א דעליווערי-באס פאר קערעדזשעס!...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

א דעליווערי-באס פאר קערעדזשעס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

ווידער א באס געשיכטעלע...אהה, שוין ווייטער מיטן מאנרא באס?....'רייזענדער' מיטן 'מאנרא באס': א דאפעלט לשון!...איין מינוט איין מינוט...אנטלויף נישט אזוי שנעל...ערלעדיגט ערלעדיגט.... מיר וועלן כעת טוישן די ליניע צו אן אנדערע רייזע - צו איינס פון מיינע פילע רייזעס, דאסמאל עמער זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין בארא פארק אויפן אלעמען-באקאנטן ''בארא-פארק-באס", נישט ווייל ס'איז שוין נישט דא קיין חידושים אויף די מאנרא באס, נאר כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן פון זעהן אזוי לאנג איין וויו זיצנדיג אזוי לאנג אויף איין אויסגעקוועטשטע מאנדרא באס...

די געשיכטעלע גייט אזוי: ווי מיין נאמען איז, בין איך א פארנומענער 'רייזענדער' פאר ביזנעס צוועקן מעיר לעיר פון קרית יואל קיין מאנסי; וויליאמסבורג; בארא פארק וכו' וכו', געווענדליך פאל איך אריין קיין בארא פארק כאטש איין מאל אין צוויי וואכן וואו איך פארברענג געווענדליך דארטן איבערן טאג פון צופרי ביז ביינאכט. איז וויסענדיג די גולה אחר גולה וואס א קרית יואל'ער מאכט מיט אנצוקומען קיין בארא פארק נישט האבענדיג קיין דירעקט פלייט אהין, און אפילו א באס וואס פארט שוין אהין, שפאצירט ער קודם ארום אלע פינעף בארא'ס: מאנהעטן; וויליאמסבורג; און פאר א נויט מאכט נאך דער באס אינדערמיט א סטאפ אינעם באס גאראדזש אויף נארסטרענד עוועניו כדי דער דרייווער זאל קענען כאפן א גוטן סטרעטש אויפן חשבון פון אלע מיטרייזענדע, און ערשט נאך אלע מ"ב מסעות קומט ער אן קיין בארא פארק וואו ער לייגט מיך אראפ א האלבע שטאט אוועק פון מיין געפלאנטע דעסטענאציע, אין איין ווארט: פיזור הנפש אויפן העכסטן גראד!, דעריבער טו איך געווענדליך אין אזא פאל אויסוועלן ענדערש אריינצודרייוון אפגעזעהן די געז און טאל וואס דאס טוט אפקאסטן, אלעס כדי נישט צו דארפן מיטמאכן די אלע אויבנדערמאנטע. אבער נישט אלעמאל גייט עס וויאזוי מען וויל, דארף איך צומאל יא נעמען אין די האנט אריין דעם וואנדער-שטעקן און וואנדערן אדער קיין מאנהעטן און פון דארט נעמען די באן קיין בארא פארק, די צווייטע וועג איז פארן קיין וויליאמסבורג און פון דארט נעמען די בארא פארק באס אדער גיין צום "היטש-פלאץ" צו ווארטן אויף א היטש, אזוי ארום איז חוץ די וואנדערנישן בענעפעטיר איך אויך מיטצוהאלטן אסאך געהויבענע מאמענטן און סיטואציעס. איז אלזא לאמיך אייך דאסמאל נעמען מיט מיר אויף אזא סארט רייזע קיין בארא פארק מיטן באליבטן בארא פארק באס, כאפט אייך אבער שטארק אן אין מיין גארטל כדי איר זאלט נישט פארלוירן ווערן....

האלטנדיג נאך באלד צוויי שעה איינזיצן אויפן מאנרא באס נאכן אפשרייבן א גאנצן אשכול מיט א נאפעץ דערנעבן, דערגרייך מען ענדליך די וויליאמסבורגער באדן וואו איך שפרינג אראפ פונעם באס אויף ליע עוועניו קארנער טעילאר סטריט, כ'הייב אן צו שפאצירן הין-און-צוריק דעם גאס ווארטנדיג אויפן בארא פארק באס וועלכער זיצט נאך ווארשיינליך אין טרעפיק אויף בעדפארד עוועניו, די זייגער רוקט זיך, אפילו אלע לעצט-מינוטיגע מענטשן האבן שוין דערגרייכט דעם סטאנציע, זיי האבן שוין אפילו געהאט צייט צו כאפן דעם אטעם, דער הארציגער 'ברוך ה' פון די שפעט-קומענדע שלעפערס ווערט פארשריגן פון די יעקישע קללות אויפן בארא פארק באס דרייווער\קאמפאני וועלכער האט שוין לכאורה נישט קיין זכות קיום פון אזויפיל אידישע קללות ל"ע, דער מצב ווערט מער און מער אנגעצויגן, דער גאנצער עולם שטייט און קוקט אויפן זייגער ווי ערב פסח ביי מצות-באקן, פאר א נויט גריצלט נאך אין די אויער די שטענדיגע קאנסטראקשאן קעגן איבער פארענט פון וויענער ביהמ"ד, ענדליך ענדליך זעהט מען שוין פון דערווייטנס אויף טעילער סט. דער אנגעפירקעלטע קאלירפולע 'אמן ואמן' באס וועלכער באוועגט זיך זייער שווער אוואו איינער וואס האלט נאך א פעטע מאלצייט, עס וואקעלט זיך רעכטס און לינקס ווי א שיף אין שטורעמישן ים, שווערליך שווערליך דערגרייכט עס איר דעסטענאציע אויף ליע עוועניו.

עדר עדר הייבט מען אן ארויפצושפאנען איינער נאכן צווייטן אויף דעם האלב-פארטונקעלטן באס, בעת ווען יעדער ווארט מיט דרך ארץ אז דער מאשין זאל איינשלינגן און פארדייען דעם גאנצן אפצאהל, נאכאמאזעל דער מאשין איז נישט אזא שונא בצע ווי די ווענדינג-מאשין אין ביהמ"ד און שפייט נישט אויס יעדן דאלער וואס האט נאר א שטיקל פגימה....ווען יא, שטיי איך נאך יעצט מיט איין פיס אויפן באס און דער צווייטער אויף ליע עוועניו....דער כינעזער בעל עגלה שניידט מיר אריין מיט זיינע פלאטשיגע שפאלט-אויגן ביז טיעף אין מיין בערזל אריין מיטציילנדיג מיט מיר גאנצע דריי סינגעלס, ווען מיט זיין זילבערנע האל-פאנטשער וועלכע דינט אים ווי א שופט-האמער'ל צייגט ער מיך אן אין וועלכע פון די פושקע'ס איך זאל אינוועסטירן מיין אפצאל, געווענליך טרעפט ער צו פונקט דאס פארקערטע פון וועלכע מען האט געוואלט במושכל ראשון אריינלייגן, איך טאנץ פון איין הענדיקעפ פאול צום צווייטן זיך צו פלאצירן טרעטענדיג דערביי אויף אלע אויסגעהארעוועטע שאפערס-רוט\לוח הציבור-דבר יום ביומו-גוט מארגן-אשת חיל וכו'\פאשקעווילן\ביימער-בלעטלעך\סתם גליונות וואס האבן שוין מיטגעמאכט היינט עטליכע ראונד-טריפס, איך כאפ די סיט וואס געפאלט אויס צווישן די דיוויידער פון די סיטס און די פאול, וסימנך די סיט וואס עס פיט נאר איין מענטש, אזוי ארום פראביר איך זיך צו פארזיכערן נישט צוקוועטשט צו ווערן (שוין גענוג געווען אויפן מאנרא באס...), דער באס ווערט באפאלן מיט מענטשן\קערעדזשעס אזש ס'קוקט אויס ווי נאך א הונגער יאר פון באסעס, ווי נאר דעם לעצטענס שפיטץ פיס טרעט איבער דעם שוועל פון די באס, פארקלאפט ער דעם טיר אפגעזעהן צי זיין רעקל\שאפינג בעג וכו' ווערט צוקלעמט...שוין אן אלטער מסורה: דער לעצטער כאפט א שמיץ!...

דער באס ריקט זיך צעביסליך אראפ ליע עוועניו מאכנדיג א רעיס מיטן סענעטעישאן טראק ווער ס'קען זיך מער אפשטעלן, ביי יעדע סטאפ קומט ארויף נאך אפאר קערעדזשעס מיטשלעפנדיג מיט זיך די נושאי הקערעדזש וחילופיהן וחילופי חילופיהן נעמליך איעדער קערעדזש ברענגט מיט זיך מיט א פרוי וואס שטיפט עס; א פרוי וואס העלפט פון אינטן; און א פרוי וואס לייגט נאר צו א האנט פון דערזייט, אזוי ארום ווערט דער באס פארוואנדעלט אין א ''דעליווערי באס פון קערעדזשעס"...אן עקסטערע הידור איז דא מיטצוברענגן א וויינעדיגע קינד, הקיצור ווען דער פרוי דערגרייכט שוין דעם אויבערשטן טרעפ, גייט עס געווענליך ווי פאלגענד: קודם א פסק פארן דרייווער פארן שפעטיגן מיט קולות ווי די בנות צלפחד אין צוזאמענהאנג מיט א באזונדערע פסק פארן נישט זיך אפשטעלן א האלבע בלאק פריער, דערנאך אנטשולדיגט מען זיך פארן דרייווער אז מען גייט באלד צאהלן...דערנאך הייבט מען אן זיך אדורכצושניידן די מענער מאכנדיג זיכער אריינצוהאקן אין וואס נאר שייך, פון די ווייבער שוהל קומען אנטקעגן אפאר עסקניות איינער שלעפט די קערעדזש א צווייטער די בעבי, בעת ווען די מאמע פליט צוריק מיטן כח פון א שארט-סטאפ נאכאמאל צום דרייווער וועלכער איז ביזי רעדנדיג צו זיין קאלעגע מיט באקאנטע כינעזער נוסח ענדענדיג יעדן זאץ מיט א ניגון און א גראם...דער פרוי הייבט אן ווי פאלגענד: האו מאטש איז איט?....(איי האסט שוין נעכטן געפרעגט....), נאכדעם הייבט זי אן ארויסצוגראבן דעם בערזל פון ערגעצוואו ווי פון טיעף אינטער דער ערד....ווען מיט אלע אירע כוחות פראבירט זי צו כאפן איר באלאנס פונעם צעשאקעלטן באס וואס מאכט אומאויפהערבאר שארט-סטאפס, זי נעמט ארויס א פינעווער און בעט טשעינדזש און טראסקעט רעכטס און לינקס פון די דרייווער צו די פרויען הין-און-צוריק ביזזזזזז... מען קראצט אפיר די געפאדערטע סכום, ווען זי האט שוין ענדליך די דריי סינגעלס ווערט זי פארשטייצעך אויפגעפאדערט צו לייגן די געלט אין די לינקע פושקע וואס ביים דריטן סינגעל כאפט מען הערשט אז דאס ארבעט נישט מיט עלעקטעריק והוברר הדבר למפרע אז מוואלט ווען געקאנט אריינלייגן אלע דריי סינגעלס אויף איינמאל....

פון סטאפ צו סטאפ ווערט דער באס פולער און פולער עד אפס מקום, די ברעגעס פון די עזרת נשים הייבט אן איבערצורינען צו די מענער זייט, אט שטעלט זיך די באס אפ ביי ליע קארנער מידעלטאון, וואו סווארט אפ א פלייץ פון נשים\קערעדזשעס, סאיז אינטערעסאנט געווען צו באמערקן א סצענע פון עולם הפוך נעמליך ווי בעת די פרויען האבן ארויפגעשטראמט פונעם פאדערשטן טיר, האט זיך א אינגערמאן ארויפגעשלייכט פון די הונטערשטע טיר וואס איז לפנים רעזעווירט פאר די פרויען....זעהט אויס די 'לעידיס-פירסט' שיטה איז שטארק אנגענומען אויפן בארא פארק באס....גראדע האט אט דער אינגערמאן א גאנצע וועג געדינט וואו א חומה פארסירנדיג שטרענג אויף די גבולים צווישן די מענער און פרויען.

קוים וואס די באס טוט פארדייען איין באגאדזש מיט רייזענדע איז חוזר וחלילה ביי יעדע סטאפ עקסטער, ווערט גלייך א פרישע איבערקערעניש פונדאסניי, ערגעץ אינדערצווישן הערט זיך, מערסטנס פון די ווייבער שול, דעם געשריי: "סאמבאדי איז ראנינג" וואס דער דרייווער רעגירט דערויף מיט א קענטיגע הנאה פארנדיג נאך אפאר בלאקס ווייטער, זאל יענער לויפן....געווענליך געווינט דער לויפער די רעיס מיטן באס, מאכנדיג עטוואס גרעסערע ''טריט'' ווי דער באס...אויך איז אן אפטער ערשיינונג ווען א פרוי שפאצירט צו צום דרייווער האלטענדיג דעם סעלפאון ביים אויער ווען אויף דער אנדערע זייט טרייבל בעהט זיך א פארסאפעטע פרוי וועלכע איז אין געיעג נאכן באס אז דער דרייווער זאל איר אויסווארטן, דער דרייווער מאכט זיך כאילו ער פארשטייט נישט, די פרוי דינט אלס ממוצע צווישן דער דרייווער און די לויפענדער פרוי וביני לביני רוקט זיך די באס פאראויס, אזוי ארום אז ווען ער וועט שוין ענדליך באוויליגן זיך אפצושטעלן זאל מען שוין דארפן אויסווארטן א געלויף פון א שיינע פאר בלאקס, געווענליך איז די רעדע פון א פרוי מיט א קערעדזש צוזאמען מיט נאך איין ערוואקסן קינד וואס גייט שוין צופיס.

ווען עס מאכט זיך א "געטינג-אפפ" סיטואציע, דערגרייכט דעם בעל עגלה'ס שמחה עד לב השמים ווען ער קען רעאגירן אז די סטאפ איז מיט צוויי בלאקס ווייטער, וואס כידוע ווערן ביי די בארא פארק באסעס די 'באשטימטע' סטאפס באשטימט לויטן פארלאנג פון די מיטרייזענדע נעמליך צוויי בלאקס נאכדעם פון ווען דער קאסטומער האט א שלעפ געטאהן די סטאפ-ריקוועסט בענדל אדער ווען די הייזעריגקייט פון שרייען געטינג-אפפ האט שוין דערגרייכט דעם קלימאקס.

נאכן זיך שווערליך באוועגן אראפ די וויליאמסבורגער גאסן, דערגרייכט מען ענדליך די ברייט-באקאנטע ''היטש-פלאץ" (ס'וואלט זיך ווען פארלאנגט אן עקסטערע ברייטע באשרייבונג איבער דעם מקום...ועוד חזון למועד) דארט ווארט אונז אפ א קבלת פנים פון כפלים וויפיל עס געפונען זיך יעצט אויפן באס, וועלכע באפאלן דעם באס מיט א ווילדן אימפעט אויסגעבענדיג דערמיט די כעס אויף אלע פארבייפארנדע קארס וואס האבן זיך נישט אפגעשטעלט זיי אויפצונעמען פאר א היטש. דער כינעזער שטעלט זיך אויף קאמפסגרייט און פסק'נט דיני ממונות וואו אריינצולייגן דעם דאנעישאן ווי אויך צו כאפן דעם בחור'ל וואס וועט זיך וואגן דורכצושווערצן די גרעניץ אומבאצאלט. די שוין-ביז-יעצט- געדעכטער באס ווערט איבערגעפילט ווי די טשיקן קעסטלעך מיט אלע מינע מענטשן\היטן זקנים עם נערים, פון ישיבה בחורים מיט פארשלאפענע 'ערב-מקוה פאות' ביז ביזנעסלייט וואס גייען שוין יעצט משלים זיין די "חק-שיעור" נאך פרישטאג, אלע אויפן באס ווערן פלוצלינג בעלי מידות יעדער (ווייזט אז ער) איז גרייט זיך אויפצושטעלן פארן צווייטן אדער עכ"פ האלטן דעם שטייענדיגער'ס פעקל, אלעס איז מוותר פארן צווייטן, די לעצטע ליידיגע סיט איז געווענליך די סיט צווישן א ברייטער מאן און די פאול וואס קיינער וויל נישט זיין קיין מאבד עצמו לדעת און זיך אריינקוועטשן דארטן, אבער דער וואונדער איז, אז געווענדליך זעט מען בחוש דעם מעייל פילא בקופא דמחטא ווען דער 'גליקליכער' סיט געפאלט געווענליך אויס פאר א 'גברא רבה' וועלכער שטעלט זיך מיטן רוקן קעגן דעם פתח פונעם אפענעם שמאלן שפאלט צווישן דעם פאול און דער זיצענדער מענטש, און נישט קוקענדיג אויף צוריק לאט ער זיך אראפ צעביסלעך...צעביסלעך...-אלעס דרייט זיך אוועק נישט וועלענדיג ווערן א בארג-זאלץ מיטהאלטנדיג די מעשי ניסים...- פלוצלינג ווען מען געט א קוק זעט מען אז למעשה זיצט דארט איינער!...והוא לפלא!..ענדליך ווען אלעס שטייט שוין צוקוועטשט ווי אין די סארדינס-שאכטל אויסנוצענדיג יעדן פאול\בענדל\סיט און וואס נישט זיך צו קענען באלאנצירן משכ'ן רייזע, הייבן אן אריינצוקאמאנדעווען די "קערעדזשעס-מיט-די-פרויען", אלע שטייען מיט פארכאפטע אטעם זיך איינציענדיג ווי ווייט מעגליך צו מאכן א שטיקל דורכגאנג פאר די פרויען, וואס עס טוט זיך דעמאלטס איז ממש אומדערטרעגליך\אומבאשרייבליך!

דער באס\לאסט-וואגאן לאט זיך אריין אין וועג, ווען ער דערגרייכט די רעדלייט פארן פתח אריין אינעם הייוועי, קוקט ער וואו עס קוקט אויס צו זיין מער טרעפיק דורך די הייוועי אדער דורך די סטריטס, ס'קוקט אויס אז די הייוועי האט איבערגעוואויגן די פארמעסט זייענדיג מער אנגעשטויסן...והא ראי': דער דרייווער האט אויסגעוועלט ענדערשער צו פארן דורכ'ן הייוועי!...גראדע פון מיין עקספיריענס ווייס איך אז ווען ער פארט דורך די סטריטס האט ער געווענדליך א קפידה צו זיין פארקערט ווי דער סדר העולם, נעמליך: ער "כאפט" יעדן רעדלייט, און "פעסט" אפילו אפאר גרינלייט'ס!...

דער מצב אויפן באס איז יום טוב'דיג אויף א געוואלדיגע פארנעם, פון די געשטאפטע עזרת נשים גייען קולות וברקים א געמיש פון געלעכטער און געוויין פון קינדער וועלכע ליגן באגראבן אומבאהאלפן ערגעצוואו צווישן די אנגעשטויסענע פארקינג-לאט פון קערעדזשעס. די "תשעה-קבין" געפלוידעראכץ ווערט געטריפעלט פי כמה, נישטא פארהאן א פרוי אויפן באס וואס לאט זיך נישט הערן ערגעץ אינמיטן וועג, יעדער פראבירט איבערצושרייען דעם צווייטן, פון איין זייט געט איינער איבער א רעסעפי פון א גאר גוטע ראפארגאש חלות וואס זי האט ערהאלטן פון איר'ס א שוועגערין וואס זי האט עס בקבלה דורי דורות ביז צום עפעס אן עלטער-שוויגער וואס איז געווען א געהויבענע פרוי. זי איז מסביר די חלה מיט אלע פארבן אזש די גערוך שפירט זיך אין די גאנצע ארום. א צווייטער געט אינסטראקשאן'ס פארן טאכטער וואס בעביסיט די קליינע רחל'ע וועלכע האלט עפעס נישט ביים איינשלאפן, ווי אויך זאגט זי איר אן שוין ארויסצונעמען די פלייש פון פריזער פאר נאכטמאל, און ארויסנעמען די לאוד פון וואש-מאשין אריין אינעם דרייער. איין שדכנ'טע וועלכע רעדט ספעציעל 'שטיל' אזש מען קען טויב ווערן, רעגט זיך צאם אויף מרת שווארטץ וועלכער זאגט אפ יעדע גוטע זאך וואס זי טראגט איר אן (חסר הסיום וחבל על דאבדין...). א צווייטער יאכנע קייעט איבער אלע 'מציאות' וואס זי האט זיך איינגעהאנדעלט ביים פאריגן שאפינג וואס איז געווען 'אן עבירה דאס איבערצולאזן' אין געשעפט, און יעצט זיכט זי א קונה דערפאר נישט קענענדיג עס ריטורנען זייענדיג א סעיל אייטעם. כהנה וכהנה עוד רבות, איך האב נאר ציטירט די שמועסן פון די וועלכע האבן געוואונען דעם פארמעסט און די העכסטע געשריגן איבערשרייענדיג יעדעם אזוי אז מען האט געקענט פארשטיין עקזעקטלי וואס די מדובר איז דארטן...

ביי די מענער שול הערשט מער א שטילערע אטמאספער, א האלבע עולם זיצט און שעפשעט מיט ליפן נאנסטאפ, איינער פארענט, א צווייטער תהלים, א דריטער רעדט סתם אזוי צו זיך אליינס...ביים עק זיצט עימיצער מיט א הויכע ביבער הוט (הויך?..בערך אזוי נידעריג ווי א 'סנדר'ס' פלאטשיגע היט...) מיט "גרויסע-בלויע-דיקע-פלעסטיג-בולעטפראוו-ברילן", ביי אונז אין חדר גערופן: מעדיקעיד גלעיזער, ער עסט אזוי געמיטליך א 'מלוה מלכה' אינמיטן א גרינעם דינסטאג ווען עס רינט אים (עפעס ענליכס צו) פיש-זאפט פון זיינע וואנצן און איז משמיע דערביי ספורי צדיקים אריין אין די אויער פון זיין אומגליקליכע שכן וועלכער האט ספעציעל לכבודו אלס 'מצוה לשמוע' ארויסגעשלעפט די עירפאון אויסצוהערן זיינע פערל ווערטער, וואס דער חשובער מספר באמערקט אבער נישט איז, דער אידל איז געבליבן איינגעפלאגט אין די אנדערע אויער די אנדערע עירפאון און איז גאר פארטיעפט ווייטער אויסצוהערן וואס ער הערט דארט..מאכנדיג דעם פנים כאילו ער הערט ווייטער אויס דעם שכן...אזוי ארום איז זה נהנה וזה לא חסר...קעגן איבער מיר זיצט א אידל א 'גברא רבה' וואס הכרת פניו ענתה בו אז ער הערט אויס עפעס א טיעפע שיעור, אויף די גרימאסן פון זיין פנים האלט מען פונקטליך מיט וואו דער בעל דרשן האלט ביים שיעור צי ביים קשיא וואס דעמאלטס איז אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט א וואונדערדיגע מינע, אז ממש ער טרעפט נישט קיין וועג ארויס...דא און דארט געט ער א דריי מיטן דיקן פינגער אזש די גאנצע באס דרייט זיך מיט, אופס! יעצט איז ער אויגעשפרינגן מסתמא האט ער יעצט געכאפט דעם תירוץ....געוואלדיג, אלעס פריידט זיך מיט מיט זיין אומשאצבארע שמחה...חוץ זיין שכן וועלכער שפירט נעבעך מיט דעם גאנצן שיעור אריינכאפענדיג זעטצעס פון אים איינס נאכן צווייטן...ער וואלט זיכער געקענט באשטיין אז די קשיא זאל פארענטפערט ווערן א מינוט נאכדעם וואס ער שטעלט זיך אויף פון דעם מקום...

א ריזן ציבור זענען לאו בעלמא הדין זייענדיג איינגעפלאגט אין עירפאונס, פון שכן'ס אויער שרייט ארויס רבי אלימלך בידערמאן ס'וואונדערט מיר פשוט וויאזוי דער קען יעצט דרימלען...א גאר זעלטענע ערשיינונג איז צו זעהן ווי דער עולם דרימעלט מאסנווייז שטייענדיג...זעהט אויס ווען סאיז דא א כח הרבים פאסירן אזעלכע וואונדער. א גרעסערע ציבור נוצט דער טעלעפאון דורכצושטיפן דעם וועג. אנדערע באטראכטן דעם באס כאילו זיי זענען אויף דעם באס צום ערשטן מאל. אנדערע ליינען די מודעות איבער די נייע פרייז און מאכן אזא מינע מיטן געזיכט כאילו זיי זענען איצטערט געוואויר געווארן איבער דעם פרייז העכערונג. אויף די טרעפ זיצט עימיצער און לערנט מיט גרויס התמדה, אט זיצט א אידל לכאורה דער שואל ומשיב אין עפעס א ישיבה'לע וואס צייכענט יעצט די בחינות, כ'האף אז פון די טשעקס ווערט נישט קיין עקסעס מכח די וואקעלנישן פונעם באס. פארענט פון מיך הענגט זיך א ברסלב'ער אויף איינע פון די פאסיקעס פון אויבן, און אין די לינקע האנט האלט ער א משניות'ל וואו ער זאגט זיינע ח"י פרקים, סקוקט אויס ווי ער האלט שוין ביי די פופצענטע, נעבעך ער טראסקעט אין אלע זייטן: ריכטיג ביטול היש!...ביים ערשטן סיט נעבן די טיר זיצט (זיצט?...ער קען נישט איינזיצן!..) עפעס א נערוועזער אידל (דאכצעך כהאב אים דזשאסט געזעהן שנארן ביי עפעס א חתונה אין וויליאמסבורג...) ער קוקט ארויס פון זיין פענסטער אויף די רעכטע זייט זיינער (די פענסטער'ל אויף די רעכטע זייט פון די ערשטע סיט נעבן די טיר וואו מען קען קוקן צו די טרעפ) וועלנדיג טרייבן די באס מיט זיינע שארפע נערוועזע בליקן, אמנם דא עקא..עפעס א בחור'ל האט זיך פונקט דארט אראפגעשטעלט פארשטעלענדיג זיין וויו...לכבוד דעם ווארפט ער בליקן פון רייזענדער צו רייזענדער וועלנדיג צוזאמטרעפן א פאר אויגן אויף וועם צו דוכענען און אויף יענעם אויסגיסן זיינע שרעקעדיגע בליקן...אוי וויי...איך מיין ער האט מיך שוין געכאפט...סארי איך קען אייך שוין נישט ווייטער באריכטן וואס ער טוט יעצט...כ'האב פשוט מורא אהינצוקוקן....יו איך האף די וועג זאל נעמען שנעל ווייל איך באקום באלד א סטיף-נעק פון האלטן די קאפ אוועקגעדרייט אזוי לאנג...

עפעס א פארביטערט אידל דרייט זיך ארום מיט עפעס א דאקומענט אין טאש וואס לדעתו איז עס גאר אינטערעסאנט און היסטאריש, ער שיקט עס ארום פון רעכל-צו-מעכל ווארטענדיג אז איינער זאל איינזעהן אין די אינטערעסאנטקייט דערפון, איך ציטער אז טאמער וועט ער נישט באקומען קיין קאמענטס דערויף וועט ער עס באלד נאך אריינשיקן צו די ווייבער שוהל...עימיצער זיצט מיט א רוהיגקייט מיטן פנים אויף אראפ, ער באטראכט יעדענס שיך מיט א דורכדרינגענדן בליק, ס'קוקט אויס ווי ער געט אוועק גאנצע פינעף מינוט פער פאר שיך. עפעס אן איזרעילי משולח פארמאכט נישט זיין מויל קיין רגע, זיין פנים איז מיר פון ערגעץ קענטליך, דאכצעך כ'האב אים לעצטענס געזעהן אויף די בילדער כאפן פעטש פון די משטרה אין א"י ביי א פראטעסט...יעצט זעה איך אז ער איז ב"ה ארויס מיט גאנצע גלידער....פארענט פון מיך זיצט עימיצער איבערגעבויגן גאר פארטיפט אין עפעס א פאפיר מיט א פעדער אין די האנט, זיין פארקנייטשטן שטערן וועלכער איז פארשטעלט מיט זיין ברילן איז מעיד אז עפעס ערנסט רעכנט זיך דארטן, כ'האף אז די רעדע איז פון די הכנסות נישט פון די הוצאות...איך קלער צו בארגן נאך א סעט פינגערס צו קענען בעסער רעכענען...אה, יעצט באמערק איך פון וואס די רעדע איז... ער מאטערט זיך אויף א.... געסס וואט...א "סידאוקע'" פאזעל!...

די זייגער רוקט זיך, דער באס שלענגלט זיך געמיטליך אויפן בי. קיו. אי., סקוקט אויס ווי ער פארט אויף עלעקטעראנישע דראטן נישט קענענדיג בשום אופן טוישן ליניע'ס אפגעזעהן צי סאיז דא טרעפיק צי נישט (געווענליך איז יא דא), יעדער ברעיק לאט איבער נאך זיך א מין גערודער אזש ס'קוקט אויס ווי עימיצער האט לויז געמאכט אלע שרויפן פון די באס איידער ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פארן טאג. ענדליך דערגרייך מען שוין די סעמעטערי ביי די ברעגעס פון בארא פארק, מיר קומען שוין אט אט אן, נו, וואס מיינט איר וואס איז געווען די סוף פון די מעשה?... מיינט איר דען אז איך בין געבליבן אויפן באס?!...עה, ס'קען נישט זיין!!...
לעצט פארראכטן דורך רייזענדער אום דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יוש באשעפער!!

דער לייגט עס אראפ נאך בעסער ווי עכט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יוש באשעפער!!

דער לייגט עס אראפ נאך בעסער ווי עכט!
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

דעיס ארטיקל האט מיך אזאנס אויפגעשאקלט, כ׳הייב שוין אביסל אן שפירן די שארט סטאפס פון וואס דו רעדסט.
א שפראך עפעס נישט נארמאל, דו זעה נאר צו רייזן אפטער.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איינעם האסטו נישט דערמאנט, א איד זיצט זיך דארט און שרייבט אפ אזא זאפטיגע ארטיקל פאר אייוועלט מלא טעם..
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

רחמנא ליצלן וואס דו האסט דא געטון מיט מיר!
כ'זיץ דא אין א קאר אויפן וועג צוריק פון אפסטעיט און איך טרייסל מיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיניגער... ס'בישות! אלע מיינע ארומיגע דא דרייען זיך אוועק דעם קאפ נישט וועלענדיג ווערן א בארג זאלץ...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מורי ורבותי, מיר האבן א נייע 'נאטורליך', יארן לאנג געווארט דערויף, אבער אז מען לעבט - זאגט די וועלט - דערלעבט מען, און ענדליך איז אנגעקומען דער לאנג-ערווארטעטער צייט וואס איך קען על דעת עצמי דערקלערן מיט פאטאס און אייפער (ניין, נישט פאטעטעס מיט אייער, נייס טריי) אז דער רייזדנער איז פון די העכסטע קוואליטעט ארטיקלן שרייבער אין אונזער צייט, א שטייגער ווי נאטורליך בשעתו.

[יענטאאש קוקט שטרענג... סארי, נעקסט טיים ווארף דו אריין א גוטס].
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

כ'האף אז רייזענדער פארשטייט די חשיבות פון דעם קאמפלימענט..
דוב בערמאן
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוב בערמאן »

ענדליך זעהט מען שוין פון דערווייטנס אויף טעילער סט. דער אנגעפירקעלטע קאלירפולע 'אמן ואמן' באס וועלכער באוועגט זיך זייער שווער אוואו איינער וואס האלט נאך א פעטע מאלצייט, עס וואקעלט זיך רעכטס און לינקס ווי א שיף אין שטורעמישן ים


די געלעכטער האט זיך ארויסגעריסן פון מיין האלז, די רייכע שפראך מיט די געוואלדיגע סענס אוו יומער איז צום באוונדערן. אן ערשטע קלאס שרייב ארבעט. א שיינעם דאנק אייך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אקורשט געטראכט דאס זעלבע, א נייער נאטורליך מיט זאפטיגע שפראך שלא מעלמא הדין...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יוש באשעפער!!

דער לייגט עס אראפ נאך בעסער ווי עכט!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

רייזענדער; כ'בין דיר מכבד זיך צי לערנען כינעזיש, כ'בין נייגעריג צי וויסן וואס די כינעזע רעדן אלס ארום דארט אגאנצע צייט אויפן נעקסטעל.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יויש ביזטו גוט, איך האב געמיינט אז דאס איז טיפיקעל,

אבער האסט מיך אנטוישט מיט א פרישע פלייץ פון הומאר, און זאפטיגע זאצן.
לעצט פארראכטן דורך מצב כללי אום זונטאג נאוועמבער 17, 2013 11:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

דו האסט מיך פארשעמט פאר מיינע ארימיגע יעדער מיינט אז איך בין אינגאנצן משוגע געווארן
העמיר זיך זען אויף שמחות
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

פליגל האט געשריבן:רייזענדער; כ'בין דיר מכבד זיך צי לערנען כינעזיש, כ'בין נייגעריג צי וויסן וואס די כינעזע רעדן אלס ארום דארט אגאנצע צייט אויפן נעקסטעל.

איך וואלט ענדערש פרעפעררד ער זאל זיך נישט לערנען כינעזיש, ענדערש אליינס אראפמאלן מיט זיין זעלטענעם הומאריטישן שפראך וואס ער שטעלט זיך פאר וויזוי זייער שמועס גייט דארט צו...

אלענפאלס, דער רייזנדער איז עפעס אזאנס און אזעלכעס וואס איך האב שוין לאנג נישט געזעהן דא..
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פליגל האט געשריבן:רייזענדער; כ'בין דיר מכבד זיך צי לערנען כינעזיש, כ'בין נייגעריג צי וויסן וואס די כינעזע רעדן אלס ארום דארט אגאנצע צייט אויפן נעקסטעל.

ביסטו זיכער אז זיי זענען כינעזער? איך ווייס נישט פארוואס, אבער מיר דאכט זיך אז זיי זענען קארעא'ר.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

צו די באס ווארפט זיך צו יא ווייס איך נישט אבער אז דא ווארפט זיך אלעס דאס ווייס איך זיכער
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם אויסנאם גוט. אין צו די זייט אזא פליסיגע פעדער.. א נחת אייך צו האבן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

השם ישמרנו................... נאך אפאר אזעלעכע רייזעס אין די מילצן ווערן מיר אויסגעליידיגט...............
רייזענדער! קיפ אן! איך האף נאר ביסט אנגעקומען צייטליך צו די ארבעט דארט אין בארא פארק...... ווי ס'קוקט אויס האבן מיר דא מער הנאה געהאט פון די גאנצע רייזע ווי דיין באאס....
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אוי שרייבט ער גוט. איך האב מיך געווארפן פונקט ווי זיין צוגעפאסטן אוואטאר! ווי פיקט מען אויף אזא שפראך?
#נישט נארמאל.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

א רייזע אן רייזענדער איז קיין רייזע נישט!!!

רייזענדער, איר זענט גוט! וואס "גוט"?!... איר זענט משוגע... האק מיך נישט איבער! נאכדעם וועסטע פרעגען פארוואס איך זאג ער איז משוגע?!... הער אויף!
עניוועי, דו ביסט משוגע גוט!

ס'זעהט אויס ווי דער אייבערשטער האט ספעציעל אוועקגעשטעל א באס רוט פון ווילי צי ביפידי נאר אז מיר זאלן קענען אפווישען די קאמפיוטער סקרין בשעתן זיך וואקלען פאר געלעכטער ליינענדיג א ארטיקעל פון רייזענדער...

קיפעראפ! ביסט בעסער ווי גוט!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו ליינען. יש"כ
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

מחיה געווען אויך די אנדערע פלג גופא
ישר כח
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יוש באשעפער!!

דער לייגט עס אראפ נאך בעסער ווי עכט!

בעסער ווי עכט?...די עכטע ווערסיע אין די געשיכטע איז נאך די בעסטע!.....

אין פאקט: אלעס וואס איך שרייב איז עכט, אדער על כל פנים באזירט אויף אמת'ע פאקטן....
לעצט פארראכטן דורך רייזענדער אום מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

רייזענדער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יוש באשעפער!!

דער לייגט עס אראפ נאך בעסער ווי עכט!

בעסער ווי עכט?...די עכטע ווערסיע אין די געשיכטע איז נאך די בעסטע!.....

אלעס וואס איך שרייב איז עכט, אדער באזירט אויף אמת'ע פאקטן....

יא, עס איז נאר אזא "אויסדריק אזא".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”