שבע ברכות/חתונה ווערטער/ווערטליך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

שבע ברכות/חתונה ווערטער/ווערטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

ביי יעדע שבע ברכות און חתונה דארף מען מקיים זיין די ענין פון כל המשמח חתן וכלה
איז דא חברה וואס זאגן א שיין שטיקל תורה מיט א געלעכטער און די זייט...
נאך איז דא וואס זאגן עפעס א גוטע JOKE אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין איינער בלייבן זיצען נאר מ'זאל ליגען אויפן פלאר...
נאכדעם איז דא אנדערע וואס פשוט נעמט איינעם און פשוט צולייגט אים... אמאל איז די חתן און מחותן אריינגעפאלען...
און נאכדעם איז דא מענטשן וואס איז געזאגט געווארן אויף זיין "שתיקותיך יפה מדיבורותיך"....

איך מיין אז מ'זאל דא מאכן א קאלעקשיען פון אלע די גלייך ווערטער און ווערטליך אזוי אז איינער וויל עפעס זאגן ביי א שבע ברכות זאל ער האבן וואס צו זאגן...

(אויב איינער וועט אריינקומען ביי א שבע ברכות און וועט הערן ווי די בעל דרשן זאגט "איך האב געזען אין דער אידישע וועלט א גוט ווארט" זאל זיך נישט וואודערן.. :grin: :grin: )
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

לאמיר אנהייבן...

מ'זאגט אז וואס איז פשט פון "שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצירך בגן עדן מקדם" וואס האט די רבוש"ע משמח געווען אדם אין גן עדן?

ער האט אים געגעבן א ווייב אן א שוויגער.... :lol: :lol:

-----

מ'זאגט אז די פינף מינוט וואס די מאן זאגט פאר די ווייב איך קום שוין אהיים איז די זעלבע פינף מינוט וואס די ווייב זאגט איין מינוט איך קום שוין... :lol: :lol:

-----

געווען אמאל א איידעם וואס האט געקויפט א מתנה פאר זיין שוויגער, די שוויגער עפענט עס אויף אין זעט ס'דא דארט א שטר אז דער איידעם האט געקויפט א חלקה פארן שוויגער,
האט זי געפרעגט וואס איז די מתנה????!!! האט ער גענטפערט אז ס'איז א סגולה אויף אריכת ימים...
קומענדיגע יאר האט ער גארנישט געקויפט, האט די שוויגער געפרעגט "פארוואס האסטו נישט געקויפט??" האט ער געזאגט איך האב געקויפט לעצטע יאר און די האסט עס נישט גענוצט... האב איך געטראכט אז ס'איז א שאד צו קויפן... :lol: :lol:

חברה נא ברענגטס נאך....
לעצט פארראכטן דורך רביש אום זונטאג נאוועמבער 13, 2016 11:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

מער פאר די לומדים:

געהערט אמאל איינער פרעגט די עולם ביי א שבע ברכות צו שמחת חתן כלה איז א חובת גברא אדער א חובת חפצא?
דאס הייסט אז אדער איז עס א חובת גברא אז א מענטש דארף טון א פעולה צו משמח זיין די חתן כלה אדער אפשר איז חתן כלה א חפצא של מצווה און מ'איז מחוייב זיי פרייליך מאכן
די נפקא מינה וועט אויסקומען אויב איך קען גוט די חתן און איך ווייס אז עס נעמט אים צו כאפן א JOKE דריי וואכן...
איז אויב איז עס א חובת גברא, דארף איך אים משמח זיין בשעת די שבע ברכות...
אבער אויב איז עס חובת חפצא דארף איך עס זאגן דריי וואכן פארדעם וועט ער עס כאפן בשעת די שבע ברכות... :lol: :lol:
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א זאפטיגע דרשה
פון דער בדחן ר׳ ישראל שטערן
ביי א 'שבע ברכות'

viewtopic.php?f=18&t=30436
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דער וועלט פרעגט א מורא'דיגע קשיא, מיר ווייסן דאך אלע אז אברהם אבינו האט ביי זיין טאטע אין שטוב נישט געהאלטן פון זיין טאטן'ס געטשקעלעך, וואס האט ער געטאהן? ער האט זיי צושמעטערט, קומט אהיים דער זיידע תרח און דערזעט דעם חורבן פרעגט ער אברהם'ן וואס פונקטליך האט פאסירט, ענטפערט ער מיט א תמימות א גאנצע מעשה אז א אלטע באבע האט געברענגט א טשאלענט (נישט מיר....) און די גרויסע געטשקע האט גענומען אן האק און צושמעטערט וכו' וכו'.

ווייטער ביי יעקב אבינו קענען מיר אלע די מעשה וויאזוי ער האט אפגעטראגן פון לבן'ען און מיטגענומען מיט זיך די געטשקעס, לבן לויפט אים נאך און פרעגט אים וואו די געטשקעס ליגט, און יעקב אבינו נעמט זיך שרייען א גאנצע פסק, גנובתי יום וגנובתי לילה וכו' וכו' אזוי אינעם זיבעטן ריפ אריין...

יעצט שטעלט זיך די פראגע מיר ווייסן אז מעשה אבות סימן לבנים דאן פארוואס האט יעקב אבינו נישט גענוצט דעם זעלבן תירוץ ווי דער זיידע אברהם???

נאר מוז מען ענטפערן, אז נישט אלעס וואס מען קען איין רעדן פאר א טאטע קען מען איין רעדן פאר א שווער...............
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

שיינע אשכול
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

בן נון האט געשריבן:שיינע אשכול


גאנץ א גיטע ווערטל....
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אבי איינער האט הנאה
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
פארקלערטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 6:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארקלערטער »

פארוואס ווען מען ענדיגט א דרשה ביי א שבע ברכות ענדיגט מען מיט א ברכה אויף ביאת המשיח?
ווייל אין כלל ישראל האט זיך פארפליכטעט אם לא אעלה את ירושלים על ראש שמחתי ווען איז די הויכפונקט פון די שמחה? ווען די רעדנער ענדיגט רעדן.
פארקלערטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 6:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארקלערטער »

יוסף האט געחלומט אז זיין טאטע מאמע אין עלף ברידער ביקן זיך צו אים, ווי איז זיין שוועסטער דינה?
נאר רש״י ברענגט אז דינה האט געהאט א טאכטער פון שכם אין יעקב האט איר פארשיקט קיין מצרים אין יוסף האט חתונה געהאט מיט איר,
נמצא אז דינה איז געווען יוסףס שוויגער
א שוויגער וועט זיך אין חלום נישט ביקן...
פארקלערטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 6:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארקלערטער »

פארוואס ווען א מאן איז מקדש א פרוי זאגט ער כדת משה וישראל? אפשר כדת תורה? כדת שולחן ערוך?
נאר וואס משה וישראל זענען געגאנגען צוזאמען פערציג יאר אין מדבר, אין מער ווי איין מאל האבן די יידן געשריגן מיר גייען זיך צוריק קיין מצרים, אין משה האט געשריגן צום אייבערשטן איך קען שוין מער נישט פירן דאס פאלק,
אבער סויף איז מען געבליבן צוזאמען,
איז ווען א מאן איז מקדש א פרוי זאגט ער איר ס׳גייט זיך טאקע מאכען דא דארט שערוריות ס׳וועט אויסקוקן אז מקען שוין נישט גיין ווייטער אבער צום סויף וועט עס זיין אזוי ווי משה וישראל, מוועט בלייבן אינאיינעם
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ פארקלערטער!

פיינע זאכען, פרישע חידושים וואס איך האב נאך נישט געהערט!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פאר מיין חתונה האב איך געפרעגט
1] פארוואס טוט א חתן אן א קיטל ביים חתונה?
2] פארוואס דארף מען משמח זיין א חתן ביי א חתונה פארוואס איז ער אזוי צובראכן?
3] וואס איז פשט צו משמח זיין א חתן מיט ווי לן דמיתנין,

נאך מיין חתונה איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן,
די צווייטע קשיא איז מיר פשוט פארענטפרט געווארן איך האב געזען וואס א פרוי מיינט,
די ערשטע און די דריטע קשיא פארוואס מען טוט אן א קיטל פשוט להזכיר לו יום המיתה, צו זאגן זיי נישט אזוי צובראכן אלעס האט א וועג ארויס.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

ווי זאגט יענער אלץ געדענק איך ב"ה...
ווען איך האב חתונה געהאט... ווי איך האב חתונה געהאט... מיט וועם איך האב חתונה געהאט....
אבער פארוואס איך האב חתונה געהאט דאס געדענק איך נישט...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”