איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז אייוועלט א פלאץ פאר מחאות.

יא, וויפיל ס'לאזט זיך, אויף יעדע פירצה! (וואו דען?).
15
19%
נאר מיט א מאס פון ווען, וויפיל און וויאזוי.
26
34%
ניין, מחאות זענען נישט בגדר "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט".
36
47%
 
סך הכל שטימען: 77

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אין דער צייט וואס ס'איז פארהאן אן אשכול וואס באהאנדלט אויף וואס מ'זאל מוחה זיין דא אויף אייוועלט איז אינטערעסאנט צו וויסן צו דער אייוועלטע תושבים זענען בכלל אינטערעסירט אז אייוועלט זאל זיין א פלאטפארמע פון מחאות.
געטס אפ אייער שטימע.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

עס איז דא א קאנסטיטוציע וואס די בעלים האבן אוועקגעשטעלט, דארט שטייט קלאר "אייווועלט איז נישט א פלאץ פאר מחאות", סאו פארשטיי איך נישט די שאלה.



אגב, אפשר א לינק צו די אשכול וואס דו רעדסט פון?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך ווייס נישט אויב מ'דארף צו צייכענען פון וואו ער רעדט, גיי אריין אין יעדן אשכול וועסטו זעהן...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך זאג אייך, כ'קאן אים פערזענליך, "וויכטיג" איז בכלל נישט דא אויף צו מוחה זיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אלטער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'דארף צו צייכענען פון וואו ער רעדט, גיי אריין אין יעדן אשכול וועסטו זעהן...

האבעך מורא אז איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט פון.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

האסט געבעטן א לינק... זאג איך דיר...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

;l;p-
farshlufen האט געשריבן:איך זאג אייך, כ'קאן אים פערזענליך, "וויכטיג" איז בכלל נישט דא אויף צו מוחה זיין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

farshlufen האט געשריבן:איך זאג אייך, כ'קאן אים פערזענליך, "וויכטיג" איז בכלל נישט דא אויף צו מוחה זיין.

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שוין לאנג נישט געזען למעלה'ן לאכן. זעט אויס די סיקסטיס פארשטייען זיך...
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזען למעלה'ן לאכן. זעט אויס די סיקסטיס פארשטייען זיך...
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזען למעלה'ן לאכן. זעט אויס די סיקסטיס פארשטייען זיך...

חח, שוין לאנג נישט אזוי אויסגעפלאצט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

למעלה משבעים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזען למעלה'ן לאכן. זעט אויס די סיקסטיס פארשטייען זיך...

חח, שוין לאנג נישט אזוי אויסגעפלאצט.

איך זאג אייך אז די אוועטאר איז שולדיג... נישט די ניק נאמען..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין מוחה אויפ'ן קעפל. וואס הייסט דאס מוחה זיין אויף אייוועלט? אייוועלט האט דיך עפעס געטוהן?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ער רעדט פון די אייוועלט אנקעטעס..
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ער שרייבט בלשון יחיד, קוקט אויס ווי איין ספעציפישע אנקעטע וויל ער מוחה זיין אויף..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

לעצם הענין קלער איך אנדערש פונעם עולם. איך מיין אז מ'דארף לאזן יעדן אויסדרוקן זיינע מיינוגען אויף סיי וועלכע ענין ער וויל, זאל עס זיין פרא טראמפ אדער א מחאה אויף טראמפ'ס מעשים, זאל עס זיין פרא מידיא אדער א א מחאה אויף די פעיק ניוז, אדער א פרא "די און די" אלבום אדער א מחאה אויף די פראפעסיאנאליזם דערפון.

און אזוי אויך פרא ראבא קאלס און מחאות אויף ראבא קאלס, וכן הדין פאר אלע פרא אדער אנטי סיי וואס תגובות, און מה דאך אין גשמיות'דיגער לעבן כ"ש אין רוחניות'דיגער.

אלעס פארשטייט זיך ווי לאנג ס'איז געשריבן איידל און תורה'דיג.

מ'דארף נעמען אין אכט אז מענטשן דרוקן נישט אויס מחאה ווייל זיי ווילן דא מקיים זיין די "מצוה" פון "הוכחה", נאר ווייל ס'קוועטשט זיי עפעס, וע"ד יסיח דעתו לרבים. איי פלוני און אלמוני ווערן נערוועז? נו, זאלן זיי ארבעטן אויף זייער מידת הסבלנות, פונקט ווי דער פרא און אנטי טראמפ זעהט זיך אן מיט תגובות וואס ער גלייכט נישט.

שוין. סארי פארן זיין אזוי ערנסט...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כ'האף דו פארשטייסט אז א מחאה אין רחניות קען זיין סאך מער קאנטראווערשעל ווי א מחאה אויף טראמפ אדער די מידיא.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

קאנטראווערסיע האט נישט מיט מחאה איינגעלייגט. עס קען פונקט אזוי זיין מיט א אומשולדיגער "מיינונג", הערה, ארטיקל.

ביז דערווייל זעה איך בעצם נישט דער פראבלעם אין קאנטראוועסיאלע זאכן, וואס קען שוין געשעהן? ס'קען ווערן היציג? נו וואס איז? אסאך אשכולות דא זענען היציג. גיי אריין אין די צאת הכוכבים אשכול און זאג מיר צו ס'איז נישט היציג... אזוי גייט דאס. פארשטייט זיך ווייטער אז ס'מוז זיין אהן פערזענליכע אטאקעס און ע"פ תורה.

העכסטנס קען מען מאכן א תקנה אז מ'טאר נישט רעדן פון קאנטראווערסיאלע זאכן... למשל די פרישע אשכול פון סקולען אידיש נחת אלבום... איך קען מיר פארשטעלן וואס דארט גייט זיך טוהן... נו זאל מען נישט מעגן רעדן פון אזא סארט אלבום... אבער מיט מחאה האט דאס נישט צוטוהן.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מ'זאל זיך טאקע מעגן טענה'נן ווען ע"פ הלכה הייסט שוין נאכט, און דאס טוט מען טאקע אין יענעם אשכול, אבער נישט מעגן מוחה זיין אויף דיע וואס טוען נישט ווי דו האלטסט און זענען לויט דיר עובר אויף איסורי דאורייתא'ס (וואס דאס קען צוברענגען צו בארעדן רבנים).

ס'דא א חילוק צווישן זיך טענה'נן איבער אן הלכה פשוט אלס די אייגענע ידיעות (וואס דאס איז נישט קיין פראבלעם), און מוחה זיין אויף דיע וואס דו האלטסט זענען עובר למעשה אויף דעם הלכה (וואס דאס איז שוין א גרויסע פראבלעם).

כ'האף האסט מיר פארשטאנען, און אז נישט איז אויך גוט..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ס'איז נישט גוט ווייל מ'וועט נאך מיינען אז איך בין מסכים...

סאו דו גייסט אוועק פון דעם אז עס איז קאנטראווערסיאל, נאר די פראבלעם איז דאס עצם מחאה.. איז קודם דארף מען גוט קענען מגדיר זיין וואס מיינט א מחאה, קענסטאך נישט זאגן אז ס'ווענדט זיך נאר אין די "כוונה" ווייל וואס גייט דיך אהן וואס יענעמ'ס כוונה איז?.. אלא מאי איז עס די סגנון הדברים, דארף מען דאס גוט קענען דערלערנען..

און אפילו נאכדעם וואס מ'וועט שוין יא פארשטיין די פונקטליכע גדר פארשטיי איך אויך נישט די פראבלעם. מ'רעדט דאך נישט ווען מ'איז מבזה א ניק פערזענליך ווען דו ביסט מוחה אויף אים מיט די לשונות וואס מאכן דאס פאר א מחאה און נישט פאר בלויז א הערה, (קאמפליצירט?...), נאר מ'דרוקט אויס א מיינונג אויף א ענין, בתור מחאה.. זעה איך נישט כעת וואס איז די פראבלעם.. וואס איז א חילוק צווישן מוחה זיין אויף די קארופטירטע אבאמא פארן אונטערהערן איך ווייס נישט וועם... אדער מוחה זיין אויף די ציונים פארן איך ווייס נישט וואס?...

ווייס איך נישט, ווייס איך נישט...
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

אין ליכט פון אן אנגייענדע װיכוח ערגעץ װי, האבעך דאס ארויפגעברענגט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Mister האט געשריבן:אין ליכט פון אן אנגייענדע װיכוח ערגעץ װי, האבעך דאס ארויפגעברענגט

שכוח...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מחשב האט געשריבן:לעצם הענין קלער איך אנדערש פונעם עולם. איך מיין אז מ'דארף לאזן יעדן אויסדרוקן זיינע מיינוגען אויף סיי וועלכע ענין ער וויל, זאל עס זיין פרא טראמפ אדער א מחאה אויף טראמפ'ס מעשים, זאל עס זיין פרא מידיא אדער א א מחאה אויף די פעיק ניוז, אדער א פרא "די און די" אלבום אדער א מחאה אויף די פראפעסיאנאליזם דערפון.

און אזוי אויך פרא ראבא קאלס און מחאות אויף ראבא קאלס, וכן הדין פאר אלע פרא אדער אנטי סיי וואס תגובות, און מה דאך אין גשמיות'דיגער לעבן כ"ש אין רוחניות'דיגער.

אלעס פארשטייט זיך ווי לאנג ס'איז געשריבן איידל און תורה'דיג.

מ'דארף נעמען אין אכט אז מענטשן דרוקן נישט אויס מחאה ווייל זיי ווילן דא מקיים זיין די "מצוה" פון "הוכחה", נאר ווייל ס'קוועטשט זיי עפעס, וע"ד יסיח דעתו לרבים. איי פלוני און אלמוני ווערן נערוועז? נו, זאלן זיי ארבעטן אויף זייער מידת הסבלנות, פונקט ווי דער פרא און אנטי טראמפ זעהט זיך אן מיט תגובות וואס ער גלייכט נישט.

שוין. סארי פארן זיין אזוי ערנסט...

גא"מ.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

יוי איז מען דא מוחה...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: איז וויכטיג מוחה צו זיין אויף אייוועלט? (אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ענדערש ווי מוחה זיין האלט איך פון מדווח זיין כדי לקיים ובערת הרע מקרבך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”