The Possible You Seminar - ר׳ יו״ט גלעזער

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

yankyperl
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:16 pm

The Possible You Seminar - ר׳ יו״ט גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankyperl »

אין די טעג וויילט הרב ר' יום טוב גלעזער ני"ו אין ניו יארק און געבט די באקאנטע שיעור "The Possible You Seminar".

די וואס זענען געוועהן ביי זיינע שיעורים זאגען אז ס'איז די בעסטע שיעור בתורות הנפש.

http://www.thepossibleyou.org
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9261
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איז דא איינער וואס האט עפעס א ידיעה \ עקספעריענס מיט די שיעורים?
---
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

בשבילי נברא האט געשריבן:איז דא איינער וואס האט עפעס א ידיעה \ עקספעריענס מיט די שיעורים?

איך האב עטליכע חברים וואס זענען געגאנגען צו זיינע שיעורים, זיי זאגען אז זיי זענען געווארען א אנדערע מענטש, עטליכע חברים זענען שוין געגאנגען 2 אדער 3 מאל.

ער גיבט אריין שטארקע סעלף קאנפידענס!
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

1)פאר ווי לאנג האלט עס אן?
2)זענען זיי פארנימען צו ווייזן פאר מענטשן אז זיי זענען געטוישט? אדער זיי קימערן זיך נישט וואס מענטשן האלטן פון זיי.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ס'איז נישט זיי, ס'איז איין מענטש יו"ט גלעזער, ס'איז אזוי ווי א חבורה, מ'איז זייער היימיש צווישען זיך, קיינער שעמט זיך נישט צו זאגען וואס ס'באדערט עהם, מען פרעגט און מען ענטפערט.

איך קען דיר נאר זאגען וואס איך האב געהערט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך babaganush »

זינגער האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:איז דא איינער וואס האט עפעס א ידיעה \ עקספעריענס מיט די שיעורים?

איך האב עטליכע חברים וואס זענען געגאנגען צו זיינע שיעורים, זיי זאגען אז זיי זענען געווארען א אנדערע מענטש, עטליכע חברים זענען שוין געגאנגען 2 אדער 3 מאל.

ער גיבט אריין שטארקע סעלף קאנפידענס!
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

The possible you סעמינאר פון ר' יום טוב גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

פון וואס איך האב מיר אנגעליינט און אנגעהערט סאונדט ער גאנץ אינטערעסאנט און כ'טראכט צו גיין.
כ'וויל הערן אויב איינער איז אמאל געווען און קען איבערגעבן זיינע איבערלעבענישן.

איז עס ווערד די 750 וואס ער בעט און די איבער 20 שעה? אדער ס'איז נאך איינס פון די דיים עי דאזען שיעורים מיט וואס די מארקעט איז פארפלייצט?
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט איבער »

בנימין האט געשריבן:פון וואס איך האב מיר אנגעליינט און אנגעהערט סאונדט ער גאנץ אינטערעסאנט און כ'טראכט צו גיין.
כ'וויל הערן אויב איינער איז אמאל געווען און קען איבערגעבן זיינע איבערלעבענישן.

איז עס ווערד די 750 וואס ער בעט און די איבער 20 שעה? אדער ס'איז נאך איינס פון די דיים עי דאזען שיעורים מיט וואס די מארקעט איז פארפלייצט?

הייתי שם נהנתי מאד
וגם אני מבין שזה לא בשביל כולם
הם מאוד 'אייגענארטיג' והם שונים מכל
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

איז דא נאך איינער וואס קען אריינקומען מיט זיינע איינדרוקן?
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
שׁטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

Re: The Possible You Seminar

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁטילער »

איז דא עמיצער וואס איז געווען ביי זיין possible you seminar?

וואלט איר עס רעקאמענדירד? איז עס ווערט?

סאיז מיר באמת וויכטיג צו וויסן
אישי איז אויך גוט

א דאנק פון פאראויס
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

4 טעג מיט רבי יום טוב גלעסער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

שלום עליכם.

כאב אראפגעשריבן אפאר שורות וועגן די סעמינאר מיט רבי יו"ט גלעסער שליט"א.

נאכן זוכן דא אויפן בלאג, כאב איך געטראפן איין פארעווע אשכול איבער דעם, און עס וואלט כדי געווען צו מאכן א באזונדערע אשכול. איך האב עס אויך אריינגעלייגט אין א PDF פארמוט, פאר די וואס ווילן דאס ארויספרינטן אדער שפירן אז עס ליינט זיך געשמאקער.

--

וויפיל מאל האסטו שוין געהאט ווען דו האסט געלערנט א חסידישער ספר, תורת חב"ד, פוילישע ספרים, אדער אנדערע הייליגע ספרי מחשבה, און דו האסט געלערנט עפעס א רעיון אין תורת הנפש, א פרישער מושג וואס אורות באדייטן, א נייע דערהער וואס כח היולי מיינט, אבער דו האסט געשפירט פארהאקט? וויפיל מאל דו האסט דאס איבערגעלערנט, וויפיל מאל דו האסט געמיינט אז דו פארשטייסט עס, איז עס געבליבן א באגריף, נישט קיין ערפארונג? עס האט זיך געלערענט ווי א טעאריע, ווי ענדערש אן איבערלעבעניש, א השגה, אדער אן אייגענער ערפארונג.

וויפיל מאל האסטו געליינט א בוך, א סעלף העלפ בוך, אדער געהערט א דרשה, די מוח האט דאס פארשטאנען אבער די הארץ איז געבליבן פארשטיינערט? וויפיל דו האסט פראבירט צו משלב זיין דעם הארץ, וויפיל דו האסט פראבירט צו באלעבן וואס דו האסט נארוואס געליינט אדער געהערט איז דאס נישט געגאנגען? עס איז כאילו דו האסט קיינמאל גארנישט געלערנט, געליינט, אדער געהערט! א מלאך ביים לערנען און ליינען און א גלח א רגע דערויף. פארוואס געשעט דאס?

פארוואס איז דאס, אז א מענטש וואס האט אזא רייכע טיפע קאמפליצירטן מוח, ער קען טרייבן א קאר וואס פליהט 80 מייל פער שטונדע, ער איז גענוג זיכער אז זיין מוח וועט אים העלפן אויסמיידן א טעות וואס איז כפסע בינו לבין המות, ער קען פאסן באשלוסן שנעלער ווי אן אויגנבליק דורכאויס די רייזע, אבער ווען ער קומט אריין צו א חתונה ווערט ער דערשראקן און צוריקגעצויגן? די רגע וואס ער שפאצירט אריין אין די זאל סקענט ער דאס אדורך און זוכט נאר א מענטש וועמען ער קען? ווען ער שפאצירט אריין אין שול ווערט ער פארלוירן צווישן אנדערע מתפללים, ער דאווענט ביים ווינקל, ער קען נישט דאווענען פארן עמוד, און גריסט קוים מענטשן. פארוואס?

פארוואס איז דאס, אז א גרעסערע חלק פון א מענטשן'ס מוח איז פארנומען מיט מענטשן וואס האבן אים בא'עולה'ט, זיך אויס'טענה'ן מיט מענטשן, זיך רעגן אויף מענטשן, דעבאטירן נאכאנאנד, זיך צו דיפענדן אויף זאכן וואס האבן שוין לאנג פאסירט, און וויפיל מ'האט געמיינט אז עס איז אויסגעגליכן געווארן קומט דאס כסדר ארויף?

פארוואס איז דאס ווען מיר פלאנירן א רייזע, אלעס איז מסודר, אלעס איז געפּאַקט, די האטעל איז שוין געבוקט, מען האט גענוג עסן אויפן וועג, מען זיצט שוין אין קאר, מען פארט שוין, די מוזיק ארבעט, מען איז גוטמוטיג, מען איז אויפגעלייגט, און מיטאמאל קומט א קאר צופליען און געבט אים א כאפ אריבער און אלעס גייט זויער, די מוט טוישט זיך,
מען רעגט זיך, מען ווערט אן אנדערן מענטש, און מ'פארגעסט וואס איז געווען א האלבע סקונדע צוריק. פארוואס?

פארוואס איז דאס ווען א מענטש פארברענגט געשמאק מיט מענטשן, מען שמועסט, מען דערציילט, מען איז גוט אויפגעלייגט, און מיטאמאל געבט זיך איינער א רוף אן עפעס וואס שמעקט נישט און מ'ווערט געטריגערט, געטראפן, אנטוישט, אפענדענט, דיסעפוינטעט, אראפגעלאזט די נאז, אויפגערעגט. פארוואס? די מענטש וואס האט זיך א רגע צוריק אזוי גוט געשפירט איז מער נישטא, די אויפגעלייגטע מוט איז פארגאנגען, מען קען נישט לויז ווערן פון די שלעכטער הרגשה. יענעם'ס באמערקונג שטעכט, עס טוט וויי, און די שמועס ענדיגט זיך. איז די מענטשליכע צושטאנד אזוי שוואך? מוז מען אזוי לעבן? דארף מען זיך עסן און שווייגן א גאנץ לעבן? דארף מען ווערן געטריגערט א גאנץ לעבן? דארף מען זיך דיפענדן א גאנץ לעבן? דארף מען זיך רעגן א גאנץ לעבן?

עס איז דא אן אלטן ווארט "וויאזוי דיין רילעשנשיפ איז מיט דיינע עלטערן אזוי איז דיין רילעשענשיפ מיט הקב"ה". עלטערן געבן אריין די ערשטע איינדריקן אינעם קינד, א געזונטן רילעשענשיפ מיינט א געזונטער מענטש, און א געזונטער מענטש האט א גוטן קשר מיט הקב"ה.

א סך מענטשן וואס האבן א צובראכענע רילעשענשיפ מיט איינס פון די עלטערן, מאכן שלום מיטן מצב אז דאס איז מיין גורל, און איך וועל דאס קיינמאל נישט קענען איבערמאכן, און איך וועל מוזן אנגיין מיטן לעבן אזוי. מען האט שלום געמאכט מיט די מציאות, איך האב שוין אלעס פראבירט אין דער וועלט, און גארנישט טוישט זיך נישט.

פארוואס איז דאס אז א גוטע רילעשענשיפ מיט די עלטערן איז די יסוד און פון די העכסטע פריאריטעטן אין א מענטשנס לעבן?
***
וויפיל געלט וואלסטו באצאלט פאר עמיצער וואס קען דיך העלפן ריסעטן דיינע מחשבות און דו זאלסט מער קיינמאל נישט ווערן געטריגערט פון קיין שום זאך אין די וועלט? דיין צינישקייט צו מענטשן זאלן אוועקגיין. וועסט מיטאמאל וועלן גריסן יעדן פארבייגייער. די רילעשענשיפ מיט דיינע עלטערן וועט ווערן אויסגעצייכענט גוט. וועסט נישט זיכן צו אנטלויפן פון מענטשן. דיינע נאכאנאנדע שרעק צו אלעם וועט פארשווינדן ווערן. וועסט נישט מורא האבן צו עפענען א מויל אין א שמועס צווישן מענטשן. וועסט נישט מורא האבן צו פרעגן אדער בעטן זאכן פון מענטשן. וועסט נישט ווערן געטריגערט פון דעם וועמען דו רופסט "נערנים" און דו וועסט מען נישט שפירן קליין פון "חכמים". וועסט נישט מער האבן קיין געברויך פון אראפרייסן אדער זיך רעגן אויף טאג טעגליכע זאכן. דו וועסט לעבן אינעם איצטיגן מאמענט. עס וועט זיין אן ערפארונג, נישט קיין באגריף. וועסט נישט געדענקן דעם שווערן עבר, און די אנגסט פונעם מארגענדיגן טאג וועט דיך נישט באדערן. די וועלט וועט באמת שמייכלן צו דיך. און דיין קשר מיט הקב"ה וועט ווערן טיף און זיס.

וויפיל שאצונג וואלט אזא נייע לעבן געהאט צו דיך אויב קען דאס געשען צו דיך?

עס איז שווער צו זאגן אז עס עקזעסטירט אזא סארט מעדזשיק Kill Switch. אויב וואלט א מענטש אדווערטייזט אז ער גאראנטירט דיך צו ריסעטן דיינע מחשבות און דיך מהפך זיין לאיש אחר, וואלט ער געווען די רייכסטע מענטש אויף דער וועלט.

אויב אבער עמיצער וואלט דיך געזאגט אז ער קען דיך 'אינטערדוסן צו די זאכן', און פאר אפאר טעג גייסטו שפירן ווי עמיצער וואס איז נתהפך געווארן לאיש אחר, וואס דאס גייט דיך זאגן אז יש דרך אחרת לחיות את החיים. מ'דארף נישט אזוי לעבן. די לעבן איז מיליאנען מאל זיסער ווי מ'מיינט. מענטשן זענען נישטא דיך צו כאפן אדער טשעפענען. און נישט קיין נפקא מינה ווי אלט מ'איז, און מ'האט שוין אן איינגעגעסענע געוואוינהייט, א פּערעדיים Paradigm וויאזוי אנצוקוקן די וועלט, קען מען דאס אלץ טוישן.
***

רוב מענטשן וואס הערן אלץ איבער די סארט סעמינארן אדער קורסן ווערן סקעפטיש אדער ציניש. שוין, נאך א מענטש וואס זיכט צו מאכן געלט, נאך א מענטש וואס זיכט צו רייטן אויף שוואכע מענטשן. מיר האבן אלע דיוועלעפט א דיפענסיוו-מעכאניזעם צו די סארט זאכן, נאכדעם וואס מיר זענען שוין אלע אפגעבריהט געווארן אזויפיל אנדערע מאל אין לעבן.
***
איך בין פשוט איינער פון די איבער 12 טויזענט Graduates פון רבי יו"ט גלעסער סעמינאר The Possible you. איך בין איינער וואס האט שוין אסאך געהערט פון אים, אבער איז בעפאר דעם געווען זייער סקעפטיש אז איין מענטש וועט קענען מאכן אזא טויש אין מיין לעבן.

די אייציגסטע זאך וואס האט מיך געמאכט געבן די שאנס איז נאכדעם וואס איך האב מיטגעהאלטן אפאר מענטשן וואס זענען ממש נתהפך געווארן לאיש אחר. איך האב מער נישט געדארפט קיינער זאל מיך איבערעדן, און מיט די הילף פונעם אייבערשטן האב איך אנטייל גענומען אין די סעמינאר און עס איז געווען די בעסטע זאך וואס איז אמאל געשען צו מיך.

איך גלייב ווי יעדער זאך איז די סעמינאר נישט געמאכט פאר יעדעם. און אויב האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז דו זאלסט ליינען די שורות אדער דא הערן איבער דעם, וועט ער דיך שוין ווייטער צופירן און דיך העלפן מאכן די החלטה אויב עס לוינט דיך צו דזשוינען דעם סעמינאר. א סעמינאר וואס וואשט אויס אידישע נשמות, א סעמינאר וואס האט שוין געהאלפן טויזענטער אידן נענטער צו ווערן מיט זיך אליין, און נענטער צו ווערן צום אייבערשטן.

אויב איז נישט דא קיין "כמוך" איז נישטא קיין "לרעיך", אויב איז נישטא קיין "כמוך" קען מען נישט האבן קיין געהעריגן קשר מיט הקב"ה. אויב איז נישטא קיין "כמוך" איז שווער צו פארשטיין ספרי קודש. אן קיין "כמוך" בלייבט אלעס פארשטיינערט. מ'שפירט זיך ווי א ראבאט וואס אפערירט אין אן ענדלאזן Loop.

די סעמינאר איז געמאכט פאר מענטשן וואס שפירן ווי זיי זענען Stuck אין לעבן. זיי זיכן צו פארבעסערן אלע סארטן רילעשענשיפ'ס, זייער גאנצע מציאות החיים, זייער קשר מיט "זיך אליין", און זייער קשר מיטן רבוש"ע.

זאל אייך דער אייבערשטער געבן הצלחה וברכה, חן וחסד בכל דרך אשר תלכו.

איך וואלט געברענגט 10 ביישפילן, ווי יעדער פאר זיך קען זיך עוועליועטן וויאזוי ער לעבט זיין לעבן. וויפיל פון די 10 ביישפילן קענסטו טשעקן?

1. וויפיל פון דיינע שמועסן רעדן זיך פון נעגיטיוויטעט איבער א דריטער מענטש? (ווען אימער א דריטער מענטש קומט אריין אין א שמועס אין א נעגעטיווער ליכט, מיינט עס אז יענער מענטש טריגערט דיך)

2. פון 1 ביז 10 וויאזוי וואלסטו גערעיט דיין רילעשענשיפ מיט דיינע עלטערן? וויפיל מאל א וואך רעדסטו צו זיי? ווען דו ביסט אין זייער אנוועזענהייט שפירסטו באקוועם, אדער דו שפירסט זיך געטריגערט? צב"ש: 10 מיינט אז דו רעדסט צו זיי אפט, דיין הארץ איז אפען צו זיי, דו שפירסט הערצה און ליבשאפט צו זיי, דו ביסט דאנקבאר צו זיי, דו ביסט באקוועם צו רעדן און פארברענגן מיט זיי. און 1 מיינט, דו רעדסט מיט זיי זייער זעלטן, דו ביסט אנגעווייטאגט מיט איינעם פון זיי, דו שפירסט א דערביטערניש אדער ריזענטמענט קעגן ביידע אדער איינע פון זיי.

3. וויפיל מענטשן אויפן גאס באגריסטו? אדער אויב גריסטו איינעם אויפן גאס און יענער גריסט דיך נישט צוריק באדערט דיך עס?

4. וויפיל מאל א יאר גייסטו צו אלס שליח ציבור? איז דא צייטן ווען דו וואלסט געוואלט זיין דעם שליח ציבור נאר דו שפירסט זיך נישט באקוועם?

5. ווי שטארק האסטו הנאה צו גיין צו דיין רעלעטיוו'ס אדער חבר'ס חתונה? ווען דו גייסט צום חתונה, טאנצסטו מיט די הארץ? אדער דו געבסט די הענט און דו יאגסט אפ די ערשטע מעגליכקייט?

6. ווען איינער שנייד דיך אריין אין טרעפיק, וויאזוי איז דיין רעאקציע? דו פארסט ווייטער כאילו לא היה? אדער דו רעגסט זיך פאר די נעקסטע 10 מינוט, און דו פראבירסט אפילו אים נאך צו יאגן?

7. ווי גרינג איז דיך צו בעטן א טובה פון א מענטש?

8. דו שפירסט ווי דו דארפסט כסדר אויסזען גוט פאר מענטשן? צב"ש: דו פראבירסט אויסצומיידן אויסצוזען שלעכט, אדער צו בלייבן אלץ גערעכט.

9. איז דיין לעבן אן "עקספיריענס" פאר דיך אדער א "קאַנסעפט" (concept)? צב"ש: ווען דו דאווענסט, באלעבסטו עס? ווען דו מאכסט די סעודות שבת קודש לעבסטו אין די מאמענט? דו ביסט אויפגעלייגט, דו ביסט קאנעקטעט מיט דיין משפחה, אדער דו ביסט בלויז דער "טאטע פִיגער קאַנסעפט"?

10. פראביר צו זאגן 5 שטארקע זאכן איבער דיך אין צען סקונדעס.
***
פאר די וואס דארפן א קורצע ביאגראפיע פון רבי יו"ט גלעזער: ער איז אויפגעוואקסן געווארן אין לאס אנדזעשלעס-קאלעפארניע. ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים וואו ער איז געווארן א בעל תשובה, און א פלאם פייערדיגע חסידישע איד, און האט קובע מקום געווען אין קהילות פינסק קארלין. ער איז א תלמיד פון רבי נח וויינבערג ז"ל און איז שפעטער געווארן פון די גדולי משפיעים אין ישיבת אש התורה אין אלט שטאט ירושלים וואו ער האט מחזיר בתשובה געווען אלפים. רבי יו"ט איז געווען פון די פיאנערן פון די בארימטע שבת קרבתנו, און שפעטער פאר בערך 20 יאר צוריק האט ער געגרינדעט The Possible You סעמינאר, וואו ער פארט ארום איבער די וועלט און היילט אידישע קינדער דורכאויס א 4 טאגיקען וואֶָרקשאַפּ פראגראם.

רבי יו"ט איז אן ערליכן איד, א זעלטענער טאלאטנפולער מענטש, א טיפע טראכטער, און איז געבענטשט געווארן מיט א גאר גוטע שפראך.

אידן וואס האבן שוין אמאל אנטייל גענומען אין שבת קרבתנו אדער די TPY סעמינאר קענען עדות זאגן אז זיי האבן געהאט אן עקספיריענס וואס באגלייט זיי א גאנץ לעבן.

צו רעגיסטרירן גייט צו: http://www.rabbiyomtov.com
אטעטשמענטס
The Possible.pdf
(151.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 124 מאל
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

Re: 4 טעג מיט רבי יום טוב גלעסער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

נעקסטע סעמינער קומט פאר אין מאנסי פרשת חי' שרה.
אטעטשמענטס
מאנסי.jpeg
מאנסי.jpeg (188.19 KiB) געזען 2050 מאל
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

Re: 4 טעג מיט רבי יום טוב גלעסער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

א וואך שפעטער, פרשת תולדות, קומט פאר נאך א סעמינאר אין בארא פארק.
אטעטשמענטס
ברוקלין.jpeg
ברוקלין.jpeg (192.38 KiB) געזען 2043 מאל
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

א ידיד מיינער שטיפט מיר צו גיין אהין, וואס זאגט דער עולם אויף דעי קורס

איז עס ווערט דאס געלט?
פאר וועלכער עידזש איז עס געמאכט געווארן?
אן עכט חסידישער סאטמערער איד האט הנאה דארט?
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:17 pm
א ידיד מיינער שטיפט מיר צו גיין אהין, וואס זאגט דער עולם אויף דעי קורס

איז עס ווערט דאס געלט?
פאר וועלכער עידזש איז עס געמאכט געווארן?
אן עכט חסידישער סאטמערער איד האט הנאה דארט?
ניין!
שוין, האסט שוין באקומען א ניין יעצט גיי ווער געוואר צו די דארפסט נאך גיין...
טו דיר נאר אן א זאק אויפן קאפ און וואק אריין אין סמעדרש הגדול און היידא!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

בעל דמיון האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:19 pm

איך האב נישט פארשטאנען, דו ביסט שוין דארט געוועזן?

שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:21 pm

ניין, אבער כ'האב אסאך נאכגעהערט.
פרעג דיך נאך וועסטו פארשטיין
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

איך בין דארט געווען און גאר גאר שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

בעל דמיון האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:24 pm
שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:21 pm
בעל דמיון האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:19 pm
שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:17 pm
א ידיד מיינער שטיפט מיר צו גיין אהין, וואס זאגט דער עולם אויף דעי קורס

איז עס ווערט דאס געלט?
פאר וועלכער עידזש איז עס געמאכט געווארן?
אן עכט חסידישער סאטמערער איד האט הנאה דארט?
ניין!
שוין, האסט שוין באקומען א ניין יעצט גיי ווער געוואר צו די דארפסט נאך גיין...
טו דיר נאר אן א זאק אויפן קאפ און וואק אריין אין סמעדרש הגדול און היידא!
איך האב נישט פארשטאנען, דו ביסט שוין דארט געוועזן?
ניין, אבער כ'האב אסאך נאכגעהערט.
פרעג דיך נאך וועסטו פארשטיין
סא דא איז איינע פון די פלעצער ווי איך פרעג
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

בעל דמיון האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:19 pm
שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:17 pm
א ידיד מיינער שטיפט מיר צו גיין אהין, וואס זאגט דער עולם אויף דעי קורס

איז עס ווערט דאס געלט?
פאר וועלכער עידזש איז עס געמאכט געווארן?
אן עכט חסידישער סאטמערער איד האט הנאה דארט?
ניין!
שוין, האסט שוין באקומען א ניין יעצט גיי ווער געוואר צו די דארפסט נאך גיין...
טו דיר נאר אן א זאק אויפן קאפ און וואק אריין אין סמעדרש הגדול און היידא!
מיין פריינד, איר רעדט געהרג׳טע שטותים.
במחילת כבודך.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

עם הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:33 pm
בעל דמיון האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:19 pm
שמעון ישראל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:17 pm
א ידיד מיינער שטיפט מיר צו גיין אהין, וואס זאגט דער עולם אויף דעי קורס

איז עס ווערט דאס געלט?
פאר וועלכער עידזש איז עס געמאכט געווארן?
אן עכט חסידישער סאטמערער איד האט הנאה דארט?
ניין!
שוין, האסט שוין באקומען א ניין יעצט גיי ווער געוואר צו די דארפסט נאך גיין...
טו דיר נאר אן א זאק אויפן קאפ און וואק אריין אין סמעדרש הגדול און היידא!
מיין פריינד, איר רעדט געהרג׳טע שטותים.
במחילת כבודך.
וואס איז דיין מיינונג?
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

עם הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:25 pm
איך בין דארט געווען און גאר גאר שטארק הנאה געהאט.
ווי לאנג צוריק? איז שוין דורך א צוויי יאר אן זיין אנגעהאאקט?

איך האב גערעדט צו מענטשען וואס זענען געווען. סאיז עקסייטינג אבער סוועפט אויס...
ער האט א ספעשל פרייז פאר מענטשען וואס קימען צוריק נאכאמאל און נאכאמאל...

נב
זיין השקפה איז זייער ווייט פון אונז ובפרט בענייני ציונות. ער איז משוגע אז יעדער מיז און וועט סוף כל סוף מאכן אן עליה פשוט צו זיין סעיף...(ער זאגט דאס כמובן נישט ביים קורס. אבער דאס איז זיין השקפה. קענסט סורשען זיינע אינטערוויאס)
לעצט פארראכטן דורך הגוגעה אום זונטאג מאי 14, 2023 2:56 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

איך בין נישט געווען, אבער איך האב א חבר וואס איז יא געווען, ער לייגט עס אראפ זייער פאוערפול,
גראדע האט ער מיר נישט פארציילט פון ארויף לייגען א גארבעדש בעג אין אריין גיין אין סמעדרעש,
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
אוועטאר
yingerman business
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:32 pm

Re: ר' יו''ט גלעזער possible you

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yingerman business »

צינגעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 2:37 pm
איך בין נישט געווען, אבער איך האב א חבר וואס איז יא געווען, ער לייגט עס אראפ זייער פאוערפול,
גראדע האט ער מיר נישט פארציילט פון ארויף לייגען א גארבעדש בעג אין אריין גיין אין סמעדרעש,
גא"מ
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”