כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

matovu האט געשריבן:MINHAG BOBOV
Not to say SHAVAS ANIYIM..... TZAKAAS HADAL....
I used to think the reason is because of shabbos kodesh it's not proper to say that to hashem...
Now I know the reason...
About the yehi rutzon by the tekios... There was a gikyon from Reb Ben Tzion Goldman in Bobov this rosh hashunah about it.
Thanks so much
And sorry about the english


1) מה טובי, ידעתי גם ידעתי אז דאס איז א מנהג באבוב, נאר כ'האב נישט געשריבן, ווייל כ'האב נישט געוואוסט אויב אין אנדערע פלעצער איז דער מנהג אויך אנגענומען.

2) האט ב"צ גאלדמאן געשריבן לגבי די יהי' רצון'ס בנוגע דעם ימ"ש, אדער ער האט סתם ארומגערעדט וועגן דעם, אויב יא, ביטע לייג ארויף א קאפי.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ב"צ גאלדמאן האט געשריבן אז מען טאר עס נישט זאגן.

אבער אדמו"ר מהר"ש מבאבוב האט עס יא געזאגט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לאמיר נישט פארפארן נאכאמאל פונעם אשכול. אבער דאכצעך אז דער ענין נישט צו זאגן דעם יהי רצון איז צוליב דעם וואס מען טאר נישט מזכיר זיין קיין חטאים אין ראש השנה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זיס האט געשריבן:מיר וועלן אפשר שפעטער צוריקקומען (אויב איך וועל נאך האבן צייט, און געוואנדן לויט דעם פארלאנג פונעם עולם)

אויף דיין טייערע צייט האבן מיר נישט קיין שליטה, אבער אונזער פארלאנג איז אומגעהויער גרויס!
מיר שרייען אלע אויס: "זיס - גיס"!! גיס אריין דיינע ידיעות אין די גלעזלעך פון די חברים דא אינעם קרעטשמע.
בתודה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זיס האט געשריבן:זמירות למוצאי שבת
אויף די פיוטים פון מוצאי שבת, "חדש ששוני" און "קלי חיש גואלי", זענען אויך פאראן מיינונגס פארשידנהייטן. אין דעם שטיקל "שכן תשכן בתוך עם צבי את אליהו הנביא" אין חדש ששוני, זענען פאראן וואס ווילן זאגן אז עס ליגט דערין א רמז אויף ש"צ ימ"ש. דער פאקט אליין אז עס איז נישט באקאנט ווער דער מחבר פונעם זמר איז, און אז עס איז נתחבר געווארן אין די צייטן פון שבתי צבי, ברענגט ארויס פראגע צייכנס. אין ק"ק תולדות-אהרן זאגט מען דעריבער "שכן תשכן בתוכנו את אליהו הנביא", כדי נישט צו דערמאנען דעם רמז.
אויך אינעם זמר "קלי חיש גואלי" געפינען מיר די ווערטער "כי בא עת לחננה ציון נחלת צבי", וואס שמעקט אויך מיט רמזים אויף ש"ץ.
למעשה איז אנגענומען אז די פיוטים קומען נישט פון די שבתאים, והא ראיה אז אידן האבן דאס שוין געזאגט הונדערטער יארן איידער שבתי צבי איז געקומען, פארט זענען פאראן קהילות און ערטער וואו מען האלט זיך צוריק פון זאגן די פיוטים, צוליבן חשש אז פארשידענע ווערטער זענען אריינגערוקט געווארן אין די זמירות דורך מענטשן פון כת ש"ץ. לויט וויפיל עס איז באקאנט האבן פיל גדולי ישראל יא געזאגט די פיוטים מיט אלע ווערטער דערין, נישט חושש זעענדיג איבער די אנגעבליכע ווערטער.

אגב חריפתא משבשבתא.
עפעס איז דא א סתירה אין דיינע רייד. קודם שרייבסטו אז דער זמר איז נתחבר געווארן אין די צייטן פון שבתי צבי און שפעטער זאגסטו אז עס איז שוין פון הונדערטער יארן איידער שבתי צבי איז געקומען. ביטע קלאר אויס דעם ענין (אויב דו האסט צייט...)

ואגב, רביה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע פלעגט זאגן דעם מוצ"ש זמירות ביז אויס, ער האט גארנישט אויסגעלאזט.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער זמר איז נתפרסם געווארן בימיו פון שבתי צבי, אבער עס איז שפעטער געפינען געווארן אין אלטע סידורים נאך פאר די צייטן פון שבתי צבי.

(עיין ערך גאט פון אברהם המיוחס להרה"ק מבארדיטשוב זי"ע)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

"בית" סופריהם
אין די ברכה פון על הצדיקים, זענען פאראן פארשידענע גרסאות, טייל זאגן "על פליטת סופריהם, און טייל לייגן צו דער ווארט "בית" סופריהם. עס זענען פאראן מיינונגען אז דער ווארט "בית" איז אריינגעריקט געווארן דורך די שבתאים, ווייל עס איז פאראן דערין א רמז צו שבתי צבי. למעשה ווערט די ווארט אראפגעברענגט אינעם סידור פונעם בעל-התניא ווי אויך אין אנדערע סידורים, אזוי אז עס איז כמעט נישט קיין ספק אז די ווארט איז אויסגעהאלטן און עס ליגט נישט דערין קיין שבתאי'שער רמז.

נשמת
די ערשטע מאל איך הער אז עס איז פאראן א פראבלעם מיט די ווערטער פון שוועת עניים וכו'. אדרבה! מיר בעטן פון הער [b]אויפריכטיג
זאל אונז אנצייכענען א מקור, כדאי מיר זאלן קענען מברר זיין דעם ענין על בריו.

דאכצעך אז איבער דעם ענין פון זאגן "בית סופריהם" ווערט דערמאנט עפעס אין ספה"ק ויואל משה, ניין?


איך האב נישט דערמאנט דעם ענין פון שועת עניים.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך בעט איבער פארצייטישע... איך האב אוועקגענומען דעם קרעדיט פון אים, פאר דער "שוועת עניים".
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זיס האט געשריבן:אבער אויף נשמת איז פאראן אנדערע השערות פון וואו דאס שטאמט. פאראן וואס זאגן אז דאס קומט פון שמעון בר יונה - באקאנט אין די נוצרי'שע וועלט אלס "פיטער" און גרינדער פון וואטיקאן אין רוים. פאראן וואס ווייזן אפילו אן וואו זיין נאמען איז מרומז אין נשמת. אנדערע שרייען אז מען טאר נישט אזוי זאגן און אז עס איז נישט אמת. דאס וואלט זיך פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך.

בכלל דער גאנצער אנוועזנהייט פון דער פיטער איז א חידה סתימה, מען קען פיל מאריך זיין אין אים, און וואס זיינע כוונות זענען באמת געווען. ווי אויך קען מען פיל דן זיין וואו ער ליגט... עס איז פאראן צענדליגע פלעצער וואו דער פיטער קען ליגן באגראבן, אנגעהויבן פונעם וואטיקאן אין רוים, און געענדיגט מיטן הר הזתים.

הרב זיס, דו האסט זיך פאררעדט און דערמיט אנגערייצט מיין נייגער. אויב עס איז דיר נישט שווער זיי אביסל מרחיב איבער דעם שמעון בר יונה. אויב איז ער דער גירנדער פון וואטיקאן פון רוים, פארוואס פארדינט ער אזא שיינעם נאמען?....
איז ער אפשר דער וואס די חכמים האבן געשטעלט ער זאל דעפעקטירן צו די משומדים און זיי פארדרייען דעם קאפ כדי די אפגעהיטענע אידן זאלן נישט פארכאפט ווערן? (עפעס אזא ידיעה ליגט מיר אין קאפ)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אויפריכטיג - ריכטיג.

דאס איז ער...

אבער עס איז פאראן אסאך ספיקות.

אז עס וועט זיין צייט וועט מען דאס אויך דעבאטירן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זיס האט געשריבן:אבער אויף נשמת איז פאראן אנדערע השערות פון וואו דאס שטאמט. פאראן וואס זאגן אז דאס קומט פון שמעון בר יונה - באקאנט אין די נוצרי'שע וועלט אלס "פיטער" און גרינדער פון וואטיקאן אין רוים. פאראן וואס ווייזן אפילו אן וואו זיין נאמען איז מרומז אין נשמת. אנדערע שרייען אז מען טאר נישט אזוי זאגן און אז עס איז נישט אמת. דאס וואלט זיך פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך.
במחזור ויטרי לרבינו שמחה מויטרי תלמיד רש"י, כתוב :
ויש אומרים על אותו נבל שמעון פטר חמור שהיא טעות של רומה, יסדו אותה תפילה ושאר תפילות כשהיה על הסלע,
וחס ושלום שלא תהיה כזאת בישראל, וכל האומר דבר זה כשיבנה ביהמ"ק יביא חטאת שמנה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויפריכטיג האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:מיר וועלן אפשר שפעטער צוריקקומען (אויב איך וועל נאך האבן צייט, און געוואנדן לויט דעם פארלאנג פונעם עולם)

אויף דיין טייערע צייט האבן מיר נישט קיין שליטה, אבער אונזער פארלאנג איז אומגעהויער גרויס!
מיר שרייען אלע אויס: "זיס - גיס"!! גיס אריין דיינע ידיעות אין די גלעזלעך פון די חברים דא אינעם קרעטשמע.
יישר כחכם וחילכם.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ביקסאד האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:אבער אויף נשמת איז פאראן אנדערע השערות פון וואו דאס שטאמט. פאראן וואס זאגן אז דאס קומט פון שמעון בר יונה - באקאנט אין די נוצרי'שע וועלט אלס "פיטער" און גרינדער פון וואטיקאן אין רוים. פאראן וואס ווייזן אפילו אן וואו זיין נאמען איז מרומז אין נשמת. אנדערע שרייען אז מען טאר נישט אזוי זאגן און אז עס איז נישט אמת. דאס וואלט זיך פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך.
במחזור ויטרי לרבינו שמחה מויטרי תלמיד רש"י, כתוב :
ויש אומרים על אותו נבל שמעון פטר חמור שהיא טעות של רומה, יסדו אותה תפילה ושאר תפילות כשהיה על הסלע,
וחס ושלום שלא תהיה כזאת בישראל, וכל האומר דבר זה כשיבנה ביהמ"ק יביא חטאת שמנה.


אמת, אזוי שרייבט דער מחזור ויטרי, אבער אנדערע שרייבן יא אזוי.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום זונטאג אקטאבער 17, 2010 7:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

וועלכע ראשונים שרייבן אנדערש ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

רבו עלי חברי, וואס האבן מיר געבעטן אין אישי, ווי אויך דא ברבים, איך זאל שרייבן די תפילות וואס שבתי צבי האט מוסיף געווען אינעם דאווענען, און וואס מען האט שפעטער מבטל געווען.

ובזה החלו:

טוישן דעם דאווענען
דער אנגענומענער נוסח התפילה איז שטארק געענדערט געווארן אין די צייטן פון שבתי צבי, מען האט צוגעלייגט נייע תפילות. בעיקר האבן די תפילות זיך גערעדט פון ימות המשיח און רמזים אויף שבתי צבי.
נאך שבתי צבי'ס שמד האבן די רעשטלעך פון די שבתאים ארויסגעגעבן א גענצליך נייעם סידור מיט אן אייגנארטיגן נוסח התפילה, וואו זיי האבן אינגאנצן פארדרייט דעם דאווענען. איך ווייס נישט אויב דער דאזיגער סידור איז נאך ערגעץ בנמצא, עס איז באקאנט אז נאכן שמד האט מען מיט כח מבער געווען אלע זאכן וואס שמעקט נאר אביסל שבתאי'ש, אבער אדרבה! אויב איינער האט עפעס א ידועה אין דעם ענין, זאל ער זיך לאזן הערן.


הנותן תשועה
דער ערשטער טויש איז געווען דער "הנותן תשועה למלכים", וואס איז געווען איינגעפירט צו מאכן אין די בתי מדרשים נאכן ליינען לכבודו פונעם קעניג אין יענעם לאנד, אבער אצינד האט מען געטוישט דעם נוסח, און אנשטאט דעם נאמען פונעם קעניג האט מען אריינגעלייגט דעם נאמען פון שבתי צבי.
פאר'ן אינטערעס פון די ליינער ציטירן מיר דעם מערקווירדיגן נוסח (אמסטערדאם):
הנותן תשועה למלכים וממשלה לנסיכים ומלכותו מלכות כל עולמים, הקל נערץ בסוד קדושים רבה, לו הגדולה והגבירה, והתפארת והנצח וההוד כי כל בשמים ובארץ, עושה גדולות עד אין חקר ונפלאות עד אין מספר, הפוצה את דוד עבדו מחרב רעה, הנותן בים דרך ובמים עזים נתיבה, הנותן שמש לאור יומם חקות ירח וכוכבים לאור לילה רוגע הים ויהמו גליו, ה' צבקות שמו רם ונשא גדול גבור ונורא משפיל גאים עדי ארץ מגביע שפלים עדי מרום, המלך המרומם לבדו אלוקי עולם, מגדול ישועות מלכו ועושה חסד למשיחו לדוד ולזרעו עד עולם, הוא יברך וישמור וינצור ויושיע ויעזור ויצליח ויגדיל ויגביה וירומם וינשא למעלה למעלה לאדוננו המלך רב שבתי צבי משיח ה' משיח אלוקי יעקב, מלך מלכי המלכים ברחמיו ובזרוע עוזו ירים לנצח הודו וינשא מלכותו לעד בגבורתו על כסא כבודו ועל כל העולם כולו ינשא מלכותו כדכתיב אף אני בכור אתנהו עליון למלכי ארץ. מלך מלכי המלכים ישמור לו חסדו ובריתו לעד נאמנת לו, ישכיל ירום ינשא ויגבה עד מאוד, כדכתיב, כדול כבודו בישועתיך הוד והדר תשוה עליו, כי תקדמנו ברכות טוב תשות לראשו עטרת פז, וירד מים עד ים ומנהר עד אפסי ארץ: מלך מלכי המלכים ישמרהו ויחייהו לרעות ביעקב עמו ובישראל נחלתו להקים את שבטי יעקב ונצורי ישראל להשיב כדכתיב, ונשא נס לגוים ונפוצי יהודה יקבץ מארבע כנפות הארץ, והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים מארץ אשור והנדחים מארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקודש ובירושלים, ופדויי ה' ישובון ובאו ציון ברנה ושמחת עולם על ראשם ששון ושמחה ישיגו ונסו יגון ואנחה, כי נחם ה' ציון נחם כל חרבותיה וישם מדברה כעדן וערבתה כגן ה' ששון ושמחה ימצא בה תורה וכל זמרה, כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון, ונאמר כי לא בחפזון תצאון ובמנוסה לא תלכון כי הולך לפניכם ה' ומאסיפכם אלוקי ישראל, וכן יהי רצון ונאמר אמן.

מיר געפינען אויך אן אנדערן נוסח וואס פלעגט געזאגט ווערן אין די בתי מדרשים:
הנותן תשועה למלכים וממשלה לנסיכים ומלכותו מלכות כל עולמים, הקל הגדול הגיבור והנורא, נותן עוז בעזוז נוראות זרועו, עושה גדולות ימינו נאדרי בכח, המחרבת ים מי תהום רבה, השמה מעמקי ים דרך לעבור גאולים, המלך המרומם לבדו אלקי עולם, מגדיל ישועות מלכו ועושה חסד למשיחו, מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא שאין כמוהו מהעדא מלכין ומהקם מלכין, הכורת ברית לדוד עבדו לכונן את כסא ממלכתו עד עולם, הנותן בים דרך ובמים עזים נתיבה, הוא יברך וישמור וינצור ויעזור ויושיע ויעזור ויצליח ויגדל וירומם וינשא למעלה למעלה את המלך הגדול בחיר ה', הוא אדונינו הוא מלכינו הוא מושיענו הוא משיחנו, היושב על כסא ה' למלך דוד בן ישי נורא למלכי ארץ, הגבר הוקם על כל ברכה ותהילה, משיח אלקי ישראל אריה דבי אילעא וטביא דבי אילעא, הרב הקדוש צדיק ונושא הוא סולטאן שבתי צבי משיח אלקי יעקב, משיח ה', משיח בן דוד, משיח מלך קיים, משיח הגואל, משיח המושיע, משיח צדקנו, ירום הודו ותנשא מלכותו, ליה יהיב שולטן ויקר ומלכו וכל עממיא אומיא ולישנייא ליה ישמעון, שולטניה שלטן עלם די לא יעדא ומלכותיה די לא תתחבל, מלך מלכי המלכים ברחמיו ובזרוע עוזו ירום לנצח הודו, וינשא מלכותו לעד בגבורתו, קרנו תרום בכבוד ונזר אלקיו על ראשו, מלכים יראו וקמו שרים וישתחוו למען ה' אשר נאמן קדוש ישראל ויבחרהו, ויגדיל כסאו וכבודו בישועתו, ויאריך ימיו על ממשלתו, ויתן עוז למלכו וירם קרן משיחו, וידכא תחת רגליו כל שרי הממלכות, לפניו יכרעי קמיו, ואויביו אפר ילחכו, וישתחוו לו כל מלכים כל שרים יעבדוהו, ושונאיו ילביש בושת ועליו יציץ נזרו, וקוי ה' יחליפו כח, יהי שמו לעולם לפני שמש ינון שמו ויתברכו בו כל גוים יאשרוהו, ופדויי ה' ישובין ובאו ציון ברנה ושמחת עולם על ראשם ששון ושמחה ישיגו ונסו יגון ואנחה, וידעו כל ממלכות הארץ כי אתה ה' לבדך, לך ה' הגדולה והגבורה והתפארת והנצח וההוד, יראו עינינו וישמח לבנו בבנין בית קדשנו ותפארתנו מקדש ה' כוננו ידיך, וכן יהי רצון ונאמר אמן.

א טויט געפאר
דער סדר פלעגט זיין אז ווען מען האט געמאכט דער מי-שברך איז דער גאנצער עולם אויפגעשטאנען אויף די פיס און זיך צוגעהערט מיט גרויס יראת-הכבוד, און צום סוף האבן אלע געזאגט הויך אמן.

דער ציצית נובל צבי איז דן להלכה אויב מען מעג זיך אויפשטעלן ביים הנותן תשועה, ווייל זיך נישט אויפשטעלן קען זיך גרעניצן מיט סכנת נפשות, אויב מען וועט באמערקן אז ער איז נישט פון די מאמינים.

דער זון פונעם תוספות-יום-טוב, רבי יהודה לייב, האט געוויילט אין דער שטאט בודן, טערקיי, קומענדיג פון נעמיראוו (ווי באקאנט איז ער געפארן לערנען תורה אין נעמיראוו, צוזאמען מיט זיין חבר ר' שמואל, דער זון פון ר' מנשה בן ישראל. דארט איז ער געפאנגען געווארן דורך די וואנדאלן אין די גזירות פון ת"ח ות"ט, און איז אנגעקומען קיין טערקיי, וואו ער האט מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה פון שבתי צבי ימ"ש.).

ביי זיין באפרייאונג איז ער אריבערגעפארן די אלט-שטאט אויבן. עס איז געווען דעם ערשטן טאג סוכות ביים דאווענען, און ווען די שבתאים האבן געמאכט דעם "הנותן תשועה" האט רבי יהודה לייב זיך נישט געהאלטן ביים אויפשטעלן. מער האט אים נישט געפעלט. איינער פון די שבתאים האבן גענומען אן אייזערנע הענג-לייכטער און אים אריינגעשמיסן אין קאפ, ביז ער איז אויסגעגאנגען על קידוש-השם.

אן ענליכע מעשה איז פארגעקומען ווען ר' יעקב, דער פאטער פונעם חכם צבי, האט מתיר געווען צו הרג'ענען עמיצן ווייל ער האט זיך נישט אויפגעשטעלט ביים מאכן דעם מי שברך פאר שבתי צבי שר"י.

דוכענען
אין די ספרד'ישע קהילות איז איינגעפירט געווארן צו דוכענען יעדן טאג, אלס הכנה צו ביאת המשיח. ביז דאן איז דער מנהג געווען צו דוכענען נאר ימים טובים, אבער לכבוד שבתי צבי האט מען אנגעהויבן דוכענען יעדן טאג.

ווען שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט האט זיך געטאן א משא-ומתן צווישן די גדולים אויב מען זאל מבטל זיין דעם מנהג, וואס איז בעצם א מנהג טוב, אבער איז איינגעפירט געווארן א דאנק דעם עוכר ישראל שבתי צבי.

ובישועתך
אויך איז איינגעפירט געווארן צו זאגן יעדן טאג נאך שחרית, מנחה און מעריב קאפיטל כ"א אין תהילים, "ה' בעזך ישמח מלך", ווייל דאס ווארט "ובישועתך" איז בגמטריא שבתי צבי. נאך שבתי צבי'ס שמד זענען געווען קהילות וועלכע האבן נאך אנגעהאלטן דעם מנהג. דער נודע ביהודה (מהודורא קמא, חושן-משפט סימן ט"ז) שרייבט צו זיין תלמיד, ר' אלעזר פעלקעלס זצ"ל, דער בעל "תשובה מאהבה", וועלכער האט אים אנגעפרעגט איבער דעם מנהג אין זיין קהילה צו זאגן דעם קאפיטל נאכן דאווענען:

"ומה שכתב שנוהגין בעירו לומר אחר שיר של יום ואחר שיר מזמור לאסף עוד מזמור כ"א, ידע שזה נתפשט בכל המקומות ששכיחי האפיקורסים מאמינים בש"ץ שחיק טמיא, לפי שיש להם שם גימטריא ובישועתך גימטריא הטמא שלהם, ולכן יבטל מנהג זה שלא לחקות את הצדוקים, והמנורה שלפני העמוד שם, מן הסתם כל מה שעשה ונעשה עפ"י מינות שלהם, וג"כ טובים להסירו משם אם אפשר בלי מחלוקת."

אידישע איבערזעצונג:
דאס וואס דו שרייבסט אז מען פירט זיך אין זיין שטאט צו זאגן נאכן שיר של יום און שיר מזמור לאסף, אויך דאס קאפיטל כ"א, זאלסטו וויסן אז דאס איז נתפשט געווארן אין אלע מקומות וואו עס געפינען זיך די אפיקורסים די מאמינים אין ש"ץ שחיק טמיא, ווייל זיי האבן א גימטריא, ובישועתך איז גימטריא זיין נאמען. איבער דעם זאל מען מבטל זיין דעם מנהג, כדי נישט נאכצומאכן די צדוקים. אויך די מנורה פארן עמוד, מסתמא איז אלעס געמאכט געווארן דורך מינות, דעריבער איז גוט עס אוועקצונעמען פון דארט אויב עס איז מעגליך אן קיין מחלוקת.

מען טאר נישט טוישן
אין אמסטערדאם זענען געווען צוויי חזנים, יוסף דע פארו און עמנואל בן עטר, וועלכע האבן געמאכט צוויי שינויים אין דאווענען: אין דער תפילה פון יגדל האבן זיי אנשטאט "ישלח לקץ הימין משיחנו" געזונגען "שלח לקיץ הימין משיחנו"; אין די זמירות פון מוצאי שבת האבן זיי אנשטאט "אליהו הנביא יבא אלינו" געזונגען "אליהו הנביא בא אלינו". די צוויי חזנים זענען באשטראפט געווארן דורך דער קהילה, ווייל מען טאר נישט משנה זיין פון דעם אנגענומענעם נוסח פאר משיח קומט.

אני מאמין
פארן דאווענען איז געווען איינגעפירט צו זאגן:
"הריני מאמין באמונה שלימה באמונת אלוקי אמת אלוקי ישראל השוכן בתפארת ישראל, תלת קשרי דמהימנותא דאינן חד, הריני מאמין באמונה שלימה ששבתי צבי מלך המשיח הוא אמיתי."
צו די דרייצן אני מאמינ'ס האבן זיי צוגעלייגט דאס פאלגנדע:
"אני מאמין באמונה שלימה, שזאת התורה לא תהא מחולפת ולא תהיה תורה אחרת, רק המצוות בטילות אבל התורה תהיה לעולם ולעולמי עולמים".

די אלע זאכן זענען אויסער די נסחאות און די נייע תפילות וואס ער האט מתקן געווען אין זיינע חגאות, ווי צום ביישפיל זיין יום טוב פון שבעה עשר בתמוז, תשעה באב, און זיין שבת שבתון וואס ער האט געמאכט אין א פאלנער זונטאג. דערויף האט ער מחדש געווען נסחאות פון קידוש, מוספים, קריאת התורה, הפטורה, ברכות און נאך, אויסער די מנהגים וואס ער האט איינגעפירט ספעציעל פאר די ימים טובים. אבער דאס איז שוין אן אריכות, אויב דער ציבור וועט וועלן, וועל איך זיך נעמען די מיה און דאס אראפברענגען.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א הערצליכן דאנק הרב זיס, פאר'ן ערפילן אונזער פארלאנג.
מיר קוקען ארויס אויף נאך!


זיס האט געשריבן:אן ענליכע מעשה איז פארגעקומען ווען ר' יעקב, דער פאטער פונעם חכם צבי, האט מתיר געווען צו הרג'ענען עמיצן ווייל ער האט זיך נישט אויפגעשטעלט ביים מאכן דעם מי שברך פאר שבתי צבי שר"י.


קומט אויס אז דער פאטער פונעם חכם צבי איז געווען א פארברענטער ש"ץ ניק, און ווי דו האסט פעסטגעשטעלט בעפאר איז דאס געווען דער מציאות ביי גאנץ כלל ישראל.
איך קלער צי דעם חכם צבי האט מען א נאמען געגעבן נאכ'ן שבתי צבי?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

צבי איז געווען דער משפחה נאמען, און דער אמת'ער נאמען איז געווען שבתי.

זיין פאטער האט געהייסן ר' מרדכי צבי, ער איז געווען א גריכישע אשכנזי'שע איד. ער האט זיך אויסגעמישט מיט די ספרדים ווען ער איז געקומען וואוינען אויף איזמיר. זיינע ברידער האבן געהייסן "יוסף צבי" און "אליהו צבי". ער האט אויך געהאט א שוועסטער, עס איז נישט באקאנט צופיל פון איר, זי האט חתונה געהאט מיט אן עושר פון שטאט איזמיר.

בנוגע זיין מאמע'ס נאמען, איז נישט קלאר. פאראן וואס זאגן אז זי האט געהייסן "קלארע" אדער "קלארא". דאס איז זיכער אז שבתי צבי איז געווען שטארק צוגעבינדן צו איר, און ער האט געזאגט אז אויב מען גייט ארויף אויף איר קבר, איז דאס אזוי ווי מען גייט עולה רגל זיין אין בית-המקדש. מיט זיין טאטע'ן איז ער נישט אזוי נאנט געווען, ער האט אים כמעט קיינמאל נישט דערמאנט... מסתמא האט ער אריינגעשמיסן אין אים...

די פסיכילאגן וועלן באלד קומען א ראיה ברענגען דערפון אז דער פאטער מוזן גלעטן די קינדער, ווייל... קוק וואס איז געשען מיט שבתי צבי...

אינטערעסאנט צו באמערקן, אז נאכן שמד פון שבתי צבי האבן מענטשן מורא געהאט פון דער נאמען און דאס נישט געגעבן פאר די קינדער. אנדערע מענטשן האבן זיך געטוישט דעם נאמען אויף אנדערע נעמען. עס איז פאראן א שאלה אין איינע פון די ספרים, אז עס איז געווען א איד וואס האט נישט געהאט קיין קינדער און האט מורא געהאט אז נאך זיין שטארבן וועט זיין פרוי מוזן נעמען חליצה פון זיין ברודער וואס וואוינט ווייט אוועק, האט ער איר דעריבער געגעבן א גט בשעת ער האט שוין געהאלטן ביי גסיסה. שפעטער האט מען מברר געווען אז דער איד האט געהאט נאך א נאמען "צבי" און דער נאמען איז נישט געשטאנען אין גט, און עס איז דעריבער געווען א שאלה אויב דער גט איז כשר.

איך געדענק נישט דער פסק.
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

זיס האט געשריבן:אן ענליכע מעשה איז פארגעקומען ווען ר' יעקב, דער פאטער פונעם חכם צבי, האט מתיר געווען צו הרג'ענען עמיצן ווייל ער האט זיך נישט אויפגעשטעלט ביים מאכן דעם מי שברך פאר שבתי צבי שר"י.


מקור? קראנט?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ציצת נובל צבי
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

זיס, צוליב מאנגל אין צייט קען איך נישט שרייבן צופיל, אבער אזויפיל וואלט איך געבעטן איר זאלט פארברייטערן דעם ענין פון "דוכענען", ווי אזוי ס'איז געווען פארדעם און וואס איז געווארן נאכדעם, ובעיקר וואס איר האט דערמאנט דעם חילוק צווישן די ספרדים און אשכנזים.
ס'ליגט מיר אין קאפ אז ווען די ציונים האבן אנגעהויבן צוניצן דעם "מגן דוד" אלס זייער סימבאל, האט מען זיך געברענגט א ראי' פון דוכענען אינדערוואכן אין חו"ל, וואס כאטש ס'איז א חשובע זאך אבער וויבאלד דער ש"ץ ימ"ש האט עס איינגעפירט אפי' ס'איז א גוטע זאך האט מען עס מבטל געווען. (אפשר שטייט עס אין ויואל משה? איך געדענק נישט).
(אגב, דער גאנצער מקור פונעם מגן דוד איז דא וואס זאגן אז ס'איז בכלל נישט קיין הייליגער, נאר ס'קומט פון די קראים, ואין כאן המקום להאריך).

לגבי דער תנא שמעון, און צו ער האט געמאכט דעם נשמת. האב איך אמאל געהערט א טעיפ פון א ניטל שיעור פון "סיני מלבוצקי", ווי ער צולייגט זייער שיין און קלאר די זאך.

ס'כאפט א פחד צו הערן אז מ'האט געהרגעט מענטשן בלויז פארן זיך נישט 'אויפשטעלן' ביים זאגן דעם הנותן תשועה. (ס'איז מיר אביסל שווער פארוואס האבן זיי נישט געקענט ארויסגיין פאר אפאר מינוט און פטור אן עסק. צו וואס האט מען געמוזט דארט בלייבן און ריזיקירן מיטן לעבן?)

נאך איין ווארט איידער איך לייג אראפ, ווען מ'זעהט אייערע וווערטער און וואספארא חורבן דער ש"ץ האט אנגעמאכט ביי כלל ישראל, פארשטייט מען שוין אביסל בעסער דאס שטארקע התנגדות פונעם גר"א ותלמידיו צום דרך הבעש"ט, און פארוואס זיי האבן אזוי מורא געהאט פון דעם נייעם "כת החסידים". (ווי ביי יעדע מחלוקת, איז זיכער געווען אפאר צינדערס און מישערס וואס האבן סתם געזוכט צו פארקאכן א קאשע, אבער די הייליגע גאונים און צדיקים האבן עס זיכער געמיינט לש"ש).
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

זיס האט געשריבן:ציצת נובל צבי


אצינדער וואלט געווען מן הראוי לברר מקחו של צדיק על מה ומה הוטבעו אדנותיו ווי אזוי האט ער עס מברר געווען להלכה אז דער איד איז חייב מיתה, אן קיין עדים והתראה און אויף וואסערן חטא?

גראדע וואלט מען געקאנט זאגן אז דאס איז געווען מדין מורד במלכות, שווער צו זאגן.

נאך א זאך וואס מען דארף ווען געוואויר ווערן, צי די צדיקים פון יענעם דור האבן געזען אין אים דער "והריחו ביראת אלוקים" וואס כמבואר בגמרא (גיטין?) איז דאס געווען די סיבה וואס רבי עקיבא האט אפגעלאזט בר כוכבא. און בכלל, ער האט דאך איינגעפירט אזויפיל זאכן נגד פשטיות התורה, וויאזוי גייט דאס צוזאמען מיט די תנאים וואס דער רמב"ם שטעלט אוועק וועגן משיח'ן?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

imzist האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:ציצת נובל צבי
נאך א זאך וואס מען דארף ווען געוואויר ווערן, צי די צדיקים פון יענעם דור האבן געזען אין אים דער "והריחו ביראת אלוקים" וואס כמבואר בגמרא (גיטין?) איז דאס געווען די סיבה וואס רבי עקיבא האט אפגעלאזט בר כוכבא. און בכלל, ער האט דאך איינגעפירט אזויפיל זאכן נגד פשטיות התורה, וויאזוי גייט דאס צוזאמען מיט די תנאים וואס דער רמב"ם שטעלט אוועק וועגן משיח'ן?


אז מען גלויבט שוין האט מען שוין אלעס געגלויבט
זעה דא פאר א שילדערונג בשעתו פון די מאמינים: (ספר אבן התועים, תולדות ש"ץ) [זעה דעם לעצטן שטיקל אויף דעם עמוד]
אטעטשמענטס
שצ.jpg
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

טאבאקא האט געשריבן:לגבי דער תנא שמעון, און צו ער האט געמאכט דעם נשמת. האב איך אמאל געהערט א טעיפ פון א ניטל שיעור פון "סיני מלבוצקי", ווי ער צולייגט זייער שיין און קלאר די זאך.

פארוואס רופט אים דער תנא שמעון?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

טאבאקא האט געשריבן:
נאך איין ווארט איידער איך לייג אראפ, ווען מ'זעהט אייערע וווערטער און וואספארא חורבן דער ש"ץ האט אנגעמאכט ביי כלל ישראל, פארשטייט מען שוין אביסל בעסער דאס שטארקע התנגדות פונעם גר"א ותלמידיו צום דרך הבעש"ט, און פארוואס זיי האבן אזוי מורא געהאט פון דעם נייעם "כת החסידים". (ווי ביי יעדע מחלוקת, איז זיכער געווען אפאר צינדערס און מישערס וואס האבן סתם געזוכט צו פארקאכן א קאשע, אבער די הייליגע גאונים און צדיקים האבן עס זיכער געמיינט לש"ש).


האסט דא אנגעכאפט זייער א וויכטיגע נקודה, א זאך וואס וואלט ראוי געווען אן אשכול פאר זיך.

הונדערט פראצענט! דער גאנצער התנגדות אויף חסידות איז געקומען נאר צוליב ש"ץ. אויב וואלט נישט געווען אזא זאך ווי שבתי צבי וואלט קיין התנגדות קיינמאל נישט געווען - אידן זענען געווען דעמאלס געפערליך אפגעבריט און מען האט געציטערט פון א נייעם שבתי צבי. אינעם אשכול "היסטאריע פון חסידות" האב איך דאס אנגערירט, אבער לדבאונינו האט די הנהלה אראפגענומען דעם גאנצן אשכול מיט אלע תגובות (דאס האט זיי געקאסט א שרייבער דא אין קרעטשמע מיטן נאמען "אלדד" וואס איז אזוי באליידיגט געווארן אז ער האט אויפגעהערט שרייבן דא).

ביז היינט זענען נאך פאראן משוגעים וואס טענה'ען אז דער בעל שם טוב האט גענומען זיינע זאכן פון שבתאות, אדער איז ער אביסל נשפע געווארן פון שבתאות (עפל).

למען האמת וואלט מען געדארפט פארברייטערן דעם נושא און שרייבן פונקטליך וואס די התנגדות איז געווען און וואס דאס האט געהאט צוטון מיט ש"ץ, אפשר, עוד חזון למועד.

ייש"כ טאבאקא פארן אויפברענגען דעם נושא.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום מאנטאג אקטאבער 18, 2010 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אויב ביזטו נאך פארבליבן דא טראץ די מאסיווע מעקונגען דעמאלט איז דער מצב נאכנישט אזוי געפערליך.
ותודה על זה.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”