וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס זענען באמת פוטין פלענער?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג אפריל 25, 2022 5:44 pm

ער וויל פארזיכערן זיין בענקל אין קרעמלין
10
6%
ער וויל נאר מזרח אוקריינע
3
2%
ער וויל גאנץ אוקריינע
10
6%
ער וויל אייננעמען די גאנצע וועלט
24
15%
ער טארגערט א"י
2
1%
ער וויל זיך נאר צורייבען מיט אמעריקע ווי מער מעגליך
4
2%
ער וויל נאך אפאר לענדער וואס נאצי-דייטשלאנד האט געהאט בשעתו
3
2%
ער וויל צוריק אלע לענדער וואס מאמע רוסלאנד האט געהאט אין איר בעסטע צייטן
72
44%
ער וויל גאנץ אייראפע
11
7%
אוי, הער אויף חלום'ען אז ער ווייסט וואס ער וויל..
17
10%
אנדערע, ביטע עפן דיין קיבאורד אונטערן מוח'ל (נדנ)
8
5%
 
סך הכל שטימען: 164

אוועטאר
אחרית הימים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 5:29 pm
לאקאציע: דא, קוק אהער, דא!

וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרית הימים »

איך קוק מיך ארום און איך זעה דא און דארט צושפרייט דעות אהין און אהער בידז-ענד-פיסעס איבער וואס איז פוטין'ס מטרה און ווי ער וויל אנקומען אלץ הירא

יעדער זאגט זיין דעה און לאמיר זיין אמתדיג און פעיסען די מציאות און זעהן וואס אונז האמיר אין פראנט פון אונדז

מבאמערקט אז פוטין האט זיך געמאכט א שטיקל פראפייל אין די וועלט, זאכן וואס ער וויל די וועלט זאל וויסן פון

1. איבערצייגט יעדן אז ער איז שטארק און מעכטיג, ער קען זיין נעבן א לעבעדיגע טיגער (יויש, נאר צו טראכטן דערוועגן..), דרייוון איעדע מין בעסטע קאמפס-פליגער, געווען א KGB אגענט/אפיסער,א שטארקע געלונגענע ספארט שפילער, בקיצור א שטארקע אומזיגבארע פערזאן
2. איינגענומען קריימיע פון איין טאג אויפן צווייטען (די וועלט האט עס שיין דיידזשעסטעד)
3. שטארק דערנענטערט צו הרב לאזאר'ן און אלץ דווקא פארנט פונעם קעמערע יעדער זאל וויסן דערפון ווייזנדיג יעדן אז ער איז אקעי מיט יודן און טוט וואס ער קען צו העלפן יודישקייט בליען אין מוטערלאנד
4. זיך געמאכט א שטיקל מחותן אין מיטל מזרח העלפנדיג אסאד'ן צו געווינען מאכט אין זיין לאנד הארט נעבן מדנ"י גרעניץ (סיריע) פראבירנדיג צו זעהן וויאזוי סקוקט אויס צו אייננעמען א לאנד פולשטענדיג לעיני כל העמים ובפרט אמעריקע וואס איז באמת באלעבאס אין א"י (פרעג יעדער טעקסי דרייוער לענגאויס א"י וועט ער דיר דאס באשטעטיגן..)
5. אריינגעפארן קיין אוקריינע פול-פאורס און פירט דורך שחיטות פשוטו כמשמעו, רוסישע סאלדאטן באגייען געוואלדטאטן און רשעות ואכזריות אין אוקריינע שעכטנ'דיג ציווילע אויך און אפשר דווקא ובמכוון (נישט אז איך נעם דא א צד אין די מלחמה, די אוקריינער זענען נישט בעסער, די זעלבע רוסישע בלוט פליסט ביי זיי אין די אדערען..)

ובכן האבעך אפגעמאכט צו שעירען מיינע מחשבות מיט אייך דא און הערן וואס דערוילעם האלט

וויל דען פוטין טאקע נאר אייננעמען אוקריינע?

האט ער נאך ציהלן נאכדעם?

פארוואס פראבירט ער די לעצטע יארן צו איבערצייגען די וועלט אז ער איז "גוט מיט יודן" (הרב לאזאר זז"ג)?

וואס איז פשט אז ער האט זיך באקוועם געמאכט אין סיריע ווען ער האט פאר יארן צוריק איינגענומען קריימיע (אין די זעלבע תקופה)?

גייט אים באמת אן ווער איז פרעזידענט אין אמעריקע, א"י אדער סיי וועלכע לאנד?

האט זיין זיך באקוועם מאכן אין סיריע אין די צייט וואס ער נעמט איין קריימיע עפעס שייכות?

איזעס אפשר א רמז אז ער האט זיך ווי אנגעצייכענט ווי א אנהייב און א ענדע פלאן אנצוהייבן מיט קריימיע און ענדיגען מיט סיריע געגענט (ליין אר"י)? (פוטין טייערע אויב זעהסטו דעי אשכול, מיין נישט איך בין פון די סי-איי-עי :lol: )

אינטרעסאנט איז צו הערן דעם דעת הקהל איבער'ן ענין

1, 2, 3 ענד: ראול...
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

;l;p-
מעכטיגע ארטיקל!

צ"ק

ער וויל נישט האבן נאטא אדער א מערב וועלט אלעאירטער נעבן זיינע גרעניצן, אלטס נאצינאלע זיכערהייט.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובה דורך ממש אזוי »

הארץ? פוטין האט א הארץ?…

ער ווערט געדרייווט ביי זיין אנטי סאושעל פסיכיאפאטישער פערסאנעליטי דיסארדער.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מתחילה האט ער געוואלט גאנץ אוקריינע.
משנתרבו המינים אין ער האט מסכים געווען צו איינזעהן אז דאס איז נישט מעגליך
הפול פור הוא הגורל צו איינעמען נאר די שטעט צעווישען לוהאנסק אין דיטאנסק אזוי קען ער בעסיקלי קאנטראלירען די וואסער לעבן אוקריינע אין רוסלאנד.
אין אויכעט אז ער זאל קענען האבען א סעיפטי זאון אין קעיס נעטא איז מחליט צו גיין אין מלחמה קעגן רוסלאנד
אוועטאר
סאטמאר מצות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:35 am

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר מצות »

ער ווייסט אויך נישט, איך גלייב נישט אז ער דערוואגט זיך אפילו צו זיין אמת'דיג מיט זיך איבער זיינע רצונות, ער פרובירט צו שטופן פון אלע זייטן וויפול ער קען, אבער אויף אוקראינע האט ער יא געהאט אפגעמאכט אז זי דארף ווארטן צוריק זיינס.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

יעצט וויל ער שוין גארנישט, ער וואלט נישט געוואלט זיין אין זיין יעצטיגע מצב,
לכתח' וואלט ער געוואלט אוקריינע אלס א פאפיר רוגירונג, אזוי צו האבן א פארזיכערטע גרעניץ.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אוי, הער אויף חלום'ען אז ער ווייסט וואס ער וויל..
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

Putin just read the Ashkoil and said there is no other person in the world That understand me better send the form readers here
אוועטאר
אחרית הימים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 5:29 pm
לאקאציע: דא, קוק אהער, דא!

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרית הימים »

טוה א טובה האט געשריבן:;l;p-
מעכטיגע ארטיקל!

צ"ק

ער וויל נישט האבן נאטא אדער א מערב וועלט אלעאירטער נעבן זיינע גרעניצן, אלטס נאצינאלע זיכערהייט.

ייש"כ פאר די פידבעק

ממש אזוי האט געשריבן:

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:

סאטמאר מצות האט געשריבן:

לעכטל האט געשריבן:

גיי פארשטיי האט געשריבן:

dont care האט געשריבן:

יישכ פאר אלע מגיבים
איטרעסאנט ווי דער עוילעם האלט דא פארשידנהאפטיג
אוועטאר
משה יוסל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 7:25 am

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוסל »

ווי סהאלט יעצט וויל ער אהיימגיין מיט עפעס א געווינס, און ער טוט וואס ער קען צו פארזיכערן זיין בענקל זאל נישט פאלן.
קוק עס אן אזוי ווי ס'איז: איך הייס משה יוסל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טוה א טובה האט געשריבן:;l;p-
מעכטיגע ארטיקל!

צ"ק

ער וויל נישט האבן נאטא אדער א מערב וועלט אלעאירטער נעבן זיינע גרעניצן, אלטס נאצינאלע זיכערהייט.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס עס ברענט דיר צו דעקן פאר פוטינ'ן, ממש נאציאנאלע זיכערהייט, דעציט. אינטערעסירט אים נישט קיין גלאבאלע מאכט געראנגל, ער זוכט נישט אן אייראפע וואס פאלט אים צו די קניען, נע, נאר איין זאך, נאציאנאלע זיכערהייט....

אנבעליוועבל...

היינט אינעם זיראנץ אשכול האט לעווראוו געזאגט אז די ציל איז ענדיגן אמעריקא'ס דאמינאנץ איבער די וועלט - דאס איז אויך מסתם פשוט'ע נאציאנאלע זיכערהייט...
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

נישט אינז און נישט ער ווייסן וואס ער וויל
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:;l;p-
מעכטיגע ארטיקל!

צ"ק

ער וויל נישט האבן נאטא אדער א מערב וועלט אלעאירטער נעבן זיינע גרעניצן, אלטס נאצינאלע זיכערהייט.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס עס ברענט דיר צו דעקן פאר פוטינ'ן, ממש נאציאנאלע זיכערהייט, דעציט. אינטערעסירט אים נישט קיין גלאבאלע מאכט געראנגל, ער זוכט נישט אן אייראפע וואס פאלט אים צו די קניען, נע, נאר איין זאך, נאציאנאלע זיכערהייט....

אנבעליוועבל...

איך גלייב אודאי אז פוטין זוכט אויך גלאבאלע מאכט, פונקט ווי אמעריקע זוכט עס, אבער פאר דעם אליינס וואלט ער עס נאכנישט געטוהן, והא ראיה פארוואס פונקט מיט זיינע שכנים אוקראינע טשעטשניע גרוזיע וכו'

----
א נאצינאלע זיכערהייט געפאר מוז נישט מיינען א מלחמה קעגן רוסלאנד, פונקט ווי דו פארשטייסט אז אמעריקע מוז קענען זיין די מערסטע מעגליך באשיצט אין פאל א מלחמה מיט רוסלאנד, פונקט ווי דו פארשטייסט די אמעריקאנע פחד פון רוסישע נוקלארע מיסילס אין קובא, דארפסטו אויך פארשטיין אז רוסלאנד דארף זיין די מערסטע מעגליך באשיצט אין פאל א מלחמה מיט אמעריקע.

נישט אז די קובאנע מיסיל קריזיס און אוקראינע'ס נאצינאלע סטאטוס זענען בכלל ענדליכע געפארן, און עס איז טאקע גאנץ מעגליך אז ווען מעקסיקא זאל ווערן נאנט אלעאירט מיט רוסלאנד און אויפשטעלן רוסישע באזעס גייט אמעריקע גארנישט טוהן הגם איך בין שטארק נוטה אז יא, ער פרעגט אבער פוטינ'ס חשבון.

און נישט אז דאס גיבט א רעכט אז איין לאנד זאל אטאקירן א צווייטן לאנד.
לעצט פארראכטן דורך טוה א טובה אום מאנטאג אפריל 11, 2022 3:30 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:היינט אינעם זיראנץ אשכול האט לעווראוו געזאגט אז די ציל איז ענדיגן אמעריקא'ס דאמינאנץ איבער די וועלט - דאס איז אויך מסתם פשוט'ע נאציאנאלע זיכערהייט...

אודאי איז דאס א נאצינאלע זיכערהייט געפאר פאר רוסלאנד כנ"ל.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
אחרית הימים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 5:29 pm
לאקאציע: דא, קוק אהער, דא!

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרית הימים »

משה יוסל האט געשריבן:ווי סהאלט יעצט וויל ער אהיימגיין מיט עפעס א געווינס, און ער טוט וואס ער קען צו פארזיכערן זיין בענקל זאל נישט פאלן.

פיין, אבער מעיקרא מה קסבר? וואס איז זיין ענדע חלום?

קרית יואל פלייש האט געשריבן:נישט אינז און נישט ער ווייסן וואס ער וויל

;l;p-
קען זיין דעס האט "ממש אזוי" געמיינט מיטן שרייבען:
ממש אזוי האט געשריבן:ער ווערט געדרייווט ביי זיין אנטי סאושעל פסיכיאפאטישער פערסאנעליטי דיסארדער.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:היינט אינעם זיראנץ אשכול האט לעווראוו געזאגט אז די ציל איז ענדיגן אמעריקא'ס דאמינאנץ איבער די וועלט - דאס איז אויך מסתם פשוט'ע נאציאנאלע זיכערהייט...

דעס זאגט אונז אז ער וויל געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט! דעי וואס רופן אים אן מלך, זאגן עפעס..
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

טוה א טובה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:;l;p-
מעכטיגע ארטיקל!

צ"ק

ער וויל נישט האבן נאטא אדער א מערב וועלט אלעאירטער נעבן זיינע גרעניצן, אלטס נאצינאלע זיכערהייט.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס עס ברענט דיר צו דעקן פאר פוטינ'ן, ממש נאציאנאלע זיכערהייט, דעציט. אינטערעסירט אים נישט קיין גלאבאלע מאכט געראנגל, ער זוכט נישט אן אייראפע וואס פאלט אים צו די קניען, נע, נאר איין זאך, נאציאנאלע זיכערהייט....

אנבעליוועבל...

איך גלייב אודאי אז פוטין זוכט אויך גלאבאלע מאכט, פונקט ווי אמעריקע זוכט עס, אבער פאר דעם אליינס וואלט ער עס נאכנישט געטוהן, והא ראיה פארוואס פונקט מיט זיינע שכנים אוקראינע טשעטשניע גרוזיע וכו'

----
א נאצינאלע זיכערהייט געפאר מוז נישט מיינען א מלחמה קעגן רוסלאנד, פונקט ווי דו פארשטייסט אז אמעריקע מוז קענען זיין די מערסטע מעגליך באשיצט אין פאל א מלחמה מיט רוסלאנד, פונקט ווי דו פארשטייסט די אמעריקאנע פחד פון רוסישע נוקלארע מיסילס אין קובא, דארפסטו אויך פארשטיין אז רוסלאנד דארף זיין די מערסטע מעגליך באשיצט אין פאל א מלחמה מיט אמעריקע.

נישט אז די קובאנע מיסיל קריזיס און אוקראינע'ס נאצינאלע סטאטוס זענען בכלל ענדליכע געפארן, און עס איז טאקע גאנץ מעגליך אז ווען מעקסיקא זאל ווערן נאנט אלעאירט מיט רוסלאנד און אויפשטעלן רוסישע באזעס גייט אמעריקע גארנישט טוהן הגם איך בין שטארק נוטה אז יא, ער פרעגט אבער פוטינ'ס חשבון.

און נישט אז דאס גיבט א רעכט אז איין לאנד זאל אטאקירן א צווייטן לאנד.

דו מאכסט הערליכע חשבונות און קאמפערנעסעס צו אמעריקע אבער האסט אוודאי לכאורה ווארשיינליך געכאפט אז פונקט פערצופאל דא איז די רעדע פון די זעלבע פוטין - טראבלמעיקער מיט וועמען די וועלט ליידט זיך צאם די לעצטערע יארן. אן אינטערעסאנטע פערצופאל.

האק אין קאפ אין צווייטן.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

צום קעפל מיר זעט נישט אויס ווי פוטין האט א הארץ
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
כ'ווייס וואס כ'רעד
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 7:22 am

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'ווייס וואס כ'רעד »

קיינמאל האט געשריבן:צום קעפל מיר זעט נישט אויס ווי פוטין האט א הארץ

כ'מיין אז א הארץ האט ער (א קראקידאל האט אויכעט א הארץ) נאר זיין בלוט איז אפשר גרין
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צ'ק

על שאלה א'
לכאורה וויל ער אז סזאל פליסן בלוט.

על שאלה ב'
כטראכט אז ער חלומט פון די זיבן קיען.

שלאף טיף טיף.... פוטינל.
נאר ביידען מעג?!?!
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טוה א טובה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:;l;p-
מעכטיגע ארטיקל!

צ"ק

ער וויל נישט האבן נאטא אדער א מערב וועלט אלעאירטער נעבן זיינע גרעניצן, אלטס נאצינאלע זיכערהייט.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס עס ברענט דיר צו דעקן פאר פוטינ'ן, ממש נאציאנאלע זיכערהייט, דעציט. אינטערעסירט אים נישט קיין גלאבאלע מאכט געראנגל, ער זוכט נישט אן אייראפע וואס פאלט אים צו די קניען, נע, נאר איין זאך, נאציאנאלע זיכערהייט....

אנבעליוועבל...

איך גלייב אודאי אז פוטין זוכט אויך גלאבאלע מאכט, פונקט ווי אמעריקע זוכט עס, אבער פאר דעם אליינס וואלט ער עס נאכנישט געטוהן, והא ראיה פארוואס פונקט מיט זיינע שכנים אוקראינע טשעטשניע גרוזיע וכו'

----
א נאצינאלע זיכערהייט געפאר מוז נישט מיינען א מלחמה קעגן רוסלאנד, פונקט ווי דו פארשטייסט אז אמעריקע מוז קענען זיין די מערסטע מעגליך באשיצט אין פאל א מלחמה מיט רוסלאנד, פונקט ווי דו פארשטייסט די אמעריקאנע פחד פון רוסישע נוקלארע מיסילס אין קובא, דארפסטו אויך פארשטיין אז רוסלאנד דארף זיין די מערסטע מעגליך באשיצט אין פאל א מלחמה מיט אמעריקע.

נישט אז די קובאנע מיסיל קריזיס און אוקראינע'ס נאצינאלע סטאטוס זענען בכלל ענדליכע געפארן, און עס איז טאקע גאנץ מעגליך אז ווען מעקסיקא זאל ווערן נאנט אלעאירט מיט רוסלאנד און אויפשטעלן רוסישע באזעס גייט אמעריקע גארנישט טוהן הגם איך בין שטארק נוטה אז יא, ער פרעגט אבער פוטינ'ס חשבון.

און נישט אז דאס גיבט א רעכט אז איין לאנד זאל אטאקירן א צווייטן לאנד.

צום ערשטן חלק, דיין ראי' אז ער זוכט פשוט זיכערהייט והא ראי' ער האט נאר פראבלעמען מיט זיינע שכנים איז נישט קיין ראי', וואס ווילסטו? ער זאל אנהייבן מיט פוילן?! אוודאי גייט עס ביסלעכווייז קודם טשעטשניע, דערנאך גרוזיע, דערנאך אוקריינע, ער פאקט מיט א סדר...

על חלק ב',

הייסט פוטינ'ס פלענער צו ווערן מלך און דאמינירן די וועלט הייסט נאציאנאלע זיכערהייט, אבער די אמעריקאנע אינטערעסן אז אמעריקא זאל דאמינירן וואס דעריבער ווילן זיי נישט נאכגעבן אוקריינע פארן רוס דאס איז נישט נאציאנאלע זיכערהייט, נאר א נארישקייט, שטימט?

אויב די פראנצויזן באשלוסן מארגן אז זיי ווילן צוריק די גלאררייכע צייטן פון נאפאלעאן און נעמען זיך אויפריסטן א מיליטער קעגן אמעריקאנע אינטערעסן טאר אמעריקע נישט אינטעווינירן - כאטש ס'איז אין אירע אייגענע אינטערעסן, פארוואס? ס'הייסט? ס'דאך די פראנצויזישע נאציאנאלע זיכערהייט, כ'מיין, די אמעריקאנע אנוועזנהייט אין דרום קארעא שטארקט אמעריקא'ס דאמינאנץ, און אז די פראנצויזן באשליסן אז אמעריקאנער דאמינענץ איז זיי א געפאר איז עס שוין א נאציאנאלע זיכערהייט פראגע....
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:צום ערשטן חלק, דיין ראי' אז ער זוכט פשוט זיכערהייט והא ראי' ער האט נאר פראבלעמען מיט זיינע שכנים איז נישט קיין ראי', וואס ווילסטו? ער זאל אנהייבן מיט פוילן?! אוודאי גייט עס ביסלעכווייז קודם טשעטשניע, דערנאך גרוזיע, דערנאך אוקריינע, ער פאקט מיט א סדר...

על חלק ב',

הייסט פוטינ'ס פלענער צו ווערן מלך און דאמינירן די וועלט הייסט נאציאנאלע זיכערהייט, אבער די אמעריקאנע אינטערעסן אז אמעריקא זאל דאמינירן וואס דעריבער ווילן זיי נישט נאכגעבן אוקריינע פארן רוס דאס איז נישט נאציאנאלע זיכערהייט, נאר א נארישקייט, שטימט?

אויב די פראנצויזן באשלוסן מארגן אז זיי ווילן צוריק די גלאררייכע צייטן פון נאפאלעאן און נעמען זיך אויפריסטן א מיליטער קעגן אמעריקאנע אינטערעסן טאר אמעריקע נישט אינטעווינירן - כאטש ס'איז אין אירע אייגענע אינטערעסן, פארוואס? ס'הייסט? ס'דאך די פראנצויזישע נאציאנאלע זיכערהייט, כ'מיין, די אמעריקאנע אנוועזנהייט אין דרום קארעא שטארקט אמעריקא'ס דאמינאנץ, און אז די פראנצויזן באשליסן אז אמעריקאנער דאמינענץ איז זיי א געפאר איז עס שוין א נאציאנאלע זיכערהייט פראגע....

חלק א' פארשטיי איך נישט וואס דו ענפערסט. דו קומסט מיט א קאנספעראציע טעאריע אז פוטין איז אזוי ווי היטלער און איז גרייט איינצונעמען די וועלט מיט מאכט, א רוסישע אימפעריע, זאג איך אז די פאקטן ווייזן אז ער טשעפעט נאר שכינים און נאר ווער עס הייבט אהן ווערן אלעאירט מיט אמעריקע, קומסטו פארענטפערן דיין קאנספעראציע טעאריע אז בעצם וויל ער יא נאר ער פאקט מיט א סדר..., נו נו האסט גע'חלומ'ט א שיינע אמעריקאנע חלום...

חלק ב'...

אויב אמעריקע און רוסלאנד זענען אין קריג, איז אמעריקע'ס דאמינאנץ אויף די וועלט א נאצינאלע זיכערהייט געפאר פאר רוסלאנד.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלט איר וויל פוטין טיף אין הארצן, וואס חלום'ט ער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:האסט נישט געענטפערט

האסט 0 באווייז, אבער דארפסט א ענטפער.

עס איז בערך אזוי ווי איינער זאל זאגן מדינת ישראל וויל איינעמען פראנקרייך ער ווארט נאר אויף נאך פסח..., וואס ענפערסטו איהם?..
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”