נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווייסע הויז ווארנט היינט אז אויב רעפובליקאנער וועלן נישט לאזן באשטעטיגן א גרעניץ ביל וועט די אימיגראציע אוןן קאסטומס אגענטור זיין געצווינגען צו רעדוצירן דעפארטאציע אפעראציעס צוליב א מאנגל אין פאנדינג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29596
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעפאבליקאנער סענעטארן בראשות קארנין פארלאנגען - דא האלט מען זיך איין פון לאכן - אז מען זאל ארויפברענגען אמענדמענטס צו דעם בלויז אוקראינע טייוואן מדינה הטמאה ביל, פון, יא, איר כאפט גוט, בארדער סעקיוריטי...

-----------

American Dream האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:40 pm
קלאר פאר וועם
פאר אלע סענעטארן און קאנגרעסלייט.
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

ווי האלט די שטייער ביל אין סענאט?
נאך דא עפעס האפענונג?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:13 pm
ווי האלט די שטייער ביל אין סענאט?
נאך דא עפעס האפענונג?
געווען דא באריכטן נעכטן אוונט און היינט פארמיטאג

צו די בעסטע פון מיין וויסנשאפט איז עס נאכנישט פארמעקט און מען קען אראפסקראלן און כאפן א בליק דארט
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:14 pm
יאנקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:13 pm
ווי האלט די שטייער ביל אין סענאט?
נאך דא עפעס האפענונג?
געווען דא באריכטן נעכטן אוונט און היינט פארמיטאג

צו די בעסטע פון מיין וויסנשאפט איז עס נאכנישט פארמעקט און מען קען אראפסקראלן און כאפן א בליק דארט
ישר כח פאר אלע באריכטן.
הערליך שיין אראפגעלייגט ביי אלע ריפארטס ווי דו שרייבסט!

איך האב עס געזען, ווי אזוי ארבעט עס ווייטער, יעדער זאגט זיינע מיינונגען, מען ווייסט ווען מען גייט עס ארויפברענגען פאר א אפשטימונג?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 4:22 pm

יישר!
דערווייל נישט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סינעמא באקלאגט די אוקרייניגראציע ביל:

נאך די אלע רייזעס צו מדבר (ביים גרעניץ), נאך די אלע פרעסע קאנפרענצן, שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט אזא קריזיס ווי געמיינט

זונטאג איז עס אן עכטע קריזיס אבער מאנטאג איז עס וואונדערליך פארשוואונדן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די צייט פון יציאת נשמה פון די אוקרייניגראציע ביל האבן די מעקאנעל און לענקפארד געהאט א לאנגע געשפרעך אויפן סענאט פלאר אבער וויבאלד ביידע פירן זיך צו רעדן שטיל איז געווען שווער אויפצוכאפן די אינהאלט פון די געשפרעך
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

קאנגרעס גייט נישט ארויפברענגען די אוקראינע ביל

----------

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:59 pm

American Dream האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:40 pm
קלאר פאר וועם
פאר אלע סענעטארן און קאנגרעסלייט.
סענאט מיינט איר? זיי האבן טאקע נישט קיין פראבלעם צו קורעים'ן פאר די דעמאקראטן.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

האט די ביל געהאט 1 ווארט פון פאררעכטן די לעכער צום גרעניץ?
אדער גאר אריינלאזן אין די מאסן אימיגראנטן באופן כשר, און געבן אזיל רעכט, ארבעט, געלט, וכו', פאר די וואס זענען שוין דא,
און דאס הייסט געראטעוועט די גרעניץ פראבלעם נוסח דעמאקראטן.... ??!!

עפעס א קלארקייט אין דעם?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9901
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:08 pm
האט די ביל געהאט 1 ווארט פון פאררעכטן די לעכער צום גרעניץ?
אדער גאר אריינלאזן אין די מאסן אימיגראנטן באופן כשר, און געבן אזיל רעכט, ארבעט, געלט, וכו', פאר די וואס זענען שוין דא,
און דאס הייסט געראטעוועט די גרעניץ פראבלעם נוסח דעמאקראטן.... ??!!

עפעס א קלארקייט אין דעם?
איך קען דיר נאר נאכזאגן לענקפארד. איך קען נישט די געזעצן פון בעפאר.

יעצט איז נישט דא קיין שום געזעץ, איינער קומט אריין אין אמעריקא און ער בעט אסיילים, דאס הייסט ער זאגט איך האב מורא צו וואינען אין מיין געגענט צוליב בלא בלא דארף מען אים אריינלאזן און מ'סקרינט אים מ'סקעדזשולד א היערינג ביים געריכט צו ער קען ווערן אנגענומען און מ'לאזט אים דערנאך ארויס, אזא פראסעס קען נעמען צען יאר ביז ער באקומט א דאטום אין געריכט.
אין די יעצטיגע געזעץ איז נישט דא אזא זאך פון צומאכן די גרעניץ, אויב איינער קומט אריין מוזטו אים אננעמען און אריינלייגן אינעם סיסטעם.

די טויש גייט זיין.

- ווען מ'כאפט איינעם ביים גרעניץ און מ'סקרינט אים קען מען נישט סתם בעטן אזיל רעכט צוליב בלא בלא מ'דארף קומען מיט פרוף און מער קלארערע טענות.

- נאך וואס ער האט א גוטע טענה און מ'הערט אים אויס און מ'סקרינט אים אויב האט ער געטון איין קרימינאלע זאך אפילו נישט קיין נעשאנעל סעקיורעטי אישוס איז שוין זיין אפלעקאציע דעקליינד.

- תיכף נאכן סקרינינג ווערט ער צוריקגעשיקט צו זיין לאנד דארט צו ווארטן ביז א ענטפער, קעטש ענד דיפארט.

- אויב קומען אריין ביים גרעניץ מער ווי פינף טויזענט אין איין טאג אדער פיר טויזענט אין פינף טעג אין א ציה, וואס ס'מיינט אז די סיסטעם ווערט בעקלאגד ווערט די גרעניץ אינגאנצן פארמאכט און יעדעם וואס מ'טרעפט ווערט גלייך צוריקגעשיקט מ'קען נישט בעטן קיין שום אזיל רעכט, ס'איז נישט דא קיין סקרינינג ביז אלעס גייט צוריק צום סדר.
ביים געהעריג פארט אף ענטרי קען מען וויטער אריינקומען אפילו ווען די גרעניץ ווערט פארמאכט (אזוי מיין איך)

- אויב די פרעזידענט האט א גוטע נעשאנעל סעקיורעטי סיבה קען ער אווערריידן די ראול און אפילו איין טאג איז אריינגעקומען פינף טויזענט חברה קען ער אפשטיפן די פארמאכן די גרעניץ פאר 45 טעג, נאכדעם מוז עס ווערן פארמאכט.

- די ביל לייגט צו פילע ice עיגענטס און בארדער פאטראל צו קענען שנעלער קעיר נעמען פון יעדעם און טון וואס מ'דארף.

- די ביל לייגט צו פרישע שטיבער און בעטן בשעת מ'האלט די אימיגרענט פארמאכט ביז מ'שיקט אים צוריק, צו קליינע קינדער וואס כ'מיין זיי שיקט מען נישט צוריק..

- די ביל גיבט א ביליאן פאר א וואנט און הייסט די פרעזידענט ענדיגן בויען טראמפ'ס וואנט וואס איז דאכט זיך צען ביליאן דאלער.

- די ביל גיבט פילע סענסערס און טעכנעלאגיע וואס די בארדער פאטראל האט געבעטן.

- די ביל לייגט צו נאך דזשאדזשעס מ'זאל קענען שנעלער פראסעסן די קעיסעס און נישט זיי זאלן בלייבן לענגער פריי, און געבן א סיבה נישט אריינצוקומען לעגאל.

- די בארדער פאטראל יוניאן האט אינדארסט דעם ביל ווייל זיי האלטן ס'וועט אויפטון אסאך פאר די בארדער סעקיורעטי, אוודאי נישט קיין ישועה שלימה אבער אויך א ישועה.

די יעצטיגע געזעץ איז די ערשטע אין פערציג יאר, די פאריגע געזעץ אונטער רעיגאן זאגן די יודעי דבר איז געווען פיל ווייניגער לטובת די פרא פארמאכטע גרעניץ ווי יעצט, יעצט איז עס פיל מער קאנסארוואטיוו.

לסיכום הענין.
צו ס'פארמאכט אינגאנצן די גרעניץ? אוודאי נישט. א ישועה שלימה פאר די גרעניץ קריזיס? אוודאי נישט.
אבער האט פילע געזעצן וואס גייט דעפענעטלי אראפסלויען די אימיגראנטן פלאו ביים גרעניץ.

און ווי לענקפארד זאגט יעדער פארשטייט אז צו מאכן פרעס קאנפרעס ביים גרעניץ און אין קאנגרעס איבער די גרעניץ פראבלעם טוט מען גארנישט אויף, נאר מיטן אהערשטעלן א ביל, און א קאנסארוואטיווע ביל פארשטייט יעדער אז ס'וועט נישט דורכגיין אין סענאט און די זעלבע פארקערט א דעמעקראטישע ביל.
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:49 pm
ווייסע הויז ווארנט היינט אז אויב רעפובליקאנער וועלן נישט לאזן באשטעטיגן א גרעניץ ביל וועט די אימיגראציע אוןן קאסטומס אגענטור זיין געצווינגען צו רעדוצירן דעפארטאציע אפעראציעס צוליב א מאנגל אין פאנדינג
פלוצעם קען די רעגירונג יא עפעס טון אן קאנגרעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א לעכטיגן פרימארגן!

די גרענצילאזע אוקריינע ביל איז דערווייל נישט געגאנגען אין ערגעץ

רעפובליקאנער טרעפן זיך איצט אינדערפרי צו באהאנדלען ווייטערדיגע פלענער און שומער ויויל עס ארויפברענגן היינט נאכמיטאג

געוויסע דעמאקראטן טוען אנדייטן אפנקייט צו פארלאנגען פון רעפובליקאנער פאר גרעניץ אמענדמענטס ווי צום ביישפיל די קאנגרעס אימיגראציע ביל

סענאטאר קארדין זאגט אז רעפובליקאנער זוכן א וועג ארויס פון שאכטל און קענעדי ווארנט אז ער איז באארגט אז די סענאט וועט בלייבן געשטראנדעט אין וואשינגטאן פארן וויקענד
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מעט געיטץ זאגט אז קעווין מעקארטי וואלט געווען א געוואלדיגע קאנדידאט פאר די פארזיצער פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאטאר קענעדי איבער די אוקריינע פאנדינג ביל:

די פליגער האט נאכנישט געלאנדעט און קרייזט נאך ארום אין די לופט

עס איז נאך ניטאמאל קלאר העכער וועלכע לופטפעלד עס הויערט אבער איך בין זיכער אז שומער וועט אונז נישט אפלאזן ווילאנג דאס איז געלעזט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מורפי: רעפובליקאנער געפונען זיך אצינד אין א קאשמארישע כאאס

קיין אנונג אויב זיי ווילן אן אפשטימונג אויף אוקריינע, גרעניץ, אוקרייניגראציע אדער גארנישט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאול זאגאט אז ער גייט נישט שטימען פאראויסצורוקן אן אוקריינע ביל בפעאר מען אדרעסירט די גרעניץ

ער וויל אז מען זאל דורכגיין די געהעריגע סענאט פראצעדור און נישט די שנעלערע סארט אפשטימונג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קרוז קומט ארויס אינמיטן די רעפובליקאנע זיצונג:

שארפע מיינונגס פארשידנהייטן אינווייניג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29596
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די ערשטע אפשטימונג צו טוישן פון מיט גרעניץ צו אן גרעניץ ברויך בלויז א רוב שטימען אין סענאט, און עס האט נעכטן געהאלטן ביי 41 אויף ניין קעגן 58 אויף יא מיט שומער נאכנישט געשטימט, שומער וואלט געקענט גיין ווייטער צו קלאוטשער, אבער דארט דארף מען 60 און דא האט איר שוין געהאט 41 ניינס. (און בערני האט דא געשטימט יא, און איז עלול צו שטימען ניין אויף קלאוטשער מיינעך) טון מיט קארנין האבן ביידע געהאט געזאגט אז זיי וואלטן עס געשטיצט, אבער זיי האבן אמענדמענט פארלאנגן.

ממילא פארהאנדלט מען שוין פון נעכטן אינמיטן טאג, איך מיין אז מען האלט נאך אינמיטן. טאן און קארנין האבן ביידע כנראה נישט קיין חשק צו זיין טייל פון 60 סענעטארן קעגן 40 רעפאבליקאנער סענעטארן, א ריזן רוב פון זייער קאוקעס.

----------
שכולו טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 5:37 pm
קאנגרעס גייט נישט ארויפברענגען די אוקראינע ביל.
לויט פאקס רעפארטער טשעד פעגרעם איז מעגליך אז יא.

(עס ווענדט זיך לכאורה אין וויפיל פון די פרא אוקראינע קאנגרעסלייט וואס מיינען עס אמת'דיג ווייסן אז טראמפ לאזט נישט מאכן קיין שום דיעל, קאנגרעסלייט רעד איך נישט סענעטארן, הגם יענע סענעטארן וואס ווייסן רעכנט אריין אויך אזא דזשאש האולי.)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנג קומט ארויס אינמיטן די רעפובליקאנע זיצונג:

טיילמאן באקומט מען קלארקייט נאך אזא זיצונג און אנדערע מאהל נישט

היינט איז עס די צווייטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קענעדי קומט ארויס אינמיטן די רעפובליקאנע זיצונג:

די קאנפרענץ איז צוטיילט

עס קען נאך געדויערן עטליכע טאג אדער גאר ביז נאך וואס מען קומט צוריק פון אורלויב
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

30 סענאטארן שרייבן צו ספיקער דזשאנסאן אז ער זאל איינלאדענען די יאפאנעזער פרעמיער מיניסטאר צו אדרעסירן קאנגרעס ווען ער באזוכט די פאראייניגטע שטאטן קומענדיגע אפריל למספרם
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

גוט מארגן

-----------
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:53 am
שכולו טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 5:37 pm
קאנגרעס גייט נישט ארויפברענגען די אוקראינע ביל.
לויט פאקס רעפארטער טשעד פעגרעם איז מעגליך אז יא.

(עס ווענדט זיך לכאורה אין וויפיל פון די פרא אוקראינע קאנגרעסלייט וואס מיינען עס אמת'דיג ווייסן אז טראמפ לאזט נישט מאכן קיין שום דיעל, קאנגרעסלייט רעד איך נישט סענעטארן, הגם יענע סענעטארן וואס ווייסן רעכנט אריין אויך אזא דזשאש האולי.)
(דזשאנסאן גייט עס נישט ארויפברענגען חוץ אויב עס גייט גיין דורך א צווייטע פראצעדור דורך מה יפית'ניקעס)
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאטאר קריס מורפי אנערקענט אז דעמאקראטן האבן נאך לאנגע יארן פרובירן פארפעלט צו באשטעטיגן לעגיסלאציע וועלכע זאל צושטעלן א וועג צו בירגערשאפט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן און "מיר האבן דערמיט פארלאזט די מענטשן איבער וועלכע מיר קימערן זיך די מערסטע"
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:07 am
סענאטאר קריס מורפי אנערקענט אז דעמאקראטן האבן נאך לאנגע יארן פרובירן פארפעלט צו באשטעטיגן לעגיסלאציע וועלכע זאל צושטעלן א וועג צו בירגערשאפט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן און "מיר האבן דערמיט פארלאזט די מענטשן איבער וועלכע מיר קימערן זיך די מערסטע"
פארוואס קומערט מען זיך מער אויף פרעמדע ווי אויף די אייגענע?
אזוי אן בושות?!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”