיין גרעניץ אז נאאאאאא, "דאס" האב איך נישט געזען ביי מיינע עלטערן

איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין

וועל איך פרובירן צו מסביר זיין.

מאדעל קאר, פרידשידער, נייע טעכנאלאגיע, איך גלייב נישט אז ס'איז דא ערגעץ אין אידישקייט ווי עס קען כאפן א נפקא מינה וועלכע מאדעל פרידשידער איך האב אין , עס איז נישטא ביי דעם קיין מסורת אבות. פונקט אזוי ווי איך קען עסן אוועקאדאו פאר פרישטאג כאטש מיין טאטע עסט ענדערש הארטע אייער.

משא"כ ווען עס קומט צו חינוך, לבוש, וכדו' איז יא דא אזא זאך זיך צו פירן פונקט אזוי ווי מ'האט געזען ביי די עלטערן. און אויב מיינע עלטערן [און זייערע עלטערן] האבן פארשטאנען אז א וואלענע ציצית טוט מען אן ביי דער בר מצוה, בין איך נישט קלוגער אדער פרומער פון זיי.

און איבערצוגעבן 'דעם' מעסעדש פאר מיינע קינדער איז ביי מיר וויכטגער און חשוב'ער ווי אז מיין יונגל זאל גיין מיט א וואלענע ציצית.

פארשטענדליך?

אט דאס פאשטיי איך נישט

דיינע עלטערן האבן אלץ לבוש אויס דיר נישט אנגעטון קיין וואלענע טלית קטן? אדער איז עס זיי פשוט נישט אנגעגאנגען און זיי זענען מיטגעגאנגען מיטן שטראם?
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

מענין לענין.
האב איך געזען דעם פארגאנגענעם יום טוב אינעם קונטרס נתיבות יושר וואס איז ארויס לכבוד די יארצייט פונעם ראש ישיבה הרב יוסף רוזנבלוים זצ"ל.

נתיבות יושר 2.PNG
נתיבות יושר 2.PNG (5.89 KiB) געזען 1069 מאל
נתיבות יושר 1.PNG
נתיבות יושר 1.PNG (35.7 KiB) געזען 1069 מאל
לעצט פארראכטן דורך גלות איד אום דינסטאג אפריל 26, 2022 4:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

אט דאס פאשטיי איך נישט

דיינע עלטערן האבן אלץ לבוש אויס דיר נישט אנגעטון קיין וואלענע טלית קטן? אדער איז עס זיי פשוט נישט אנגעגאנגען און זיי זענען מיטגעגאנגען מיטן שטראם?[/quote]

עס איז מיר שווער צו לערנען ברטנורא יעצט
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:אט דאס פאשטיי איך נישט

דיינע עלטערן האבן אלץ לבוש אויס דיר נישט אנגעטון קיין וואלענע טלית קטן? אדער איז עס זיי פשוט נישט אנגעגאנגען און זיי זענען מיטגעגאנגען מיטן שטראם?


עס איז מיר שווער צו לערנען ברטנורא יעצט[/quote]
מוזט נישט יעצט ענטפערן

טראכט עס אבער איבער
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אפשר למעלה האט געשריבן:למעשה האב איך באשלאסען יא צי לאזן מיין זין, אבער געזאגט ער דארף זיך אויפירן ווי עס פאסט פאר א אינגל וואס גייט אזוי, לאמיר זען ווי לאנג ער וועט אנהאלטען דערמיט

אויב מעג איך פרעגן דא - איז דא פון ענג דא וואס זענען געגאנגען אזוי אלץ קינד (אדער האסט קינדער וואס גייען אזוי)?

ערשט יעצט באמערקט דעם אשכול

גוט האסטו געטוהן און איך בין אויך געגאנגען מיט א וואלענע טלית קטן שבת. איינע פון מיינע יונגלעך האט אויך געבעטן א וואלענע טלית קטן שוין פאריאר און מהאט עס אים גלייך נאכגעגעבן. היי-יאר האט מען שוין געקויפט א גרעסערע ב"ה. און איך האב קיינמאל נישט געהייסן מיינע קינדער גיין דערמיט טאקע וועגן דעם ווייל די היינטיגע קינדער גייען נישט קיין סאך דערמיט האב איך זיי נישט געוואלט מאכן אומבאקוועם. אבער אז זיי בעטן עס? אוודאי יא!

--
ווי עטליכע האבן געשריבן. פריי דיך אז דיין יונגל בעט דיר דעס איז נישט א לייט בלוי אדער א ברוינע העמד אויף שבת ווייל אנדערע יונגלעך גייען אזוי (א חרפה און א בושה). זיי שטאלץ דערמיט. דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל וואקסן א גרויסע ערליכער פרומער יוד און ער זאל אויך לאזן זיינע קינדער אנטוהן וואלענע ציצית ווייל ער איז געגאנגען.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

עס איז קלאר אז א קינד האט יא א געוויסע אחריות נישט צו טוהן געוויסע זאכן וואס גייט ברענגען בושות פאר זיין טאטע און די זעלבע פארקערט, און אין מיין סביבה למשל גייט א וואלענע ציצית אריין אין דעם גדר.

כך נלענ"ד.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:עס איז קלאר אז א קינד האט יא א געוויסע אחריות נישט צו טוהן געוויסע זאכן וואס גייט ברענגען בושות פאר זיין טאטע און די זעלבע פארקערט, און אין מיין סביבה למשל גייט א וואלענע ציצית אריין אין דעם גדר.

כך נלענ"ד.

עס איז קלאר אז א טאטע האט א געוויסע אחריות זיך נישט צו שעמען מיט געוויסע זאכן וואס דארף ווען נישט צו זיין קיין בושה

אין מיין סביבה איז עס ליידער נישט אזוי..... :x
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:עס איז קלאר אז א קינד האט יא א געוויסע אחריות נישט צו טוהן געוויסע זאכן וואס גייט ברענגען בושות פאר זיין טאטע און די זעלבע פארקערט, און אין מיין סביבה למשל גייט א וואלענע ציצית אריין אין דעם גדר.

כך נלענ"ד.

עס איז קלאר אז א טאטע האט א געוויסע אחריות זיך נישט צו שעמען מיט געוויסע זאכן וואס דארף ווען נישט צו זיין קיין בושה

אין מיין סביבה איז עס ליידער נישט אזוי..... :x

איך פארשטיי פון דיין תגובה אז דו ביסט אויך מסכים מיט מיין הנחה נאר דו האלטסט אז אויף וואלענע ציצית גייט דאס נישט ארויף ווייל מען טאר זיך נישט שעמען מיט דעם, ריכטיג?

(איז אויף דעם דארף מען זיך נישט יעצט נאכאמאל טענה'ן, מען האט זיך שוין געטענה'ט אין צענדליגע אנדערע אשכולות, טאקע נישט אויף דעם נקודה אבער אלעס איז די זעלבע לשיטתיה...)
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
הנני
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 3:25 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנני »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:עס איז קלאר אז א קינד האט יא א געוויסע אחריות נישט צו טוהן געוויסע זאכן וואס גייט ברענגען בושות פאר זיין טאטע און די זעלבע פארקערט, און אין מיין סביבה למשל גייט א וואלענע ציצית אריין אין דעם גדר.

כך נלענ"ד.

עס איז קלאר אז א טאטע האט א געוויסע אחריות זיך נישט צו שעמען מיט געוויסע זאכן וואס דארף ווען נישט צו זיין קיין בושה

אין מיין סביבה איז עס ליידער נישט אזוי..... :x

איך פארשטיי פון דיין תגובה אז דו ביסט אויך מסכים מיט מיין הנחה נאר דו האלטסט אז אויף וואלענע ציצית גייט דאס נישט ארויף ווייל מען טאר זיך נישט שעמען מיט דעם, ריכטיג?

(איז אויף דעם דארף מען זיך נישט יעצט נאכאמאל טענה'ן, מען האט זיך שוין געטענה'ט אין צענדליגע אנדערע אשכולות, טאקע נישט אויף דעם נקודה אבער אלעס איז די זעלבע לשיטתיה...)


זייער א אינטערעסאנטע טעמע. מענין לענין באותו ענין: מיין בר מצוה יונגעל האט מיר געמיטשעט אז ער וויל אנטון בלעק אין ווייט גלעזער צו דע בר מצוה.

אנהייב האט מיר עס נישט געשמעקט. מיינע אנדערע בחורים גייען פשוטע פלעסטיק גלעזער. און אויך איך און מיין גאנצע משפחה זענען נישט געגאנגען קיין שווארצע גלעזער אלץ בחור. אבער שפעטער האב איך זיך בארעכנט אז איך דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אזעלכע שאיפות, בעסער ווי פארקערט ודי. און אויב אין 2022 ציט עם פרומקייט בין איך נישט בארעכטיגט אים דאס צו דערשטיקן. איך האב זיך געבראכן מיינע געפילען און איך האב עם דאס געקויפט.

איך מוז מודה זיין אז למעשה האב איך נאך הנאה מער פון עם. עס האט אזא חן אויף עם. די שכינה ריהט אויף עם. ממש א נחת צו קוקען אויף עם.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

שצם_חנכל האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:(נ.ב. מיין קינד וויל ראלער בלעידס. איך האב נישט קיין חשק דערצו, ביי אונז אין די משפחה האט עס נישט קיינער, און די גאס ווי איך וואוין האבן עס נאר די 'בעסערע' קינדער. זאל איך אים לאזן? איז דאס גאוה? תאוה?)

zurich האט געשריבן:און טאמער א טאכטער וויל גיין מיט צעפ דארף מען איר נאכגעבן?


טאמער וואלט עס פאסירט ביי מיר וואלט איך געזאגט אבסעלוטלי יא פאר ביידע אפילו בשעת איך שמועס קלאר אויס די חסרונות (נישט אז מיין ווייב וואלט אויך מסכים געווען, אבער דאס איז שוין אן עקסטערע שמועס).

דאס זעלבע מיט מיט אנדערע זאכן וואס זענען גרעי עריע דהיינו ס׳איז נישט קלאר אסור און אוודאי אוודאי עפעס וואס איז נאך פרומער. לכל היותר זאל מען שיין קלאר מסביר זיין דאס קינד פארוואס מ׳האלט נישט דערפון און לאזן די באשלוס פארן קינד.

ביי צעפ אפשר קען מען אריינפאלן אין הלכה׳דיגע שאלות לגבי התרת נדרים, ברויך מען פרעגן א מורה הוראה אויב ס׳שייך צו טון בלי נדר, דאס זעלבע ביי וואלענע ציצית פאר א גדול. אנדערע לבושים אזויווי ביבער הוט, בעקישע, ווייסע שטרימפ שב״ק וכו׳ וואס איז לאו דווקא פארבינדען מיט הלכה איז מסתמא פיל לייכטער.

איך ציטיר מיר איבער לכבוד הרב @נשמת השכל אינם דערנעבנדיגער תפילין בייטל אשכול וואס האט קענטליך פארפאסט דעם תגובה…

תפילין בייטלעך איז טאקע נאך א גוטע משל וואו ״נישט״ זיך צו שטעלן. אויך אפשר אויב דער טאטע גייט מיט א ביבער הוט און דאס אינגעל בעט א שטאפען הוט אדער אויב דער טאטע פלעגט גייט מיט בעקישע שב״ק און דאס אינגעל האט חשק א רעקל, וכו׳ וכו׳

לאז לויפן און געב אריין א ווארימקייט אין אידישקייט. [קרעדיט: @נשמת השכל בשמי] :lol:

אבער אוודאי און אוודאי ווען דאס קינד וויל פרומער, א שווארצע גלעזער, נאך עפעס א דבר צניעות, לעב און לאז לעבן. קלויב דיר דיינע מלחמות קלוג.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

צ"ק

די סארט שאלות זענען נוגע גאר אסאך בחינוך הבנים והבנות, כ'שרייב דא געוויסע נקודות, וואס איז נוצבאר און וויכטיג צו וויסן ביי אומצאליגע פעלער.

1. שמועס זיך אויס זייער קלאר
זעץ זיך אוועק און פארפיר א רואיגן שמועס מיטן קינד, ער זאל פונקטליך קלאר ארויסזאגן "פארוואס" ער דארף דאס.

די ציהל איז פשוט, געווענליך ווייסט דער קינד אליינס נישט פונקטליך פארוואס ער דארף דאס, און ווען מען שטופט אים דאס צו ארויסזאגן קלאר, ער טראכט אריין טיף אין זיך און אין די מקור פון זיין רצון, וועט ער צומאל אליינס באמערקן און מודה זיין, אז די סיבה וואס שטופט אים (למשל, צו נאכמאכן א געוויסע אינגל וכדו') איז נישט גענוג ווערט צו נאכגעבן אזא פארלאנג.

אבער!
מען הערט אפט פון מחנכים איבער די וויכטיגקייט פון זיך אויסשמועסן מיט די קינדער, אבער אסאך מאל זעהט מען נישט קיין רעזולטאטן, די שמועס גייט עפעס נישט, עס פארהאנקערט זיך תיכף ומיד.
די פשוטע סיבה איז, ווייל געווענדליך זעצט מען זיך אראפ מיט א ציהל, 'כ'וויל ארויסהאקן דעם משוגעת פון זיין קאפ', די פלאן איז תיכף ומיד אים איידעלערהייט אויפקלערן און צוברענגען, אז ער זאל אויפגעבן אויף זיין רצון, מען האט בכלל נישט קיין אינטערעסע אינעם 'קינד', און דערפאר קען מען זיך נישט אריינטוהן אין זיין וועלטל, אים צו פארשטיין באמת.
דאס מיינט, אז בשעת'ן זיך אויסשמועסן דארפן די עלטערן באמת זיין אינטערעסירט צו הערן וואס זייער קינד האט צו זאגן, און זיין גרייט אים נאכצוגעבן אויב מען זעהט עפעס אן אמת דערין!
(פארשטייט זיך אז די הכרעה באלאנגט אויסשליסליך פאר די עלטערן, אבער מען דארף זיך אראפזעצן מיט אן אמת'דיגקייט, צו דן זיין נאכן הערן דעם קינד'ס צד)

אין גאר אסאך פעלער - ובפרט ווען די רילעישנשיפ איז נישט די בעסטע - וועט דאס קינד טראכטן תיכף 'וואס איז די ריכטיגע ענטפער פאר אזא סארט שאלה?', ער טראכט וואס איז די "ריכטיגע" ענטפער לויט די טאטע'ס הבנה, און דאס פראבירט ער צו ענטפערן, אבער ער גייט בכלל נישט אריין אין זיין אייגענע מצב, און ער איז נישט אמת'דיג מיט זיך אליינס, צו פארשטיין און ארויסזאגן וואס זיין "אמת'דיג" שטופ איז.

כדי דאס קינד זאל זיין אמת'דיג, דארף ער זיין זיכער און רואיג ביי זיך, אז די עלטערן וועלן נישט אוועקמאכן אדער אויסלאכן זיין ענטפער. דאס איז פון די סאמע יסודות פון זיך אויסשמועסן מיט א קינד.

געווענליך א קינד פון 11-12 יאר, און אפילו אינגער, קען מען זיך זייער קלאר אויסשמועסן (אדרבא, הייבט אן צו רעדן מיט אייערע קינדער מער אפענע שמועסן, איר וועט ערשטוינט ווערן פון זייער מעטשויריטי...), צומאל - בפרט ביי עלטערן וואס שמועסן נישט אפט מיט די קינדער - דארף מען זיי מער ארויסברענגען, און 'העלפן', מסביר זיין זייערע ווערטער מער קלאר וכדו'.

עס איז ראטזאם אז די עלטערן זאלן אויך ארויסברענגען 'אמת'דיג' וואס זייער פראבלעם דערמיט איז, אבער מען "מוז נישט". עלטערן האבן די פולע רעכט צו זאגן, אז מיר האבן געוויסע סיבות וואס מיר קענען נישט אויסשמועסן מיט א קינד. אבער אויף קיין פאל איז נישט אויסגעהאלטן צו אנגעבן א תירוץ און הסבר וואס איז נישט אמת און ריכטיג!.

א קינד מעג - און דארף - וויסן, אז ער איז נאכנישט סטאביל, און אפטמאל האט ער רצוניות, וואס א וואך שפעטער גייט דאס אויסוועפן, און דערפאר קען מען זיך נישט איילן צו טוהן קיין זאכן, דאס דארף ווערן קלאר אויסגעשמועסט, און דאס מעג זיין א סיבה צו אייער התנגדות.

2. געב צייט - פאר זיך און פארן קינד - זיך צו אדורכטראכטן
ווי דערמאנט, די החלטה איז נאר אין די הענט פון די עלטערן, אבער, אייל זיך נישט דערמיט. נאכן זיך אויסשמועסן, זאג פארן קינד אז מען וועט אריינטראכטן וואס מען גייט טוהן למעשה.
נאכן זיך אויסשמועסן, וועט דאס קינד געווענליך זיין רואיגער, די רגע ער זעהט אז די עלטערן הערן אים אויס, דארף ער שוין נישט אריינלייגן אזויפיל ענערגיע אין זיין פארלאנג, און ממילא ווערט זיין דראנג אויך שוואכער (און צומאל צוגייט דאס אינגאנצן, דוק ותשכח!).

נאך אפאר שעה, אדער טעג, מאכט אפ אייער החלטה למעשה. די בעסטע איז אויב מען קען מאכן עפעס א פשרה אינדערמיט, אדער לפחות דאס אפשטופן אויף א געוויסע זמן (נאר אויב איר זענט 'אמת'דיג' דערין).

3. נישט דא קיין וועג אויף צוריק!
ווען א קינד בעט עפעס א פרומקייט, למשל די ציצית, דארף ווערן זייער קלאר אויסגעשמועסט, אז ער קען דאס נאר באקומען אויב ער נעמט זיך אינטער בכל התוקף צו דאס אנהאלטן.
דאס מיינט, דער כיתה ז' אינגל וואס בעט דעם ציצית, צוליב זיין חבר וואס גייט אזוי, דארף פארשטיין, אז אויך אויב יענער אינגל גייט שוין נישט זיין זיין חבר גייט ער ווייטער דאס דארפן אנהאלטן.
זייער אפט, ווען א קינד הערט אז דאס נאכגעבן קומט אינאיינעם מיט א התחייבות, ציהט ער צוריק פון זיין פארלאנג.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:וואסערע גדר האסטו איבער וואס דו טוסט נישט נאר אויב דיין טאטע האט עס געטון?

וועלכע מאדעל קאר ביזטו אויך מקפיד?

האט דער עולם באשלאסן יעצט זיך צו נעמען איבער מיינע ביינער...
איך וויל נאר מאכן זיכער, דעיס איז א שאלה וואס ווארט אויף א תשובה? צו ס'איז נאר א באמערקונג אזא.

ס'איז א שאלה

דו טוסט דאך זיכער אויך זאכן וואס האסט נישט געזען ביי דיינע עלטערן, למשל מאדעל קאר, פרידשידער, נייע טעכנאלאגיע, קליידונג, וכו'

טא וואו איז דיין גרעניץ אז נאאאאאא, "דאס" האב איך נישט געזען ביי מיינע עלטערן

איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין

וועל איך פרובירן צו מסביר זיין.

מאדעל קאר, פרידשידער, נייע טעכנאלאגיע, איך גלייב נישט אז ס'איז דא ערגעץ אין אידישקייט ווי עס קען כאפן א נפקא מינה וועלכע מאדעל פרידשידער איך האב אין , עס איז נישטא ביי דעם קיין מסורת אבות. פונקט אזוי ווי איך קען עסן אוועקאדאו פאר פרישטאג כאטש מיין טאטע עסט ענדערש הארטע אייער.

משא"כ ווען עס קומט צו חינוך, לבוש, וכדו' איז יא דא אזא זאך זיך צו פירן פונקט אזוי ווי מ'האט געזען ביי די עלטערן. און אויב מיינע עלטערן [און זייערע עלטערן] האבן פארשטאנען אז א וואלענע ציצית טוט מען אן ביי דער בר מצוה, בין איך נישט קלוגער אדער פרומער פון זיי.

און איבערצוגעבן 'דעם' מעסעדש פאר מיינע קינדער איז ביי מיר וויכטגער און חשוב'ער ווי אז מיין יונגל זאל גיין מיט א וואלענע ציצית.

פארשטענדליך?

אט דאס פאשטיי איך נישט

דיינע עלטערן האבן אלץ לבוש אויס דיר נישט אנגעטון קיין וואלענע טלית קטן? אדער איז עס זיי פשוט נישט אנגעגאנגען און זיי זענען מיטגעגאנגען מיטן שטראם?


דיינע עלטערן האבן אלץ לבוש אויס דיר נישט אנגעטון א פלאטשיקס ביי די צוועלף ?
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:צ"ק

די סארט שאלות זענען נוגע גאר אסאך בחינוך הבנים והבנות, כ'שרייב דא געוויסע נקודות, וואס איז נוצבאר און וויכטיג צו וויסן ביי אומצאליגע פעלער.

1. שמועס זיך אויס זייער קלאר
זעץ זיך אוועק און פארפיר א רואיגן שמועס מיטן קינד, ער זאל פונקטליך קלאר ארויסזאגן "פארוואס" ער דארף דאס.

די ציהל איז פשוט, געווענליך ווייסט דער קינד אליינס נישט פונקטליך פארוואס ער דארף דאס, און ווען מען שטופט אים דאס צו ארויסזאגן קלאר, ער טראכט אריין טיף אין זיך און אין די מקור פון זיין רצון, וועט ער צומאל אליינס באמערקן און מודה זיין, אז די סיבה וואס שטופט אים (למשל, צו נאכמאכן א געוויסע אינגל וכדו') איז נישט גענוג ווערט צו נאכגעבן אזא פארלאנג.

אבער!
מען הערט אפט פון מחנכים איבער די וויכטיגקייט פון זיך אויסשמועסן מיט די קינדער, אבער אסאך מאל זעהט מען נישט קיין רעזולטאטן, די שמועס גייט עפעס נישט, עס פארהאנקערט זיך תיכף ומיד.
די פשוטע סיבה איז, ווייל געווענדליך זעצט מען זיך אראפ מיט א ציהל, 'כ'וויל ארויסהאקן דעם משוגעת פון זיין קאפ', די פלאן איז תיכף ומיד אים איידעלערהייט אויפקלערן און צוברענגען, אז ער זאל אויפגעבן אויף זיין רצון, מען האט בכלל נישט קיין אינטערעסע אינעם 'קינד', און דערפאר קען מען זיך נישט אריינטוהן אין זיין וועלטל, אים צו פארשטיין באמת.
דאס מיינט, אז בשעת'ן זיך אויסשמועסן דארפן די עלטערן באמת זיין אינטערעסירט צו הערן וואס זייער קינד האט צו זאגן, און זיין גרייט אים נאכצוגעבן אויב מען זעהט עפעס אן אמת דערין!
(פארשטייט זיך אז די הכרעה באלאנגט אויסשליסליך פאר די עלטערן, אבער מען דארף זיך אראפזעצן מיט אן אמת'דיגקייט, צו דן זיין נאכן הערן דעם קינד'ס צד)

אין גאר אסאך פעלער - ובפרט ווען די רילעישנשיפ איז נישט די בעסטע - וועט דאס קינד טראכטן תיכף 'וואס איז די ריכטיגע ענטפער פאר אזא סארט שאלה?', ער טראכט וואס איז די "ריכטיגע" ענטפער לויט די טאטע'ס הבנה, און דאס פראבירט ער צו ענטפערן, אבער ער גייט בכלל נישט אריין אין זיין אייגענע מצב, און ער איז נישט אמת'דיג מיט זיך אליינס, צו פארשטיין און ארויסזאגן וואס זיין "אמת'דיג" שטופ איז.

כדי דאס קינד זאל זיין אמת'דיג, דארף ער זיין זיכער און רואיג ביי זיך, אז די עלטערן וועלן נישט אוועקמאכן אדער אויסלאכן זיין ענטפער. דאס איז פון די סאמע יסודות פון זיך אויסשמועסן מיט א קינד.

געווענליך א קינד פון 11-12 יאר, און אפילו אינגער, קען מען זיך זייער קלאר אויסשמועסן (אדרבא, הייבט אן צו רעדן מיט אייערע קינדער מער אפענע שמועסן, איר וועט ערשטוינט ווערן פון זייער מעטשויריטי...), צומאל - בפרט ביי עלטערן וואס שמועסן נישט אפט מיט די קינדער - דארף מען זיי מער ארויסברענגען, און 'העלפן', מסביר זיין זייערע ווערטער מער קלאר וכדו'.

עס איז ראטזאם אז די עלטערן זאלן אויך ארויסברענגען 'אמת'דיג' וואס זייער פראבלעם דערמיט איז, אבער מען "מוז נישט". עלטערן האבן די פולע רעכט צו זאגן, אז מיר האבן געוויסע סיבות וואס מיר קענען נישט אויסשמועסן מיט א קינד. אבער אויף קיין פאל איז נישט אויסגעהאלטן צו אנגעבן א תירוץ און הסבר וואס איז נישט אמת און ריכטיג!.

א קינד מעג - און דארף - וויסן, אז ער איז נאכנישט סטאביל, און אפטמאל האט ער רצוניות, וואס א וואך שפעטער גייט דאס אויסוועפן, און דערפאר קען מען זיך נישט איילן צו טוהן קיין זאכן, דאס דארף ווערן קלאר אויסגעשמועסט, און דאס מעג זיין א סיבה צו אייער התנגדות.

2. געב צייט - פאר זיך און פארן קינד - זיך צו אדורכטראכטן
ווי דערמאנט, די החלטה איז נאר אין די הענט פון די עלטערן, אבער, אייל זיך נישט דערמיט. נאכן זיך אויסשמועסן, זאג פארן קינד אז מען וועט אריינטראכטן וואס מען גייט טוהן למעשה.
נאכן זיך אויסשמועסן, וועט דאס קינד געווענליך זיין רואיגער, די רגע ער זעהט אז די עלטערן הערן אים אויס, דארף ער שוין נישט אריינלייגן אזויפיל ענערגיע אין זיין פארלאנג, און ממילא ווערט זיין דראנג אויך שוואכער (און צומאל צוגייט דאס אינגאנצן, דוק ותשכח!).

נאך אפאר שעה, אדער טעג, מאכט אפ אייער החלטה למעשה. די בעסטע איז אויב מען קען מאכן עפעס א פשרה אינדערמיט, אדער לפחות דאס אפשטופן אויף א געוויסע זמן (נאר אויב איר זענט 'אמת'דיג' דערין).

3. נישט דא קיין וועג אויף צוריק!
ווען א קינד בעט עפעס א פרומקייט, למשל די ציצית, דארף ווערן זייער קלאר אויסגעשמועסט, אז ער קען דאס נאר באקומען אויב ער נעמט זיך אינטער בכל התוקף צו דאס אנהאלטן.
דאס מיינט, דער כיתה ז' אינגל וואס בעט דעם ציצית, צוליב זיין חבר וואס גייט אזוי, דארף פארשטיין, אז אויך אויב יענער אינגל גייט שוין נישט זיין זיין חבר גייט ער ווייטער דאס דארפן אנהאלטן.
זייער אפט, ווען א קינד הערט אז דאס נאכגעבן קומט אינאיינעם מיט א התחייבות, ציהט ער צוריק פון זיין פארלאנג.

הערליך שיין!!
וויפיל נעמט איר א שעה?
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אפשר למעלה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:37 am

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר למעלה »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:עס איז קלאר אז א קינד האט יא א געוויסע אחריות נישט צו טוהן געוויסע זאכן וואס גייט ברענגען בושות פאר זיין טאטע און די זעלבע פארקערט, און אין מיין סביבה למשל גייט א וואלענע ציצית אריין אין דעם גדר.
כך נלענ"ד.


פעיק ניוז האט געשריבן:האלטסט אז מיט'ן אים נישט לאזן גיין דערמיט וועסטו אים אויסארבעטן זיינע מדות? אויב יא, איז די דזשאב פון א טאטע בכלל צו שטיין און אויסארבעטן דעם קינד'ס מדות? אויב יא, איז בכלל מוכרח אז דאס גאנצע וועלן גיין מיט אזעלכע ציצית קומט פון שלעכטע מדות?
אויב איז אבער דער ענטפער אויף דער ערשטער שאלה, אז מיט'ן אים בשום אופן נישט לאזן גיין וויאזוי עס ציט אים צו גיין, וועלן זיינע מדות נישט ווערן אנדערש, נו פארוואזשע אים נישט קויפן? בלויז צוליב דער אייגענער בושה?!


פעיק ניוז האט געשריבן:איך האב הערשט אנגעטון אזא טלית קטן ווען איך האב אנגעהויבן גיין א רעקל. אבער וואס דער פראבלעם פון גיין אזאנס, קען איך בשום אופן נישט פארשטיין. אדרבה, קום אריין קלאר.


פעיק ניוז האט געשריבן:אבער דער קינד האט דאך נישט קיין פראבלעם דערמיט. טא פארוואס זאל דער טאטע האבן א פראבלעם דערמיט? דאס קינד דארף דען ליידן ווייל דער טאטע ליידט אויף בושה?

אויב שפירט מען אז מען קען בשום אופן נישט איבערקומען די בושה, דאן קען מען זאגן קלאר פאר'ן קינד: באמת וואלט דיר עס טאטי זייער געוואלט קויפן, און איך האב בעצם גארנישט דערקעגן. פארקערט, עס איז מיר א הנאה ווען איך קען צופרידנשטעלן מיין קינד. דער פראבלעם איז אבער, אז איך וועל זיך זייער שעמען אויב דו וועסט גייט מיט אזא ציצית, איך וועל שפירן ווי מענטשן קוקן מיר אן פאני, יאנטשי אדער פארפרומט. דעריבער בין איך נישט ביכולת נאכצוגעבן דיין ביטע.


שצם_חנכל האט געשריבן:פערזענליך איז אונזער משפחה מסתמא גאנץ ״בעלבאטיש״ אזוי צו זאגן און איך קען פארשטיין זייער גוט פארוואס עס שמעקט נישט פאר רוב מענטשען לכתחילה אז זייערס א קינד זאל אנטון א וואלענע טלית קטן אינדרויסען, ספעציעל אויב ער וועט גיין אנגעטון אנדערש ווי זיינע ברודערס, אבער כ׳פארשטיי נישט פארוואס מ׳זאל מאניפולירן און קאנטראלירן א קינד וואס האט יא חשק.

אלץ בחור׳ל האב איך גע׳חלש׳ט צו גיין אנגעטון פרומער, בעקיטשע און ווייסע שטרימפ שב״ק, וכדו׳. אבער איך האב אפילו נישט געבעטען מיינע עלטערן, איך האב געשפירט אז עס וואלט געווען א ברכה לבטלה, אונז זעמיר דאך בעסערע מענטשען.


הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:עס איז קלאר אז א קינד האט יא א געוויסע אחריות נישט צו טוהן געוויסע זאכן וואס גייט ברענגען בושות פאר זיין טאטע און די זעלבע פארקערט, און אין מיין סביבה למשל גייט א וואלענע ציצית אריין אין דעם גדר.
כך נלענ"ד.


פאר אסאך (רוב?) משפחות איז דאס א צייכען פון פרומקייט וכדו און עס איז שווער, אויפוואלענד וכדו.
און וואס זאגן יא, אדרבה, ביניך זיכער אז ווען אייערע אינגעל גייט א טריט ווייטער פון ענקער משפחה סטייל, וכדו ער וויל א לאנקע רעקל אדער א בעקידשע גאר (יא ווייל ער וויל זיין פרימער און ערליכער) גלייב איך וואלט איר געזאגט "דאס איז שוין א טריט צי ווייט פאר מיך". יעדער האט זיין קאמפארט זאו"ן
אפשר למעלה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:37 am

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר למעלה »

פארווייטאגט האט געשריבן:]
כ'האב געקלערט מיט איהם צו מאכן א געשעפט בשעתו אז ער מיז זיך אינטערנעמען שעבוד הגוף ושעבוד נכסים מכאן ועד עולם אז ער וועט אזוי גיין מהיום ועד זיבולא בתרייתא.....
כ'האב מיר איינגעהאלטן, און נישט געפאדערט גארנישט.....



יגעתי ומצאתי האט געשריבן:צ"ק
3. נישט דא קיין וועג אויף צוריק!
ווען א קינד בעט עפעס א פרומקייט, למשל די ציצית, דארף ווערן זייער קלאר אויסגעשמועסט, אז ער קען דאס נאר באקומען אויב ער נעמט זיך אינטער בכל התוקף צו דאס אנהאלטן.
דאס מיינט, דער כיתה ז' אינגל וואס בעט דעם ציצית, צוליב זיין חבר וואס גייט אזוי, דארף פארשטיין, אז אויך אויב יענער אינגל גייט שוין נישט זיין זיין חבר גייט ער ווייטער דאס דארפן אנהאלטן.
זייער אפט, ווען א קינד הערט אז דאס נאכגעבן קומט אינאיינעם מיט א התחייבות, ציהט ער צוריק פון זיין פארלאנג.


יעצט זאגטסי? ווען איך ווייס ווען פארדעם....
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אפשר למעלה האט געשריבן:אדרבה, ביניך זיכער אז ווען אייערע אינגעל גייט א טריט ווייטער פון ענקער משפחה סטייל, וכדו' ער וויל א לאנקע רעקל אדער א בעקידשע גאר (יא ווייל ער וויל זיין פרימער און ערליכער) גלייב איך וואלט איר געזאגט "דאס איז שוין א טריט צי ווייט פאר מיך". יעדער האט זיין קאמפארט זאו"ן

איך נישט.

און טאקע וועגן דעם האב איך געענטפערט וואס איך האב געענטפערט.

און געענטפערט האב איך וועגן איר האט געפרעגט.


און נישט נאר אויב וויל ער זיין פרומער, נאר אפילו אויב וויל ער זיין ווייניגער פרום, ווי למשל: זיך איינהאנדלען א 'בעדערענע' תפילין בייטל..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:צ"ק

די סארט שאלות זענען נוגע גאר אסאך בחינוך הבנים והבנות, כ'שרייב דא געוויסע נקודות, וואס איז נוצבאר און וויכטיג צו וויסן ביי אומצאליגע פעלער.

זייער גוטע נקודות, הגם דאס בעסטע איז אויב די עלטערן קענען זיך שטארקען און נישט מאכן אזא בער דערפון. ביג דיעל דאס אינגעלע וויל איינעם נאכמאכן, ווער פון אונז מאכט דען נישט נאך אנדערע, זה בכה וזה בכה? און וואס איז אויב מען זעט נישט עפעס אן אמת דערין? אז זיין התלהבות וועט אויסוועפען וועט ער דעמאלטס צוריק טוישן, ס׳נישט קיין חופה וקידושין, העכסטענס קען מען גיין מיט אים צום דיין און אויסשמועסען די הלכה׳דיגע חלקים, ביי א קטן איז מסתמא קיין שום שאלה.

וואס ברענגט מיר צו דיין דריטע נקודה:
אפשר למעלה האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:]
כ'האב געקלערט מיט איהם צו מאכן א געשעפט בשעתו אז ער מיז זיך אינטערנעמען שעבוד הגוף ושעבוד נכסים מכאן ועד עולם אז ער וועט אזוי גיין מהיום ועד זיבולא בתרייתא.....
כ'האב מיר איינגעהאלטן, און נישט געפאדערט גארנישט.....

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:צ"ק
3. נישט דא קיין וועג אויף צוריק!
ווען א קינד בעט עפעס א פרומקייט, למשל די ציצית, דארף ווערן זייער קלאר אויסגעשמועסט, אז ער קען דאס נאר באקומען אויב ער נעמט זיך אינטער בכל התוקף צו דאס אנהאלטן.
דאס מיינט, דער כיתה ז' אינגל וואס בעט דעם ציצית, צוליב זיין חבר וואס גייט אזוי, דארף פארשטיין, אז אויך אויב יענער אינגל גייט שוין נישט זיין זיין חבר גייט ער ווייטער דאס דארפן אנהאלטן.
זייער אפט, ווען א קינד הערט אז דאס נאכגעבן קומט אינאיינעם מיט א התחייבות, ציהט ער צוריק פון זיין פארלאנג.

יעצט זאגטסי? ווען איך ווייס ווען פארדעם....

ווייטער א מאניפולאציע, נישטא קיין וועג אויף צוריק? מהיכי תיתי? ער איז נאך א אינגעלע, אז ער בלייבט געהויבען איז דאך גוט און אז נישט לאז אים לעבן. אפילו א אינגעל וואס האט שוין וואלענע ציצית פון די דריי יאר זאל האבן די ברירה צו טוישן אויב באדערט דאס אים (פארשטייט זיך דאס בעסטע איז אויב די עלטערן קענען אריינלייגען א ווארימקייט אינם קינד אז אזא חסידישע לבוש זאל אים נישט באדערן).

———

אפשר למעלה האט געשריבן:פאר אסאך (רוב?) משפחות איז דאס א צייכען פון פרומקייט וכדו און עס איז שווער, אויפוואלענד וכדו.
און וואס זאגן יא, אדרבה, ביניך זיכער אז ווען אייערע אינגעל גייט א טריט ווייטער פון ענקער משפחה סטייל, וכדו ער וויל א לאנקע רעקל אדער א בעקידשע גאר (יא ווייל ער וויל זיין פרימער און ערליכער) גלייב איך וואלט איר געזאגט "דאס איז שוין א טריט צי ווייט פאר מיך". יעדער האט זיין קאמפארט זאו"ן

הונדערט פראצענט! פאר רוב מענטשען וואלט עס אנגעקומען שווער און אוודאי איז גרינגער צו שרייבען ווי אליינס צו טון. עס קומט דיר טאקע קרעדיט פארן זיך שטארקען אויפן ״זיך״ און זיך בייגן אביסל פארן קינד ווען עס איז ריכטיג.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שצם_חנכל האט געשריבן:
אפשר למעלה האט געשריבן:
פאר רוב מענטשען וואלט עס אנגעקומען שווער און אוודאי איז גרינגער צו שרייבען ווי אליינס צו טון. עס קומט דיר טאקע קרעדיט פארן זיך שטארקען אויפן ״זיך״ און זיך בייגן אביסל פארן קינד ווען עס איז ריכטיג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין קינד וויל א וואלענע טלית קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

שצם_חנכל האט געשריבן:[רין? אז זיין התלהבות וועט אויסוועפען וועט ער דעמאלטס צוריק טוישן, ס׳נישט קיין חופה וקידושין, העכסטענס קען מען גיין מיט אים צום דיין און אויסשמועסען די הלכה׳דיגע חלקים, ביי א קטן איז מסתמא קיין שום שאלה.
מיב שנים ולמעלה יכול להיות נדר דאורייתא
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”