שרייבן חידושי תורה, איז דאס א ענין, מצוה, אדער גאר א חיוב?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

שרייבן חידושי תורה, איז דאס א ענין, מצוה, אדער גאר א חיוב?

תגובהדורך מצטט » זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:27 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:
אלס זיין ערשטער חיבור, שרייבט ער דארט א לאנגע הקדמה בשייכות דאס חשיבות פון דרוקן חידושי תורה. בתוך הדברים שרייבט ער דארט גאר אן אינטערסאנטע זאך. ער ברענגט בשם דעם לב ארי' אז בזמן שביהמ"ק הי' קיים ווען א מענטש האט מקריב געווען א קרבן האט ער קרבן מכפר געווען, בזמן הזה, זאגט דער לב ארי', ווען א מענטש שרייבט אראפ אין א ספר וואס ער לערנט א געוויסער חידוש, רעכנט זיך אים די כתיבת החידוש במקום קרבן וכיפר לו. לייגט ר' חיים צו, אז דערפון לערנען מיר ארויס אז ביים דרוקן חידושים, וועלכע האלטן זיך מער און לענגער פון א שריפט, אז עס רעכנט זיך פארן מחבר ווי גאר א חשובער קרבן. ובלשונו הק': "כי הו"ל מקיים את הקרבן אשר הקריב את קרבנו ריח ניחוח לה' יקריב אותו לרצונו"
**


איך געדענק אז ר' משה בער בעק האט א לענגערע שמועס אין זיין ספר יסודות הבית היהודי, ווי ער ברענגט דארט ארויס, מיט א שארפקייט אז סאיז זייער הארב נישט צו שרייבן יעדע ביסל חידושי תורה וואס איז עולה על הרעיון, ווי סליגט מיר אין קאפ ברענגט ער עס ממש ווי א איסור, פון אל תמנע טוב מבעליו
אויך איז ידוע פון כמה צדיקים וואס על אף זיי האבן מקפיד געווען אז מזאל נישט דריקן זייערע ספרים, מטעמים כמוסים, דאך האבן זיי עס אפגעשריבן בעפארן פארברענען אדער באהאלטן, זה בכה וזה בכה,
אזוי ווערט פארציילט אויף הרה"ק ר' משה ראזוואדאווער זצוק"ל, (גראדע זיינע חידושים האט עפעס יא איינער געדריקט לכבוד א שמחת נישואין, און סהאט געשאט די קפידא,)

סאיז מיר אינטערסאנט צו וויסן נאך וואס רעדן דערווען מער באריכות, און די מקורות פונעם ענין,
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 28, 2011 9:04 pm

סאיז דא אסאך, ועיי' בס' שיעורי בנין שמעון על חג השבועות להה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א מקר"י על חג השבועות (י"ל בשנת תשס"ח כמדומה לי), ועי' בשומע תפלה לר' ישעי' צבי בראווער (ח"א כמדומה לי)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

שוטה
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אוגוסט 28, 2011 10:45 pm

דער חת"ם סופר אין די תשובות [או"ח ריש סי' ר"ח] זאגט א אינטערעסאנטע חידוש, אז איינער שרייבט [דרוקט] א ספר שלא לשמה איז ער עובר א איסור דאורייתא פון דברים שבע"פ אי אתה רשאי לכותבן, ווייל מ'האט עס דאך נאר מתיר געווען וועגן עת לעשות לה', ועיי"ש בארוכה אז אויב מיינט מען עס לש"ש זאל מען זיך נישט צוריקהאלטן מפני המלעיגים.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » זונטאג אוגוסט 28, 2011 11:15 pm

די שאלה איז וואס מיינט דאס וואס חידושי תורה? איז יעדע רמז אדער קרומע פשט און מליצה אין א פסוק אדער גמרא א חידוש וועלכע מען איז מחויב צו פארשרייבן אדער אסאך בעסר וואלט געווען ווען עס וועט פארגעסן ווערן?

חידושי תורה מיינט, לפענ"ד, א הסבר אויף א מצוה, אויף א שווערע פסוק/חז"ל/ראשון/אחרון. אבער נאר דברים של טעם מיט א הבנה, ניט גקוועצטע זאכן.

אדער, א דין מחודש, וכידוע פון הגר"ח מולוזין זצ"ל.
לשמור ולעשות ולקיים

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:17 am

עיין ספר שמע ישראל האט א שיינע ליקוט דערויף
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:25 am

מצטט האט געשריבן:[
אזוי ווערט פארציילט אויף הרה"ק ר' משה ראזוואדאווער זצוק"ל, (גראדע זיינע חידושים האט עפעס יא איינער געדריקט לכבוד א שמחת נישואין, און סהאט געשאט די קפידא,),


די תורות פון הה״ק מראזוואדאוו זענען נאך בכתב יד עפ״י צוואתו, והם אצל יורשי כ״ק אדמו״ר ר׳ יהודה מסטיטשין זצ״ל
עטליכע ברעקלעך פון די תורות זענען געדרוקט געווארן אין ספר צל הקודש ראפשיץ על חג הסוכות
ווען דער סאטמארער רבי בעל ויוא״מ זי״ע איז געווען באזוכן ביי ש״ב כ״ק אדמו״ר מסטיטשין זצ״ל האט ער עס אים געוויזן די כתבי קודש פון (זיין עלטער שווער בזיוו״ר) הה״ק מראזוואדאוו

די זעלבע איז מיט די תורות פון הה״ק בעל שם שלמה ממונקאטש וועלכע ווערן כמעט נישט געדרוקט עפ״י צוואתו והם עדין בכת״י אצל נכדו האדמו״ר ממונקאטש שליט״א 

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:43 am

אז מרעדט שוין, לאמיר דערמאנען צוויי פון זיינע תורות ווערט דערמאנט אין זיין שווערס ספרים
איינס איז אין רב טוב (דאכט זיך אין פרשת בא,?) ער שרייבט דארט מאת חתני "הקדוש", און נאך ערגעץ.

(דער ייטב לב איז געווען זייער צוקאכט מיט דעם איידעם, ער איז אפילו געקומען אמאל צו איהם אויף שבת, כך מונח לי בזכרוני, יתכן שכבר נטשטש)


צוריק צום ענין
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:47 am

מי יודע האט געשריבן:עיין ספר שמע ישראל האט א שיינע ליקוט דערויף


אויב מעגליך, זיי אזוי גוט און זיי מזכה דעם עולם מיט אביסעלע מער פרטים,

אין היברו בוקס גיט ער מיר פיר שמע ישראל

פון וועלכע רעדסטו?

און וואו אינעם ספר????
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 10:23 am

נאכקוקענדיג אביסל אין די ספרים שמע ישראל שעל ידי היברו בוקס זעה איך עס נישט דארט, (למעשה האט ער דארט נאר פון ר' ישראל חיים סאמעט פון קליינוווארדיין ע"ה, די פיר איז נאר צוויי חלקים און צווי מאל איבערגעדריקט די זעלבע זאך)

פון וועלכן שמע ישראל רעדסטו?
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 10:32 am

mitzva man האט געשריבן:
אדער, א דין מחודש, וכידוע פון הגר"ח מולוזין זצ"ל.


וואס מיינסטו מיט דעם?
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:13 pm

מצטט האט געשריבן:
mitzva man האט געשריבן:
אדער, א דין מחודש, וכידוע פון הגר"ח מולוזין זצ"ל.


וואס מיינסטו מיט דעם?


"כל תפלתי מעודי הייתי נותן עבור דין אחד מחודש מן הגמרא" - מרן הגר"ח מולוזין ז"ל
לשמור ולעשות ולקיים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:18 pm

איך האב אמאל געזעהן און א פריעריגען ספר שטיין, אז היות ששים רבוא אותיות יש בתורה כנגד ששים רבוא נשמת ישראל, און יעדער איד קען מחדש זיין חידושים וואס קיינער אויסער אים קען דאס נישט, דעריבער אויב ער טיילט עס נישט מיט די וועלט און שרייבט עס נישט אפ איז ער א גוזל את הרבים
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:27 pm

איך האב ביי מיר א גאנצע ליקוט מענין זה, איך וועל עס אי"ה ארויפשטעלן לכשאפנה.

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:35 pm

אויך דארף מען גאר שטארק נזהר זיין ניט צו זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. ועיין מה שכתבו הראשונים לגבי המתרגם פסוק כצורתו, ואכמ"ל. ווי עס איז בקאנט האט דער בריסקר רב ז"ל גציטערט פאר דעם.

כמה וכמה טייטשן זענען בכלל דעם איסור.

איך וואלט גטוישט דעם קעפל פון דעם אשכול "שרייבן חידושי תורה, איז דאס א ענין, מצוה, חיוב אדער גאר א איסור?"
לשמור ולעשות ולקיים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:42 pm

רעדט מען דען פון שרייבען חדושי תורה להלכה? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 pm

מען דערציילט אויף א גרויסע ראש ישיבה אז א בחור האט אים געזאגט זיינס א חידוש, פרעגט אים דער ראש ישיבה: וואס דריקט דיר צו זאגען דער חידוש? פרעגט אים דער בחור צוריק: וואס באדארט דער ראש ישיבה דאס חידוש? ענטפערט אים דער ראש ישיבה ווייל איך האב געזאגט דאס זעלבע חידוש. פרעגט אים דעיר תלמיד: און וואס האט געדריקט דער ראש ישיבה צו זאגען דעי חידוש? ענפערט אים דער ראש ישיבה: אז איך האב געמוזט זאגען א שיעור האב איך נישט געהאט קיין ברירה נאר געמוזט זאגען דער חידוש, אבער די דארפסט דאך נישט זאגען א שיעור איז וואסזע דריקט דיר צו זאגען אזא חידוש? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:06 pm

SPUSMN האט געשריבן:רעדט מען דען פון שרייבען חדושי תורה להלכה? ו


טעות.

דער דין פון מגלה פנים בתורה שלא כהלכה רעדט מען ניט דוקא פון להלכה אדער למעשה.

ועוד, עניני השקפה באמונות ודעות זענען נאך צומאל הארבער פון הלכות אין מצות מעשיות, דא רעדט מען פון עיקרי אמונה וועלכע זענען גאר גאר חמור.
לשמור ולעשות ולקיים

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:11 pm

באגי מען האט געשריבן:איך האב ביי מיר א גאנצע ליקוט מענין זה, איך וועל עס אי"ה ארויפשטעלן לכשאפנה.


מיר ווארטן שוין אויס אויף דעם, לאמיר האפן אז מיר וועלן נישט לאנג ווארטן..............
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:24 pm

mitzva man האט געשריבן:
איך וואלט גטוישט דעם קעפל פון דעם אשכול "שרייבן חידושי תורה, איז דאס א ענין, מצוה, חיוב אדער גאר א איסור?"


סאיז דא נאך ענינים וואס מען דארף נזהר זיין ביים שרייבן חידושי תורה, ווי למשל שרייבן בשם אומרו, ווי די גמרא זאגט האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם, שהרי אסתר וכו'

שרייבענדיג דערמאן איך זיך וואס איך האב אמאל געהערט , דוכט זיך א פאסיג ווערטל.

די פסוק זאגט אין משלי עשות ספרים הרבה אין קץ, האט ער געטייטשט, פון וואנעט האט ער צו מאכן אזויפיל ספרים, אלא מאי געגנב'ט פון דעם און פון יענעם, און זאגט עס בשם עצמו, און קיי"ל כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם, והתורה נוטריקון היא, ומכלל הן אתה שומע לאו, אויב אזוי חס ושלום איז מען מעכב די גאולה, שטימט דאך דער פסוק כפתור ופרח, עשות ספרים הרבה, אז איינער איז עוסק אין מאכן "אסאך" ספרים, יעדער איינער בשמו, אין קץ, דאס איז רח"ל גורם זאל נישט קומען דער קץ, ודפח"ח


אבער עכ"פ ווען מען איז שוין זהיר ונזהר אין די אלע ענינים המפורטים פה ואשר איננו מפורט פה, דארף מען וויסן אפצושרייבן דעם חידוש, ווי ווייט איז דער ענין, איז עס נאר בגדר ענין, מצוה, אדער גאר חיוב,???
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:44 pm

mitzva man האט געשריבן:
"כל תפלתי מעודי הייתי נותן עבור דין אחד מחודש מן הגמרא" - מרן הגר"ח מולוזין ז"ל


טענקס
לעצט פאראכטן דורך מצטט אום מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:45 pm

מען דערצייט אז רבי קאפל רייך זצ"ל, בודופעסטער רב, האט געזאגט אז ער האט מורא צו דריקען זיינע חדושים, ווייל חדושים וואס ער האט שוין געזאגט פאר זעכציג יאר צוריק האט מען דענמאלץ געדריקט און אנדערענ'ס נעמען, און אויב ער זאל עס יעצט דריקען, וועט מען זאגען אז ער האט עס געגנב'ט פון זיי! ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:48 pm

לקט מאמרים
במעלת כתיבת והדפסת חידושי תורה


~ פרק א' ~
חיוב לחדש חידושי תורה


~ א ~
חוב לחדש חידושי תורה

לכל איש ישראלי החוב עליו לחדש בדברי תורה, ואם אין בכוחו להיות מן החריפים לפלפל מעצם תבונתו, יקיים ע"י שילמד בספרים או שישמע מחכמים חידושי תורה.
[בית פינחס, קונטרס דרושי חפץ, אות כ', ד"ה מבואר]

~ ב ~
יעמול בכל כוחו לחדש חידושי תורה

וכל אדם אינו חייב אלא כשיעורו, רק שיעמול בכל כוחו לחדש חידושי תורה, דהיינו להקשות ולתרץ בתנ"ך ובש"ס או לפרש פירושים בפרד"ס על תנ"ך וש"ס.
[פלא יועץ, ערך חידוש]
~ ג ~
צריך להוליד פירות ולחדש חידושים

בא התנא להזהיר על מי שהוא יושב ללמוד ותורתו אומנתו, דלא יספיק לו בלימוד מה שכתוב בספרים דהיינו גירסא בעלמא, אלא צריך להוליד פירות ולחדש חידושים ולהוציא דבר מתוך דבר.
[וזאת ליהודה, אבות פ"א מט"ז]
~ ד ~
צריך לראות ללמוד בכל יום איזה חידוש

מצות פריה ורביה בתלמוד תורה, שלא יהיה שכלו עקר שאינו מוליד, וצריך לראות ללמד כל יום חידוש שלא ידע מקודם. וארז"ל דלא מוסיף יוסיף, ומה טוב אם יחדשנו הוא עצמו, ובזה מאיר עיניו באור תורה.
[סידור האריז"ל (מר"ש מרשקוב), בהלכות דרך ארץ, דף קכ"ב]
~ ה ~
עוד בענין הנ"ל

צריך שיחדש בכל יום מה שלא חידש מקדמת דנא.
[אור צדיקים למהר"ם פאפירש, פ"ב, ה']
~ ו ~
יהא אדם זהיר לחדש חידושי תורה

יהא אדם זהיר לחדש חידושי תורה ויראה להשיג יותר מהשגתו ויתפלל למי שהחכמה שלו, דכשם שחייב אדם בפריה ורביה, כך חייב אדם בפריה ורביה בתורה, שנאמר ישרצו המים ואין מים אלא תורה, ויהא זהיר לחדש חידושים להיותם חקוק על לבו, והוא עטרה לראשו כשהולך לעולמו, וחרפה ובושה גדולה לנשמתו כששואלין אותו מה חידש בלימודו ואינו יודע, וזה רמזו חז"ל כל השוכח דבר אחד ממשנתו וכו'. וכן שמעתי אומרים על הרב רבי שמואל קאיידונובר ז"ל (ה"ה בעל ברכת הזבח על סדר קדשים, ברכת שמואל עה"ת, תפארת שמואל על הרא"ש, שו"ת אמונת שמואל, אביו של בעל קב הישר זצ"ל) שמצאו אותו חוזר חידושיו בעת קבוע.
[שבט מוסר פרק כ', אות כ"ו]
~ ז ~
יתאמץ בחשק גדול לחדש

אם יכול לחדש בתוה"ק יתאמץ בחשק גדול לכבוד השם יתעלה לחדש, ויתעטף באהבה נפלאה על שזיכהו השי"ת לזה.
[הנהגת הבעל ישמח משה]
~ ח ~
צריך לעיין ולהתבונן ולחדש חדשות

לא סגי כשלומד אדם כל הכתוב לפניו, אלא צריך לעיין ולהתבונן למצוא דעת קדושים ולחדש חדשות, כי יש לכל אחד חלק התורה הצפון לו, ומקום הניחו לו מן השמים, כי הוא חלקו ומן השמים זכה בו והי' צפון לו.
[הקדמת הכתב סופר לספרו עמ"ס גיטין]
~ ט ~
מצוה על כל חכם לחדש בתורה כפי יכלתו

ודע כי דברי רז"ל דברי אלוקים חיים, ואין לסתור אותם, אבל מצוה על כל חכם לחדש בתורה כפי יכלתו.
[רמב"ן הק', בספרו האמונה והבטחון פ"ד]


~ פרק ב' ~
מעלת המחדש חידושי תורה

~ י ~
חידושי תורה הוא כדמות רוח הקודש

בשעת מתן תורה יצא השפע מאתו יתברך, והשפיע על הר סיני כל התורה כולה, שבכתב ושבעל פה, מדרש ואגדה, הכל נאמר לו למשה מסיני, ואותו השפע קיים לעולם ועד, וכל תלמיד ותיק העוסק בתורה לשם שמים, השפע ההוא מחזיר עליו ונח עליו, וזוכה לחדש חידושי התורה על ידי השפע ההוא, שהוא כדמות רוח הקודש.
[תורת חיים, בבא מציעא פ"ה ע"א]
~ יא ~
עוד בענין הנ"ל

כל המכוון לכוונת אמת לחדש בחידושי תוה"ק זהו ג"כ בכלל רוה"ק ונבואה.
[שו"ת דברי חיים, סימן ק"ה]
~ יב ~
גורם שמחה לנשמתו

ידוע שכל המחדש חידושים בתורה, נפשו שמחה עליו ביותר מהלומד בלי חידוש, כנודע למחדשים בתורה, ונמצא שחידושי תורה גורמים שמחה גדולה לנשמה.
[מדרש תלפיות ענף חידו"ת]
~ יג ~
חשוב מאוד בשמים ממעל – נעשה שותף להקב"ה

ידוע מעלת המחדש חידושי תורה שהוא חשוב מאוד בשמים ממעל עד שאמרו בזהר הקדוש (בהקדמה דף ד.) שבונה שמים חדשים, ועליו הכתוב אומר (ישעי' נ"א ט"ז) לנטע שמים וליסוד ארץ ולאמר לציון – שערים המציונים בהלכה – עמי אתה. אל תקרי "עַמִי", אלא "עִמִי", שנעשה שותף להקב"ה.
[פלא יועץ, ערך חידוש]
~ יד ~
שמירה לרמ"ח אברים ושס"ה גידים

מלאך הנברא מהחידוש שמחדש הוא מועיל לכל הגוף לרמ"ח איברים ולשס"ה גידים.
[וזאת ליהודה, אבות פ"א מט"ז]
~ טו ~
מבטל גזירות רעות

נמצא בספר הק' נועם אלימלך של מורנו נבג"מ, שכתב שזה הענין הוא לצורך המתקת הדינין וביטול צרות רעות, דהיינו הגם שנגזר על אחד בעוה"ז, אבל כשהצדיק מחדש חדשים ובורא עולמות חדשים ושם לא היתה הגזרה כלל וחלף והלך לו.
[עבודת ישראל, ליקוטים]
~ טז ~
עוד בענין הנ"ל

תלמיד חכם שיש לו יד לחדש חידושי תורה, יש לו בכח לבטל גזירות רעות בתפלתו.
[שערי אברהם, עמוד נ"ד, בשם אא"ז בהקדמת ספרו ברית אבות, בשם ספר מעין החכמה]
~ יז ~
עוד בענין הנ"ל

כח זה שניתן לחכמי הדור לבטל גזירות הקב"ה ולהשפיע ברכות לבני ישראל, זהו רק אותם החכמים שמחדשים חידושי תורה.
[כרם שלמה, חנוכה, דף נ"ז]
~ יח ~
דומה כמו שמשמיעין אותו מן השמים

אשרי מי שמתחדש ד"ת על פיו, וכל מי שמתחדש דברי תורה על פיו דומה כמו שמשמיעין אותו מן השמים.
[תנא דבי אלי', סוף פרק עשירי]
~ יט ~
מועיל לשכחה

נולד לן מנהג זה לחדש חידושים יותר מדאי, וכל אחד בונה במה לעצמו, זה בכה וזה בכה, אפשר לחפש לן זכות, שגזרו כן גאוני קדמונינו ז"ל, שראו שכחה שגוברת בעו"ה בעולם, ואי אפשר לאוקמא גירסא, אכן ע"י החידושים בכל דף ועמוד, ע"י זה זוכר הכל, ומילתא דתמי' מידכר דכירא, והנסיון מעיד לנו על זה, ויודע אני בעצמי, וא"כ אף אם החידוש אינו נכון כל כך, מכל מקום מועיל לשכחה כנ"ל.
[חתם סופר, שבת ל"ח.]
~ כ ~
על חידו"ת יש שכר באי עלמא

על עסק התורה שהאדם מחדש מדעתו הרי זה בכי יתן שכרו אף בעוה"ז.
[שמע ישראל ח"ג, דרך החיים, בשם ספר בני משה פר' פנחס]
~ כא ~
עוד בענין הנ"ל

מה שהאדם מחדש נקרא תורתו, וע"ז יש שכר בהאי עלמא.
[חמדת ישראל, בחוקותי]


~ פרק ג' ~
חיוב כתיבת חידושי תורה

~ כב ~
יהיה זריז לכותבו

כשיראה או כשישמע דברי חידוש יהיה זריז לכותבו, ולא ימתין עד שישכח מלבו.
[ארחות צדיקים, שער ט"ו]
~ כג ~
יכתוב החידושים

יכתוב החידושים לשמו הגדול, שלא ילכד במצודת השוכח דבר א' ממשנתו ח"ו.
[הנהגת הבעל ישמח משה]
~ כד ~
קנה לך חבר

וקנה לך חבר דהיינו קנה - קולמוס יהא לך חבר, כדי לכתוב בו חידושי תורה.
[מאירי, אבות פ"א מ"ו]
~ כה ~
עוד בענין הנ"ל

וקנה לך חבר היינו הקולמוס הנקרא קנה, שעיקר זכירת האדם הוא כשהוא כותב מה שלמד, דכתיב (משלי ז', ג') קשרם על אצבעותיך כתבם על לוח לבך, וכל מה שלומד כל יום יחזור ביום צ"א כי הלומד ושוכח חייב מיתה.
[סידור האריז"ל (מר"ש מרשקוב), בהלכות דרך ארץ, דף קכ"ב]
~ כו ~
המונע עצמו מכתיבת חידו"ת, הרי זה גוזל ממי שגילה לו

וכל מי שגילה לו הקב"ה דבר ואינו כותבה ויכול לכתוב, הרי גוזל ממי שגילה לו, כי לא גילה לו אלא לכתוב, כדכתיב (תהלים כ"ה, י"ד) "סוד ה' ליראיו ובריתו להודיעם", וכתיב (משלי ה', ט"ז) "יפוצו מעינותיך חוצה", וזהו שכתוב (קהלת י"ב, י"ד) "יביא במשפט על כל נעלם" שגורם שנעלם, "אם טוב" שגילה לו, "אם רע" שאינו כותבה.
[ספר חסידים, תק"ל]
~ כז ~
עוד בענין הנ"ל

חיוב הוא לכתוב חידושי תורה אף שלא לשמה, דאם לא יכתוב גוזל הוא בזה את הרבים.
[לבוש מרדכי, הקדמה למס' ב"ק]
~ כח ~
אם אינו כותבו עתיד ליתן את הדין

וראיתי בספר רבינו אפרים על התורה (פר' תשא) שכתב בשם רבי אלעזר מגרמייזא ז"ל, שכל מי שמגלין לו רזי תורה מן השמים ואינו כותבו, עתיד ליתן את הדין.
[פ' ברית עולם על ספר חסידים, שם]
~ כט ~
עוד בענין הנ"ל

עתיד אדם ליתן את הדין על שגילו חידושי תורה ולא כתבם, שלא גילו לו אלא על מנת שיכתבם ויהנו ממנו, ולימטי ליה הנאה, שיהא שפתותיו דובבות בקבר.
[שם, אות ח']
~ ל ~
עיקר הלימוד שנעשה בו רושם, הוא הלימוד הבא מכתיבת ידו

היו אומרים אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו (כתובות ע"ז ע"ב), יש לפרש כי עיקר הלימוד ושנעשה בו רושם הוא הלימוד הבא מכתיבת יד, אשר על כן נקראו החכמים סופרים.
[מהרש"א, חי' אגדות ב"ב דף י' ע"ב, ד"ה שהיו]

ובספר חק המלך (עמ"ס פסחים, בהקדמה) ביאר לפי דברי המהרש"א הנ"ל את הפסוק (דניאל י' כ"א) "אגיד לך את הרשום בכתב" וגו', וכתב שם במצודות ציון דכל כותב נקרא רושם, ולפי דברי המהרש"א י"ל דזהו משום שהכתיבה עושה רושם, לא רק על הנייר, אלא גם על האדם הכותב עצמו.
~ לא ~
כתיבת חידו"ת, כדי שלא יהא מתחייב בנפשו

אל יקל בעיני האדם איזה דיבור שיכול ללמוד או איזה חדוש שחידש בתורה, אפילו שהוא קטן אל יקטן לו בעיניו אלא יגדלהו ויחשבהו בעיניו, דזהו מביאו לטרוח לחדש עוד, עד שירגיל ויחדש חדושים גדולים וסודות נפלאים, ויטע בכל העולמות נטיעות ואילנות גדולות מחדושי תורתו, עד שיעשו גנות ופרדסים, וילמוד מן הזורע זרע קטן כחרדל זורעים אותו ונעשה אילן גדול השרשים וענפים ועלין ופירות ונוטעים מענפיו נטיעות עד שנעשים גנות ופרדסים לרוב. ומי גרם לכל זה, שלא הקטין האדם הזרע בעיניו לבזותו ולפרקו להשליכו אלא נתגדל בעיניו וזרעו ושמרו עד שגרם לכל זה, כך החדוש בתורה אפילו קטן הוא כזריעה כמדובר והדבר מובן.
ומה טוב ומה נעים כל חדוש שיחדש האדם בתורה אפילו חדוש קטן להעלותו כרגע על הספר בדיו למען יעמוד ימים רבים שלא ישכחהו, כמו שראיתי בהקדמת ספר אחד (עיין בספר חסידים) שאדם שאינו כותב חדושיו בתורה בעבור שהוא קטן בעיניו עתיד לתת דין וחשבון על זה, משום שאומרים לו, בפנקס הסחורות כותב אדם מה שחייבים לו וחייב לאחרים אפילו עד חצי פרוטה, אומרים לו וכי יותר חביב היה בעיניך חצי פרוטה שכתבת אותה שלא לשכוח לאבדה מחדוש של תורה אפילו שיהיה קטן. לכן צריך אדם לכתוב כל מה שמחדש בתורה שלא ישכח אפילו חידוש קטן.
ונראה דזהו שארז"ל (כתובות ע"ז ע"ב) אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו, ירצה תלמודו דייקא, שמביא בידו כל מה שלמד וחידש שלא שכחו וכיצד שכתבו, שעל ידי כך אינו נשכח אותו חדוש מן העולם ומוליכו בידו במותו. וזהו גם - כן כוונת התנא (אבות פ"ג מ"ח) כל השוכח דבר אחד ממשנתו כאלו מתחייב בנפשו, שהכוונה כל השוכח דבר אחד ממשנתו דייקא, שהוא משנתו שחידש, וכיצד לא ישכח, יכתוב אותו על הספר, שכל זמן שישכח רואה ויזכור.
ויש תועלת גדול מחדוש אפילו קטן, לקשר עמו איזה ענין או לבוא להבין עמו ענין גדול. והוא משל לאבנים הקטנים שמשימין בבנין אבנים גדולות בין אבן לאבן להעמיד הבנין, ונמצא שהאבנים הקטנים גורמים בקיום הגדולות שלא יפלו ויעמוד כל הבנין הגדול, כך ע"י חדוש קטן נבנה בנין גדול, וזה מעשה בכל יום בין החכמים, ובפרט בין כת חכמים הדורשים רשומות, שע"י חדוש או הקדמה קטנה בונים מגדל אחד חזק בנוי לתלפיות נחמד למראה ומתוק לנפש, לכן אין לבזות מלכתוב חדוש אפילו קטן, וגם אין לבזות משמוע אפילו חדוש קטן, שהכל בכלל תורה הוא.
[שבט מוסר, פרק מ"א]
~ לב ~
עוד בענין הנ"ל

כל מי שמחדש חידושים ואינו כותבן הוא עון גדול, וגם משכח תלמידו, ועובר בלאו, ומתחייב בנפשו.
[מהר"ח פלאג'י בספרו עיני כל חי, דף פ"ט ע"א]
~ לג ~
עוד בענין הנ"ל

ידוע לכל, כי כל מה שיעלה על לב איש לחדש בתורה, ואל הכתיבה לא יביאנו, דמו בראשו והאלהים ידרוש ממנו וכו'.
[הקדמה לספר מלאכת שלמה למוהר"ר שלמה קמחי זצ"ל]
~ לד ~
כתיבת חידו"ת, כדי שלא יהא מאבד הונה של תורה

המחדש חידושי תורה ואינו כותב אותם כדי שישארו קיימים לעולם ולדורות אחרים, הרי זה מאבד הונה של תורה, ולזה אמרו ותלמודו בידו, שכבר כתבו ונשאר למשמרת וכו'.
[בן יהוידע, בבא בתרא דף י' ע"ב]
~ לה ~
כל אשר יחדש יכתבם בספר

וכל אשר יחדש יכתוב ידו בספר ואל יהי בז להן, וכן יכתוב ידו כל אשר ישמע דבר חדש.
[פלא יועץ, אות ח']
~ לו ~
כל חידוש שמחדש יעלהו על הספר

ראוי לאדם שכל חידוש שמחדש יעלהו על הספר.
[שבט מוסר, סוף פרק ל"ה]
~ לז ~
יכתוב החידושי תורה בכתב שיעמוד לנצח

כמו שבגשמיות אינו יוצא מצות פ"ו רק כשיש לו בנים בני קיימא, כן במצות פ"ו ברוחניות צריך שיראה שהחידושי תורה שמחדש יהי' בני קיימא שלא ישכח ויאבד זכרם, וד"ז מועיל אם יכתוב החידושי תורה בכתב ואז יעמוד לנצח
[בית פינחס, קונטרס דרושי חפץ, אות א', ד"ה והנה]
~ לח ~
המניעה מכתיבת חידו"ת, כנביא הכובש נבואתו

צריך לכתוב מה שמחדש, ואם לאו הוי כנביא הכובש נבואתו שחייב מיתה.
[נפש החיים לר' חיים פלאג'י ז"ל, בהקדמה, בשם הרש"ק]
~ לט ~
המניעה מכתיבה, פסידא דלא הדר

נמצינו למדים כי מי שזכה וחננו הקב"ה בשכל צח וניצוץ טהור כברך אחר ברך רוח נבואה המאיר עליו משמשים ומעוררו על איזה חקירה וחידוש דין או להתיר איזה ספק וקושיא עצומה, אם לא ירשום מיד ויתעצל ודאי ישכח ופסידא דלא הדר, כי דברים גשמיים ומעשים אם ישכח יצוייר שיזכור אח"כ בזמן מה בראותו אותן הדברים בעינו ודמיונם, משא"כ בשכל הקודש רוחני, בהם לא יזכור אם לא ירשום מיד, ואם יזדמן בשבת קודש, עכ"פ יעשה סימן בספר בקומו קצת זכרון וטוב לו, והבן.
[פרי מגדים, בספרו נוטריקון, קו ג']
~ מ ~
עוד בענין הנ"ל

מהראוי לכל איש אשר זכהו ה' באיזה חידושים לאמיתה של תורה לחוק אותו על ספר חוקה, לבל יעוף כנשר גז חיש, והוא פסידא דלא הדר, כי הוא פרי השכל ותולדתו, והראוי לחוס עליו שלא יאבד, כאשר יחוס האדם על הונו וכו' כי הכותב בספר כמלמד לתלמידים, וראוי לכל אדם להטיב מכל אשר חננו ה' גם לזולתו הן בקנינים הגופניים הן בנפשיים, כי לכך נוצר להשפיע לזולתו ולא להכחיד תחת לשונו וכו'.
[שו"ת משכנות יעקב, בהקדמה]
~ מא ~
חיוב כתיבת חידו"ת, אפילו בחוה"מ

המגיד מן השמים אמר למרן הבית יוסף זצ"ל שיכתוב חידושיו גם בחוה"מ.
[מגיד מישרים, פ' צו]
~ מב ~
עוד בענין הנ"ל

כיון שבכל עת ורגע מוטל על האדם לעמול בתורה ולחדש בה כפי יכולתו, אין שייך לומר בזה שימתין עד אחר יו"ט ואז יכתוב החידוש, דאותו זמן יהי עליו חיוב אחר, דהיינו שיחדש אחר כך חידושים אחרים, ואם יתעכב בכתיבת החידושים שלמד בתוך המועד, יצטרך ללמוד שנית מה שלמד כבר ולהזכיר מה שחידש מכבר, וזה יבטלנו מלימוד חידושים אחרים באותה שעה.
[כף החיים, הל' חוה"מ, בדין כתיבת חידושי תורה בחוה"מ]
~ מג ~
עוד בענין הנ"ל

נראה להוסיף על דברי רבותינו [במחבר שם ס"ט איתא שאם שמע דבר חידוש [בחוה"מ] מותר לכתבו כדי שלא ישכח] טעם להתיר כתיבת חידושים בתורה אף בלא טעם שכחה, כיון שכל עת ורגע מוטל עליו לעמול בתורה ולחדש בה כפי יכולת שלו, אין שייך לומר בזה ימתין עד אחר יו"ט ואז יכתוב החידוש, דאותו זמן יהיה עליו חיוב אחר, דהיינו שיחדש אחר כך חידושים אחרים, ואם יתעכב בכתיבת החידושים שלמד תוך המועד יצטרך ללמוד שנית מה שלמד כבר, ולהזכיר מה שיש חידוש כבר אצלו יבטלנו מלימוד חידושים אחרים באותה שעה, ואין לך דבר האבוד גדול מזה שמאבד הזמן.
[ט"ז סי' תקמ"ה סקי"ג]
~ מד ~
עוד בענין הנ"ל

בברכי יוסף (או"ח סי' תקמ"ה) מביא תשובת כת"י מהר"י הלוי ממר"ש (בעמח"ס שו"ת מן השמים) שהיה קדמון ושואל שאלות מן השמים ומשיבין לו, ושאל אם מותר לכתוב פירוש ופסק הלכה בחוה"מ, והשיבו לו: אוהב ה' שערי ציון (תהלים פ"ז , ב') המצוינים בהלכה (ברכות ח' ע"ב), שמחדשין חידוש בהלכה ומעמידין אותם על בוריה, אותם שערים נאהבים יותר - מכל משכנות יעקב (תהלים שם), וכל אותם החושבים מחשבות וסברות בהלכה חמורה ובפוסקים החמורים אהוב ונחמד לפני המלך העליון, ואם על אבידת כסף הותר בחוה"מ, כל שכן וכל שכן שיש לחוש על אבידת המרגליות היקרות, שהם סברות ומחשבות התורה היקרה שיש לכותבם שלא תשתכח ויאבדו, וכל הכותב אותו מקבל שכר עליהם.

~ מה ~
עובדא נפלאה מבעל ה"חוות דעת" זצ"ל

בדרושי חפץ שבסוף ספר פתחא זוטא על הלכות סוכה (דף ס"ח ע"ב) כותב וז"ל: עובדא ידענא מה שסיפר לי חד צורבא מרבנן בשם אביו הה"ג ז"ל, ששמע בעצמו מפי רבינו הגאון מוהר"י מליסא זצ"ל, שפעם אחת היה רבינו החוות דעת בלבוב, וקיבל גם פני הגאון הר' מרדכי זאב זצ"ל (בנו של הישועות יעקב), ואמר החוו"ד להגאון הרמ"ז איזה דבר פלפול נחמד, ואחר כך אמר לו החוו"ד: "תדעו חיבתכם עלי, כי על ידי זה שאמרתי לכם פלפול זה, אפסיד לקח טוב לכתוב בחידושי אשר אני כותב בספר, כי כן דרכי, מה שאני אומר אין אני כותב, וזה שאני כותב אין אני אומר, רק לגודל יקרת כבודכם הנני מוותר על זה", עכד"ק. והדבר נפלא, ובעל פתחא זוטא כותב טוב טעם לזה, לדיבור הגאון ז"ל מה היה טעמו בזה, עיי"ש.
[אלף כתב ח"א, אות רמ"א]
~ מו ~
מאחר שמוכרח לכתוב נחשב כאילו למד ממש כל אותו הזמן

הכותב דברי תורה אע"פ שהכתיבה מכלה זמן הרבה, ובזה הזמן שכותב היה יכול ללמוד הרבה יותר, אעפ"כ מאחר שמוכרח לכתוב נחשב כאילו למד ממש כל אותו הזמן.
[ליקוטי עצות המשולש בשם מוהר"ן מברסלב זצ"ל, ת"ת אות ל"ג]
~ מז ~
עוד בענין הנ"ל

לכתוב חידושי תורה הוא קודם במעלה מללמוד לעצמו, אף שכשלומד לעצמו יכול ללמוד יותר ולפעול יותר, דללמד לאחרים עדיף, ומקיים בזה מצוה ללמוד עם תלמידים, גם מקיים מצוה לאחר מותו.
[שו"ת דעת כהן להגר"נ כהנא ז"ל, סי' מ"ד]
~ מח ~
יכתוב האדם מה שנגלה לו חידושי תורה משמים

וחכמינו ז"ל הזהירו שיכתוב האדם מה שנגלה לו חידושי תורה משמים, כי לא גילה לו הקב"ה אלא כדי לכותבן.
[שפת אמת להרה"ק רבי משולם שרגא פייבוש מברעזאן זי"ע]

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:49 pm

אי"ה שפעטער וועל איך לייגן די אנדערע פרקים.

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:50 pm

מען זאגט נאך פון חתם סופר אז ער האט אמאל געזאגט אז ער לאזט פאר זיינע תלמידים זאגן בשמם זאכן וואס ער האט געזאגט, אבער חלילה נישט פארקערט, זאכן וואס ער האט נישט געזאגט, זאל מען נישט זאגן בשמו

=
באגי מען האקט
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע: לעבן פענסטער

תגובהדורך מצטט » מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:52 pm

א גרויסן יישר כח הרב באגי מען, פארן ליקוט הנפלא,

תשואות חן חן לו

חילך לאורייתא


נ.ב. מיר ווארטן אויף די איבעריגע,
לעצט פאראכטן דורך מצטט אום מאנטאג אוגוסט 29, 2011 2:44 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט