"דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

"דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

'דער גרינער פרינץ'.

דאס איז דער צונאמען וועלכער איז צוגעקלעבט געווארן צו איינער פון די מערסט געהיימע און וויכטיגע אינפארמאנטן, אינערהאלב די מדינת ישראל שב"כ שפיאנאזש אגענטור, צו אינפילטרירן די העכסטע רייען פון דער טרויעריג בארימטער חאמאס טעראר גרופע.

'מוסעב חאסאן יאסעף' איז געבוירן צו זיין טאטן: 'חאסאן יאסעף', אין שטאט ראמאללא, וועלכע געפינט זיך צען קילאמעטער אוועק פון ירושלים. מוסעב איז געווען דער עלטסטער צו פינף ברידער און דריי שוועסטער.

זיין טאטע חאסאן יאסעף איז געווען פון די גרינדער פון דער חאמאס טעראר גרופע, און איז געווען פון אירע פירער אינערהאלב דעם מערב ברעג.
מוסעב האט גאר שטארק ארויפגעקוקט אויף זיין טאטן. ער איז געווען איבערצייגט אז די ווירדן פאר וועלכע זיין טאטע שלאגט זיך אזוי פאר זיי, זענען העכסט וויכטיג פאר דער וואוילזיין פון דער פאלעסטינער פאלק און פאר דער הצלחה פון יושר און גערעכטיקייט. אין רעזולטאט, האט מוסעב אנטוויקלט אין זיך א טיפע שנאה צו מדינת ישראל, זייענדיג איבערצייגט אז זי איז די טייוול זעלבסט, וועלכע זוכט אויסצו'הרג'ענען זיינע פריינט און באקאנטע. דאס אלעס, טראץ וואס ער איז אין פאקט נישט געווען קיין מיטגליד אין דער חאמאס גרופע.

צוליב וואס ער איז געווען דער זון פון איינע פון די גרעסטע עקסטרעמיסטן און טעראריסטן אין דעם ראיאן, איז ער, ווי פארשטענדליך, געווען אונטער שטענדיגע שפיאנאזש סורוועילענס דורך די שב"כ.

דערפאר, ווען מוסעב האט איין טאג באשלאסן צו גיין זיך איינהאנדלען וואפן, מיט וועלכע ער זאל נקמה נעמען אין מדינת ישראל, פאר די בלוט פון דער פאלעסטינער פאלק. איז ער גלייך געכאפט געווארן דורך די איזראעלי שפיאנאזש, און ער איז געווארן, און איז געלייגט געווארן אין דער 'מְגִדוֹ' טורמע.

דאס האט פאסירט אין די מיטעלע ניינציגער יארן.

דארט אין טורמע, האט זיך מוסעב באגעגנט מיט דער ריכטיגער פרצוף פון זיין אזוי ארויפגעקוקטן טאטנ'ס חאמאס פריינט. ווי ער דערציילט, האט ער צוגעזען שוידערליכע פייניגונגען וועלכע חאמאס ארעסטאנטן האבן דורכגעפירט אויף קאלעגע פאלעסטינער ארעסטאנט. ער דערציילט, אז הונדערטער זענען דארט געפייניגט און גע'הרג'עט געווארן דורך חאמאס טעראריסטן, מיט דעם באשולדיגונג אז זיי קאלאבירירן מיט מדינת ישראל.

פייגלעך האבן זיך אנגעהויבן באזעסן אין זיין קאפ: איז דאס דער שפיץ פון רעכטפארטיגקייט און יושר פאר וועלכן מיין טאטע שטעלט איין זיין לעבן זיך צו שלאגן דערפאר? זענען די מאונסטערס טאקע די וועלכע שלאגן זיך פאר דער וואוילזיין פון דער פאלעסטינער פאלק און אירע איינוואוינער? איז טאקע איזראעל דער טייוול וועם מען דארף זען אויסצוראטן פון דעם פלאנעט?

אין רעזולטאט פון די סארט נייע מחשבות, ווען די שב"כ האט פארגעשלאגן פאר מוסעב צו פארראטן זיין פאמיליע, זיינע שכנים, זיינע פריינט און באקאנטע, און קומען ארבעטן פאר זיי, אלס אינפארמאנט אינערהאלב חאמאס. האט ער באשלאסן אנצונעמען דעם פארשלאג.

אזוי איז איינגעפלאנצט געווארן דער העכסט געהיימער שפיאן - דער גרינער פרינץ - אין די העכסטע רייען אינערהאלב דעם רינג פון חאמאס פירער, וואס זאל דינען אלס נאנטער פארלעסליכער קוואל פאר מדינת ישראל אינטערעסן.

זיין הענדלער, דאס הייסט דער וואס באהאנדלט דעם אינפארמאנט מצד די שב"כ, האט געהייסן 'גונן בן יצחק'.

פאר א צייט אפשניט פון צען יאר, אנגעהויבן פון יאר 1997, האבן די צוויי, גונן און מוסעב, געארבעט אינאיינעם. דורכאויס די צען יאר האט מוסעב סוקסעספול אויפגעדעקט פילע חאמאס ט%DA8אר צעלן. אזוי אויך איז דורך זיין שפיאנאזש אינפארמאציע, ערפאלגרייך פארמיטן געווארן פילע זעלבסטמארד אטאקעס, דורכאויס די יארן פון דעם "צווייטן אינטיפאדא" וועלכער האט דאן געבוזשעוועט אין ארץ ישראל.

פון דער אנדערער זייט, האט אבער מוסעב געארבעט צו מאכן זיכער, אז זיין פאטער, חאסאן יאסעף, ווערט באשיצט און ווערט נישט הינגעריכטעט אין מדינת ישראל אטענטאטן. צומאל האט ער אים אים געווארנט דורך אנאנימע בריוון. איינמאל האט ער ערלעדיגט אז מדינת ישראל זאל אנשטאט אים הרג'ענען, אים לייגן אין ארעסט.

די ש"ב האט פארשטייט זיך געדארפט שטיין אויף דער וואך, אז מוסעב זאל נישט ווערן אנדעקט דורך חאמאס. איינמאל האבן זיי צוליב דעם געדארפט אנדרייען א גאנצער קאמופלאזש סצענע, אין וועלכן זיי זענען כלומר'שט געקומען ארעסטירן מוסעב צוליב טעראר, און אין דער לעצטער מינוט האט מוסעב זיך באוויזן "ארויסצודרייען" פון זייערע הענט און אנטלויפן. וויבאלד מען האט דאן ארעסטירט זיין טאטן, האט די ש"ב מורא געהאט, אז אויב וועלן זיי נישט ארעסטירן מוסעב וועט אויף אים פאלן א פארדאכט אז ער איז א שפיאן.

נישט אלעמאל האט מען דאס אבער געקענט טון. מוסעב איז טאקע איינמאל געזעסן אין איזראעלי טורמע, בלויז דערפאר אז די טעראריסטן זאלן מיינען אז ער ארבעט פאר זיי.

דורכאויס די יארן אין וועלכע גונן און מוסעב האבן געארבעט צוזאמען, האבן זיי מיט דער צייט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען. גונן האט גוט ארויסגעהאט מוסעב'ס שטארקייטן און שוואכקייטן. ער איז געווען דער וואס האט געדארפט זיין אויף דער וואך די גאנצע צייט, אז מוסעב טוט זיין ארבעט מיט געטריישאפט און איז לאיאל צו זיינע ארבעט געבער. דערפאר, ווער ער האט געשפירט אז מוסעב איז נישט געהעריג דערביי, איז ער געווען דער וואס האט געדארפט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי אים צוריק אריינצוברענגען אין דער זאך.

אין רעזולטאט, איז ער מערערע מאל ארויסגעגאנגען פון וועג, און אריבערגעטראטן רויטע ליניעס אינערהאלב דער אגענטור, אויף צו געבן צו שפירן פאר מוסעב ווי וויכטיג ער איז פאר אים, און אז ער זאל באקומען זיין נויטיגע אנערקענונג ווי ווייט זיין ארבעט מאכט אויס פאר דער אגענטור און פאר דער לאנד. ער האט איינגעשטעלט זיין קאריערע און פאזיציע אין דער אגענטור, אבי מוסעב זאל שפירן אז ער איז לאיאל צו אים און אז מוסעב קען אין אויסטויש זיין לאיאל צו אים.

נאך צען יאר ארבעטן אינאיינעם, האט גונן געזוכט צו געבן א שטופ פאר מוסעב. נאך וואס דער צווייטער האט שוין אנגעהויבן שפירן אויסגעמיטשעט פון ארבעטן, פון לעבן א טאפלטן לעבן, פון דארפן ארומפאפן זיינע ארומיגע און פון לעבן אין א ליגנט אין יעדער סעקונדע פון טאג. גונן האט זיך אנגעהויבן טרעפן מיט מוסעב אליין, אינדרויסן פון די ראמען פון די שב"כ. ער האט אים עטליכע מאל ערלעדיגט צו קענען אריינקומען אין מדינת ישראל, גיין אין א האטעל זיך אפרוען פאר א טאג. אקטן וועלכע זענען נישט ערלויבט, און זענען זייער הארב, אינערהאלב דער שפיאנאזש אגענטור.

כאטש וואס גונן האט געמיינט גוט, ער האט נישט מער ווי געוואלט מאכן זיכער אז דער אזוי וויכטיגער קוואל בלייבט ווייטער אין דינסט. דאך האט די אגענטור דאס נישט דורכגעלאזט, און מען האט אים אפגעזאגט פון זיין פאזיציע. אנשטאט אים האט מען אויפגענומען א נייעם הענדלער, וועלכער זאל זיך אפגעבן מיט מוסעב.

מוסעב אבער, וועלכער האט שוין געהאט אויפגעבויעט א טראסט צווישן אים און גונן. האט זייער געבאדערט דאס וואס מען האט אים געברענגט א נייע הענדלער. ביז ער האט באשלאסן, אז דאס איז עס. ער איז פארטיג מיט זיין ארבעט פאר מדינת ישראל, און וויל פארלאזן די שפיאנאזש ארבעט, און אנהייבן פירן א געהעריגע לעבן פאר זיך אליין.

*

אין יאר 2007 האט מוסעב פארלאזט די מערב ברעג און געפלויגן צו די פאראייניגטע שטאטן. ער האט זיך אויפגעהאלטן אין סאן דיעגא קאליפארניע, פון וואו ער האט זיך אנגעגעבן פאר פאליטישע שוץ, זייענדיג אין געפאר אומגעברענגט צו ווערן צוליב זיין שפיאנאזש ארבעט פאר מדינת ישראל.
אין יאר 2008 האט מוסעב אנטפלעקט אז ער איז איבערגעגאנגען צו קריסטנטום. דאס איז וואס ער איז ביז היינט. כאטש וואס ער פירט זיך נישט רעליגיעז.

מוסעב'ס אפליקאציע פאר פאליטישע שוץ, איז צוריקגעוויזן געווארן דורך די דעפארטמענט אף האומלענד סעקיוריטי. צוליב וואס ער האט געהאט אויף זיין רעקארד אז ער האט געארבעט פאר דעזיגנירטע טעראר גרופעס. דאס איז געווען נאך פון די צייטן בעפאר ער איז געווארן רעקרוטירט צו ארבעטן פאר דער מדינת ישראל שפיאנאזש. אלזא, האט אים אפגעווארט צו ווערן דערפארטירט צוריק פון וואו ער איז געקומען. וואו ער וואלט געווען אין א געפאר פאר זיין לעבן.

מוסעב איז געווען פארלוירן. ער האט פרובירט צו איבערצייגן די אימיגראציע ריכטער אז האט גאר געארבעט פאר מדינת ישראל, קעגן די אינטערעסן פון דער טעראר גרופע. אבער עס האט נישט געהאלפן.

דא האט מוסעב באשלאסן צו נעמען א געוואגטן שריט, און צום ערשטן מאל ארויסקומען אין פובליק, דערציילן זיין געשיכטע און אויפדעקן זיין אידענטיטעט. אזא שריט וואלט באדייט אויפדעקן איינע פון די מערסט געהיימע שפיאנען אינערהאלב מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטור. דאס וואלט פארשעמט זיין טאטע און זיין משפחה. נעמליך דער זון פון דעם חאמאס פירער, זאל גאר האבן געארבעט קעגן זיי.

קיין אויסוואל האט ער אבער נישט געהאט. ער האט איינגעזען אז דאס איז דער בעסטער אפציע וואס ער האט אויף ער זאל נאך קענען אמאל זיין באשיצט אין זיין לעבן.

אין מארש 2010 האט מוסעב ארויסגעגעבן א בוך מיט'ן נאמען: "זון פון חאמאס". דארט דעקט ער אויף זיין גאנצע ביאגראפיע און זיין געשיכע ארום זיין שפיאנירן קעגן חאמאס פאר מדינת ישראל.

נאך וואס דער בוך איז ארויסגעקומען, האט זיין משפחה אפגעהאקט מיט אים סיי וועלכע פארבינדונג. כאטש וואס זיי האבן גע'טענה'ט אז מוסעב איז א ליגנער.

דאס אלעס האט אבער נישט געהאלפן פאר מוסעב אנבאלאנגט דעם געפאר פון ווערן דעפארטירט. שטייענדיג פאר אן אימיגראציע ריכטער האבן זיי געניצט פאראגראפן וואס ער האט געשריבן אין זיין בוך איבער זיין ארבעט פאר חאמאס, אז דאס באדייט אז ער האט געהאלפן אן ארגאניזאציע וואס איז דעזיגנירט דורך די פאראייניגטע שטאטן, אלס טעראר גרופע. טראץ וואס מוסעב האט געגעבן פאר'ן ריכטער צו פארשטיין, אז ער איז בלויז געווען איינגעפלאנצט אינערהאלב חאמאס, אלס א שפיאן פאר מדינת ישראל, קעגן דער גרופע.

גונן בן יצחק - מוסעב'ס ערשטער הענדלער, וועלכער האט געהאט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען מיט מוסעב נאך פון ווען זיי האבן געארבעט צוזאמען אין שפיאנאזש - באשלאסן אז ער דארף דא קומען צו הילף זיין פריינד וועלכער שטייט אויס צו ווערן דעפארטירט צוריק אין פיסק פון דעם לייב. אלזא, האט גונן באשלאסן, אז דער ריכטיגסטער שריט פון זיין זייט צו טון איז, אויך אויפצודעקן זיין אידענטיטעט, אלס איינער וואס האט געארבעט פאר די שב"כ און אלס דער וואס האט פערזענליך באהאנדלט מוסעב אלס שפיאן. טראץ וואס דאס האט געקענט באדייטן איינצושטעלן זיין לעבן דורך באשולדיגט ווערן דורך מדינת ישראל אלס פאררעטער, צוליב זיין ארויסגעבן אינערליכע שפיאנזש געהיימניסן.

אין יוני 24 2010 איז גונן אראפגעפארן צו די פאראייניגטע שטאטן אויפצוטרעטן אלס עדות פארנט פון אן אימיגראציע געריכט הירינג אין סאן דיעגא קאליפארניע, לטובת מוסעב חאסאן יאסעף. ער האט אים אראפגעמאלן אלס אן "אמת'ער פריינד", און אז ער האט איינגעשטעלט זיין לעבן יעדן טאג אויף צו פארמיידן אומרוען.

אין יוני 30 2010 האט א אימיגראציע געריכט ריכטער געאורטיילט, אז מוסעב חאסאן יאסעף קען פארבלייבן אין די פאראייניגטע שטאטן.

מוסעב וואוינט היינט אין אמעריקע. ער רעדט אפט ארויס קעגן חאמאס אויף נייעס טשענעלס. ער האט אפילו אויפגעטראטן אין יאר 2017 פארנט פון די UN יומען רייטס קאנסיל, ווען א פאלעסטינער דעלעגאציע האט זיך דארט געפינען ארויפצוברענגען די ליידן וועלכע די פאלעסטינע פאלק גייען דורך אונטער מדינת ישראל טעראר. מוסעב, אלס דער זון פון דעם חאמאס פירער, האט אויפגעטראטן און גאר שארף אראפגעריסן די פאלעסטינער פירערשאפט. די אנגעשלאסענע אין דער דעלעגאציע, וועלכע האבן נארוואס אויפגעטרעטן אראפצורייסן מדינת ישראל אלס די ריכטיגע טעראריסטן, זענען געבליבן זיצן פארשטיינערט און שאקירט פון זיין אויפטריט.

מוסעב איז געבליבן זייער אנגעווייטאגט אויף די ש"ב אגענטור, צוליב וואס זיי זענען אים נישט געקומען צו הילף ווען זיין לעבן איז געווען אין געפאר. פון דער אנדערער זייט, איז ער גאר שטארק מכיר טובה פאר זיין געוועזענעם הענדלער גונן בן יצחק, וועלכער האט איינגעשטעלט זיין לעבן, אים צו קומען ראטעווען פון געפאר.

גונן בן יצחק איז היינט א לאיער און פאליטישער אקטיוויסט אין מדינת ישראל. מדינת ישראל האט אים למעשה נישט אנגעקלאגט אויף פארראט, גאנץ מעגליך צוליב וואס דאס איז וויאזוי זיי ווילן ארויסווייזן זייער הכרת הטוב פאר מוסעב אויף זיין ארבעט וואס ער האט פאר זיי געטון.
מוסעב מיט גונן.jpg
מוסעב מיט גונן.jpg (326.77 KiB) געזען 1024 מאל
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

זייער אינטערעסאנט שכח!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12071
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

זייער אינטערסאנט, ישר כח פעיק.
ר' זעקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 12:13 pm
איי העוו אלמאוסט סיען ענאוו...

פרעזידענט ביידען גייט זיך מוזן ארויסצוהן.

זעקל.
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

ער האט ארויסגעגעבן אינטערעסאנטע פרעזענטאציעס קען זיין מקען ארויפלייגן שטיקלעך פון עס
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

"דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך אקטאבער 06, 2021 10:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

תודה רבה
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הערליך שיין @פעיק
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18066
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קוקט אויס שיין, כ'האב נישט קיין צייט צו ליינען יעצט - שיק צום שרייבער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28883
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גאר אינטערעסאנט, יישר כח!
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

שכוח פעיק

זיין ביכל איז דא צו באקומען אין ענגליש און און עברית עס הייסט בן החמאס.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

העכסט אינטרעסאנט פעיק, שכח.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

זייער אינטערעסאנט און געשמאק באשריבן
א גרויסן דאנק!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
פעסט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:42 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעסט »

So in esrael jail Hamas can kill other hamas people? Sounds like a Third World country ?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

א געשמאק שטיקעל פעיק

יישר כח
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

הערט זיך ווי א נאוועל שכח פעיק
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

.
אטעטשמענטס
41WfVzkSrmL._AC_SY780_.jpg
41WfVzkSrmL._AC_SY780_.jpg (14.75 KiB) געזען 2158 מאל
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין, א געשמאק צו ליינען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער אינטרעסאנט.

א דאנק פארן מהנה זיין.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

לכאורה האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט, יישר כח!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: האומלענד סעקיוריטי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שלמה מולכו. האט געשריבן:העכסט אינטרעסאנט פעיק, שכח.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

שכוח @פעיק!

וואס איז דער פשט פונעם נאמען 'גרינער פרינץ'?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

'גרינער' ווייס איך נישט. 'פרינץ' צוליב זיין יחוס, זייענדיג דער זון פון איינע פון די חאמאס מאוומענט גרינדער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרינער פרינץ.pdf
(70.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 202 מאל
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: "דער גרינער פרינץ" - זוהן פון כאמאס פירער וואס האט געהאלפן מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

פעיק ניוז האט געשריבן:'גרינער' ווייס איך נישט. 'פרינץ' צוליב זיין יחוס, זייענדיג דער זון פון איינע פון די חאמאס מאוומענט גרינדער.

גרין איז וועגן די מוסלעמענע קאליר איז גרין.
אגב, איך האב געליינט דעם ביך עס איז זייער אינטערסאנט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”